אַזוי ווי אויפֿן אַמאָליקן ייִדישן „איסט־סײַד‟, ווערן הײַנט אַ סך פֿון די גרעסטע מוזיקאַלישע שלאַגערס בײַ די חסידים לכתּחילה געשאַפֿן פֿאַרן ייִדישן טעאַטער. אַזוי האָב איך געמיינט איז געווען דער פֿאַל מיטן ליד „ס׳איז גוט פֿאַר מיר‟ פֿון באָריס האַס׳ שפּיל „סליחות־נאַכט אין קיִעוו‟ (1992), וואָס מע הערט עד־היום אויף די חסידישע שׂימחות.
דאָס ליד צייכנט זיך אויס ניט בלויז מיט זײַן לעבעדיקער מוזיק, נאָר אויך מיט זײַן רײַכן ווערטער־אוצר: די שפּראַך און די גראַמען זענען אַ היפּש ביסל מער ליטעראַריש ווי בײַ ס׳רובֿ פּאָפּולערע חסידישע לידער. טאַקע דערפֿאַר האָב איך אַ ביסל אויסגעפֿאָרשט דאָס ליד און זיך דערוויסט, אַז ניט ברוך האַס האָט אים אָנגעשריבן ווי ס׳רובֿ מענטשן מיינען, נאָר דווקא אַהרן לעבעדעוו, וואָס האָט אים אָנגעשריבן פֿאַרן זינגער און אַקטיאָר מאַקס פּערלאַן. די ווערטער אין די ערשטע טיילן פֿון פּערלמאַנס נוסח פֿון 60 יאָר פֿריִער זענען אידענטיש. אָט קען מען עס הערן:
עס זעט אָבער אויס, אַז ברייט באַקאַנט איז דאָס ליד ניט געוואָרן ביז 1992, ווען ברוך האַס האָט אים אַרײַנגענומען אין זײַן שפּיל.
דער דאָזיקער נוסח, פֿאָרגעשטעלט דורכן פּאָפּולערן זינגער לוי פֿאַלקאָוויטש, אין איינעם מיט יוחי בריסקמאַנס אָרקעסטער איז בפֿירוש געלונגען. אַ מחיה צו הערן אַ מאָל, אַז אַ חסידישער זינגער זאָל אויפֿטרעטן מיט אַ ליד אָן קיין עלעקטראָנישער באַגלייטונג.