Oyneg Shabes

ווידעאָ: פֿאָרווערטס־רעדאַקטאָרשע שׂרה־רחל שעכטער רעדט וועגן די הײַנטיקע פֿאָרווערטס־לייענער

WATCH: Forverts Editor Rukhl Schaechter Describes Our Readership

  • Print
  • Share Share

אַזוי ווי אַ סך פּראָמינענטע פּערזענלעכקייטן אין דער ייִדיש־וועלט איז די רעדאַקטאָרשע פֿון פֿאָרווערטס, שׂרה־רחל שעכטער, אינטערוויויִרט געוואָרן פֿאַרן „פּראָיעקט פֿון געשיכטע בעל־פּה‟ בײַם ייִדישן ביכער־צענטער. כאָטש מע האָט געמאַכט דעם אינטערוויו אין 2014, האָט מען די וואָך אַרויסגעלאָזט עטלעכע אויסצוגן פֿונעם אינטערוויו מיט ענגלישע אונטערקעפּלעך.

אינעם דאָזיקן אויסצוג דערקלערט שעכטער ווער עס לייענט הײַנט דעם פֿאָרווערטס אויף דער אינטערנעץ און פֿאַר וואָס דווקא די חסידים, און ניט די געוועזענע חסידים, האָבן אַ גרעסערע נטיה צו לייענען אונדזער וועבזײַט. דערצו שילדערט זי ווי אַזוי דער פֿאָרווערטס פּאַסט זיך צו צו דער דיגיטאַלישגער ספֿערע.

כאָטש מע האָט אין אויגוסט 2014 ניט געוווּסט, אַז די געדרוקטע צײַטונג וועט אין גיכן ווערן אַ חודשלעכער זשורנאַל און דערנאָך אויפֿהערן אין גאַנצן אַרויסצוגיין, דערקענט מען בולט פֿונעם אינטערוויו, אַז מע האָט שוין פֿאַרשטאַנען, אַז די צוקונפֿט פֿונעם פֿאָרווערטס איז אַ דיגיטאַלע.