תּשע”ב
פּערסאָנאַזשן:
ר׳ איציק
ר׳ װעלװל
משה גרױס
ר׳ לופּו, דער קרעטשמער
מלכּה די קרעטשמערקע
הער זיגמונד קרױטער
כּמי־זמרים
די געשעענישן קומען פֿאָר אין יאַס, אין יאָר 1937, אין דער קרעטשמע “לופּו סין לופּו”
די געשעענישן האָבן נישט צו טאָן מיט די אמתע ביאָגאַפֿיעס פֿון די פּערסאָנאַזשן
אַ קרעטשמע אין יאַס.
אין מיטן דער קרעטשמע שטײט אַ טישל פֿאַר פֿיר פּערזאָנען. אױפֿן טישל שטײט אַ גרױסער בוטל װײַן, פֿיר גרעזער, אַ לאַבן ברױט, ברינזע, גרינע ציבעלעס און מאַסלינעס. בײַם טישל זיצט ר׳ איציק.
ר׳ איציק:
ר׳ לופּו, איך האָב זיך אױסגעדרײט דעם לינקן פֿוס, און קען נישט אױפֿשטײן. זײַט אַזױ גוט, ברענגט מיר, ביטע, נאָך אַ שטיקל פּאַפּיר און טינט.
צום טישל גײט צו ר׳ לופּו.
ר׳ לופּו:
נאַט אײַך אַ בױגן פּאַפּיר און טינט, און שרײַבט אײַך געזונטערהײט, נאָר… ר׳ איציק, האָט אױף מיר רחמנות. איך בעט אײַך… כ׳האָב דאָך געשטעלט װײַן פֿאַר פֿיר מענטשן, און גיט אַ קוק, דער בוטל איז שױן כּמעט לײדיק. מיר װאַרטן אױף אַ זײער בכּבֿודיקן גאַסט. ער קומט אַזש פֿון װין, כּדי צו הערן אײַך זינגען. זינגען, און ניט צו הערן אײַער שיכּורן כראָפּען.
ר׳ איציק:
ר׳ לופּו, איר זענט זײער אַ גוטער מענטש, נאָר איך װיל אײַך זאָגן גאַנץ אָפֿן, - איר זענט נישט גערעכט. נאָר איר זענט טאַקע יאָ גערעכט, אַז דער בוטל איז שױן כּמעט לײדיק. עס זעט אױס ניט שײן… ביטע, נעמט אַװעק דעם לײדיקן בוטל און ברענגט אַ נײַעם, אַ פֿולן.
ר׳ לופּו:
אָ, גאָטעניו, אַ כּלי־זמר בלײַבט אַ כּלי־זמר, טײַטש - אַ שיכּורניק.
ר׳ איציק:
װאָס זשע װילט איר, ר׳ לופּו? װאָס זאָל איך טאָן אין אַ קרעטשמע? שטריקן זאָקן אָדער שטעלן באַנקעס? און בכלל, איר האָט אַ טעות, איך בין נישט קײן כּלי־זמר, נאָר כ׳בין אַ כּלי־קודש, איך בין אַ פּאָעט!
ר׳ לופּו:
אַ כּלי אַהער, אַ כּלי אַהין… דער עיקר איז, אַז איבער אײַך זאָל איך ניט אָנװערן מײַן פּנים. ניט יעדן טאָג כאַפּט זיך צו מיר אַרײַן אַ רײַכער ייִד אַזש פֿון סאַמע װין.
ר׳ איציק:
אַך, ר׳ לופּו, ר׳ לופּו… כאַפּן כאַפּט ער זיך טאַקע אַרײַן צון אײַך, נאָר קומען קומט ער צו מיר. איר פֿילט אַ שטיקל אונטערשײד, האַ?
ר׳ לופּו:
איר האָט מיר אין גאַנצן פֿאַרדרײט דעם קאָפּ. איך בין אַ פּראָסטער ייִד, פּשוט כ׳האָב ליב אַ שײן לידל.
ר׳ איציק:
האָ, דאָ האָט איר אַ טעות. כאַפּט אַ זיץ, ר׳ לופּו, כ׳װעל אײַך עפּעס זאָגן. מע קען נישט ליב האָבן אַ שײן לידל און אין דער זעלבער צײַט - פֿײַנט האָבן דעם פּאָעט.
ר׳ לופּו:
איך פֿאַרשטײ װאָס איר װילט זאָגן, פּשוט כ׳האָב מורא, אַז איר װעט אַ תּל מאַכן אײַער לעבער.
ר׳ איציק:
װאָס מיר לעבער, װער מיר לעבער. אָט דאָ טוט מיר װײ, עס ברענט מיר אָט דאָ, אױפֿן האַרצן.
ר׳ לופּו:
װאָס אי׳?
ר׳ איציק:
מײַן געליבטע איז אַװעק פֿון מיר.
ר׳ לופּו:
װאָס? זי האָט אײַך נישט ליב?
ר׳ איציק:
פֿאַרקערט, זי זאָגט, אַז זי האָט מיך זײער ליב.
ר׳ לופּו:
אָט דאָס פֿאַרשײ איך שױן נישט.
ר׳ איציק:
װאָס קען איך אײַך זאָגן. עס װײַזט אױס, אַז ס׳איז גאָר נישט גרינג ליב האָבן אַ פּאָעט. גוט, ברענגט מיר װײַן.
ר׳ לופּו:
איר זאָלט נישט מײנען, אַז איך זשאַלעװע אײַך אַ גלאָז װײַן. נײן, פּשוט כ׳האָב מורא, אַז איר װעט מיר קאַליע מאַכן דעם װיזיט פֿון אַ רײַכן קונה.
ר׳ איציק:
ערשטנס, הער קרױטער קומט “אַזש פֿון װין” צו מיר און ניט צון אײַך, און שינית, אפֿשר װילט איר, אַז איך זאָל איבערגײן זיצן אין אַן אַנדער קרעטשמע?
ר׳ לופּו:
חס־וחלילה. װאָס רעדט איר עפּעס אַזױנס?…
ר׳ איציק:
און נאָך אַ זאַך… כ׳האָב פֿאַרגעסן אײַך צו זאָגן…
ר׳ לופּו:
װאָס נאָך?
ר׳ איציק:
אַחוץ הער קרױטערן פֿון װין, קומט הײַנט פֿון טערקײַ מײַן אַלטער פֿרײַנד, ר׳ װעלװל.
ר׳ לופּו:
אױך אַ טרינקער?
ר׳ איציק:
שעמט זיך, ר׳ לופּו. איר האָט מזל, אַז איך האָב זיך אױסגעדרײט דעם פֿוס, אַנדערש װאָלט איך איבערגעגאַנגען זיצן צו מענדל קאַטשקע. ר׳ װעלװל, זאָלט איר װיסן, איז אַ גרױסער פּאָעט. און אַ גרױסער מבֿין אױף רומענישן װײַן, אױף אײַער װײַן, ר׳ לופּו…
ר׳ לופּו:
נו, אױב אַזױ, טאָ איך בעט איבער אײַער כּבֿוד…
ר׳ איציק:
עס מאַכט נישט אױס. אגבֿ, כ׳האָב אָנגעשריבן אַ נײַ ליד, זײער אַ פֿרײלעך ליד, ספּעציעל פֿאַר אײַך… און אײַער פֿרױ… און אײַערע קינדער.
ר׳ לופּו:
איך גלײב נישט. נײן, באמת? פֿאַר מיר?
ר׳ איציק:
יאָ, באמת, פֿאַר אײַער פֿרױ.
ר׳ לופּו:
איז לאָמיר הערן.
ר׳ איציק:
קודם־כּל, ברענגט מיר אַ נײַעם בוטל װײַן.
ר׳ לופּו נעמט אַראָפּ דעם לײדיקן בוטל און גײט אַװעק. אין דער זעלבער רגע קומט אַרײַן ר׳ װעלװל און זעצט זיך צו צו ר׳ איציקס טיש.
ר׳ איציק:
ר׳ װעלװל, ר׳ װעלװל… כ׳האָב געװאַרט אױף אײַך אַ גאַנצן יובֿל, אַ קלײניקײט צו זאָגן - פֿופֿציק יאָר. װאָס הערט זיך עפּעס נײַעס אױף יענער װעלט?
ר׳ װעלװל:
ברוך השם, ר׳ איציק, ברוך השם…
װאָס הערט זיך, װאָס הערט זיך…
מע גאָלט זיך, מע שערט זיך,
מע זאָגט אַ ליגן און מע שװערט זיך.
און בכלל, װאָס קען זיך שױן הערן?…
מע װיל ניט לערנען, מע װיל נאָר זיך מערן…
און װאָס אַ מתּ, ניט פֿאַר אײַך געדאַכט, קען מאַכן?…
איר װעט טאַקע לאַכן, - מע פּײַניקט די שװאַכע,
און, גראָב, װי די בערן, -
מע לעקט דעם תּחת בײַ די רײַכע הערן.
ר׳ איציק:
נו, יאָ, די צײַט לױפֿט און איר, ר׳ װעלװל, בײַט זיך נישט.
ר׳ װעלװל:
זיכער, - מה שהיה הוא שיהי… אָבער, איך בין דאָך אַ גאַסט. אַזױ נעמט מען הײַנט אױף די געסט? װוּ איז די משקה?
ר׳ איציק:
גאָר טשיקאַװע… אַזױנס האָב איך נאָך נישט געהערט, - אַ מת זאָל טרינקען!…
ר׳ װעלװל:
ראשית, איך בין נישט קײן מת, נאָר אַ גאַסט פֿון יענער װעלט, און שינית, - עס טוט מיר זײער באַנג, אַז דו, מײַן בעסטער און געליבטער תּלמיד, דװקא דו זשאַלעװעסט מיר אַ גלעזל װײַן.
ר׳ איציק:
ר׳ װעלװל, װאָס רעדט איר עפּעס אַזױנס? כ׳האָב פּשוט געשיקט ר׳ לופּו צו ברענגען אַ נײַעם בוטל װײַן.
ר׳ װעלװל:
דאָס איז גוט, װײַל אַ מענטש װאָס טרינקט ניט, איז מיר בכלל נישט אינטערעסאַנט. נו, טו שױן עפּעס…
ר׳ איציק: /שרײַט/
באַלד… ר׳ לופּו, ס׳איז גוט אײַך שיקן נאָכן טױט. װוּ איז דער װײַן?
ר׳ לופּוס קול:
אָט קום איך…
ר׳ װעלװל:
דאָס איז גוט… װאָס באַהאַלטסטו דאָרט אונטערן טעלער?
ר׳ איציק:
אַזױ, גאָרנישט… אַ נײַ ליד…
ר׳ װעלװל:
איז לאָמיר הערן.
עס קומט אַרײַן ר׳ לופּו מיט אַ בוטל װײַן אין דער האַנט. ר׳ װעלװל איז פֿאַר אים אומזעעװדיק.
ר׳ לופּו:
אָט איז דער װײַן, נאָר איך בעט אײַך זײער, װאַרט אַ ביסעלע מיטן טרינקען. אַז דער װינער גאַסט װעט אַװעקפֿאָרן, װעל איך אײַך צוטראָגן אַ קריגל בעסטן װײַן, װאָס מע קען נאָר קריגן אין רומעניע.
ר׳ איציק:
ר׳ לופּו, זײַט באַקאַנט, - ר׳ װעלװל. װעלװל זבאַרזשער.
ר׳ לופּו: /קוקט זיך אַרום/
נו, װי געפֿעלט דאָס אײַך?… כ׳האָב אײַך געבעטן װי אַ מענטש, - טרינקט נישט. און איר?… אָט, איר זעט שױן די רוחות אַרומפֿליִען אין דער לופֿטן…
ר׳ איציק:
ר׳ לופּו, װען איר װאָלט אַ ביסל מער געלערנט, װאָלט איר געװוּסט, אַז עס זענען דאָ זאַכן, װאָס זעען אַלע מענטשן, און עס זענען דאָ אַזעלכע זאַכן, װאָס זעען נאָר מלאָכים, צדיקים און פּאָעטן… ר׳ װעלװל, זאָגט אים צי איך בין נישט גערעכט…
ר׳ װעלװל:
זיכער, אַז איר זענט גערעכט. ר׳ איציק, לאָזט אים צו רו. זײַן פֿאָטער, ר׳ אַריה־לײב לופּו, אונדז צו לאַנגע יאָרן, איז געװען אַ סך קליגער. האַ, ס׳איז נישטאָ װאָס צו רעדן…
ר׳ איציק:
איר הערט, ר׳ לופּו?
ר׳ לופּו:
װאָס זאָל איך הערן? אײַער סאָפּען?… אײַער סאָפּען איז פֿאַר מיר דער בעסטער באַװײַז, אַז איר זענט נישט קײן מלאך. בעסער, גרײט זיך צו צו דער טרעפֿונג מיטן הער קרױטער, איך בעט אײַך.
ר׳ װעלװל:
יאָ, דער דאָזיקער קרעטשמער איז נישט קײן קינסטלער…
ר׳ איציק:
ר׳ לופּו, גײט אײַך, גײט. איך האָב אַ גאַסט פֿון טערקײַ.
ר׳ װעלװל:
אמת, פֿון טערקײַ, נאָר איך בין נישט קײן טערק, און איך פֿאַרשטײ אַלץ, װאָס איר רעדט.
ר׳ לופּו:
האַ, עס איז שױן נישטאָ מיט װעמען צו רעדן…
ר׳ לופּו דרײט זיך אױס און גײט אַװעק.
ר׳ װעלװל:
מיט אים די סקוקאָטע פֿירט אַ געראַנגל, אָן אים איז אין בױך אַ גאַנצער מאַנגל…
ר׳ איציק:
האָ, אומעטום זוכסטו יושרדיקײט… ביסט ממש אַ קאָמוניסט.
ר׳ װעלװל:
װאָס איז דאָס פֿאַר אַ קרענק אַזאַ?
ר׳ איציק:
אַיאָ, כ׳האָב פֿאַרגעסן, ביסט דאָך געשטאָרבן מיט פֿופֿציק יאָר צוריק.
ר׳ װעלװל:
װאָס ציסטו די קו בײַ דער קאָדע? אַזױ נעמסטו אױף אַ גאַסט?
ר׳ איציק:
גוט, לאָמיר מאַכן אַ לחײם!
ר׳ איציק צעגיסט װײַן אין גלעזלעך.
ר׳ װעלװל:
זאָג עפּעס, װײַל אָן װינטשעװאַניעס זעט עס אױס װי אַ שיכּורע גוישע הוליאַנקע.
ר׳ איציק:
כ׳בין מסכּים. אַנומלטן האָב איך אָנגעשריבן אַ פּאָעמע, װעגן אײַך און אײַער געליבטער מלכּהלע.
ר׳ װעלװל:
נו…
ר׳ איציק:
יאַסי. אַבענד, זיבן אוהר.
דאַטום: דריטער יענער.
אַדרעס: אַן װאָהלגעבאָרענע
פֿרױ מלכּהלע דער שײנער.
איך האַבע דײַנען ליבן בריװ
מיט גראָסער פֿרײד געלעזן,
דו ביזט נאָך גוט און ליב צו מיר
פּונקט װי דו ביזט געװעזן.
און װאָס דו שרײַסט מיר: “װעלװל קרױן
לאָז אָפּ די גוטע ברידער,
זײ מײנען נאָר דאָס גלעזל װײַן
און דײַנע שײנע לידער” –
איז דאָס אײַן אירטום, מלכּהלע,
דאָס זאָלסטו גוט געדענקען,
אײַן װאַהרער דיכטער, מלכּהלע,
מוז קענען זיך פֿאַרשענקען.
דעם ליכט, דער ליבע און דער נאַכט,
דעם רעגן און דעם שליאַך,
דעם טרױם, װאָס האָט אים בלינד געמאַכט,
די שטערנע אױפֿן דאַך.
דער װערבע און דעם עפּלבױם,
דעם פֿײגלכען, װאָס פֿליט
און דורך דעם שענקען, מלכּהלע
װערט צײַטיק ערשט דאָס ליד.
נון, האָסטו מיך פֿערשטאַנדן װאָהל,
נון, איז דיר אַלעס קלאָר –
איך קיסע דײַנען ליבן מונד
און דײַנע שײנע האָר.
איך קיסע דײַנע אױגן דיר
און בלײַב אױף אימער דײַנער,
אין ליבע און ערגעבנהײט װעלװל דער ציגײַנער.
פּאָסט סקריפּטום: ביטע גריסע דאָרט
די פֿרײַנדע אונד בעקאַנטע
און שרײַבע:
זבאַרזשער־ערנקראַנץ
יאַסי, פּאָסטע רעסטאַנטע.
ר׳ װעלװל:
ר׳ איציק…
ר׳ איציק:
יאָ…
ר׳ װעלװל:
דו האָסט מיר קאַליע געמאַכט דעם װײַן.
ר׳ איציק:
איך?…
ר׳ װעלװל:
יאָ, דו. איך װײן, די טרערן פֿאַלן אין בעכער אַרײַן, און דאָס איז שױן נישט קײן װײַן, נאָר עפּעס אַ װײַבערישער שפּריץ. ר׳ איציק, לאָמיר אױסטרינקען פֿאַר אונדזערע מלכּות. לחײם!
ר׳ איציק:
פֿאַר די מלכּות! לחײם!
בײדע טרינקען, פֿאַרבײַסן און זענען ממשיך דעם געשפּרעך.
ר׳ װעלװל:
דו שרײַבסט גאָר נישקשה, נאָר ביסט אַ צוגעביסענער ייִד.
ר׳ איציק:
איך בין אַ צוגעביסענער?
ר׳ װעלװל:
נו יאָ, װער זשע דען? װוּ האָסטו געהערט, אַז איך זאָל רעדן װי אַ טשערנאָװיצער דײַטש? דו מאַכסט חוזק פֿון מיר:
“איך קיסע דײַנע אױגן דיר
און בלײַב אױף אימער דײַנער,
אין ליבע און ערגעבנהײט
װעלװל דער ציגײַנער.”
ר׳ איציק:
ס׳איז דאָך אַ שפּאַס. איר װײסט דאָך, אַז װען אונדזערע ייִדן װילן װײַזן, אַז זײ זענען הױך געבילדעט, הײבן זײ אָן צו רעדן װי זײ װאָלטן זיך נאָכגעקרימט נאָך אַ דײַטש. ס׳איז פּשוט אַזאַ הומאָר. ר׳ װעלװל, גלײבט מיר, אַז איך האָב נישט געװאָלט אָנרירן אײַער כּבֿוד, בנאמות.
ר׳ װעלװל:
אָט דאָס הײסט בײַ דיר הומאָר?… גיס אָן און לײען װײַטער.
ר׳ איציק:
מיט פֿאַרגעניגן. און װאָס הערט זיך בײַ אײַער מלכּהלע?
ר׳ װעלװל:
בײַ מלכּהלע דער שײנער? פֿון װאַנען זאָל איך װיסן? כ׳בין דאָך געשטאָרבן מיט אַ יובֿל צוריק! װאָס איז מיט דיר?… איך לעב דאָך נאָר אין דײַן האַרץ און אין דײַן דמין.
ר׳ איציק:
יאָ, יאָ, זײַט מיר מוחל. לחײם?…
ר׳ װעלװל:
לחײם!
זײ טרינקען און פֿאַרבײַסן.
ר׳ װעלװל:
דײַקע דיר װעל איך זאָגן דעם רײנעם אמת.
ר׳ איציק:
װאָס פֿאַר אַן אמת?
ר׳ װעלװל:
קײן שום מלכּהלע איז בײַ מיר קײן מאָל נישט געװען.
ר׳ איציק:
װאָס הײסט? איז צו װאָס פֿאַר אַ כאָלערע זענט איר אַװעקגעפֿאָרן קײן סטאַמבול?
ר׳ װעלװל:
זאָל איך אַזױ װיסן פֿון אונדזערע צרות. פּשוט איז געקומען מײַן צײַט, צו שטאַרבן… פֿון ליבע שטאַרבט מען, ר׳ איציק.
ר׳ איציק:
איר האָט מיר אין גאַנצן פֿאַרדרײט די געהירן. ס׳איז יאָ געװען אַ געליבטע צי נישט געװען אַ געליבטע?
ר׳ װעלװל:
דעם אמת?…
ר׳ איציק:
דעם רײנעם אמת…
ר׳ װעלװל:
איך װײס נישט.
ר׳ איציק:
אָצעם־קלאָצעם…
ר׳ װעלװל:
זי האָט געהײסן רחל־לאה, און זי איז געװען אַ חתונה געהאַטע, נאָר פֿאַר מיר זי איז געװען אַן אמתע מלכּה…
ר׳ איציק:
איך פֿאַרשטײ. בײַ מיר איז די זעלבע מעשׂה…
ר׳ װעלװל:
גענוג צו רעדן װעגן די פֿרױען… גיס אָן און לײען װײַטער.
ר׳ איציק פֿילט אָן די גלעזלעך און הײבט אָן צו לײענען. אין מיטן לײענען קומט אַרײַן משה גרױס און שטעלט זיך אָפּ בײַם טישל.
ר׳ איציק:
זאָג, מלכּהלע די שײנע,
צי געדענקסטו נאָך דאָס ליד:
“ס׳איז בעסער צו זײַן אַ דאָרן
אײדער אַ בלום װאָס בליט”?
כ׳האָב דיר דאָס ליד געזונגען
אײדער די באַן איז אַװעק,
אײדער די האַרבסטיקע װינטן
האָבן פֿאַרװיִעט דעם װעג.
די באַן איז אַװעקגעפֿאָרן
און ס׳איז אַװעק די שיף,
איצט װאָרקעט נאָך מײַן בענקשאַפֿט
מיט לידער און מיט בריװ.
בײַ לופּו סין לופּו אין שענקל
זיץ איך בײַם גלעזל װײַן,
אַ פֿרומער שטערן פֿינקלט
דורך דעם שױב צו מיר אַרײַן.
װאָלט איך געװען אַ שטערן,
װאָלט איך נישט לאַנג געטראַכט
און װאָלט מיט אַ שטילן ציטער
געפֿאַלן אױף דײַן דאַך.
און װאָלט איך געװען אַ שנײַדער,
װאָלט איך געפֿלױגן צו דיר,
און מיט מײַן גילדענעם פֿינגערהוט
אָנגעקלאַפּט אין דײַן טיר.
װאָלסטו אַרױסגעקומען
אין דײַן לאַנגן, געשטריקטן העמד
און די פֿרעמד, װאָס האָט דיך געפֿאַנגען
װאָלט מער נישט געװען פֿרעמד.
“ס׳קאָצל קומט” – װאָלסטו געמורמלט,
מיך פֿאַרבעטן אין שטוב אַרײַן
און ס׳װאָלט פֿאַרשמעקט אין שטיבל
מיט יונגע ניס און װײַן.
בין איך אָבער נישט קײן שטערן
און אַפֿילו קײן שנײַדער ניט,
איז מיר בעסער צו זײַן אַ דאָרן
אײדער אַ בלום װאָס בליט.
ר׳ װעלװל:
פּאַראַזיט װאָס דו ביסט! װילסט מיך דערהרגענען װילסטו?
ר׳ איציק:
װאָס אי׳? ס׳איז אַזױ שלעכט?
משה גרױס:
בראַװאָ, ר׳ איציק! ס׳איז עפּעס אַ נײַ שטיקל ליד, יאָ?
ר׳ װעלװל:
װער איז אָט דער חוצפּהניק װער?
ר׳ איציק:
זײַט באַקאַנט, - דער יונגער־מאַן הײסט אַרעלע פֿײגיס, נאָר אַלע רופֿן אים משה גרױס. דרײַ יאָר פֿאָרט ער נאָך מיר נאָך און שרײַבט לידער, װאָס אַפֿילו אַ מומחה קען נישט אונטערשײדן װוּ איז איציק מאַנגער און װוּ איז אָט דער חוצפּהניק. פּשוט, ער דערגײט מיר די יאָרן.
משה גרױס:
ר׳ איציק, איר זענט שיכּור צי װאָס? מיט װעמען רעדט איר דאָ, מיט װעמען?
ר׳ איציק:
איך רעד מיט ר׳ װעלװלען. נאָר װאָס פֿון סטאַמבול.
ר׳ װעלװל:
העי, דו, חוצפּהניק אײנער, װאָס דו ביסט! װאָס האָסטו זיך צוגעטשעפּעט צו אַ מענטשן? גײ זיך װוּהין ביסטו געגאַנגען.
משה גרױס:
האָ! נסים־ונפֿלאָות!!! איך חולם צי װאָס? ר׳ װעלװל? װעלװל זבאַרזשער??? אָך, אָט שטאַרב איך אױפֿן אָרט. אַנו, גיט מיר אַ פּאַטש אין די אױגן!
ר׳ װעלװל:
גענוג צו זשומען װי אַ פֿליג! אַ גלעזל װײַן װילסטו?
ר׳ איציק:
ער טרינקט נישט.
משה גרױס:
איך טרינק יאָ. מיט אײַך טרינק איך…
ר׳ װעלװל:
דאָס איז גוט, װײַל אַ דיכטער װאָס טרינקט נישט איז מיר פּשוט נישט אינטערעסאַנט.
ר׳ איציק:
איך פֿיל, אַז באַלד װעט װערן פֿרײלעך…
משה גרױס:
האָט נישט קײן מורא, איך האָב שױן אײן מאָל געטרונקען.
ר׳ איציק:
נו, יאָ, אַ מאָל האָט ער שױן געמאַכט אַ קידוש און מע האָט געמײנט, אַז עס קומט צו אַ קדיש.
משה גרױס:
נישט אמת.
ר׳ װעלװל:
גענוג צו בעבען. לחײם!
אַלע:
לחײם!
אַלע טרינקען און פֿאַרבײַסן.
ר׳ װעלװל:
נו, יונגער־מאַנטשיק, ביסט נאָך ניכטער?
משה גרױס:
נו יאָ.
ר׳ װעלװל:
דאָס איז שלעכט, נאָר נישקשה, די דערפֿאַרונג אין טרינקען װעט קומען צו דיר מיט יאָרן. בעסער זינג מיר עפּעס אַ ליד…
משה גרױס:
מײַנס אַ ליד? װעגן װאָס?
ר׳ װעלװל:
װאָס הײסט “װעגן װאָס”? װוּ זיצן מיר? אין אַ קרעטשמע? דאַן זינג אונדז עפּעס װעגן אַ קרעטשמע.
ר׳ איציק:
אַ שאָד, אַז כ׳האָב זיך אױסגעדרײט אַ פֿוס…
ר׳ װעלװל:
ר׳ איציק, ביסט אַ בײזער ייִד… אָבער, נישקשה…. נו, זינג שױן עפּעס, דו, משה גרױס…
משה גרױס שטײט אױף, גרײט צו זינגען. בינו־לבינו קומען זיך צונױף געסט, און די כּלי־זמרים האַלטן אונטער משהס זינגען:
אַ נע־ונדישע דױנע
בלאָער הימל, ביטערגראָז…
איך בין שיכּור און זאָרגלאָז.
כ׳זיץ אין שענקל,, זשליאָקע װײַן
און פֿאַרבײַס מיט ליבעפּײַן.
ביטערגראָז, אױ, ביטערגראָז,
כ׳בין אױף הפֿקר, כ׳בין הײמלאָז.
שלאָפֿן שלאָף איך אױף דער ערד
אױף דער פּאַשע לעם די פֿערד,
לעם די פֿערד און לעם די שאָף,
זיס און ביטער איז מײַן שלאָף.
ביטערגראָז, אױ, ביטערגראָז,
כ׳האָב געטרונקען אָן אַ מאָס.
שװאַרצע כמאַרעס, טערפּקע קימל…
כ׳זיץ אין שענק און כאַפּ אַ דרימל, -
מײַן געליבטע ז׳שײן און פֿײַן…
ביטערגראָז, אױ, ביטערגראָז…
גיט אַ װינט אַ שאַרפֿן בלאָז…
כ׳ליג אין פֿעלד גלײַך אױף דער ערד,
לעם מיר פּאַשען זיך די פֿערד,
סיװע פֿערד און װײַסע שאָף, -
זיס און ביטער איז מײַן שלאָף.
ביטערגראָז, אױ, ביטערגראָז,
איך בין שיכּור און זאָרגלאָז.
קאָרנבלומען, פֿרישע הײ…
מײַן געליבטע ז׳מלא־חן.
מירן וועלן טרינקען װײַן
ביזן װײַסן טאָג אַרײַן.
ביטערגראָז, אױ, ביטערגראָז…
כ׳ליג אין מיטן ברײטן שטראָז,
און מיט רעגן שמעקט די ערד…
כ׳האָב געטרונקען װי אַ פֿערד
און געליטן װי אַ שאָף.
אָף, מײַן שאַץ, שי יאַרע אָף.
ביטערגראָז, אױ, ביטערגראָז,
כ׳שטײ אין מיטן ברײטן שטראָז.
אַלע:
בראַװאָ! װיװאַט!
ר׳ װעלװל:
גאָר ניט שלעכט…
ר׳ איציק:
אָ גאָט מײַנער, איצט זאָגט מיר, - װוּ בין איך און װוּ בין “ניט איך”?
ר׳ לופּו:
גאָט צו דאַנקען, איצט בין איך באַװאָרנט פֿון אַלע זײַטן… אָט זעט איר, ר׳ איציק, אַז אױך אָן װײַן קען מען שרײַבן גוטע לידער.
ר׳ איציק:
װײסט איר װאָס, ר׳ חײם?… קושט אַ בער אין אחור…
ר׳ לופּו:
פֿע, אַ דיכטער זאָל האָבן אַזאַ פּאַסקודנע מױל…
ר׳ איציק:
איך בין נישט קײן דיכטער!
ר׳ לופּו:
װאָס זשע דען זענט איר? אַ קצבֿ?
ר׳ איציק:
איך בין אַ פּאָעט!
ר׳ װעלװל:
אָן קײן שום ספֿק, - ר׳ איציק, ביסט אַן אמתער פּאָעט. און דו, ר׳ לופּו, דו ביסט אַ גראָבער יונג, אַן עם־ארץ און אַ זשלאָב! דײַן טאַטע, זאָל זיך מיִען, דװקא ער איז געװען אַן אמתער מבֿין סײַ אױף אַ שײן לידל און סײַ אױף אַ גלעזל װײַן.
ר׳ לופּו:
װער רעדט עס דאָרטן?
ר׳ איציק:
װער, װער… אַ שנײַדער מיט אַ שער. ביסט פּלוצעם בלינד געװאָרן צי װאָס?… דאָס איז מײַן ליבער רבי און לערער, ר׳ װעלװל זבאַרזשער, אונדז צו לאַנגע יאָרן.
ר׳ לופּו:
נו, נו, טרינקט װײַטער, ר׳ איציק, טרינקט… דעם שׂכל האָט איר שױן פֿאַרטרינקען. אָבער נישקשה, איצט בין איך באַװאָרנט. משה גרױס, אַנו, קום מיט מיר אױף אַ מינוט, קום אַהער.
משה גרױס:
װאָס פּלוצעם? איך בלײַב דאָ, מיט ר׳ װעלװלען און ר׳ איציקן. אַז איר האָט מיר עפּעס צו זאָגן, טאָ זאָגט דאָ, קײן סודות פֿון זײ האָב איך נישט.
ר׳ לופּו:
יאָ, האָסט טאַקע אַ גוטן לערער האָסטו. זע נאָר, אַז דו זאָלסט נישט אָנהײבן אין גיכן טרינקען װי אַ פֿערד.
ר׳ איציק:
ר׳ לופּו, דאָס איר רעדט װי אַ פֿערדאַטש. איך װיל אײַך זאָגן אַ קלוגע זאַך, נאָר איר זאָלט נישט זײַן אױף מיר ברוגז.
ר׳ װעלװל:
איציק, לאָז אים צו רו. זעסטו דאָך, אַז ס׳איז נישטאָ מיט װעמען צו רעדן. לאָמיר אױסטרינקען, און זינג מיר עפּעס נאָך אַ שײן לידל.
ר׳ לופּו:
װער רעדט עס דאָרטן? אַ שד? אַ רואה־ואינו־נראה?
ר׳ איציק:
פּונקט אַזױ.
ר׳ לופּו:
אַ שײנע מעשׂה… באַהיט זאָל מען װערן. אַ טפֿו אױף מײַנע שׂונאימס קעפּ!
ר׳ לופּו גײט אַװעק.
ר׳ איציק:
אָט זעט איר שױן מיט װאָס פֿאַר אַ פֿערדאַטש מוז זי לעבן…
ר׳ װעלװל:
װעגן װעמען רעדסטו דאָ?
ר׳ איציק:
שאַ, שרײַט נישט. די קרעטשמערקע. אַ זעלטענע נשמה, אַ לעבן אױף איר.
משה גרױס:
אָפּאַ! אָט דאָס איז אַ נײַעס, פֿון אַלע נײַעס אַ נײַעס!
ר׳ איציק:
דו… אַנו, נעם דײַנע בעבעכעס און פֿאַרטראָג זיך פֿון דאַנען.
משה גרױס:
װאָס אַזױנס האָב איך געזאָגט? “אָפּאַ”? קײן שלעכטס האָב איך זיכער נישט געהאַט אין זינען.
ר׳ װעלװל:
באמת, איציק, דו צינדסט זיך אָן װי אַן איבערגעטריקנט שטיקל מאָך. דאָס בחורל האָט פּשוט געטרונקען איבער דער מאָס.
ר׳ איציק:
ר׳ װעלװל, זײַט נישט קײן אַדװאָקאַט. ער דערגײט מיר די יאָרן. ער גײט מיר נאָך, ער זינגט מיר נאָך, ער קריכט מיר אַרײַן אין דער נשמה. אפֿשר װילסטו אױך צו גײן מיט מיר צוזאַמען אין בעט צו מײַן געליבטער, האַ? װאָס שװײַגסטו?
משה גרױס:
ר׳ איציק… איך האַלט, אַז איר זענט אַ גרױסער פּאָעט, ממש אַ גאון, אָבער, זײַט מיר מוחל, צװײ זאַכן פֿעלן אײַך…
אַן אָנגעשטרענגטע פּױזע.
משה גרױס:
אַ מאָל, װען איר זענט… אונטערגעשאָסן, עס פֿעלט אײַך אַ ביסל אײדלקײט, און אַ מאָל אױך - אַ מוזיקאַלישער אױער…
ר׳ איציק:
װאָס װאָס װאָס… דאָס איך האָב נישט קײן מוזיקאַלישן אױר?… װאָס האָסטו זיך נאַסיאַדעט אױף מיר, װי אַ טשיריק אױפֿן תּחת, האַ?…
ר׳ װעלװל:
חבֿרה, איר מאַכט מיר קאַליע דעם יום־טובֿ…
משה גרױס:
רבותי, זײַט מיר מוחל, איך מוז גײן. מע װאַרט אױף מיר…
משה גרױס שטײט אױף און גײט אַװעק אין אַן אַנדערן צימער.
ר׳ װעלװל:
יאָ, אַ שײנע מעשׂה… איציק, װאָס האָסטו זיך צוגעטשעפּעט צום בחורל? ער איז גאָר אַ װױלער יאַט…
ר׳ איציק:
זײַט מיר מוחל. די נערװן מײַנע הרגענען מיך… אַלץ גײט מיר קרום־קײַלעכדיק־קאַפּױער…
ר׳ װעלװל:
איציק, איציק, איציק־קרױן… דו קומסט נישט אױס ניט מיט די פֿרײַנד און ניט מיט די פֿײַנט, ניט מיט די, װאָס האָבן דיך ליב, און… מיט זיך אַלײן, עס װײַזט אױס – אױך ניט.
אַ פּױזע. ר׳ איציק גיסט זיך אָן אַ גלעזל און טרינקט עס אױס, אָן צוּװינשטן יענעם און אױך זיך אַלײן.
ר׳ װעלװל:
דו טרינקסט װי אַ בעל־עגלה, אַבי צו טרינקען…
ר׳ איציק ענטפֿערט ניט.
האָסט זי ליב? די קרעטשמערקע… װי הײסט זי?
ר׳ איציק:
מלכּה.
ר׳ װעלװל:
נאָך אַ מלכּה… יאָ, אַ שײנע מעשׂה…
ר׳ איציק:
נאָך נעכטן האָב איך געװאָלט אַװעקפֿאָרן, נאָר דאָ פּלוצעם איז אָנגעקומען אַ בריװ פֿון װין, אַז דער רײַכער בעל־טובֿה הער קרױטער װיל מיך זען און אַפֿילו מיטנעמען מיט זיך קײן עסטרײַך, אַז איך זאָל זינגען דאָרטן פֿאַר די רײַכע לײדיקגײערס.
ר׳ װעלװל:
מע טאָר נישט בײַסן די האַנט װאָס גלעט דיך.
ר׳ איציק:
יאָ, איר זענט גערעכט, ר׳ װעלװל…
ר׳ װעלװל:
גערעכט צי ניט גערעכט, עס מאַכט נישט אױס. פּשוט, דו מאַכסט די זעלבע פֿעלערן װאָס איך האָב אַ מאָל געמאַכט. אָבער, צו װאָרענען אַ פּאָעט איז דאָס זעלבע װאָס צו װאָרענען אַ משוגענעם.
ר׳ איציק:
װײסט איר װאָס… כ׳װעל נישט װאַרטן אױף דעם הער קרױטער, איך פֿאָר אַװעק גלײַך איצטער, גלײַך איצטער…
ר׳ װעלװל:
װעסט חרטה האָבן, נאָר… דײַן האַרץ איז דײַן האַרץ… און נאָר דער אײבערשטער קען לײענען דײַנע כּװנות…
ר׳ איציק שטײט אױף פֿון שטול.
אין דער זעלבער רגע עס לאָזט זיך הערן דאָס צאָקען פֿון אַ פֿערד, נאָך דעם - אַ הױך געשרײ, - “צאָפּ־צאָבאַ, טפּרו־ו…” און אין דער קרעטשמע לױפֿט אַרײַן אַ יונגער צעפֿלאַמטער און צעהײצטער הער קרױטער. ר׳ לופּו לױפֿט אים אַנטקעגן.
הער קרױטער:
גוטען אַבענד, מײַנע ליבע דאַמען און הערן.
ר׳ לופּו:
ברוך הבא, ליבער הער קרױטער, ברוך הבא. אַזאַ גאַסט אין שטעטל, אַזאַ גאַסט…
הער קרױטער:
ברוכים הנמצאָים, מײַנע ליבע פֿרױנדע…
ר׳ לופּו:
מאַטילדע, מאַטילדע, קום אַהער. נעם אָפּ בײַם חשובֿן גאַסט דעם מאַנטל און דעם שטעקן.
עס קומט צו לױפֿן אַ פֿלינקע יונגע פֿרױ, נעמט אָפּ בײַם הער קרױטער דעם מאַנטל און דעם הוט, דעם שטעקן, אָבער, לאָזט ער איבער בײַ זיך.
הער קרױטער:
אַ שײנעם דאַנק, מאַדאַם.
מאַטילדע ענטפֿערט נישט, נעמט אָפּ די זאַכן און גײט אַװעק.
ר׳ לופּו:
איר זענט מסתּמא מיד און הונגעריק, הער קרױטער. איז קודם־כּל, װאַשט אײַך די הענט און זעצט זיך צום טיש. מאַטילדע, ברענג אַהער אַ קאַנע מיט װאַסער און אַ פֿרישן האַנטעך.
עס לױפֿט אַרײַן מאַטילדע מיט אַ שיסל, אַ קאַנע און אַ האַנטעך אױף אַ גרױסן טאַץ, און שטעלט אים אױף אַ טישל, װאָס שטײט בײַ דער זײַט.
הער קרױטער:
דאַנקע, פֿילן דאַנקע, פֿראַו מאַטילדאַ.
הער קרױטער װאַשט זיך אָפּ די הענט. מאַטילדע נעמט דעם טאַץ און איז אָפּ.
ר׳ לופּו:
הער קרױטער, זײַט באַקאַנט, הער איציק מאַנגער.
ר׳ איציק:
זײער אָנגענעם, הער קרױטער. ביטע, זעצט זיך צום טיש.
הער קרױטער:
מיט פֿאַרגעניגן.
ר׳ איציק:
װי איז געװען דער װעג?
הער קרױטער:
אַ דאַנק, גאָר נישקשה, זײער אַ שײנער לאַנדשאַפֿט.
ר׳ איציק:
יאָ, רומעניע איז אַ שײן לאַנד. אַ גלעזל װײַן װילט איר?
הער קרױטער:
מיט אײַך? מיט פֿאַרגעניגן.
ר׳ לופּו:
הער קרױטער, אפֿשר װילט איר עפּעס באַזונדערס? איך האָב אַ פֿלאַש פּרעכטיקן פֿראַנצײזישן “מערלאָ”.
הער קרױטער:
אַ כּשרער פֿראַנצײזישער “מערלאָ”? זײער אינטערעסאַנט. אַזױנס האָב איך נאָך נישט געהערט.
ר׳ לופּו:
נײן, זײַט מיר מוחל… דער װײַן איז… נו, איר פֿאַרשטײט…
הער קרױטער:
עס מאַכט ניט אױס, כ׳װעל טרינקען דעם זעלבן װײַן, װאָס טרינקט הער מאַנגער.
ר׳ איציק:
אַ דאַנק, איר זענט זײער װױל צו מיר.
הער קרױטער:
אַ דאַנק אײַך. װוּ קען איך זיך אַװעקזעצן?
ר׳ װעלװל:
איציק, גיב אַכט, אַז ער זאָל זיך נישט אַרױפֿזעצן אױף מיר.
ר׳ איציק:
ביטע, דאָ, אַנטקעגן מיר װעט אײַך זײַן באַקװעם, מײן איך.
הער קרױטער:
אַ דאַנק. אפֿשר קענט איר מיך באַקענען מיטן מאַן, װאָס זיצט מיט אונדז בײַם טיש.
ר׳ איציק:
איר זעט דאָ עמעצן זיצן בײַם טיש?
הער קרױטער:
אַנטשולדיקט…
ר׳ איציק:
יאָ, יאָ, זײַט מיר מוחל, דאָס איז מײַן שולד. זײַט באַקאַנט, - הער בנימין־װאָלף ערענקראַנץ, הער זיגמונד קרױטער.
הער קרױטער:
זײער אָנגענעם. זיגמונד. עס דאַכט זיך מיר, אַז איך האָב שױן אַ מאָל געהערט אײַער נאָמען. ערענקראַנץ, װאָלף ערענקראַנץ… נײן, איך דערמאָן זיך נישט.
ר׳ װעלװל:
אױך מיר איז זײער אָנגענעם. איך מײן, אַז איך האָב עפּעס געהערט װעגן עמעצן פֿון אײַער משפּחה. איר זענט דאָך פֿון װין, אַיאָ?
הער קרױטער:
יאָ, ריכטיק.
ר׳ װעלװל:
איך האָב אַ מאָל געקענט הער זיגפֿריד קרױטערן פֿון װין, ער איז געװען אַ גרױסער קענער פֿון דער ייִדישער קונסט און אַ גרױסער בעל־טובֿה.
הער קרױטער:
זיגפֿריד קרױטער איז געװען מײַן אורזײדע, אָבער ער איז געשטאָרבן מיט זעכציק יאָר צוריק. זײַט מיר מוחל, װי אַלט זענט איר?
ר׳ איציק:
הער קרױטער…
הער קרױטער:
איר קענט מיך רופֿן גאַנץ פּשוט – זיגמונד.
ר׳ איציק:
יאָ, זיגמונד. אױך איר קענט מיך רופֿן גאַנץ חבֿריש – איציק.
הער קרױטער:
און הער ערנקראַנץ?
ר׳ װעלװל:
מיך קענט איר רופֿן װעלװל.
הער קרױטער:
װעלװל ערנקראַנץ.
ר׳ װעלװל:
נײן, בנימין־זאבֿ ערנקראַנץ, אָדער - װעװל זבאַרזשער.
הער קרױטער:
האָ, גאָט פֿון אַבֿרהם, פֿון יצחק און יעקבֿ… איר לעבט נאָך?…
ר׳ װעלװל:
אַ מאָל יאָ, און אַ מאָל נײן. דװקא הײַנט – יאָ.
הער קרױטער:
דאָס איז אַ שפּאַס? האַ, איך האָב פֿאַרשטאַנען. איר זענט אַ שױשפּילער און איר שפּילט עפּעס אַ ראָלע פֿון אַ גײַסט אין ר׳ איציקס נײַער כּישוף־פּיעסע. און איך בין פּשוט אָנגעקומען גלײַך אין מיטן אַ רעפּעטיציע. איר טרײַבט קאַטאָװעס, יאָ?
ר׳ װעלװל:
הלװאַי װאָלט דאָס געװען אַ שפּאַס. נײן, איך בין באמת אַ גײַסט פֿון װעלװל זבאַרזשערן, אַ געשפּענסטער. איך בין געקומען אױף אַ קורצער צײַט, נאָר אונטערצוהאַלטן ר׳ איציקן אין אַ שװערער לאַגע.
הער קרױטער:
אַ גײַסט? אַ לעבעדיקער מענטש קען זען אַ גײַסט?
ר׳ װעלװל:
נישט יעדער אײנער. צום בײַשפּיל, ר׳ לופּו זעט מיך נישט, אָבער איר און משה גרױס זעען מיך יאָ, װײַל מיר, זאַלבע דריט, מיר האָבן די זעלבע כּװנה, - מיר װילן העלפֿן אַ גרױסן ייִדישן פּאָעט.
הער קרױטער:
איר װײסט, איך בין אַ משׂכּיל, דערצו נאָך אַ קאַװאַלעריע־אָפֿיציר, און איך גלײב נישט אין די אַלע ייִדישע זאַבאַבאָנעס.
ר׳ װעלװל:
זאַבאַבאָנעס, זאָגט איר… גיט אַ קוק אין די ייִדישע ענציקלאָפּעדיעס, װעט איר זען, אַז בנימין־זאבֿ ערנקראַנץ איז געבױרן געװאָרן אין יאָר 1812, אין יאָר 1819, אין יאָר 1821 און צום סוף, - אין יאָר 1826. אָט דאָס חידושט אײַך נישט? צי קען דען דער זעלבער מענטש געבױרן װערן פֿינעף אָדער זעקס מאָל נאָך אַנאַנד?
הער קרױטער:
אמת, אַזױ שטײט געשריבן אין די ענציקלאָפּעדיעס.
ר׳ װעלװל:
ר׳ זיגמונד, איך װעל אײַך זאָגן דעם רײנעם אמת. הײַנט איז מײַן געבורטסטאָג, הײַנט בין איך געװאָרן הונדערט און צװאַנציק יאָר אַלט. און הײַנט איז דער לעצטער טאָג, װען מײַן נשמה, מײַן גײַסט קען זיך מאַטעריאַליזירן כאָטש אױף אַ פּאָר שעה. כ׳האָב נאָר געװאָלט אַ קוק טאָן מיט מײַנע אײגענע אױגן אָט אױף דעם אָ געניעלן אידיאָט. און װאָס װעט זײַן מאָרגן קײנער װײסט נישט. גלײבט מיר אױפֿן װאָרט, אַז אַנדערש װאָלט איך נישט געקומען.
הער קרױטער:
יאָ, אַ שײנע מעשׂה, ממש אַ ספּעקטאַקל…
ר׳ איציק:
נו, װאָס זיצן מיר עפּעס װי, ניט דאָ געדאַכט, פֿאַרדיבוקט. לאָמיר מאַכן אַ לחײם.
הער קרױטער:
מיט פֿאַרגעניגן. נאָר אײן מינוט. הער לופּו, אַנטשולדיקט מיר, הער לופּו…
עס לױפֿט אַרײַן ר׳ לופּו.
ר׳ לופּו:
יאָ, ביטע, הער קרױטער, װאָס װאָלען איר?
ר׳ איציק:
װאָס איז דאָס פֿאַר אַ לשון? ר׳ לופּו, רעדט װי אַ מענטש.
הער קרױטער:
עס מאַכט נישט אױס. ביטע, איך װיל באַשטעלן אַ פֿלאַש שליװאָװיץ און אַ גוטן ייִדישן ראָסל־פֿלײש, אױף דרײַ פּערזאָנען.
ר׳ לופּו:
אױף דרײַ אירע? איך האָב געמײנט, אַז איר װילט איבעררעדן מיט ר׳ איציק, אַזױ געזאָגט, אין פֿיר אױגן. איר װאַרט נאָך אױף אַ גאַסט?
הער קרױטער:
הע…
ר׳ איציק:
יאָ אַ גאַסט, נישט קײן גאַסט… אפֿשר משה גרױס װעט צוקומען שפּעטער.
ר׳ לופּו:
כ׳האָב אַלץ פֿאַרשטאַנען. שליװאָװיץ, צום שליװאָװיץ, און אַ ראָסל־פֿלײש, פֿאַר דרײַ אירע, פֿאַר דרײַ מענטשן.
הער קרױטער:
גענױ. אַ דאַנק אײַך.
ר׳ לופּו:
דאַן איך װעל אַװעקנעמען דעם פֿערטן שטול, עס זאָל אײַך זײַן באַקװעמער צו זיצן.
הער קרױטער:
הער לופּו, באַמיִעט זיך נישט. איך האָב ליב אַװעקצולײגן מײַן שטעקן אױפֿן שטול, לעבן זיך…
ר׳ לופּו:
האָ, יאָ, איך פֿאַרשטײ אײַך.
ר׳ לופּו איז אָפּ.
הער קרױטער:
יאָ, נסים־ונפֿלאָות… הער לופּו האָט אײַך נישט באַמערקט.
ר׳ װעלװל:
איך בין אױף אים נישט ברוגז.
אַ פּױזע.
הער קרױטער:
נו, רבותי, אפֿשר מאַכן אַ לחײם?
ר׳ איציק:
מיט פֿאַרגעניגן.
ר׳ איציק צעגיסט װײַן אין די גלעזלעך און װינטשט:
פֿאַר אונדזער טײַערן גאַסט. לחײם!
הער קרױטער:
פֿאַר דער גרױסער ייִדישער פּאָעזיע! לחײם!
אַלע:
לחײם, לחײם טובֿים!
מע טרינקט, מע פֿאַרבײַסט. ר׳ װעלװל הײבט אָן צו זינגען, פֿון דרױסן קומט אַרײַן משה גרױס און שטעלט זיך אָפּ בײַ דער סטױקע. פֿון הינטער דער סטױקע קומט אַרױס מלכּה און הערט זיך צו צום ליד.
ר׳ װעלװל: /זינגט/
אַך, דו הײליקע בלום, ביסט אײביק יונג און שײן,
נאָר די מענטשן די דומע, װעלן דיך ניט פֿאַרשטײן.
און װען איך װער בײַ מיר געפֿאַלן,
װען מײַן נשמה װערט פֿאַרשלאַפֿט,,
שלאָגסט דו אױף מיר דײַנע שטראַלן,
באַקום איך װידער נײַע קראַפֿט.
הער קרױטער:
אַ שײן ליד. די בלום, מײן איך, איז נישט קײן בלום, נישט קײן געװיקס, נאָר אײַער געליבטע. איך בין גערעכט, ר׳ װעלװל.
ר׳ איציק:
זײַן געליבטע, מײַן געליבטע…
הער קרױטער:
װאָס? איר האָט מיר עפּעס געזאָגט?
ר׳ איציק:
װאָס זיצן מיר אַזױ ניט פֿרײלעך, האַ, ר׳ זיגמונד?… הײַנט איז דאָך אַ יום־טובֿ!
הער קרױטער:
אַ יום־טובֿ? אין מיטן חודש אלול?
ר׳ איציק:
אַיאָ, הײַנט איז דער געבורטסטאָג פֿון אונדזערן טײַערן פּאָעט װעלװל זבאַרזשער. הײַנט װערט ער הונדערט און צװאַנציק יאָר אַלט. ר׳ לופּו, - װײַן פֿאַר אַלע געסט! איך צאָל!
הער קרױטער:
נײן, איך צאָל. הער לופּו, װײַן פֿאַר אַלע געסט, איך צאָל!
ר׳ איציק: /זינגט/
כ׳האָב, מלכּהלע, אַ ליד פֿאַרפֿאַסט
און דערצו געמאַכט אַ ניגון:
“דער חלום װײַזט אונדז גילדענע בערג
און צום סוף איז עס אַ ליגן”.
אַ ראיה האָסטו, מלכּהלע,
אָט בין איך דאָ אַנימלט,
זיצנדיק בײַם גלעזל װײַן,
בײַם טישל אײַנגעדרימלט.
האָט מיר דער פֿױגל פֿלאַטער־פֿלי
אױף זײַנע גילדענע פֿליגל
געבראַכט אַ בריװעלע פֿון דיר
פֿאַרחתמעט מיט אַ זיגל.
און אַז איך האָב עס אױפֿגעמאַכט
און אָנגעפֿאַנגען לעזן,
איז עס נישט קײן בריװ געװען
נאָר דו ביסט עס געװעזן.
אַ שלאַנקע, מיט צעלאָזטע האָר
ביסטו פֿאַר מיר געשטאַנען
און ס׳האָבן הינטערן פֿענצטער זיך
צעצװיטעט די קאַשטאַנען.
האָסטו געזאָגט: “אױ, װעלװל־קרױן,
װאָס כ׳האָב זיך אָנגעליטן” –
און ס׳האָט דער אַלטער ליפּעבױם
אױף ס׳נײַ גענומען צװיטן.
האָב איך געזאָגט: “גוט, מלכּהלע,
גוט, װאָס דו ביסט געקומען”
און כ׳האָב מיט מײַנע בײדע הענט –
דעם טיש אַרומגענומען.
האָט זיך די שענקערקע צעלאַכט:
“װאָס האָט זיך אײַך געטראָפֿן?
איר זענט, װײַזט אױס, הער ערנקראַנץ,
בײַם טישל אײַנגעשלאָפֿן”.
בין איך אַװעק אין מײַן האָטעל
און גענומען טינט און פֿעדער
און כּדי פֿאַר הײַנט און אַלע מאָל
זאָל װיסן עס אַ יעדער.
האָב איך דאָס שײנע ליד פֿאַרפֿאַסט
און דערצו געמאַכט אַ ניגון –
דער חלום װײַזט אונדז גילדענע בערג
און צום סוף איז עס אַ ליגן.
אַז ר׳ איציק פֿאַרענדיקט זינגען, װערט ר׳ װעלװל צערונען אין דער לופֿטן. פֿון זײַן שטול שלאָגט אױס צו דער סטעליע אַ קלײן װײַס װאָלקנדל.
הער קרױטער:
ר׳ װעלװל, װוּהין זענט איר אַהינגעקומען? ר׳ װעלװל….
ר׳ איציק:
דער חלום װײַזט אונדז גילדענע בערג
און צום סוף איז עס אַ ליגן.
ר׳ זיגמונד, איר זענט אַ װױלער מענטש. לאָמיר אױסטרינקען פֿאַר דעם שײנעם חלום.
הער קרױטער:
מיט פֿאַרגעניגן. אָבער װוּהין איז אַהינגעקומען אונדזער… אונדזער…
ר׳ איציק:
װער? די גאָלדענע פּאַװע? האָ, זי איז אַװעקגעפֿלױגן איבערן שװאַרצן ים… צו דער מלכּה פֿון טערק׳ײַ…
הער קרױטער:
איז לאָמיר אױסטרינקען פֿאַר די שײנע בלומען, - פֿאַר די פֿרױען. װי אַן אָפֿיציר, לײג איך פֿאָר אױסטרינקען פֿאַר די פֿרױען שטײענדיקערהײט. רבותי, פֿאַר די פֿרױען!
ר׳ איציק:
פֿאַר די בלומען, פֿאַר דעם שײנעם חלום!,
אַלע טרינקען.
הער קרױטער:
ר׳ איציק, אײדער איך װער פֿרײלעך, װיל איך מיט אײַך איבעררעדן װעגן אַן ערנסטן ענין.
ר׳ איציק:
אַדרבא ואַדרבא… כאָטש איך, פֿון מײַן זײַט, האָב ליב צו רעדן װעגן ערנסטע זאַכן װען איך בין שױן גאָר פֿרײלעך. ביטע, ר׳ זיגמונד, פֿאַרבײַסט מיט אַ שטיקל ברינזע. װײַן און ברינזע – דאָס איז אַ פּרעכטיקער בוקעט!
הער קרױטער:
אַ דאַנק. איך װעל זײַן קורץ. איך בין אײנער פֿון די אָנפֿירערס פֿון דער װינער קהילה, און יעדע צװײ־דרײַ יאָר טײלן מיר צו אַ סטיפּענדיע אײנעם פֿון די באַרימטע ייִדישע פּאָעטן פֿון מיזרח־אײראָפּע, אַז דער פּאָעט זאָל זיצן אין װין אױף אונדזערע קעסט און - שרײַבן, שרײַבן און שרײַבן.
ר׳ איציק:
ישר־כּוח, ר׳ זיגמונד, ישר־כּוח, ממש אַ ייִדישער אױפֿטו.
הער קרױטער:
אַ דאַנק. איך װעל זײַן מיט אײַך גאַנץ אָפֿן. מיט צװײ יאָר צוריק, װען מיר האָבן געדאַרפֿט אױסקלײַבן אַ נײַעם קאַנדיטאַן פֿאַר דער סטיפּענדיע, האָבן מיר זיך געװאַקלט, און נישט געקענט אױסקלײַבן פֿון די צװײ נעמען…
ר׳ איציק:
איך הער אײַך…
הער קרױטער:
מיר האָבן זיך געװאַקלט צװישן צװײ קאַנדידאַטן – איציק מאַנגער און אליעזר שטײנבאַרג…
ר׳ איציק:
זכרונו לבֿרכו…
הער קרױטער:
זכרונו לבֿרכו.
ר׳ איציק:
און איר זענט ספּעציעל געקומען קײן יאַס?
הער קרױטער:
ספּעציעל און ניט ספּעציעל. כ׳בין געװען אין װאַרשע, נאָר מע האָט מיר געזאָגט, אַז איר זענט אָפּגעפֿאָרן קײן רומעניע, אין אורלױב. כ׳בין געװען אין טשערנאָװיץ, אין לעמבערג, אין קעשענעװ, און…
ר׳ איציק:
יאָ, איך פֿאַרשטײ. אַן אומגעריכטע נײַעס.
הער קרױטער:
איך בין אַ גלײַכער מענטש. אײַלט זיך נישט מיטן ענטפֿער, מיר האָבן אַ פּאָר טעג אױף צו באַהאַנדלען דעם דאָזיקן ענין פֿון אַלע זײַטן.
ר׳ איציק:
יאָ, יאָ, אַ דאַנק…
אַ פּױזע.
הער קרױטער:
גיט אַ גוטן טראַכט װעגן אונדזער פֿאָרשלאַג.
ר׳ איציק:
יאָ, איך װעל עס טאָן. אגבֿ, ר׳ זיגמונד, צי זעט איר דאָרטן, בײַ דער סטױקע, שטײט אַ יונגער מאַן?
הער קרױטער:
יאָ, װער איז דאָס?
ר׳ איציק:
האָ, דאָס איז אַן אוניקום. איר דערלױבט מיר?…
הער קרױטער:
יאָ, זיכער. װי הײסט ער?
ר׳ איציק:
ער הײסט משה. משה גרױס, װאָס שטײסטו דאָרטן אָנגעבלאָזט װי אַן אינדיק ? קום אַהער, דו, פֿילאָסאָף…
משה גרױס קװענקלט זיך, נאָר קומט צו צום טישל.
ר׳ איציק:
משה, זײַ באַקאַנט, - הער זיגמונד קרױטער פֿון װין. הער קרױטער, - משה גרױס, אין פֿריִערדיקן לעבן - אַרעלע פֿײגיס.
הער קרױטער און משה גרױס:
זײער אָנגענעם.
ר׳ איציק:
משה, שטײ נישט װי אַ בױם אױפֿן װעג, כאַפּ אַ זיץ.
משה גרױס:
אַ דאַנק. און װוּ איז אונדזער?…
ר׳ איציק:
װער? דער נעכטיקער חלום?
“דער חלום װײַזט אונדז גילדענע בערג
און צום סוף איז עס אַ ליגן”.
הער קרױטער:
ר׳ משה, ביטע, פֿילט זיך הײמיש. װײַן, ברינזע…
ר׳ איציק:
און לידער.
הער קרױטער:
האָ, איר זענט אַ פּאָעט?
משה גרױס:
איך… איך…
ר׳ איציק:
װאָס קװעטשסטו זיך, װי אַ בתולה? יאָ, ער איז אַ פּאָעט און ער דערגײט מיר די יאָרן. איך קען שױן נישט אונטערשײדן װוּ זענען מײַנע לידער און װוּ זענען זײַנע. אַ צרה אױף מײַן קאָפּ…
הער קרױטער:
גאָר אַזױ? הײסט עס, אַז ר׳ משה איז אײַער אַ תּלמיד?
ר׳ איציק:
דאָס איך בין זײַנער אַ תּלמיד.
משה גרױס:
ר׳ איציק, אױב איר װילט, אַז איך זאָל אַװעקגײן, װעל איך אַװעקגײן.
ר׳ איציק:
שאַ! מע האָט דיך געבאָדן אין הײסן װאַסער צי װאָס?… זיץ און שװײַג. איך װײס װאָס איך זאָג. דער בחור טענהט, אַז איך האָב נישט קײן מוזיקאַלישן געהער. און ער איז גערעכט, איך הער די מעלאָדיע און דער ריטעם, נאָר איך קען זײ נישט אױספֿילן אַזױ װי איך הער. דאָס איז אַ גרױסע צרה. אַז איך הײב אָן צו זינגען, פּגרן די פֿײגלען און צעלױפֿן זיך די מײדלעך. און משהלע מײנט, אַז איך בין בײז אױף אים פֿאַר זײַנע אמתע װערטער. דער אמת, אָבער איז, אַז איך בין בײז אױף זיך אַלײן. דערצו נאָך האָט ער אַ שײן קול, און איך האָב אַ קרענק און נישט קײן קול.
הער קרױטער:
איך בין ממש צעמישט פֿון אײַערע װערטער.
ר׳ איציק:
הע, װײס איך װאָס… אַ שאָד, אַז איך האָב זיך אױסגעדרײט דעם לינקן פֿוס און איך קען נישט אױפֿשטײן. װען ניט מײַן פֿוס, װאָלט איך גלײַך געגאַנגען אין דרױסן אַרײַן און געבראַכט דעם בחורל אַ פּאָר אָליװן־צװײַגן.
משה גרױס:
ר׳ איציק, גענוג…
ר׳ איציק:
אָבער נאָך גרעסערע מעלה זײַנע איז, אַז ער שרײַבט גוטע לידער, באַמערקט - אָן אַ טראָפּנדל װײַן, כאָטש װײַן איז געגליכן צו דער תּורה.
הער קרױטער:
ר׳ משה, אפֿשר װעט איר פֿאַרשאַפֿן אונדז אַ פֿאַרגעניגן צו הערן עפּעס פֿון אײַערע לידער?
ר׳ איציק:
זיכער. ר׳ לופּו, רוף דעם עולם צו אונדזערן טישל. משה גרױס װעט זינגען מײַנע לידער. מוחל, זײַנע לידער.
צום טישל גײען צו כּלי־זמרים און געסט. מלכּהלע בלײַבט שטײן בײַ דער סטױקע. משה גרױס הײבט אָן זינגען:
אַ פֿרײלעכע קרעטשמע
אין אַ קרעטשמע בײַ אַ װאַלד
קומען זיצן יונג און אַלט.
אין דער קרעטשמע בײַ אַ װעג
פֿרײלעך איז דאָך אַלע טעג.
און די קרעטשמערקע אַלײן
איז אי יונג אי מלא־חן.
װער האָט זי אַ מאָל געזען
פֿילט אין האַרצן פֿײַער־ברען.
יונגער װײַן אין אָסיען־צײַט
נעמט צונױף די װױלע לײַט.
אױך דער קרעטשמער אין אַ שפּאַס,
זשליאָקעט װײַן גלײַך פֿון דער פֿאַס.
שיכּור־לוט, קונדסעװאַטע
קראַצט ער זיך די לינקע פּיאַטע,
נאָר װער אים װעט איבערטרינקען
װעט דאָס גאַנצע לעבן הינקען.
ליגט אַ בחור אױף אַ באַנק,
קושט זיך מיט אַן אַלטער שלאַנג.
אַזאַ יאָר אױף מײַנע שׂונאים
אױב זי האָט געהערט פֿון בשׂמים.
אָבער זי האָט אַלע מעלות,
װען זי קרעכטשעט מיט התלהבֿות.
װער אין חלום װעט זי זען
אױפֿשטײן װעט מיט אַ געװײן.
הער קרױטער:
בראַװאָ! ר׳ משה, איז זענט באמת גרױס! װיװאַט, װיװאַט, װיװאַט!
משה גרױס:
אַ דאַנק אײַך אַלעמען.
משה פֿאַרהוסט זיך און קען זיך נישט אָפּשטעלן.
משה גרױס:
זײַט מיר מוחל, איך מוז אײַך פֿאַרלאָזן אױף אַ פּאָר מינוט.
משה לױפֿט אַרױס פֿון דער קרעטשמע.
ר׳ איציק:
יאָ… דאָס אי׳ דאָס. כ׳האָב גערעדט מיטן דאָקטאָר. צװײ יאָר מאַקסימום, נישט מער… אַ מכּה אין לונגען, ניט פֿאַר אונדז געדאַכט.
הער קרױטער:
איך פֿאַרשטײ… ער װײסט װעגן דעם?
ר׳ איציק:
נײן. און בעסער, אַז ער זאָל נישט װיסן, ער איז דאָך אַ פּאָעט, אַ גוטער פּאָעט.
הער קרױטער:
יאָ, איך פֿאַרשטײ אײַך.
ר׳ איציק:
ר׳ זיגמונד, אַנומלטן האָב איך פֿאַרענדיקט אַ נײַ ביכל, עס הײסט “װעלװל זבאַרזשער שרײַבט בריװ צו מלכּהלע דער שײנער”. אָט איז דער כּתבֿ־יד. נעמט עס אַ מתּנה פֿון מיר, און לאָזט אַרױס דאָס ביכל אין װין. און גלײבט מיר, אַז כ׳װעל זײַן גליקלעך, אױב משה גרױס װעט באַקומען די װינער סטיפּענדיע אױף צװײ יאָר. איר װעט טאָן אַ גרױסע מצװה…
הער קרױטער:
איך װעל טאָן אַלץ, װאָס כ׳װעל נאָר קענען טאָן. איך גיב אײַך מײַן ערנװאָרט, אַ װאָרט פֿון אַ ייִדישן אָפֿיציר.
ר׳ איציק:
אַ דאַנק. צום באַדױערן, איך קען נישט קומען קײן װין, װײַל כ׳האָב שױן צוגעזאָגט פֿון פֿריִער, - מע װאַרט אױף מיר אין פּאַריז. עס טוט מיר לײַד.
הער קרױטער:
יאָ, איך פֿאַרשטײ אײַך, אַ װאָרט איז אַ װאָרט…
צום טישל קומט צו ר׳ לופּו.
ר׳ לופּו:
זײַט מיר מוחל, אַז איך שטער אײַך. דאָס פֿלײש איז שױן כּמעט פֿאַרטיק, נאָך אַ האַלבע שעה, נישט מער…
הער קרױטער:
אַ דאַנק, ר׳ לופּו. איך מוז זיך אַנטשולדיקן. ס׳װײַזט אױס, אַז דער לאַנגער װעג האָט מיך זײער מיד געמאַכט, איך שלאָף ממש אײַן זיצנדיקערהײט. דעם ראָסל־פֿלײש פֿאַררוקט אין אױװן, מיר װעלן אים עסן מאָרגן אין דער פֿרי. ר׳ איציק, איר זענט מסכּים?
ר׳ איציק:
יאָ. איך בין מסכּים.
ר׳ לופּו:
אױב אַזױ, װעל איך גלײַך צושיקן מײַן פֿרױ, אַז זי זאָל אײַך צוגרײטן דעם צימער.
הער קרױטער:
אַ גרױסן דאַנק אײַך, נאָר איך װיל אײַך בעטן אַ טובֿה…
ר׳ לופּו:
ביטע, ביטע…
הער קרױטער:
ר׳ לופּו, איך בין אַן אָפֿיציר, און איך קען זיך נישט דערלױבן, אַז אַ פֿרױ זאָל זיך מטפּל זײַן מיט מיר. אױב דאָס איז מעגלעך, שיקט, ביטע צו, אַ מאַנצביל.
ר׳ לופּו:
האָ, איך פֿאַרשטײ, יאָ, יאָ. איך אַלײן װעל עס טאָן, באַלד גײ איך אַרױף.
הער קרױטער:
איך גײ מיט אײַך. ר׳ איציק, דאָס איז געװען אײנער פֿון די שענסטע אָװנטן אין מײַן לעבן. אַ גוטע נאַכט.
ר׳ איציק:
עס װײַזט אױס, אַז נאָר אַ ייִדישער אָפֿיציר קען האָבן אַ האַרץ פֿון אַ מלאך…
הער קרױטער:
ביטע, כ׳האָב ניט פֿאַרשטאַנען.
ר׳ איציק:
עס מאַכט ניט אױס. אַ גוטע נאַכט און שלאָפֿט געזונטערהײט.
הער קרױטער:
אַ דאַנק. ביז מאָרגן.
ר׳ איציק ענטפֿערט נישט, נאָר גיט אַ שאָקל מיטן קאָפּ. ר׳ לופּו באַגלײט הער קרױטערן צו דער סטױקע און װײַטער גײען זײ אַרױף אױפֿן צװײטן שטאָק. אין דער קרעטשמע גײט אַרײַן משה גרױס.
משה גרױס:
אַלע זענען שױן אַװעק? און װוּ איז הער קרױטער?
ר׳ איציק:
ער װאַרט אױף דיר אין זײַן צימער. גײ אַרױף.
הער קרױטער:
ער װאַרט אױף מיר? אױף מיר?…
ר׳ איציק:
אױף דיר. פֿאַרליר נישט קײן צײַט, װײַל ער איז זײער מיד.
משה גרױס:
גוט, איך גײ…
משה גרױס גײט אַרױף אױפֿן צװײטן שטאָק. ר׳ איציק בלײַבט זיצן בײַם טישל. צום טישל גײט צו מלכּה.
מלכּה:
איך קען אַראָפּנעמען פֿון טיש?
ר׳ איציק:
יאָ, נאָר לאָז איבער דעם בוטל און אַ גלעזל. מלכּה, זאָג מיר…
מלכּה:
איציק, גינוג. מוטשע מיך נישט. װאָס װילסטו פֿון מיר? אַז איך זאָל דיר נאָך אַ מאָל זאָגן, אַז איך האָב דיך ליב? דאָס װילסטו, דאָס? דו פּײַניקסט מיך און זיך אַלײן. איציק, איך האָב אַ מאַן מיט זיבן קינדער… מוטשע מיך נישט, ביטע.
ר׳ איציק:
יאָ, מאָרגן אין דער פֿרי װעל איך אַװעקפֿאָרן, אױף אײביק…
מלכּה:
װוּהין װעסטו פֿאָרן, װוּהין?
ר׳ איציק:
װוּהין? װאָס הײסט װוּהין? קײן טערקײַ, כ׳װעל פֿאָרן קײן סטאַמבול, צו דער מלכּהלע דער שײנער…
מלכּה:
איציק, איך װעל נישט דערלעבן ביז מאָרגן צו, איציק…
ר׳ איציק:
דאַן װעל איך אַװעקפֿאָרן הײַנט בײַ נאַכט. נאָר גיב מיר אַ קוש און – שױן… נישט אין די ליפּן, אין שטערן…
ר׳ איציק זיצט װי פֿאַרשטײנערט, מיט פֿאַרמאַכטע אױגן. מלכּה בײגט זיך אָן און גיט אים אַ קוש אין די ליפּן.
מלכּה:
איך װעל דיך ניט פֿאַרגעסן… קײן מאָל נישט…
מלכּה שטעלט אױפֿן טאַץ דאָס געפֿעס און גײט אַװעק צו דער סטױקע. פֿון אױבן אָן גײט אַראָפּ משה גרױס.
משה גרױס:
ר׳ איציק, מע האָט מיר פֿאָרגעלײגט אַ סטיפּענדיע אױף צװײ יאָר אין װין. מאַמע מײַנע שײנע, איך גײ שטאַרבן פֿאַר גליק…
ר׳ איציק:
עס זאָל זײַן אין אַ גוטער שעה, משהלע, דו האָסט עס כּשר פֿאַרדינט. איז לאָמיר מאַכן אַ לחײם. ס׳איז דאָך אַן עבֿירה ניט אױסצוטרינקען פֿאַר אַזאַ װיכטיקע זאַך. אַ קלײניקײט צו זאָגן - אַ סטיפּענדיע אין װין.
משה גרױס:
און איך האָב געמײנט, אַז הער קרױטער איז געקומען צון אײַך, אױף אַ באַזוך…
ר׳ איציק:
אַ מענטש טראַכט און גאָט לאַכט… לחײם, משהלע, לחײם!
משה גרױס:
לחײם!
זײ טרינקען. פֿונעם צװײטן שטאָק גײט אַראָפּ ר׳ לופּו און שושקעט זיך מיט זײַן פֿרױ.
ר׳ לופּו:
ר׳ איציק, איך מוז אַרױסגײן אױף אַ קורצע צײַט צו די קינדער. אַז דו װעסט דאַרפֿן עפּעס, זאָג מלכּהן, זי בלײַבט דאָ. נאָר שיכּור זיך נישט אָן, איך האָב זיך שױן אונטערגעריסן די קריזשעס צו שלעפּן דיך אױפֿן צװײטן עטאַזש.
ר׳ איציק:
קוש אַ בער אין אַחור…
ר׳ לופּו איז אָפּ.
משה גרױס:
ר׳ איציק, װאָס האָט איר צון אים? ער איז דאָך זײער אַ גוטער מענטש.
ר׳ איציק:
נו יאָ, אַ גוטער… װען ער שלאָפֿט מיט די צײן צו דער װאַנט.
בײדע זיצן און שװײַגן. ר׳ איציק טרינקט פֿון דער פֿלאַש. משה גרױס לײגט דעם קאָפּ אױפֿן טיש און װערט אַנטשלאָפֿן. ר׳ איציק הײבט אָן צו זינגען. מלכּה שטײט בײַ דער סטױקע און הערט זיך צו.
ר׳ איציק:
קײנער װײסט נישט װאָס איך זאָג,
קײנער װײסט נישט װאָס איך װיל.
זיבן מײַזלעך מיט אַ מױז
שלאָפֿן אַפֿן דיל.
זיבן מײַזלעך מיט אַ מױז
זענען, דוכט זיך, אַכט.
טו איך אָן דעם קאַפּעליוש
און זאָג - אַ גוטע נאַכט.
טו איך אָן דעם קאַפּעליוש
און איך לאָז זיך גײן.
װאָס זשע גײט מען שפּעט בײַ נאַכט
אײנינקער אַלײן?
שטײט אַ שענק אין מיטן מאַרק,
װינקט צו מיר, - דו, יאָלד,
כ׳האָב אַ פֿעסעלע מיט װײַן,
אַ פֿעסעלע מיט גאָלד.
עפֿן שנעל איך אױף די טיר,
און איך פֿאַל אַרײַן, -
אַ גוט־יום־טובֿ אַלע אײַך,
װער איר זאָלט נישט זײַן.
קײנער װײסט נישט װאָס איך זאָג,
קײנער װײסט נישט װאָס איך װיל.
צװײ שיכּורים מיט אַ פֿלאַש
שלאָפֿן אַפֿן דיל.
צװײ שיכּורים מיט אַ פֿלאַש
זענען, דוכט זיך, דרײַ.
זײַן אַ פֿערטער דאָ אין שפּיל
לױנט זיך נישט כּדאי.
טו איך אָן דעם קאַפּעליוש
און איך לאָז זיך גײן.
װאָס זשע גײט מען שפּעט בײַ נאַכט
אײנינקער אַלײן?…
אײנינקער אַלײן…
פֿאַרטונקלונג
סוף
יאַס - פּאַריז
פֿינעף טעג אין חודש תּשרי, תּשע”ב
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.