דער „ייִדישער פֿילהאַרמאָנישער פֿאָלקסכאָר‟ האָט אויף אַ קאָנצערט זײַנעם מיט פֿיר יאָר צוריק אָפּגעמערקט דעם 100סטן יאָרצײַט פֿון י. ל. פּרץ דורכן זינגען אַ ריי לידער פֿאַרבונדן מיטן קלאַסיקער.
דעם כאָרס נוסח פֿון פּרצעס אַנטי־ראַסיסטיש ליד „ברידער‟, צוגעפּאַסט צו דער מעלאָדיע פֿון בעטהאָוונס נײַנטער סימפֿאָניע (באַקאַנט ווי „אָדע צו פֿרייד‟ צוליב דעם, וואָס בעטהאָוון האָט אין איר אַרײַנגעפֿלאָכטן אַ ליד פֿון פֿרידריך שילער מיטן זעלביקן נאָמען) איז כּדאַי צו הערן. די אַראַנזשירונג האָט געשאַפֿן דער דיריגענט פֿונעם כאָר, בנימין שעכטער.