שוין עטלעכע יאָר צייכנט זיך מאָטי אילאָוויטש אויס ווי איינער פֿון די טאַלאַנטירטסטע מחברים פֿון לידער בײַם ייִנגערן דור חסידים. אַזוי ווי ליפּא שמעלצער, דודי קאַליש און ר׳ יום־טובֿ עהרליך, באַרירן זײַנע לידער ניט בלויז רעליגיעזע ענינים, נאָר שפּיגלען אויך אָפּ די שוועריקייטן און שטרעבונגען פֿונעם טאָג־טעגלעכן לעבן.
אַליין אַ באַגאַבטער בחדן, זינגער און קאָמפּאָזיטאָר, טיילט אילאָוויטש זיך מיט זײַנע געפֿילן אויף „טוויטער‟ אין פֿאָרעם פֿון לידער וועגן דער פּרשה פֿון דער וואָך.
לעצטנס האָט ער אַרויסגעלאָזט אַ ליד „דרײַ יאָר אַלט‟ געווידמעט זײַן זון, וואָס געפֿינט זיך הײַנט אין דעם עלטער. אין געוויסע אַספּעקטן קלינגט דאָס ליד — אַחוץ דעם, פֿאַרשטייט זיך, וואָס ס׳איז אויף מאַמע־לשון — ווי אַ געוויינטלעכע אַמעריקאַנער ליד וועגן אַ טאַטן וואָס באַוווּנדערט ווי גיך זײַן קינד וואַקסט אויס. אין אַנדערע אַספּעקטן איז דאָס ליד אוניקאַל — מע קען אין אים דערקענען סײַ די געוויינטלעכע פֿרומע קנייטשן פֿון דער אַמעריקאַנער חסידישער פּאָפּ־מוזיק, סײַ אַ שטילן אַנגסט וואָס אילאָוויטש גיט צו צום ליד.
אין איין סטראָפֿע, למשל, זאָגט ער זײַן זון, אַז ער זאָל זיך ניט אײַלן אויפֿצוּוואַקסן, ווײַל „אויף אייביק בלײַבן נישט די זמנים/ אפֿשר וועט דײַן דור גאָר וואַקסן שנעלער ווי מײַנעם‟. מע קען די דאָזיקע שורות סתּם איבערטײַטשן ווי אַ קאָמענטאַר אויפֿן חרדישן פּרינציפּ פֿון ירידת הדורות אָבער בײַ מיר קלינגט עס ווי אַ סובטילע באַמערקונג פֿון דעם, ווי גיך די חסידישע וועלט האַלט זיך אין בײַטן.
מיט זײַנע ווייכע ראָק־טענער, וואָס באַנוצן זיך ניט מיט די געוויינטלעכע פּאַסקודנע קלאַנגען פֿון סאַקסאָפֿאָנען וואָס פֿאַרפּעסטיקן ס׳רובֿ הײַנטיקע חסידישע לידער, איז דאָס דאָזיקע ליד סײַ מוזיקאַליש, סײַ ליריש גערעדט איינס פֿון די שטאַרקסטע חסידישע לידער אויף ייִדיש פֿון די לעצטע פּאָר יאָר.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.