איבערגעאַרבעט און פֿאַרייִדישט פֿון מיכאל פֿעלזענבאַום מיט דער צוזאַמענאַרבעט פֿון טײַערן פֿעטער, העניך גרױסמאַן, ז”ל
פּערסאָנאַזשן:
סטאַס מאַמזעראָװיטש — דער חתן
נאַטאַלי — װידער אַ כּלה
עגעגעבעבע ברוך ליפֿשיץ — נאַטאַליס ערשטער מאַן
ריטע — נאַטאַליס שװעסטער
זאָסיאַ, סאָפֿאַ לאַנגבער — דער כּלהס מאַמע
עמיר פּערסקי — אַ יונגער־מאַן אַ שװיצער מיט גרױסע װאָנצעס
קלמן װאַסערפּוצער — “אַ װאָס אין דער קאָרט”
סוליימאַן מאַמזעראָװיעטש — אַ שלעסערהאַקער, דעם חתנס טאַטע
סילװיאָ דע לאַ קאַסטראַטי — אַ דאָקטער אַ שאַרלאַטאַן
חיים־נחמן ביאַליקאָװיטש — אַ גאַסט
שײַקע עגלון — אַ גאַסט
מאַדאַם שפּרינג־אין־בעט — אַ גאַסט
מיסטער פּיש־פֿיש — אַן אַמעריקאַנער דיפּלאָמאַט, אַ פּענסיאָנער
ר’ ציבעלע — ביז גאָר אַ פּראָגרעסיװער רבֿ, אַ היקעװאַטער
אַ כינעזער
אַ מײדל
די געשעענישן קומען פֿאָר אין תּל־אָבֿיבֿ, אין דער דירה פֿון מאַדאַם לאַנגבער
סאַלאָן אין אַ תּל־אָבֿיבֿער דירה. מע גרײט זיך צו אַ חתונה־סעודה. די מאַמע שטײט בײַם סאַמאָהאָן־אַפּאַראַט און מאַכט בראָנפֿן און צעגיסט אים אין גרױסע פֿלעשער. ריטע פּאָרעט זיך בײַם טיש.
ריטע: בפֿירוש, בראָנפֿן װעט ניט סטײַען. צװאַנציק ליטער אױף צען מענטשן. מע קען דען אַזױ לעבן, מאַמע?
מאַמע: אָבער נישט אַלע טרינקען זשע, ריטעניו.
ריטע: אָן אַ ספֿק, אַלע טרינקען. קלמן װאַסערפּוצער טרינקט, עמיר פּערסקי טרינקט, מאַדאַם שפּרינג־אין־בעט טרינקט, דער דאָקטער דע לאַ קאַסטראַטי, אַפּנים, טרינקט אױכעט…
מאַמע: װאָס? ס’װעט זײַן דער דאָקטער דע לאַ קאַסטראַטי פֿון דער טעלעװיזיע־פּראָגראַם? עפּעס גלײבט זיך מיר נישט. און בכלל, צו הײלן אױף אַזאַ מאָדנעם אופֿן, מיט סיליקאָן און פּישעכץ…
ריטע: מאַמע, דאָס הײסט אורינע־טעראַפּיע. אין אונדזערע צײַטן מאַכן זיך אַלע די קאָסמעטישע אײַנשפּריצונגען מיט סיליקאָן. ס’פֿאַרשטײט זיך, אַז די מאָרדע װערט געשװאָלן װי בײַ אַ חזיר, דאַן דאַרף מען צולײגן אַן אורינע־קאָמפּרעס… הײסט עס אַזױ, דער דאָקטער טרינקט, חײם־נחמן ביאַליקאָװיטש און שײַקע עגלון טרינקען װי װילדע חיות, סטאַס טרינקט…
מאַמע: אונדזער נײַער חתן טרינקט?
ריטע: װי אַ בלינד פֿערד.
מאַמע: גאָט מײַנער, ריטעניו, װאָס איז דאָס פֿאַר אַן אױסדרוק? דאָס איז פֿאַר מיר אַ שרעקלעכע נײַעס. אונדזער נײַער חתן טרינקט? אַזאַ פֿײַנער יונגער־מאַן, ניט הײַנט מאָרגן װעט ער װערן אַ באַהעלפֿער פֿון דעם קרענק־מיניסטער…
ריטע: װײס איך װאָס… אױף נאַטאַליס אָרט, װאָלט איך זיך נישט געאײַלט נאָך אַ מאָל חתונה האָבן. און בכלל, איר ערשטער מאַן, עגעגעבעבע ברוך ליפֿשיץ איז אַ סך בעסער פֿון סטאַס מאַמזעראָװיטשן.
מאַמע: יאָ, אָבער דער עגעגעבעבע איז דאָך אַן עטיאָפּער, כּמעט אַ מאַראָקאַנער. אָ, גאָט אין הימל…
ריטע: אין אונדזערע צײַטן, מאַמע, דאַרף מען ברײטער קוקן אױף די אַלע זאַכן. ערשטנס, עגעגעבעבעס פֿאָטער איז אַן אַרגענטינער. און צװײטנס, אַ מאַראָקאַנער איז כּמעט אַ טערק, אַ טערק איז כּמעט אַ קאַראַיִמער, אַ קאַראַיִמער איז כּמעט אַ ליטװאַק, אַ ליטװאַק איז כּמעט אַן אַרגענטינער, און אַן אַרגענטינער איז שױן כּמעט אַ מענטש.
מאַמע: איך האָב גאָרנישט קעגן די אַרגענטינער עטיאָפּער, אָבער כ’האָב געהערט, אַז סטאַס האָט אַ גרױסע דירה.
ריטע: פֿע, מאַמע, דאָס איז ניט שײן, אױסצובײַטן אַזאַ פּרעכטיקן מאַן װי עגעגעבעבע ברוכל אױף אַ דירה?…
מאַמע: אַ דירה… אָבער װאָס פֿאַר אַ דירה! ממש אַנטקעגן איבער אַבו־כּביר…
ריטע: אָבער װאָס פֿאַר אַ מאַן! אַזאַ פֿײַנער און שטילער עטיאָפּער! אַן אמתער אינטעליגענט! צי אפֿשר איז ער טאַקע אַ פֿאַרשטעלטער אַרגענטינער?… גײ װײס… נײן, מאַמע, בפֿירוש, בראָנפֿן װעט נישט סטײַען.
מאַמע: דאַן װעל איך צוגעבן אין בראָנפֿן אַן עמער װאַסער פֿון קראַן, װי מײַן באָבע, אונדז צו לאַנגע יאָרן, פֿלעג טאָן.
ריטע: מאַמע, דו װילסט, אַז דאָס גאַנצע תּל־אָבֿיבֿ זאָל אונדז באַרעדן? איך װעל עס ניט דערלאָזן. און בכלל, אױב כ’װעל אַ מאָל יאָ חתונה האָבן איז טאַקע נאָר מיט אַ דיפּלאָמאַט אַ מיליאָנער. עס װילט זיך כאָטש אײן מאָל אין לעבן צו זײַן אין אַ סעלעברעטאָװסקע אַריסטאָקראַטישער געזעלשאַפֿט, עס װילט צו פֿאָרן װוּ דו װילסט, צו האָבן אַן אײגענע װילע, צו באָדן זיך אין שאַמפּאַניער… אַגבֿ, דער אַמעריקאַנער דיפּלאָמאַט־מיליאָנער, מסתּמא, טרינק אױכעט. אַ סקאַנדאַל, נישטאָ װאָס צו טרינקען, נישטאָ װאָס צו פֿרעסן!
מאַמע: ריטעניו, װוּ האָסטו זיך אױסגעלערנט אַזעלכע מיאוסע װערטער? פֿרעסן! פֿע! שעם זיך, ביסט דאָך כּמעט אַ בתולה, אַ כּלה־מױד פֿון אַ גוטער משפּחה. אַ שאָד, אַז איך װײס ניט, װער פֿון מײַנע זיבן קאַװאַלירן איז געװען דײַן טאַטע. ער װאָלט דיר בשום אופֿן ניט דערלױבט צו רעדן װי די מאָדערנע מײדלעך מיט די נאַקעטע פּופּיקעס. אַך, װוּ זײַנען מײַנע גוטע זיבן יאָר?…
מאַמע זינגט:
אַך, אין יענע שײנע צײַטן
אַך, אין יענע שײנע צײַטן,
שײנע צײַטן, הײַנט גאָר װײַטע
כ’האָב געשפּילט אַ שײנע ליבע
מיט די קאַװאַלירן זיבן.
אָך, איז דאָס געװען אַ לעבן,
װי אַ חלום. ניט צו גלײבן,
אַז אַנשטאָט דעם קלאָרן קאָפּ
כ’האָב געהאַט אַ ליבעטאָפּ.
זונטיק – יאָסעלע דער קלײנער,
מאָנטיק – בערעלע דער שײנער,
דינסטיק – מענדעלע קאַסיר,
מיטװאָך - פֿײַװעלע דער גבֿיר,
דאָנערשטיק – דער קרומער שמוליק,
פֿרײַטיק – אַרעלע און סרוליק…
און אום הײליקן שבת,
װען בײַ דער סאַזשעלקע זינגען די גרינע זשאַבעס, -
מע שלאָגט זיך על חטא פֿאַרן שפּרינגען אין יענעמס בעט,
און שױן מוצאי־שבת, אױ, װײ איז מיר און װינד,
װערט מען כּשר גרײט פֿאַר די נײַע זיסינקע זינד…
אין צימער לױפֿט אַרײַן עמיר פּערסקי מיט אַ גרױסן עמער אין דער האַנט. אָן װערטער נעמט ער אַרױס פֿון דער קעשענע און גיט איבער דער מאַמען אַ גרױסן פֿיש און הײבט באַלד אָן טעלעפֿאָנירן. בעתן טעלעפֿאָן־געשפּרעך נעמט ער אַרױס פֿון די קעשענעס קלײנע און גרױסע פּעקלעך מיט שפּײַז. ער רעדט מיט אַ מאָל מיט אַלעמען צוזאַמען.
עמיר: האַלאָ! “האַלאָ” האָב איך אָנגעשריבן מיט מײַן אײגן בלוט. האַלאָ! ריטע, איך בין אַ גאָון! האַלאָ, מאַדאַם, דאָס איז די אַמבאַסאַדע פֿון די פֿאַראײניקטע שטאַטן פֿון אַמעריקע? יאָ, פֿאַרבינדט מיך, ביטע, מיטן מיסטער פּיש אָדער פֿיש! יאָ… װוּהין? אין אַ קיבוץ? װוּ איז דאָס? אַהאַ, כ’האָב פֿאַרשטאַנען, לעבן עפֿולה. ריטע, דאָס זענען די מאַסלינעס פֿון סיביריע, און דאָס זענען די שפּראָטן פֿון טשערנאָביל. האַלאָ, מאַדאַם, פֿאַרבינדט מיך, ביטע, מיטן מיסטער פֿיש פּיש פֿונעם צימער נומער “נול, נול, זיבן”. ריטע, מיסטער פּיש־פֿיש איז אַן ערשט־קלאַסיקער דיפּלאָמאַט, אַ פֿאַרברענטער ציוניסט, ערשט נעכטן האָב איך אים געטראָפֿן אױפֿן באַנקעט בײַם ערן־קאָנסול פֿון מיקראָנעזיע. האַלאָ, מיסטער “נול, נול, זיבן”… אַנטשולדיקט…. װאָס פֿאַר אַ דזשײמס באָנד? איך װיל רעדן מיטן מיסטער פּיש־פֿיש: װאָס הײסט אַװעקגעפֿאָרן?… װוּהין? פּאַרדאָן, מאַדאַם, איך האָב זיך מיט אים צונױפֿגערעדט… האַלאָ! זײַט מיר מוחל, מאַדאַם, איך פֿאַרשטײ… אַ סוד, אַ געהײמע זאַך… משׂרד־הבטחון, שב”כּ, מוסד… איך פֿאַרשטײ… האַלאָ… דאָס איז אַ פֿאָרמענע נאַכאַלסטװע.
ריטע: װאָס איז געשען?
עמיר: / מיט אַ קול װי פֿון יענער װעלט/ ס’איז געשען דאָס ערגסטע, דאָס שרעקלעכסטע. די חתונות־טעראָריסטן האָבן פֿאַרשלעפּט מיסטער פּיש־פֿישן אין אַ געפֿענגעניש, אױף אַן אַנדער חתונה, צו זשאַקי אַבוטבול. דו קענסט דאָך די אבוטבולטשיקעס…
ריטע: / מיט אַ קאַלט קול/ הײסט עס, דער דיפּלאָמאַט װעט ניט זײַן?
עמיר: גאָט איז אַן עדות…
ריטע: אױב אַזױ, גײט אַװעק, גײט אַװעק פֿון דאַנען.
עמיר: לאָזט מיך זאָגן אַ װאָרט. איצט איז נישט קײן סעזאָן, איך שװער זיך, נישט קײן סעזאָן. עס פֿעלן די אמתע דיפּלאָמאַטן, זאָל איך אַזױ לעבן. װען איר זאָגט מיר מיט צװײ װאָכן צוריק, װאָלט איך אײַך געבראַכט װיפֿל איר װילט. דאָ איז געװען אַ גאַנצע שיף מיט די פּאַפּואַסער דיפּלאָמאַטן. פֿיר הונדערט פּאַרלאַמענט־מיטגלידער, פֿרישינקע, װי נאָר װאָס פֿונעם קאַלכאױװן. אַלע אין שװאַרצע סמאָקינגען, “בלעק ענד װײַט”. יאָ… און איצט איז נישטאָ. איך בין שױן געװען אין “כילטאָן” און אין “קרענקטאָן” כ’האָב דאָרטן אַ באַקאַנטן פּאָרטיע, אױך ער זאָגט, אַז קײן אמתע דיפּלאָמאַטן זענען נישטאָ. כ’װעל אײַך בעסער ברענגען די זינגערקע מאַדאָנע, כ’האָב אַ פֿרײַנד, װאָס איז גוט באַקאַנט מיט מאַדאָנע זיבעטן מאַנס מאַמע, ער װעט זי אײַנרעדן צו קומען. נאָר שטעלט זיך פֿאָר, װי שײן װעט עס זײַן. אַזאַ באַרימטע פּאַרשױן, װי מאַדאָנע זיבעטן מאַנס מאַמע בײַ אײַך אױף דער חתונה… /הײבט אָן צו זינגען/ אַדיע, אַמור, טוזשור און פּאָמפּידור, אַדיע…
ריטע: אַדיע!… ביז װאַנען איר װעט נישט קריגן אַן אמתן דיפּלאָמאַט און אַ מיליאָנער, װעל איך מיט אײַך נישט רעדן.
עמיר: ריטע, איך האָב אײַך ליב, ריטע!
ריטע: װאָס זאָל עס מײנען? איר װילט מיט מיר חתונה האָבן?
עמיר: יאָ.
ריטע: מיר לאָזן עס איבער אױף שפּעטער, װען איך װעל זיך גטן מיט אַ דיפּלאָמאַט אָדער מיט אַ מיליאָנער.
עמיר: אָבער דאָס איז אַ פֿאָרמענע ביוראָקראַטיע. איך װעל זיך באַקלאָגן.
ריטע: װעמען? דעם כינעזישן אימפּעראַטאָר? און בכלל, כ’װעל חתונה האָבן נאָר מיט אַ דיפּלאָמאַט אָדער מיט אַ מיליאָנער, אָדער מיט זײ בײדע.
עמיר: און איך? װאָס װעט זײַן מיט מיר?
ריטע: איר זענט נישט קײן דיפּלאָמאַט און ניט קײן מיליאָנער.
עמיר: װאָס זשע, כ’בין עפּעס אַ מאַניאַק פֿון קרית־מלכי? אױב גוט באַטראַכטן די זאַך, בין איך אױך אַ דיפּלאָמאַט און אַ מיליאָנער. מײַן פֿעטער אין אינדיע האָט מיר איבערגעלאָזט בירושה צװײ מיליאָן רופּיעס.
ריטע: האָ? װיפֿל איז דאָס אױף אונדזער געלט?
עמיר: אין אינדיע איז דאָס אַ סך געלט, אַרום דרײַסיק שקלים. אין אינדיע בין איך שױן אַ מיליאָנער, און בכלל… כ’בין כּמעט אַ פֿארטיקער דיפּלאָמאַט.
ריטע: אַ שײנער דיפּלאָמאַט, װאָס קען נישט אױספֿירן אַ בקשה פֿון אַ געליבט מײדל, פֿון אַ כּלה־מױד, כּמעט אַ בתולה.
עמיר: פֿאַר אײַך, ריטע, בין איך גרײט אױף אַלץ. איר זעט, איך גײ אױף קידוש־הקרענק! כ’װעל אײַך יאָ קריגן אַ דיפּלאָמאַט אַ מיליאָנער.
ריטע: און אַ פּאַטעפֿאָנטשיק?
עמיר: דעם פּאַטעפֿאָן װעט ברענגען קלמן װאַסערפּוצער: כ’װעל אױספֿירן אײַער בקשה, ריטעניו, און דערנאָך… דערנאָך װעל איך זיך הענגען און שיסן, פֿאַרסמען און טרענקען!!! יאָ, מײַן טײַערע ריטעניו, פֿון ליבע שטאַרבט מען!
עמיר זינגט:
פֿון ליבע שטאַרבט מען
פֿון ליבע שטאַרבט מען,
פֿון ליבע קרענקט מען,
די מענטשן האַרבע
און די געבענטשטע.
מע גײט זיך שיסן,
מע לױפֿט זיך טרענקען,
און דײַן געװיסן
נאָך מיר װעט בענקען.
דועט: עמיר און ריטע
עמיר: עס פּלאַצט מײַן האַרץ…
ריטע: נאָר בעסער װאָלט געפּלאַצט פֿון גאָלד דײַן בײַטל.
עמיר: דו ביסט מײַן שאַץ…
ריטע: באַזעץ מיט רײנע דימענטן מײַן שײַטל.
עמיר: איך האָב דיך ליב.
די ליבע מאַכט מיך װילד און ממש קראַנק…
ריטע: נאָר דיר צוליב, -
דער שליסל פֿון מײַן האַרץ ליגט אין דײַן באַנק.
עמיר און ריטע, צוזאַמען:
ליבע איז אַ גוטע סחורה, -
שלאָג זיך, דינג זיך, האָב ניט מורא,
ריטע:
אױסגעפּרוּװט מוז זײַן דײַן ליבע
ניט מיט טרערן, - שײנע, טריבע,
נאָר מיט דימענטן און גאָלד…
זײַ אַ מענטש און ניט קײן יאָלד.
עמיר איז גרײט אַװעקצוגײן, נאָר פֿאַרזאַמט זיך אױף אַ רגע בײַ דער שװעל.
עמיר: ריטע, איך מײן, אַז בראָנפֿן װעט נישט סטײַען.
עמיר איז אָפּ.
מאַמע: האָסט נישט געדאַרפֿט אַזױ רעדן מיט אים, ער איז אַ גאַנץ פֿײַנער יונגער־מאַן. ניט הײַנט מאָרגן װעט ער זיצן אין כּנסת.
ריטע: בײַ אײַך, מאַמע, זענען אַלע פֿײַן, און אַלע גײען זיצן אין כּנסת. און נאָכן כּנסת גײען זײ זיצן אין תּפֿיסה… גוט, אײן פֿלאַש װײַן איז גענוג, נאָר בראָנפֿן װעט טאַקע ניט סטײַען.
מאַמע: װוּ זענען נאַטאַלי און סטאַס? װיפֿל צײַט דאַרף מען זיצן אין דער מיקװה? און פֿאַר װאָס איז דער חתן געגאַנגען אין דער װײַבערישער מיקװה? אָך, דער קאָפּ גײט מיר כאָדאָראָם!… ס’איז שױן צײַט צו שטעלן חופּה…
אינעם צימער לױפֿט אַרײַן עמיר.
עמיר: רבותי, אױף די טרעפּ שטײט די עגעגעבעבע!
ריטע: װאָס פֿאַר אַ עגעגעבעבע?
עמיר: אײַער געװעזענער עגעגעבעבע ברוך… יאָ, עגעגעבעבע ברוך ליפֿשיץ, נאַטאַליס ערשטער מאַן. ער שטײט אױף די טרעפּ, שװאַרץ װי די נאַכט.
מאַמע: רבונו־של־עולם, נאָר דאָס פֿעלט אונדז אױס. װאָס װעט זײַן? נאַטאַלי מיט סטאַסן דאַרפֿן זיך אומקערן פֿון דער מיקװה, און אױב זײ װעלן אים טרעפֿן… דאָס איז פּשוט שרעקלעך. װי זעט ער אױס?
עמיר: כ’האָב דאָך געזאָגט, אַז ער זעט אױס װי אָטעלאָ, װײַס װי די װאַנט.
מאַמע: אױ־װײ! אָטעלאָ?!. ער װעט זי דערהרגענען /ברעכט זיך די הענט/ ער איז דאָך אַן עטיאָפּישער מאַראָקאַנער ליטװאַק, כּמעט אַן אַרגענטינער, און אַלע אַרגענטינער זענען דאָך אײפֿערזיכטיק.
ריטע: נו, יאָ. אַן עטיאָפּער איז כּמעט אַ טערק, אַ טערק איז כּמעט אַ קאַראַיִמער, אַ קאַראַיִמער איז כּמעט אַ ליטװאַק, און אַ ליטװאַק… איר װײסט דאָך אַלײן… יעדער ליטװאַק איז אַ פֿאַרשטעלטער אָטעלאָ.
מע קלינגט אין דער טיר.
עמיר: דאָס איז ער.
מאַמע: מע דאַרף עפּעס טאָן. פּאַן פּערסקי, רעדט מיט אים איבער!
ריטע: עמירטשיק, טײַערינקער, גײט שױן און װירקט אױף אים.
מע קלינגט אין דער טיר.
עמיר: /צו דער מאַמען/ פּאַני זאָסיאַ, ס’איז ניט כּדאַי, אַז איך זאָל מיט אים… װאָס װעל איך אים זאָגן? כ’בין דאָך נישט קײן סאָלדאַט און נישט קײן רעדנער.
ריטע: יאָ, תּיכּף זעט מען, אַז איר זענט נישט קײן רעדנער. װאָס זשע דען װעט איר טאָן אין דער כּנסת, אױב ניט רעדן?…
עמיר: /מיט אַ װײנױנדיק קול/ װען איך װאָלט געװען אַ סאָלדאַט אָדער עפּעס אַ כוליגאַן, װאָלט עס געװען אַן אַנדער זאַך, אָבער איך בין אַ ציװילער, אַ שטילער מענטש, כּמעט אַ פּאָליטיקער. דאָס איז אַן אױפֿגאַבע פֿאַר דער פּאָליצײ, אַז זײ זאָלן קעמפֿן קעגן די עלעמענטן פֿון אײפֿערזוכט און אַנדערע מינים פֿון דער כוליגאַנסטװע. /קוקט אױף ריטען/ נו, גוט! איך גײ! אַדיע אױף אײביק! ריטע, פֿאַרגעסט ניט צו זאָגן נאָך מיר אַ פּױלישן קדיש.
ריטע: אַ פּױלישן קדיש? װי אַזױ זאָגט מען דאָס?
עמיר: מיט אַ געװײן און מיט אַ טרער אין די אױגן…
עמיר דערנענטערט זיך פֿאָרזיכטיק צו דער אַרײַנגאַנג־טיר.
עס לאָזט זיך הערן אַ שטאַרק קלאַפּן אין דער טיר.
עמיר שפּרינג אָפּ אין אַ זײַט.
ריטע: עפֿנט נישט אױף די טיר!
מע קלינגט אין דער טיר.
ריטע: װײסט איר װאָס? עפֿנט יאָ אױף די טיר. זײַט אױף אים משפּיע!
עמיר: איך האַלט, אַז בעסער װאָלט געװען װען איר עפֿנט אױף די טיר און נאָך דעם װעל איך װירקן אױף אים.
ריטע: /מיט אַ שמײכל/ אױך מיר אַ דיפּלאָמאַט! פֿע!
ריטע עפֿנט אױף די טיר, אין צימער גײט אַרײַן װאַסערפּוצער מיט אַ פּאַטעפֿאָן אין די הענט.
װאַסערפּוצער: רבותי, אױף די טרעפּ שטײט די עגעגעבעבע, אַזױ צו זאָגן, ברוך ליפֿשיץ.
מאַמע: כּמעט אַ ליטװאַק!
װאַסערפּוצער: /גיט אַ קוק אױפֿן טיש/ אָפּאַ!!! רבותי, בראָנפֿן װעט ניט סטײַען.
ריטע: שאַ, װאַרט אַ רגע! װאָס האָט ער געזאָגט?
װאַסערפּוצער: ער האָט געזאָגט, אַז ער איז געקומען נאָך נאַטאַלי
מאַמע: איר האָט געהערט נאָך אַזאַ נאַכאַלניק? איך האָף, אַז איר האָט אים געזאָגט, אַז אונדזער נאַטאַלי האָט חתונה מיט סטאַסן?
װאַסערפּוצער: זיכער, װאָס פֿאַר אַ פֿראַגע? אָבער ער האָט געזאָגט, אַז ער פֿײַפֿט זיך אױס אױף דעם.
ריטע: נו, און איר? װאָס האָט איר אים געזאָגט?
װאַסערפּוצער: איך? גאָרנישט. איך בין דאָך דאָ נישט מער װי אַ גאַסט. כ’האָב טאַקע יאָ געזאָגט, אַז ס’איז ניט שײן, מע גרײט זיך צו אַ חתונה, נאָר ער האָט אױף דעם געענטפֿערט, אַז ער װעט אונדז אַלעמען נאָך װײַזן “אַ יענע חתונה”.
מאַמע: גראָד אַזױ האָט ער געזאָגט?
װאַסערפּוצער: אַיאָ. דעם אמת געזאָגט, איך האָב שױן מורא פֿאַר מײַן פּאַטעפֿאָנטשיק.
פֿון הינטער דער טיר לאָזן זיך הערן הױכע קולות און אַ גרױסער רעש.
עמיר: נו, ריטעניו, איך לױף אַװעק נאָך דעם דיפּלאָמאַט. שאַ־שטיל, נישט געזאָרגט. כ’װעל אַרױסגײן דורך דער הינטערשטער טיר.
עמיר איז אָפּ.
עס צעפּראַלט זיך די אַרײַנגאַנג־טיר און אין צימער פֿליִען אַרײַן סטאַס און נאַטאַלי: נאָך זײ פֿליט אַרײַן ר’ ציבעלע מיט די שטאַנגען און דעם “הימל” פֿון דער חופּה. זײ אַלע זענען אַ ביסל צעקנײטשט.
סטאַס: צו אַלדע רוחות! אין טאַטנס טאַטן אַרײַן! ס’איז פּשוט עפּעס אַ פּאַסטקע אױף מײַן קאָפּ! /צום רבֿ/ רבי, איר לעבט נאָך?
ר’ ציבעלע: /שטײט אױף פֿון דער ערד/ באָ־באָ־באָ…
סטאַס: אָמן! אַבי ניט ערגער…
נאַטאַלי לױפֿט צו צו דער מאַמען און הײבט אָן װײנען אױף איר ברוסט.
נאַטאַלי: מאַמע, געװאַלד, אױ, מאַמע מײַנע שײנע…
מאַמע: נאַטאַלי, װאָס איז געשען? ער האָט דיך באַלײדיקט?
נאַטאַלי: נאָך ערגער, מאַמע!
מאַמע: ער האָט דיר אַ פּאַטש געטאָן?
נאַטאַלי: אױ־װײ, מאַמע, נאָך ערגער!
מאַמע: װאָס זשע האָט ער דיר געטאָן, דער פּאַסקודניאַק, די עגעגעבעבע?
נאַטאַלי: ער האָט מיר אַ קוש געטאָן!
סטאַס: ס’איז פּשוט אַ כוליגאַנסטװע! איך באַדױער, אַז כ’האָב אים נישט אַראָפּגעלאָזט פֿון די טרעפּ. מע דאַרף אָנלערנען אַזעלכע פּאַרשױנען! אַז איך װעל זיצן אין כּנסת, װעל איך אומבאַדינגט אָננעמען אַ געזעץ קעגן די אַלע עגעגעבעבעס!
ריטע: /צו סטאַסן/ נו, דאַנקען גאָט. איך בין אַזױ צופֿרידן, אַז אַלץ האָט זיך אַזױ גוט געענדיקט. איר קענט זיך פּשוט נישט פֿאָרשטעלן.
סטאַס: פֿאַר װאָס זשע קען איך זיך נישט פֿאָרשטעלן? איר האַלט, אַז איך האָב נישט קײן פֿאַנטאַזיע אין קאָפּ? צי אפֿשר בין איך עפּעס סתּם אַ דעגענעראַט?
ריטע: איר האָט מיך ניט פֿאַרשטאַנען.
סטאַס: װאָס פּלוצעם האָב איך אײַך ניט פֿאַרשטאַנען?… הײסט עס, אַז איר האַלט מיך פֿאַר אַ נאַר?
ריטע: איר לאַכט פֿון מיר!…
סטאַס: איך? װען האָב איך געלאַכט? אַלע קענען באַשטעטיקן, אַז איך האָב ניט געלאַכט.
ריטע: פֿע!… און צו װאָס האָט איר חתונה, װען איר זענט אַזאַ נודניק?
סטאַס: אָ, כ’האָב חתונה כּדי אױסרעגולירן מײַנע סעקסועלע פּראָבלעמען.
ריטע: אוּװאַ, אוּװאַ, אוּװאַ… גאָר אַ פּריטשמעלעטער! /גײט אָפּ אין אַ זײַט/ נײן, נאָר אַ דיפּלאָמאַט, נאָר אַ ליטװאַק…
אינעם צימער קומט אַרײַן דער דאָקטער דע לאַ קאַסטראַטי.
נאַטאַלי: שלום־עליכם, דאָקטער: איך בין אַזױ צופֿרידן, כ’בין אַזױ צופֿרידן…
דאָקטער: װאָס פֿאַר אַ יונגער־מאַן שטײט דאָרט אױף די טרעפּ?
נאַטאַלי: דאָס איז פּשוט ניט איבערצוטראָגן…
סטאַס: ער װעט זיך טאַקע דערװאַרטן, אַז כ’װעל אים אַראָפּקײַקלען פֿון די טרעפּ.
דאָקטער: נו, אױב אַזױ, דערלױבט מיר אײַך באַגריסן, װי מע זאָגט, מיטן כּדין־וכּדת… מילא…
אינעם צימער גײען אַרײַן חײם־נחמן ביאַליקאָװיטש און שײַקע עגלון:
ביאַליקאָװיטש: װאָס? די חתונה װעט הײַנט נישט זײַן?
עגלון: מע האָט זי, חלילה, אַנולירט?
סטאַס: חלאת…
ביאַליקאָװיטש: עגעגעבעבע האָט מיר נאָר װאָס געזאָגט, אַז קײן חתונה װעט ניט זײַן.
עגלון: ער שטײט דאָך דאָ, אױף די טרעפּ.
סטאַס: אַ שטיק חוצפּהניק און אַ פּאַסקודניאַק װאָס ער איז…
ביאַליקאָװיטש און עגלון: /בײדע צוזאַמען/ נו, אױב אַזױ, טאָ דערלױבט אײַך באַגריסן… נאַטאַלי, סטאַס, פּאַני זאָסיאַ… דאָס איז זײער גוט, װאָס מע האָט ניט אַנולירט די חתונה. און דאָס איז דער גאַנצער בראָנפֿן? ס’װעט דאָך ניט סטײַען…
ר’ ציבעלע: טאַ־טאַ־טאַ־קי יאָ!
אינעם צימער גײען אַרײַן נײַע געסט, מאַדאַם שפּרינג־אין־בעט און אַ מײדל.
שפּרינג־אינ־בעט: טײַערע נאַטאַלי:.. /אַ קוש/ עגעגעבעבע ברוך האָט מיך געבעטן איבערצוגעבן אײַך אַ צעטעלע. ער שטײט דאָ, אױף די טרעפּ.
מאַדאַם שפּרינג־אין־בעט גײט אָפּ. סטאַס רײַסט אַרױס דאָס צעטעלע פֿון נאַטאַליס הענט, לײענט עס איבער און צערײַסט אױף פּיץ־פּיצלעך.
סטאַס: נו־נו, ער װעט זיך בײַ מיר דערװאַרטן, אַז איך װעל אים טאַקע אַראָפּװאַרפֿן פֿון די טרעפּ.
נאַטאַלי: /צו סטאַסן/ דו קענסט זיך אַפֿילו נישט פֿאָרשטעלן װי שטאַרק האָט ער מיך ליב.
סטאַס: פֿאַר װאָס קען איך זיך נישט פֿאָרשטעלן? װאָס אי’, כ’בין עפּעס אַ דעגענעראַט?
נאַטאַלי: /צום דאָקטער/ דאָקטער, מע זאָגט, אַז איר מאַכט ממש נסים. דאָס איז אמת?
דאָקטער: בוכשטעבלעך – נײן, אָבער עס טרעפֿן זיך גאָר פֿאַרשײדענע פֿאַלן.
נאַטאַלי: /װישט אָפּ די טרערן/ זאָגט מיר, דאָקטער, איר פֿאַרדינט אַ סך גאָלד?
דאָקטער: גאָלד? נײן, אָבער…
שפּרינג־אינ־בעט: אױך איך װיל זיך אײַנשפּריצן דעם סיליקאָן אין די ליפּן און אין די אױערן. איך מעג?
דאָקטער: איר? איך מײן, אַז נײן, אָבער יאָ.
װאַסערפּוצער: זאָגט מיר, דאָקטער, איך, צום בײַשפּיל, אַזױ צו זאָגן, בין אַ מיטגליד פֿונעם ייִדישן שרײַבער פֿאַראײן אין באַקאַ־על־גאַרביאַ. װיל איך טאַקע װיסן װי אַזױ װירקט די פּישעכץ־טעראַפּיע, צום בײַשפּיל, אַזױ צו זאָגן, אַױף דער שאַפֿונגס־ספּעציפֿיק פֿון ייִדיש? צי העכערן די פּישעכץ־קאָמפּרעסן די קװאַליטעט, צום בײַשפּיל, פֿון דער ייִדישער, אַזױ צו זאָגן, ליטעראַטור?
דאָקטער: די קװאַליטעט? איך מײן, אַז נײן. נאָר די קװאַנטיטעט, ס’קען זײַן, אַז יאָ.
פֿון דער הינטערשטער טיר באַװײַזט זיך עמיר פּערסקי און װענדט זיך שטיל צו ריטען.
עמיר: ריטע
ריטע: נו, װאָס? איר האָט געקראָגן אַ דיפּלאָמאַט?
עס לאָזט זיך הערן אַ טומל פֿון די טרעפּ.
עמיר: װאָס איז דאָס?
ריטע: דאָס איז ליפֿשיץ. בקיצור, װוּ האַלטן מיר מיטן דיפּלאָמאַט?
עמיר קװענקלט זיך.
עמיר: דער דיפּלאָמאַט איז דאָ, אין דער קיך.
ריטע: װאָס פֿאַר אַ נאַרישקײט. ס’איז דאָך ניט שײן. פֿירט אים גיכער אַרײַן.
עמיר: גוט, אָבער פֿריִער װיל איך אײַך װאָרענען… כאָטש ער איז טאַקע יאָ אַן אמתער דיפּלאָמאַט, איז ער אָבער נישט קײן אײראָפּעער.
ריטע: װער זשע דען?
עמיר: אַזױ, אײנער אַ מיליאָנער, אַ דיפּלאָמאַט. אַגבֿ, ער האָט זײער ליב ייִדישע מײדלעך.
ריטע: אָ, אַ יאַפּאַנער דיפּלאָמאַט?.. אַ טײַקון?
עמיר: זיכער, אַ טײַקון, אַ יאַפּאַנער.
ריטע: פֿון אַמבאַסאַדע?
עמיר: מע קען זאָגן, אַז פֿון אַמבאַסאַדע. זײַן פּאָסטן איז געגליכן צו אַ געשעפֿטס־אַטאַשע. זײער אַן אינטעליגענטער מענטש. ער האָט פֿאַרענדיקט דרײַ אוניװערסיטעטן, און אפֿשר - פֿיר. זאָל איך אַזױ לעבן! צװײ אין טאָקיאָ און צװײ אין מאָנדעװידעאָ. אָבער ער האָט עפּעס אַ משונהדיקײט אין זיך. אַ קלײניקײט, סתּם אַ מאָדנעקײט פֿון אַ דיפּלאָמאַט. דער עיקר, לײגט נישט דערױף קײן אַכט. איר פֿאַרשטײט, ער האָט זײער ליב צו רעדן װעגן שפּיציקע קעלנערס, מאַנקעטן און העמדער. מע קען גאָרנישט טאָן, דער עטיקעט פֿאָדערט.
ריטע: װוּ איז ער שױן?
עמיר: ריטע, גאָט איז אַן עדות, כ’האָב געטאָן אַלץ מעגלעכס.
עמיר עפֿנט אױף די טיר פֿון דער קיך, אין צימער גײט אַרײַן אַ שמײכלדיקער קלײנװוּקסיקער כינעזער: עס לאָזן זיך הערן קלעפּ אין דער טיר.
עמיר: װאָס איז דאָס?
ריטע: דאָס איז עגעגעבעבע ברוך.
כינעזער: סיאַאָ, סיאַאָ, תּל־ברוך… ייִדיסע מײדעלע תּל־ברוך…
כאַאָ לין’ דזין’… ייִדיסע מײדעלע תּל־ברוך…
סיאַאָ לין’ דזין’ דזין’ דזין’…
ריטע: פּערסקי!…
עמיר: װאָס?
ריטע: ער איז נישט קײן דיפּלאָמאַט.
עמיר: אַ דיפּלאָמאַט. איך שװער זיך.
כינעזער: דיפּלאָמאַטאַ… האָטעליאַ… דיפּלאָמאַטאַ… האָטעליאַ…
ריטע: ער איז נישט קײן יאַפּאַנער.
עמיר: כ’לעבן, אַ יאַפּאַנער.
ריטע: ער איז אַ כינעזער.
כינעזער: סינאַ, מאַנע אי סינאַ־סינאַ… ליאַן’ דזיאַן’ דזיאַן’…
עמיר: אַ יאַפּאַנער פֿון אַמבאַסאַדע.
ריטע: אַ כינעזער פֿון דער װעשערײַ.
עמיר: כ’האָב דאָך געזאָגט, אַז איצט איז נישט קײן סעזאָן. אומעטום איז די זעלבע זאַך, - כינעזער, כינעזער, נאָר כינעזער…
ריטע שטופּט אַרױס עמירן און דעם כינעזער פֿון שטוב.
ריטע: גײט אַװעק און אָן אַן אטמתן דיפּלאָמאַט זאָלט איר ניט צוריקקומען. און זעט, אַז דאָס מאָל זאָלט איר ברענגען אַן אמתן טײַקון, אַן אײראָפּײער. פּאַריז, לאָנדאָן, סאַן־פֿראַנציסקאָ… איר פֿאַרשטײט? “סע לע טואַ דע פּאַרי, טאַ־ראַ־ראַם־טאַם־טאַם־טאַם”.
עמיר: טאַ־ראַ־ראַם־טאַם־טאַם־טאַם.
ר’ ציבעלע: טאַ־טאַ־טאַקי יאָ.
ריטע: פּונקט אַזױ, טאַ־ראַ־ראַם…
עמיר: רבי, איר זענט אַן עדות! איך גײ אױף קידוש־הליבע! זאָל זײַן אַזױ, כ’װעל גײן צו די אַבוטבולן און צוגנבֿענען בײַ זײ דעם מיסטער פּיש־פֿיש.
ריטע: און דער דאָזיקער פּיש־פֿיש איז, חלילה, נישט פֿון אַזעלכע, װי דער אָ … יאַפּאַנער?…
עמיר: װאָס רעדט איר? אַ דיפּלאָמאַט פֿון דער עשטער מדרגה, אַ מיליאָנער פֿון פֿילאַדעלפֿיע. איר האַלט, אַז בראָנפֿן װעט סטײַען? עפֿעס גלײבט זיך נישט.
עמיר איז אָפּ.
מאַמע: נו, ריטעניו, אױב דער מיסטער אַמעריקאַנער איז דערװײַל נישטאָ, טאָ לאָמיר זיך זעצן צום טיש. און אַז דער דיפּלאָמאַט װעט, מירצעשעם, קומען, דאַן װעלן מיר שטעלן די חופּה.
ריטע: כ’בין מסכּים.
ר’ ציבעלע: באָ־באָ־באָ, טאַ־טאַ־טאַ טאַ־קע יאָ
מאַמע: ליבע און טײַערע געסט, די חתן־כּלה פֿאַרבעטן אײַך צום טיש. טײַערער דאָקטער דע לאַ קאַסטראַטי, אין נאָמען פֿון אַלע געסט, בעט איך אײַך צו זײַן דער חשובֿער בדחן אױף אונדזער חתונה.
די געסט זעצן זיך צום טיש און פֿילן אָן די בעכערס. עס הערשט אַ פֿײַערלעכע פּױזע. דער דאָקטער גרײט זיך באַגריסן די חתן־כּלה.
דאָקטער: נו…
עס לאָזן זיך הערן װילדע קלעפּ אין דער טיר, אַלע געסט בײגן זיך אײַן, װי נאָך אַן אױפֿרײַס. דער דאָקטער שטעלט אַװעק זײַן בעכער אױפֿן טיש.
דאָקטער: נײן, דאָס איז נישט איבערצוטראָגן. איך גײ איבעררעדן מיט אים.
דער דאָקטער גײט אַרױס אױף די טרעפּ. אַלע געסט שטײען װי פֿאַרשטאַרט און װאַרטן. דער דאָקטער קערט זיך אום, ער איז גאַנץ אומצופֿרידן.
נאַטאַלי: נו?.. װאָס?
דאָקטער: ער איז פּשוט אַ באָסיאַק. יאָ…
די געסט שטײען מיט די בעכערס אין האַנט און באַלד לאָזן זיך הערן װילדע קלעפּ אין דער טיר. די געסט בײגן זיך אײַן.
ביאַליקאָװיטש: מע דאַרף אים אָנרײַבן די מאָרדע. לאָמיר גײן, חבֿר עגלון:
עגלון: /נעמט אַראָפּ דאָס רעקל/ איר זאָלט נישט טרינקען אָן אונדז, מיר קומען באַלד צוריק. מיר װעלן אים באַגראָבן לעבעדיקערהײט. לאָמיר גײן, חבֿר ביאַליקאָװיטש:
ביאַליקאָװיטש און עגלון גײען אַרױס. די געסט שטײען און װאַרטן. עס װערט שטיל. אַ פּױזע. און דאָ גיט עמעצער אַ זעץ מיט דער טיר, מע הערט װילדע געשרײען. פּלוצעם װערט װידער שטיל. אין צימער גײען אַרײַן האַלב לעבעדיקע ביאַליקאָװיטד און עגלון:
ביאַליקאָװיטש: פֿאַר װאָס האָסטו אים ניט געהאַלטן?
עגלון: װי האָב איך אים געקענט האַלטן, װען דו אַלײן האָסט אים אָפּגעלאָזט.
ביאַליקאָװיטש: איך האָב אים אָפּגעלאָזט? דו האָסט אים אָפּגעלאָזט.
עגלון: איבער דיר האָט ער מיר שיעור ניט דערשטיקט. פּשוט אַ בעזאָבראַזיע! מע קען שױן נישט אַרױסגײן אױף די טרעפּ.
ביאַליקאָװיטש און עגלון קערן זיך אום צום טיש אונטערן אַקאָמפּאַנימענט פֿון װילדן קלאַפּן אין דער טיר. עס װײַזט אױס, אַז דער גרױזאַמער ליפֿשיץ זעצט אױס די טיר.
מאַמע: אפֿשר װעט עמעצער שױן אָנשטעלן דעם פּאַטעפֿאָן?
װאַסערפּוצער דרײט אָן דעם פּאַטעפֿאָן און די סעודה הײבט זיך סוף־כּל־סוף אָן מיט דער באַגלײטונג פֿון פּאַטעפֿאָן־מוזיק, “לאָמיר זיך צעקושן”, און װילדע קלעפּ אין דער טיר.
ביאַליקאָװיטש: חבֿר עגלון, שײַקע… איך עצה דיר צו האַלטן אַן אױג אױפֿן בראָנפֿן, װײַל ס’װעט נישט סטײַען. שטענדיק איז אַזױ.
עגלון: אױב אַזױ, איז לאָמיר ניט פֿאַרלירן די טײַערע צײַט.
שײַקע עגלון שטײט אױף, װינטשעװעט אָן, טרינקט אױס, װידער גיסט אָן, װינטשעװעט אָן, אאַ’װ.
שײַקע עגלון זינגט:
פֿאַר די שײנע חתן־כּלה!
באָם, באָם, באָם! לחײם! /טרינקט אױס און באַלד גיסט זיך אָן אַ צװײטע גלאָז/
פֿאַר די מחותּנים אַלע!
באָם, באָם, באָם! לחײם! /טרינקט אױס און גיסט װידער אָן/
פֿאַר דער טשוכטע־באַלעבאָסטע!
באָם, באָם, באָם! לחײם! /טרינקט אױס און באַלד גיסט זיך אָן נאָך אַ גלאָז/
זאָל די קעצעלעך ניט הוסטן!
באָם, באָם, באָם! לחײם!
פֿאַר די װײַבער, קינד און רינדער!
פֿאַר דער משקה גאָר באַזונדער!
באָם, באָם, באָם! באָם, באָם!
ס’גײט דער קאָפ מיר כאָ - דאָ - ראָם!
ס’גײט מיר כאָדאָראָם דער קאָפּ!
האָפּ, האָפּ! האָפּ, האָפּ, האָפּ!
ע – לע! בע- לע!
ר’ ציבעלע: אָ־אָ־אָמן… סע – לע!
אַלע געסט טרינקען אין דעם זעלבן ריטעם, ס’הײסט, זײער שנעל און פֿרײלעך.
מאַמע: /װי צו דער װאַנט/ רבותי, װאָס טוט איר? מיר האָבן נאָך נישט באַװיזן אָנפֿילן די בעכערס, און איר האָט שױן… מע טאָר ניט אַזױ, רבותי…
ביאַליקאָװיטש: לטובֿת דער מענטשהײט! לחײם! צי בין איך נישט גערעכט? האַ, חבֿר עגלון?
עגלון: גערעכט, אָן קײן שום ספֿק! לטובֿת דער מענטשהײט! לחײם! אַ קרענק איר אין די זײַטן!
דאָקטער: יאָ, איך זע, אַז דאָ טאָר מען נישט כאַפּן קײן פֿליגן.
ער טרינקט אױס פֿיר כּוסות מיט אַ מאָל און בעתן אָנגיסן זיך דעם פֿינפֿטן קוקט ער צו דער מאַדאַם שפּרינגנבעט.
שפּרינג־אינ־בעט: מײַן ליבער דאָקטער דע לאַ קאַסטראַטי, מיר גלוסט זיך זײער אײַנצושפּריצן אײַער סיליקאָן אין אַלע ערטער. סײַ מיר און סײַ מײַן קאָכאַנטשיקן. מע האָט מיר דערצײלט װעגן אײַך גאַנצע מעשׂיות, נסים־ונפֿלאָות! רבותי, עס זאָל זײַן שטיל! אָט, הערט. מײַנע אַ באַקאַנטע דאַמע איז פּלוצעם געװאָרן אַזױ שװאַך, אַז זי האָט אױפֿגעהערט אַרױסגײן פֿון דער שטוב. און דאָ, װײסט איר, נאָך צװײ סיליקאָן־אײַנשפּריצונגען אין הינטן איז זי ממש װי נײַ־געבױרן געװאָרן. הערט אַ מעשׂה, זי איז געגאַנגען אױפֿן מאַרק, האָט פֿאַרקױפֿט איר מאַנס בריליאַנטן פֿינגערל און זיך געקױפֿט װוּנדערלעכע כינעזישע גלעזערנע קרעלן.
דאָקטער: יאָ, דער סיליקאָן אין הינטן גיט װוּנדערלעכע עפֿעקטן. שטעלט זיך נאָר פֿאָר, עס קומט צו מיר אַן אַלטיטשקע דאַמע, אַרום נײַנציק יאָר. פֿאַרשטײט זיך, - זקינים־שװאַכקײט, לעבער, האַרץ, נירן, מאָגן, מאַראַזם… נו, האָב איך איר…
/ דעמאָנסטרירט מיט די הענט װי אױך מיט טענער דעם אײַנשפּריץ־פּראָצעס/ אײן מאָל און נאָך אַ מאָל… און נעכטן באַגעגן איך זי אױף דער גאַס – לױפֿט זי, פֿליט זי… װאָס אי’? װאָס לױפֿט איר אַזױ, מאַדאַם? האָ, מע האָט איר מבֿטל געװען איר עלטער־פּענסיע. מע גלײבט ניט, אַז זי איז נײַנציק יאָר אַלט, מע זאָגט – נײַן און אַכציק! די יוגנט האָט זיך צוריקגעקערט.
שפּרינג־אינ־בעט: דאָקטער, איר זענט אַ כּישוף־מאַכער און אַ קונצן־מאַכער, אַ קונצן־מאַכער און אַ כּישוף־מאַכער! שפּריצט אין מיר אַרײַן אײַער סיליקאָן, דאָקטער!…
מײדל: איך באַפּיש זיך פּשוט פֿון די דאָזיקע פֿאַקטן!
דאָקטער: /באַקוקט די געסט, גיסט זיך אָן און טרינקט אױס צװײ כּוסות נאָך אַנאַנד/ יאָ, דאָ ניט לאַנג צוריק קומט צו מיר נאָך אַן אַלטיטשקע דאַמע, בײַ די אַכציק… קײן צײן איז נישטאָ, קײן האָר איז נישטאָ, לײדיק און פּוסט… נו, האָב איך איר…
דעמאָנסטרירט דעם פּראָצעס פֿון אַ טאָפּל־אײַנשפּריצונג.
מײדל: אַך, איך באַפּיש זיך פּשוט פֿון דעם דאָזיקן פֿאַקט.
אין צימער גײט אַרײַן סוליימאַן מאַמזעראָװיטש, סטאַס’ פֿאָטער, מיט אַ גרױסער נאַרגילע אין די הענט.
דאָקטער: און װער איז דער?
ריטע: שטעלט זיך פֿאָר, אַז איך װײס נישט.
דאָקטער: אָט באַלד װעל איך אים… /פּרוּװט אױפֿשטײן, די שכנים לאָזן אים נישט/
סטאַס: /דערשטױנט/ פּאַפּאַ!
מאַמזעראָװיטש: זײַ באַגריסט, סטאַסעניו. כ’האָב קױם געפֿינען די קװאַרטיר. איז נאָך גוט, אַז אױף די טרעפּ שטײט אַ זײער סימפּאַטישער יונגער־מאַן, האָט ער מיר געװיזן. נו, כ’בין זײער צופֿרידן צו זען דיך אױף דער פֿרײַ. / צום עולם/ חבֿרה, זײַט באַגריסט! סטאַסיו, און װוּ איז דײַן באַשערטע? ס’איז שױן צײַט צו באַקענען זיך. האָ! /קושט נאַטען די האַנט/ פֿאָרמידאַבל! סאַבאַבאַ! אַכלאַ מײדל!!! כ’בין זײער צופֿרידן! איר װײסט, כ’בין אַ ביסל אָפּגעװױנט געװאָרן פֿון די דאַמעצעס. /באַקענט זיך מיט די געסט/ מאַמזעראָװיטש, סוליימאַן , מאַמזעראָװיטש, סוליימאַן ….
נאַטאַלי: סטאַסיו, װאָס איז דאָס? דו האָסט מיר אַפֿילו ניט געזאָגט, אַז דו האָסט אַ לעבעדיקן טאַטע. װוּ װױנט ער?
סטאַס: אַ רגע, װאַרט אַ רגע.
סטאַס פֿירט אָפּ דעם פֿאָטער אין אַ זײַט.
סטאַס: װי ביסטו אַהער געקומען?
מאַמזעראָװיטש: װאָס הײסט?… כ’בין אפֿשר דער בעסטער שלעסערהאַקער אין גאַנץ ישׂראל. מײַן נאָז האָט מיך געפֿירט צו דיר. כ’האָב באַקומען אַן אורלױב אױף אײן טאָג. מײַן לאַגע אין דער טורמע איז געװאָרן אַ סך בעסער װי פֿריִער, מע סטימולירט מיך מיט פֿאַרשײדענע פּריװילעגיעס.
סטאַס: /אַ דערשטױנטער/ הײסט עס, אַז דו ביסט געקומען מיט אַ קאָנװױ?…
מאַמזעראָװיטש: פֿע, סטאַסיו, דו האָסט דעגראַדירט, זײער דעגראַדירט. װאָס מיר אַ קאָנװױ, װער מיר אַ קאָנװױ! דו קענסט זיך אַפֿילו ניט פֿאָרשטעלן װאָס איז אַזױנס הײַנט, װאָס הײסט הײַנט אַ מאָדערנע טורמע.
סטאַס: /נודזשעט/ פֿאַר װאָס קען איך זיך ניט פֿאָרשטעלן? װאָס, כ’בין עפּעס אַן אײזל צי אַן אָפּגעריסענער נאַר? עס גײט מיר ניט אין דער נײַער סיסטעם. פּשוט קײנער װײסט נישט, אַז דו ביסט אין חד־גדיא. װאָס װעט זאָגן נאַטאַלי און דער עולם? מיר װאַרטן אױף אַ דיפּלאָמאַט אַ מיליאָנער. נײן, ס’איז אוממעגלעך. איך בעט דיך, פּאַפּאַ, גײ אַװעק.
מאַמזעראָװיטש: װוּהין זאָל איך גײן? איך האָב אַן אורלױב ביז מאָרגן.
סטאַס: איך װײס… גײ אַ ביסל איבער די גאַסן, דיר װעט עס זײַן זײער אינטערעסאַנט. אָט, נעם זיבן שקלים און גײ שפּאַצירן.
מאַמזעראָװיטש: /טרױעריק/ סטאַסיו, דו טרײַבסט מיך אַרױס?
סטאַס: אַ צרה אױף מײַן קאָפּ! בלײַב שױן דאָ, נאָר איך בעט דיך – קײן װאָרט װעגן דײַן טרױעריקער לאַגע, קײן װאָרט װעגן דער טורמע! און זע, באַגנבֿע נישט די געסט, איך בעט דיך!
מאַמזעראָװיטש: /װערט פֿרײלעך, גײט צו צום טיש, לעבן דער מחותּניתטע/ האָ, סאַראַ פּרעכטיק פּערעדאַטשע־פּעקל!
סטאַס: פּאַפּאַ!
מאַמזעראָװיטש: /זעצט זיך אַנידער לעבן נאַטען/ סאַראַ פּרעכטיקע שכנהשאַפֿט! מאַדאַם…
מאַמע: מאַדאַם זאָסיאַ לאַנגבער. פֿאַר אײַך, פּשוט סאָפֿאַ…
מאַמזעראָװיטש: אַך, מײַן טײַערע סאָפֿעטשקע, כ’בין ממש אָפּגעװױנט געװאָרן פֿון די אינטעליגענטע װוּנדערשײנע דאַמעצעס. איר װײסט, בײַ אונדז איז די קליאַטשעס… אַנטשולדיקט, דער דאַמסקע קאָרפּוס געפֿינט זיך גאַנץ באַזונדער פֿון דעם מענערישן.
סטאַס: פּאַפּאַ!
נאַטאַלי: איך הײב נישט אָן צו פֿאַרשטײן. װאָס, װער, װען? פֿאַר װאָס באַזונדער?
סטאַס: מײַן פּאַפּאַ קומט פֿון אַ קוראָרט.
נאַטאַלי: האָ, איך שלאָף און טרױם זיך אָפּצורוען אױף אַ קוראָרט.
װאַסערפּוצער: אַנטשולדיקט מיר, איך הײס קלמן װאַסערפּוצער: זאָגט מיר, ביטע, װי האָט איר זיך, צום בײַשפּיל, אײַנגעאָרדנט אױף אַ קוראָרט – אױפֿן אײגן חשבון צי, אַזױ צו זאָגן, מיט אַ פּראָטעקציע?
מאַמזעראָװיטש: װאָס זאָל איך אײַך זאָגן?… אַז מע איז געקומען מיך נעמען…
סטאַס: פּאַפּאַ!
מאַמזעראָװיטש: /טרינקט אױס אַ גלאָז װײַן/ יאָ, מיט אַ פּראָטעקציע פֿון אײנעם אַ מסור.
װאַסערפּוצער: האָ, גאָר אַזױ?… ס’איז עפּעס, אַזױ צו זאָגן, אַ שײנער קוראָרט? צי דאָס איז אַ סאַנאַטאָריע?
מאַמזעראָװיטש: סײַ אַ קוראָרט און סײַ אַ סאַנאַטאָריע. און װאָס הײסט אַ שײנע?… פּשוט אַ פּרעכטיקע. אַז די אױסלענדישע דעלעגאַציעס פֿון דער “עמנעסטי אינטערנײשענעל” קומען צו פֿאָרן, פֿאַלן זײ אין חלשות… פֿון דער שײנקײט. מע גײט אַרײַן אין דער קאַמער…
סטאַס: פּאַפּאַ!
מאַמזעראָװיטש: איר װײסט, דער עיקר איז, אַז מע גײט פֿון דאָרטן אַרױס אין גאַנצן איבערגעבױטע מענטשן, פּשוט ניט צו דערקענען.
נאַטאַלי: מע װערט אײדלער?
מאַמזעראָװיטש: װאָס? אײדלער? /טרינקט אױס נאָך אַ גלעזל/ װער קלאַפּט עס דאָרטן? יאָ, מע װערט אײדל, װי אַ צוציק, און מע װערט שענער. אָבער דאָס װיכטיקסטע איז, אַז בײַ די לײַט בײַט זיך די פּסיכיק. מע פֿירט דאָרט דורך אַ גװאַלדיקע קולטורעלע אַרבעט. איך רעד שױן נישט װעגן דעם צײנדאָקטער: ער איז פּשוט אַ קינסטלער. איך האָב זיך אַרײַנגעשטעלט אַלע צײן. אָט קוקט! מע האָט דאָך אַ סך פֿרײַע צײַט, פֿאַר װאָס זאָל מען נישט אַרײַנשטעלן די צײן? אױף דער פֿרײַ איז קען מאָל נישטאָ קײן צײַט, אָבער בײַ אונדז…
סטאַס: פּאַפּאַ! כ’האָב דיך געבעטן…
װאַסערפּוצער: און װיפֿל, צום בײַשפּיל, קאָסט דער דאָזיקער טור אױפֿן קוראָרט?
מאַמזעראָװיטש: עס קאָסט גאָרנישט, אַלץ איז גראַטיס, חצי־חינם, אומזיסט. און דאָ, ניט לאַנג צוריק, האָט מען מיך פּרעמירט מיט נײַע הױזן, און אױך בחינם. װער קלאַפּט עס דאָרט די גאַנצע צײַט?
ריטע: לײגט נישט קײן אַכט.
װאַסערפּוצער: דאָס איז פּשוט גלענצדיק! אַזױ צו זאָגן, אָן אַ גראָשן געלט… אײַער טור איז אױף אַ חודש צײַט צי?…
מאַמזעראָװיטש: מײַן טײַערער, די פּוטיאָװקע איז אױף דרײַ יאָר.
נאַטאַלי: אָט, סטאַס, דו זעסט, דײַן פּאַפּאַ האָט זיך אַזױ פֿײַן אָראַנזשירט, און דו… דו ביסט פּשוט אַ לעמעשקע.
װאַסערפּוצער: איך בעט אײַך, אָרדנט מיך אײַן, אַזױ צו זאָגן, אין דער סאַנאַטאָריע.
קולות. און מיך, און מיך, און מיך…
מאַמזעראָװיטש: ס’פֿאַרשטײט זיך, אַז איך װעל טאָן אַלץ מעגלעכס, כאָטש איך פּערזענלעך בין דאָרט נישט קײן גלאַװנע, אָבער װי אַ פּראָגרעסיװער אַרעסטאַנט… זײַט מיר מוחל, אַ חולה…
סטאַס: פּאַפּאַ, איך בעט דיך, בנאמנות…
מאַמזעראָװיטש: בײַ אונדז, בשעתן שפּאַציר…
סטאַס: פּאַפּאַ!
מאַמזעראָװיטש: לאָז מיך צו רו, אַ קלײנבירגער אײנער װאָס דו ביסט.
שפּרינג־אינ־בעט: /צו סטאַסן/ איר האָט נישט אַפֿילו קײן אַנונג, װי הױך עס שטײט הײַנט בײַ אונדז אין ישׂראל די סאַנאַטאָרסקע סיסטעם.
סטאַס: פֿאַר װאָס האָב איך עפּעס נישט קײן אַנונג? אַלע האָבן יאָ, און נאָר איך האָב נישט? װאָס איז דאָס פֿאַר אַ מין…
ר’ ציבעלע: אָ־אָ־אָ… אָמן!
עס קלינג דער טעלעפֿאָן. ריטע הײבט אױף דאָס טרײַבל.
ריטע: יאָ, דאָס בין איך. איר פֿירט אים? מיט אַ טאַסקי? גאָט צו דאַנקען, אַבי גיכער. מע דאַרף שױן שטעלן די חופּה, ביז װאַנען די געסט האָבן זיך ניט אָנגעשיכּורט! נײן, עגעגעבעבע איז נאָך ניט אַװעקגעגאַנגען. די גאַנצע צײַט רײַסט ער זיך אין דער דירה. איך װײס ניט װאָס װעט זײַן װײַטער. פּשוט אַ חרפּה און אַ בושה! מע װעט מוזן אים אַרײַנפֿירן דורך דער הינטערשטער טיר. אַ מלוכה… /לײגט אַװעק דאָס טרײַבל/ רבותי, איצט װעט קומען דער מיסטער פּיש־פֿיש: חבֿר ביאַליקאָװיטש, טײַערער, חבֿר עגלון, מאַדאַם שפּרינג־אין־בעט, מײדלעך, װי שעמט איר זיך נישט, לאָזט כאָטש אַ ביסל בראָנפֿן דעם דיפּלאָמאַט. חבֿר װאַסערפּוצער, איך בעט אײַך… שטעלט אָן דעם פּאַטעפֿאָן. לאָמיר אַ ביסל טאַנצן און װען ס’װעט קומען צו פֿאָרן דער מיסטער מיליאָנער װעלן מיר שטעלן די חופּה און נאָך דעם װידער זיך זעצן צום טיש. אַז ס’װעט קומען מיסטער פּיש־פֿיש, אַז ס’װעט קומען פּיש־פֿיש…
ריטע גײט טאַנצן מיט װאַסערפּוצערן. ר’ ציבעלע דרײט זיך אַרום לעבן זײ.
װאַסערפּוצער: איך פֿאַרשטײ נישט, פֿאַר װאָס די מײדלעך, צום בײַשפּיל, האָבן אַזױ ליב די דיפּלאָמאַטן?
ר’ ציבעלע: אָ־אָ־אָ… ע־ע־ע…
װאַסערפּוצער: איר זענט טאַקע גערעכט.
ריטע: /טאַנצט און זינגט/ אַז ס’װעט קומען דער מיסטער מיליאָנער…
װאַסערפּוצער: דער דאָזיקער מיסטער פֿיש אינטערעסירט מיך נאָר, װײַל איך װיל קױפֿן בײַ אים, צום בײַשפּיל, אַ קאָסטיום. איר װײסט, כ’בין אַזױ מיד געװאָרן צו לעבן אָן אַ גוטן, אַזױ צו זאָגן, דיפּלאָמאַטישן שמאָקינג.
ריטע: מעסיע װאַסערפּוצער, װאָס מאַכט איר זיך? דער קאָסטיום, װאָס איר טראָגט, איז אױך ניט קײן שלעכטער. װיפֿל האָט איר באַצאָלט דערױף אין גאָלד?
װאַסערפּוצער: אין גאָלד, צום בײַשפּיל, װײס איך נישט. איך האָב אים געקױפֿט אין אַ ספּעציאַליזירטן געשעפֿט פֿאַר די, אַזױ צו זאָגן, אָנפֿירערס פֿון הסתּדרות. סך־הכּל פֿאַר דרײַ שקלים און צװאַנציק אַגרות.
ריטע: האָ, איר זענט פֿון דער הסתּדרות־נאַטשאַלסטװע?
װאַסערפּוצער: נײן, איך בין, אַזױ צו זאָגן, דער פֿאָרזיצער פֿון דעם ייִדישן שרײַבער־פֿאַראײן אין באַקאַ־על־גאַרביאַ.
ריטע: האָ, איר זענט אַ ייִדישער שרײַבער?
װאַסערפּוצער: נײן, כ’בין ניט קײן שרײַבער, פּשוט איך בין צוגעשריבן צו באַקאַ־על־גאַרביאַ, כ’זאָל נישט צאָלן די אַרנאָנע. אָבער אַזױ בין איך צוגעשריבן, צום בײַשפּיל, צו דער אײַזנבאַן־מיניסטערסטװע.
ריטע: הײסט עס, אַז איר זענט אַן אײַזנבאַנער?
װאַסערפּוצער: נײן, איך בין נישט קײן אײַזנבאַנער, איך באַקום בײַ זײ, אַזױ צו זאָגן, אַן אומזיסטן בילעט. אָבער נענטער פֿון אַלע בין איך דװקא צו די פֿײַערלעשערס.
ריטע: האָ, איר לעשט…
װאַסערפּוצער: אַװדאי נײן, איך באַקום דאָרט מילך און קעז. איר װײסט דאָך, די פֿײַערלעשערס ריזיקירן, צום בײַשפּיל, מיטן געזונט. און צוליב דעם באַקומען זײ מילך, אַזױ צו זאָגן, בחינם, אומזיסט. כ’װער אַזױ מיד צו שלעפּן זיך יעדן טאָג נאָך דער מילך אַזש קײן קאַצרין.
ריטע: נעבעך, איך בין אײַך נישט מקנא… צו שלעפּן זיך יעדן טאָג אין די אָנגעפּאַקטע אױטאָבוסן, ס’איז דאָך אַזױ ענג, װי אין אַ פֿאַס מיט הערינג.
װאַסערפּוצער: דװקא צו פֿאָרן מיטן אױטאָבוס איז דאָך ניט אַזױ שרעקלעך, װײַל איך פֿאָר אין אַ טאַקסי װי אַ מיטגליד פֿון דעם תּל־אָבֿיבֿער שטאָטראַט.
ריטע: איר זענט אַ מיטגליד פֿון דעם שטאָטראַט?
װאַסערפּוצער: נײן, איך בין ניט קײן מיטגליד פֿונעם שטאָטראַט, איך פֿאָר נאָר װי אַ מיטגליד אין אַ באַזונדערן טאַקסי מיט אַ פּערזענלעכן שאָפֿער. אָבער, צום בײַשפּיל, אױך דאָס מאַכט מיך טױט מיד. און װען ניט דער אָפּרו אין דער, אַזױ צו זאָגן, ספּעציאַליזירטער רעגירונגס־סאַנאַטאָריע, װאָלט איך פּשוט ניט געהאַט קײן כּוח צו לעבן.
ריטע: איצט האָב איך פֿאַרשטאַנען, איר זענט אַ מיניסטער.
װאַסערפּוצער: ניט געטראָפֿן, איך בין ניט קײן מיניסטער. כ’האָב דאָך אײַך דערקלערט, אַז איך בין אַ פֿאָרזיצער פֿון דעם ייִדישן שרײַבער פֿאַראײן אין באַקאַ־על־גאַרביאַ.
ריטע: איז פֿאָרט זענט איר אַ ייִדישער שרײַבער?
װאַסערפּוצער: ניט געשטױגן און, צום בײַשפּיל, ניט געפֿלױגן. שױן אַ האַלבע שעה האַלט איך אין אײן דערקלערן און איר קענט מיך ניט, אַזױ צו זאָגן, פֿאַרשטײן.
ר’ ציבעלע: אי־אי־אי…
װאַסערפּוצער: הונדערט פּראָצענט, ר’ ציבעלע! אָט, איר זעט, ריטעניו, דער רבי פֿאַרשטײט מיך…
דאָס קלאַפּן אין דער טיר װערט אַלץ שטאַרקער און שטאַרקער.
סטאַס: דאָס אַלץ איז איבער דיר. דאָס אידיאָטישע קלאַפּן מאַכט אונדז קאַליע די גאַנצע חתונה.
נאַטאַלי: װאָס בין איך שולדיק, אַז ער האָט מיך אַזױ שטאַרק ליב?
מײדל: איך באַפּיש זיך פּשוט פֿון אַזאַ שטאַרקער ליבע.
ריטע: מע דאַרף איבעררעדן מיט אים. מעסיע װאַסערפּוצער, זײַט אַזױ גוט, גײט און פֿרעגט אים װאָס װיל ער פֿון אונדזער לעבן?
װאַסערפּוצער גײט אַרױס. אַלע געסט זאַמלען זיך בײַ דער אַרײַנגאַנג־טיר און װאַרטן. דאָס קלאַפּן רײַסט זיך איבער. װאַסערפּוצער קערט זיך אום אינעם צימער.
װאַסערפּוצער: ער פֿאָדערט, אַז דער חתן, סטאַס מאַמזעראָװיטש, צום בײַשפּיל, זאָל זיך אָפּטראָגן פֿון דאַנען צו, אַזױ צו זאָגן, אַלדע שװאַרצע רוחות.
סטאַס: מיר דאַכט, אַז ער װעט זיך דערװאַרטן, אַז איך װעל אים אַראָפּשמײַסן פֿון די טרעפּ.
מאַמע: זאָגט אים, אַז מיר װעלן אַרױסרופֿן די פּאָליצײ.
װאַסערפּוצער גײט אַרױס און קערט זיך באַלד אום.
װאַסערפּוצער: ער זאָגט, אַז קײן שום, צום בײַשפּיל, פּאָליצײ אױף דער װעלט װעט אים ניט פֿאַרבאָטן ליב צו האָבן זײַן פֿרױ, אַזױ צו זאָגן, אײַך, מאַדאַם נאַטאַלי:
נאַטאַלי: זאָגט נאָר…
סטאַס: אָט, זעסטו שױן, װאָס האָסטו אָפּגעטאָן מיט דײַן שײנקײט. זאָלסט זיך תּיכּף מודה־ומתװדה זײַן, אַז דאָס געפֿעלט דיר.
נאַטאַלי: גײ אין דר’ערד אַרײַן, מאַמזעראָװיטש, שװאָנצעלאָװיטש…
סטאַס: /צו װאַסערפּוצערן/ זאָגט אים, אַז באַלד װעל איך אים אַראָפּשמײַסן פֿון די טרעפּלעך.
װאַסערפּוצער גײט אַרױס, אָבער תּיכּף לױפֿט ער אַרײַן מיט אַ װילד געשרײ.
װאַסערפּוצער: עגעגעבעבע האָט זיך דורכגעריסן!!!
דער עולם לאָזט אַרױס אַ גװאַלדגעשרײ. די דאַמעס, און סטאַס צװישן זײ, שפּרינגען אָפּ פֿון דער טיר. די מענער לאָזן זיך װאַסערפּוצערן צו הילף, מע װאַרפֿט זיך אַרױף אױף ליפֿשיצן, דער קערפּער־קײַלעך קײַקלט זיך איבערן צימער, ביז ער קײַקלט זיך אַרױס פֿון דער דירה. מע הערט קװיטשיקע קולות: “האַלט די טיר! לאָזט אים נישט אַרײַן! געװאַלד! מײַן פֿינגער! געװאַלד!”
דורך דער הינטערשטער טיר גײט אַרײַן עמיר פּערסקי און שלעפּט דעם איבערגעשראָקענעם מיסטער פּיש־פֿיש: יענער איז אָנגעטאָן ביז גאָר מאָדנע, - אַ צילינדער־הוט אױפֿן קאָפּ, אַ באַבעטשקע אױפֿן האַלדז, ער טראָגט אַן אױסגעבליאַקעװעט לײַבל, קורצע, ביז די קני, הױז און הױכע גומענע שטיװל.
עמיר: ריטע, אָט איז ער. גאָטעניו, װאָס האָב איך איבערגעלעבט… איר זעט, דאָס האָט מיר מאַדאַם אַבוטבול אַ שמיץ געטאָן מיט די נעגל, װען איך האָב אים שױן געשלעפּט אױף זיך איבער די טרעפּ. אָבער, נישקשה, אױך איר האָב איר אַ גוטן זעץ געטאָן מיטן פֿוס… גוט, איך האָב געזען זײַן דיפּלאָמאַטישן פּאַס. ער הײסט פֿיש, מיט אַ סמיטשיק איבערן פֿײ, און נישט קײן פּיש, מיט אַ דגש אינעװײניק. אַנטשולדיקט, ריטע, זײַט באַקאַנט, ביטע, מיסטער פֿיש.
ריטע: גאַװ דו איו דו, מיסטער…
עמיר: זײַ זיך ניט מטריח, ריטעניו. ער רעדט אַ שײנעם ייִדיש. זאָגט שױן עפּעס, מיסטער…
פֿיש: זײַט באַגריסט, חבֿרטע מאַדאַם.
פֿונעם פֿאָדער־צימער קערן זיך אום די מענער.
פֿיש: די מענער האָבן געשלעפּט אַ פֿאָרטעפּיאַן?
ריטע: רבותי, דערלױבט מיר אײַך פֿאָרצושטעלן אונדזער גאַסט, - מיסטער פֿיש, אַן אַמעריקאַנער דיפּלאָמאַט.
אַלע געסט באַקענען זיך מיט פֿישן.
עמיר: נו, װאָס זאָגט איר איצט? אַן אמתער? יאָ? “סו לע טואַ דע פּאַרי, טאַ־ראַ־ראַם, טאַם־טאַם־טאַם…”
ריטע: אַן אמתער, טאַ־ראַ־ראַם, טאַם־טאַם־טאַם…
ר’ ציבעלע: אַ־אַ־אַ…
עמיר: פּונקט אַזױ, טאַ־ראַ־ראַם… און װאָס װעט זײַן פּערזענלעך מיט מיר? איך האָב אײַך ליב.
ריטע: שפּעטער, שפּעטער, אַז איך װעל זיך מיט אים גטן…
אַלע געסט באַקוקן מיסטער פֿישן װי אַ פֿערד אױף אַ יריד. מיסטער פֿיש שטײט באַשײדן אין אַ זײַט און שמײכלט.
װאַסערפּוצער: /באַטאַפּט מיסטער פֿישס צילינדער־הוט/ רײן פֿיטער, אַזױ צו זאָגן…
מײדל: זאָגט מיר, ביטע, װאָס פֿאַר אַ פּאָגאָדעס שטײען איצט אין די גװאַדעלופּעס? איך באַפּיש זיך פּשוט פֿון אײַערע גװאַדעלופּישע פּאָגאָדעס.
שפּרינג־אינ־בעט: מיסטער, זײַט באַקאַנט מיטן דאָקטער דע לאַ קאַסטראַטי.
דער דאָקטער, שיכּור װי לוט, מאַכט אַ רעװעראַנס און פּרוּװט דעמאָנסטרירן אַן אײַנשפּריצונג.
ריטע: רבותי, חבֿרים, פּאַנאָװיע, טאָװאַרישטשעס…
װאַסערפּוצער: זאָגט מיר, מיסטער פֿיש, אפֿשר װעט איר מיר פֿאַרקױפֿן אײַערע הױזן?
ריטע נעמט פֿישן אונטערן אָרעם און פֿירט אים אַװעק אין אַ זײַט. אַלע געסט גײען זײ נאָך, נאָר ביאַליקאָװיטש און עגלון דרימלען זיצנדיקערהײט בײַם טיש, מיט די קעפּ אין די טעלערס.
ריטע: איר ספּיקעװעט ענגליש?
עמיר: װאָס פֿרעגט איר, װאָס? גאָט צו דאַנקען, ער איז דאָך נישט קײן גראָבער יונג. ס’פֿאַרשטײט זיך, אַז ער ספּיקעװעט ענגליש, ייִדיש און לשון־קודש.
װאַסערפּוצער: זאָגט מיר, ביטע, דעם קראַװאַט אײַערן װעט איר מיר ניט פֿאַרקױפֿן? װען איר, צום בײַשפּיל, װאָלט מיר פֿאַרקױפֿט אײַערע הױזן, װאָלטן זײ צוגעפּאַסט צו דעם, אַזױ צו זאָגן, שניפּסל.
ריטע: /פֿירט אַװעק פֿישן אין אַ זײַט/ איר װײסט, שױן פֿון לאַנג האָט זיך מיר געװאָלט אױסדברן מיט אַ פֿאָרשטײער פֿון דער אײראָפּעיִשער קולטור.
נאַטאַלי: /נעמט פֿישן אונטערן אָרעם/ פֿאַר װאָס זענט איר אַזױ טרױעריק?
װאַסערפּוצער: װען איר װאָלט מיר פֿאַרקױפֿט אײַערע שטיװל, װאָלטן זײ, צום בײַשפּיל, זײער האַרמאָנירט מיט די הױזן און, אַזױ צו זאָגן, מיטן שניפּס. ביטע, פֿאַרקױפֿט…
עמיר: װאָס האָט איר זיך צוגעטשעפּעט צו אַ מענטשן. ער באַװײַזט ניט אַפֿילו ענטפֿערן אױף אײַערע פֿראַגעס. װאָס װילט איר, מאַדאַם שפּרינג־אין־בעט? סיליקאָן? נײן, קײן סיליקאָן האָט ער ניט, װײַטער.
מאַמזעראָװיטש: זאָגט מיר, װי האַלט איר דאָרטן אױפֿן װילדן מערבֿ מיט דער פּעניטענציאַרער סיסטעם אין די טורמעס?
עמיר: דאָס איז ניט אינטערערסאַנט. װײַטער.
שטימען:
פֿרעגט בײַ אים…
זאָל ער זאָגן…
װאָס הערט זיך…
עס װערט אַ טומל.
עמיר: װאַרט אַ מינוט, װאַרט!!! װאָס איז ער געקומען? באַלד װעל איך אים פֿרעגן. מיסטער פֿיש, איר זענט, װי איך װײס, אַן אַמעריקאַנער דיפּלאָמאַט און אַ גרױסער מולטי־מיליאָנער. אײַערע נײַע פֿרײַנד אינטערעסירן זיך צו װיסן, װאָס קלײַבט איר זיך טאָן בײַ אונדז אין לאַנד, אין ישׂראל?
פֿיש: רבותי, איך בין געקומען קײן ישׂראל צו זוכן אַ שטיקל ייִדישע פּרנסה.
ריטע: װאָס? פּערסקי, װאָס האָט ער געזאָגט?
פֿיש: מיר איז ניט אינטערעסאַנט צו זײַן אַ דיפּלאָמאַט, צו האָבן גרױסע מיליאָנען דאָלאַרן, און צו לעבן אין אַמעריקע, װײַל איך בין אַ פֿאַרברענטער ציוניסט און בונדיסט. הײַנט האָב איך איבערגעפֿירט אױפֿן חשבון פֿונעם קיבוץ אַלע מײַנע זיבן הונדערט מיליאָן דאָלאַר און גלײַך געװאָרן אַ קיבוצניק. כ’האָב פֿאַרלאָזט די דיפּלאָמאַטישע אַרבעט, אין דר’ערד צום טאַטן, און פֿון מאָרגן אָן הײב איך אָן אַרבעטן בײַ די קי. איך זע, אַז כ’האָב דאָ געפֿונען אַ סך גוטע פֿרײַנד־קיבוצניקעס און בונדיסטן. אַלע ייִדן זענען ברידער!!!
מיסטער פֿיש זינגט:
װאָס קען מען טאָן, איך פּשוט װער משוגע,
װען איך דערזע די קי אָדער די בעק,
די װױלע חיות זענען װירקלעך אַ סך קלוגער
פֿון די צװײפֿיסיקע, גאָר עקלדיקע שלעק.
דאָס געלט איז שלאַם און בלאָטע,
און פֿירט צו אַ גריזאָטע,
איצט בין איך פֿון דעם מיסט אין גאַנצן װײַט.
איך דרײ די קי די װײדלעך
און קוש זיך מיט די מײדלעך,
אין מײַן קיבוץ דאָס לעבן איז אָל־רײַט.
איך דרײ די קי די װײדלעך
און קוש די שײנע מײדלעך,
אין אַ קיבוץ דאָס לעבן איז אָל־רײַט.
װאַסערפּוצער: בפֿירוש, אַ צעדרײטער, אַזױ צו זאָגן, פּאַרשױן.
פּערסקי לױפֿט צום טיש, ריטע יאָגט אים נאָך.
ריטע: איך װעל דיר קײן מאָל ניט מוחל זײַן.
עמיר: װאָס קען איך טאָן? ריטעטשקע, ער איז אַ קרבן פֿונעם ציוניזם. איך בין ניט שולדיק. אױך קאַרל מאַרקס פֿאָן פֿרידריך ענגעלס האָבן פֿאָרױסגעזען, אַז ס’װעט קומען אַ גרױסער קריזיס. קאַרל מאַרקסן גלײבט איר?
ריטע: סײַ װי זענט איר אַ חזיר.
די געסט לאָזן פֿישן צו רו און קערן זיך אום צום טיש. מיסטער פֿיש בלײַבט שטײן אײנער אַלײן.
מאַמזעראָװיטש: װאָס האַקט איר אַ טשײַניק? לאָמיר מאַכן אַ לחײם לכּבֿוד דער פּעניטענציאַנער סיסטעם אין די ייִדישע טורמעס.
סטאַס: פּאַפּאַ!
מאַמזעראָװיטש: פֿאַרמאַך דעם פּיסק, סמאַרקאַטש!
דאָקטער: אַ פֿאַרדעכטיקע, אַ ניט קײן כּשרע זאַך איז דער סיליקאָן, אַ טריפֿהנע פּאַסקודסטװע. קײנער האָט זיך ניט אױסגעהײלט, קײנער ניט! פֿאַרקערט, אַז מע הײבט אָן מיט דער פּישעכץ־טעראַפּיע, שטאַרסט מען אױס װי פֿליגן.
שפּרינג־אינ־בעט: דאָקטער, װאָס רעדט איר עפּעס אַזױנס?
דאָקטער: װאָס רעדט איר, װאָס רעדט איר… לאָזט אָפּ אײַערע צוצעלי־מוצעלי. קונצן־מאַכער, כּישוף־מאַכער… טפֿו! איך בין אַ שאַרלאַטאַן! שאַר־לאַ־טאַן!!! װאָס? ס’געפֿעלט אײַך נישט? און מיר, מײנט איר, געפֿעלט עס?…
דער דאָקטער זינגט:
איך האָב געטרױמט צו זײַן אַ גוטער מענטש,
אַ שאַרלאַטאַן בין איך צום סוף געװאָרן,
עס קומט מיר שטראָף, עס קומט מיר קלעפּ און פּעטש,
אַז װײ’ז צו מיר און מײַנע װיסטע יאָרן.
קוקט אין פּנים מיר אַרײַן,
מע דערקענט אַ שאַרלאַטאַן,
כ’בין אַ פֿעלשער, סתּם… װאָס אין דער קאָרט.
גיסט מיר אָן אַ גלעזל װײַן,
װײַל איך בין אַ שאַרלאַטאַן,
אַלע װעלן שטאַרבן אױפֿן אָרט.
מיסטער פֿיש גײט צו צום טיש, אָבער אַלע ערטער זענען פֿאַרנומען.
פֿיש: מיר דאַכט, אַז דאָ פּראַװעט מען אַ חתונה.
קײנער ענטפֿערט אים ניט. די געסט הוליען און גיבן נישט קײן אַכט נישט אױף פֿישן און נישט אױף די קלעפּ אין דער טיר.
פֿיש: עמעצער קלאַפּט דאָרטן. עמעצער קלאַפּט אין דער טיר. מע דאַרף עפֿענען.
װאַסערפּוצער: אײַ, פֿיש־פּיש, װאָס דרײסטו זיך דאָ, אַזױ צו זאָגן, אונטער די פֿיס, װי אַ פֿאָרץ אין ראָסל?…
מיסטער פֿיש איז אַנטױשט און מיט אַ נאַרישן שמײכל אױף די ליפּן טרעט ער אָפּ אין אַ זײַט. מאַמזעראָװיטש שטײט אױף און האַלט אַ רעדע
מאַמזעראָװיטש: זאָל זײַן שטיל! אַזױ… סטאַסיו, דאָס איז זײער גוט, אַז סוף־כּל־סוף האָסטו חתונה געהאַט. אין אַ חודש אַרום װעל איך זיך אָסלאָבאָדיען פֿון דער טורמע…
סטאַס: /האַקט אים איבער/ פּאַפּאַ! דאָס איז שױן דער רוח װײסט װאָס!
מאַמזעראָװיטש: שטער מיר נישט! מיר װעלן װױנען אַלע צוזאַמען… איך װעל זיך ניאַנטשען מיט דײַנע קינדער…
נאַטאַלי: װאָס־װאָס־װאָס?… װאָס פֿאַר אַ טורמע? װעמען װעט ער ניאַנטשען? ער קלײַבט זיך װױנען מיט אונדז צוזאַמען? אין אײן צימער?
סטאַס: זײַ רויִק, נאַטאַלעטשקע. דאָס איז פּשוט אַ מיספֿאַרשטײעניש! פּאַפּאַ! איך בעט אײַך, װאָס גיכער אַװעק פֿון דאַנען!
מאַמזעראָװיטש: װאָס? מיט װעמען רעדסטו? סמאַרקאַטש אײנער װאָס דו ביסט!
סטאַס: פּאַפּאַ! פּאַשאָל װאָן!
מאַמזעראָװיטש קלײַבט זיך אַװעקגײן. קױם װאָס ער שטײט אױף די פֿיס.
מאַמזעראָװיטש: װאָס גיכער אַרױס פֿון דעם גיהנום! צוריק, צוריק אין מײַן טורמע!
מאַמזעראָװיטש גײט צום אַרױסגאַנג, מיסטער פֿיש גײט אים נאָך.
נאַטאַלי: און דו האָסט עס אַלץ פֿאַרהױלן פֿון מיר?
סטאַס: נאַטאַלעטשקע, ס’איז ממש אַ קלײניקײט…
נאַטאַלי: דו קענסט זיך נישט אַפֿילו ניט פֿאָרשטעלן, װאָס פֿאַר אַ מנובֿל דו ביסט.
סטאַס: פֿאַר װאָס קען איך זיך ניט פֿאָרשטעלן? צי אפֿשר האָב איך נישט קײן פֿאַנטאַזיע בײַ מיר אין קאָפּ?
נאַטאַלי: /קאַטעגאָריש/ פֿירט אַרײַן עגעגעבעבע! ברוכל, קום אַרײַן!
פּערסקי עפֿנט אױף די אַרײַנגאַנג־טיר און עס קומט די רגע פֿון ליפֿשיצעס טריומף. ער קומט אַרײַן אינעם צימער, אַ קלײנװוּקסיקער, אַ שװאַרצינקער, אַ פֿערטל עוף, מיט אַ בלאַס, אײדל גײַסטיק פּנים. די געסט שטעלן זיך אױס אין צװײ רײען און מאַכן אַ מין לעבעדיקן קאָרידאָר. ר’ ציבעלע שטעלט אױף די חופּה.
פּלוצעם כאַפּן זיך אױף ביאַליקאָװיטש און עגלון:
ביאַליקאָװיטש: רבותײ, װאָס איז דאָס? דער חתן איז פֿאַרשװאַרצט געװאָרן פֿון דער ליבע! די ליבע האָט אים פֿאַרשטעלט די זון!
עגלון: מאַדאַם כּלה, װאָס שטײט איר! גיט אַ קוש דעם חתן, װעט אים ליכטיק װערן אין די אױגן! לאָמיר מאַכן אַ לחײם לכּבֿוד דעם גרױסן געפֿיל פֿון ליבע!
ר’ ציבעלע: װי, װי, װי…
װאַסערפּוצער: עגעגעבעבע בן־רבֿקה און לאה.
ר’ ציבעלע: װי, װי, װי…
װאַסערפּוצער: נאַטאַניעלע בת־זאָסיע.
ר’ ציבעלע: האַ, האַ, האַ… הריאתמקודשתליבטבעתהזוכדתמשהוישׂראל!
אַלע: מזל־טובֿ!
ליפֿשיץ און נאַטאַלי שטײען אונטער דער חופּה און קושן זיך.
פּערסקי גיט אַ קוש ריטען. עס װערט אַ טומל.
נאַטאַלי און ליפֿשיץ זינגען:
אַן אמתע ליבע איז שטאַרקער פֿון אײַזן,
אַ ייִדישע ליבע איז שטאַרקער פֿון שטאָל,
דאָס שטאַרקע געפֿיל פֿאָדערט נישט קײן באַװײַזן,
עס װײנט, און עס לאַכט, און עס זענגט אױף אַ קול.
אַלע:
שפּילט אַ ליבע, לעבט אין שלום,
איז די ליבע ניט קײן חלום,
טרײַבט אַרױס פֿון האַרץ די מורא־קעלט.
קײן לחײם װעט ניט שאַטן,
סײַ די מײדלעך, סײַ די יאַטן,
הערשן זאָל די ליבע אױף דער װעלט!
ליבע איז די מלכּה פֿון דער װעלט,
ליבע איז דער הערשער פֿון דער װעלט,
זי צעברעכט די װענט און הערצער
זי באַהערשט אַלץ נײַע פּלעצער.
ליבע איז די מלכּה פֿון דער װעלט.
מאַמע: מע האָט געטענהט, אַז בראָנפֿן װעט ניט סטײַען, אָבער אַלע האָבן זיך אָנגעזשליאָקעט ביזן טױט! שױן! סוף מעשׂה!
פֿאָרהאַנג
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.