דער באַקאַנטער ישׂראלדיקער זינגער דודו פֿישער האָט אַ מאָל אויפֿגעטראָטן מיט אַ ריי קאָנצערטן מיטן תּל־אָבֿיבֿער ייִדישן טעאַטער „ייִדישפּיל‟. די ספּעקטאַקלען האָט מען אַ נאָמען געגעבן „ייִדישפּיץ‟. ווי אַ טייל פֿון די פֿאָרשטעלונגען, האָט ער געזונגען אַן אינטערעסאַנטע ייִדישע פּאַראָדיע פֿונעם ליד „לאַרגאָ־אַל־פֿאַקטאָטום‟ פֿון גיאָטשינאָ ראָסיניס אָפּערע „דער שערער פֿון סעוויל‟. דאָס ליד, בעסער באַקאַנט ווי „פֿיגאַראָ‟, איז מסתּמא צום מערסטנס הײַנט באַקאַנט ווי הינטערגרונט־מוזיק בײַ די אַנימירטע אַמעריקאַנער טעלעוויזיע־פּראָגראַמען אַזוי ווי „טאָם און דזשערי‟ און „באָגס באָני‟.
אינעם הומאָריסטישן ייִדישן נוסח, מיט ווערטער פֿון פּסח בורשטיין און דייוו קאַש, ווערט דער שערער „פֿיגאַראָ‟ פֿאַרוואַנדלט אין אַ שדכן מיטן נאָמען משה קענט און אַנשטאָט צו באַרימען זיך מיט די פֿריזורן, וואָס ער שאַפֿט, באַרימט ער זיך מיט די שידוכים, וואָס ער פֿירט דורך. דער באַקאַנטער רעפֿריין „פֿיגאַראָ‟ ווערט אויך פֿאַרוואַנדלט אין „שוויגאַראָ‟, אַן אַבסורדישע רעפֿערענץ צו דער וויכטיקייט פֿון דער שוויגער אינעם ייִדישן פֿאָלקס־הומאָר.