משה אוישער און זײַן דעמאָלטיקע פֿרוי פֿלאָרענץ ווײַס האָבן געשפּילט צוזאַמען אין אַ ריי ייִדישע פֿילמען אין די סוף־1930ער יאָרן. ביידע אויסגעצייכנטע זינגער, האָבן זיי געקלונגען נאָך בעסער ווען זיי האָבן אויפֿגעטראָטן אין איינעם.
אינעם פֿילם „יאַנקל דער שמיד‟ שפּילט פֿלאָרענץ ווײַס רבֿקה, אַ חתונה־געהאַטע פֿרוי, וואָס איר מאַן איז איר נימאס געוואָרן, פּרובירט זי צו פֿאַרפֿירן דעם שמיד יאַנקל (משה אוישער) דורכן זינגען מיט אים שיינע לידער.
ס׳איז מיר ניט קלאָר, צי דאָס סווינג־ליד „לעבעדיק און פֿריילעכס‟ איז עפּעס וואָס אַ ייִדיש מיידל וואָלט טאַקע זיך אויסגעלערנט אין דער גרויסער שטאָט און אַרײַנגעבראַכט אין שטעטל, צי עס האַנדלט זיך בלויז וועגן אַן אַנאַכראָניזם (דער פֿילם, וואָס דאַרף פֿאָרקומען אין דער אַלטער היים, איז פּראָדוצירט געוואָרן אין אַמעריקע). ווי עס זאָל ניט זײַן, איז עס וווּנדערלעך שיין.
„יאַנקל דער שמיד‟ האָט מען געמאַכט אויפֿן סמך פֿון דוד פּינסקיס פּיעסע פֿונעם זעלביקן נאָמען, אונטערן רעזשי פֿון עדגאַר אולמער.