אין דער ייִדישער פֿאָלקסמוזיק און חזונות טרעפֿט מען אַ סך לידער, וואָס זענען בעצם דיאַלאָגן צווישן אַ ייִד און דעם באַשעפֿער. דאָס ליד, „מײַן טאַטנס אַ קינד‟, וואָס עס האָט אָנגעשריבן און לכתּחילה רעקאָרדירט דער זינגער אַבֿרהם פֿריד אויף זײַן אַלבאָם „אַ מחיה‟, איז זייער ענלעך אָבער מיט איין וויכטיקן קנייטש. דאָ הערט מען ניט קיין דיאַלאָג צווישן אַ ייִד און זײַן טאַטן אין הימל, נאָר ווי אַ ייִד דריקט אויס זײַנע טענות צום יצר־הרע.
דער דאָזיקער נוסח, פּרעכטיק געזונגען דורך זאַנוויל ווײַנבערגער, באַגלייט פֿונעם „נרננה‟־כאָר און אַן אָרקעסטער דיריגירט פֿון שײַע ברים, איז לעצטנס רעקאָרדירט געוואָרן אין ישׂראל.