כ’בין צוגענאָגלט צום בזיון־סלױפ
פֿון אַלטן סלאַװישן געװיסן.
דער בושה־צײכן איז פֿאַר מיר װי לױב,
איך בין אומשולדיק, זאָלט איר װיסן.
כ’בין רײן און שטיל, מילד־זענפֿטיק איז מײַן בליק,
די רײניקײט איז מײַן נשמה־װײַזער,
צי בין איך שולדיק דען, אַז נאָכן גליק
כ’גײ טאָג און נאַכט איבער די הײַזער.
אָט, גיט אַ קוק, צי אפֿשר בין איך בלינד,
װוּ איז מײַן גאָלד, מײַן זילבער און בריליאַנטן?
אַ הרודקע אַש פֿאַרמאָג איך… אַש און װינד
האָט מיר געבראַכט דער װינט פֿון אַלע קאַנטן.
און דאָס איז אַלץ, װאָס איך האָב אױסגעמאָנט
בײַ די סתּם גליקלעכע, - מיט טרערן, בנאמנות…
און דאָס איז אַלץ, װאָס איך האָב נאָר געקאָנט
מיטנעמען אינעם לאַנד פֿון תּפֿילה און איקאָנעס.
כ’בין צוגענאָגלט צום בזיון־סלױפּ…
פֿון בלוט און שטױב – “איך האָב דיך ליב… און לױב”.
פֿון זינט עס שײַנט די זון
האָט נאָך קײן מאַמע אױף דער װעלט
פֿון איר בן־יחידל אַזױ ניט אָנגעקװעלט.
פֿאַר דיר, מײַן חיותל,
מײַן שטילע הימל־פּלאָג,
כ’בין גרײט צו שטאַרבן טױזנט מאָל אַ טאָג.
נאָר דו װעסט ניט פֿאַרשטײן, -
איז גרױס דער װערטער־רױב, -
װי קלײן פֿאַר מיר איז דער בזיון־סלױפּ.
און װען אין סאַמע שלאַכטברען כ’װאָלט דערהערט
דײַן קול. און דיך דערזען אַנטקעגן איבער,
כ’װאָלט שטיל אַװעקגעלײגט מײַן פֿלינקע שװערד
צו דײַנע פֿיס. אָ, גאָטעניו מײַן ליבער…
כ’װאָלט זיך פֿאַרנײגט און אױסגעקושט די ערד
און שטיל געגלעט דעם שטױב…
פֿון ליבע־בושה שיִעור פֿאַרברענט…
צו דעם בזיון־סלױפ
מיט דײַנע ליבע הענט
האָסטו מיך צוגענאָגלט, -
אַ דין בערעזקעלע אין אַ בזיון־האָגל.
עס װילדעװעט און פֿרײט זיך דער המון…
די טױבן װאָרקען אין די לעבנס־װײַטן…
כ’װעל מײַן בזיון־סלױפּ - אױך אױף די פֿײַערקרױן
פֿון דעם רואַנער שײַטער - ניט פֿאַרבײַטן.
אָט דאָס האָסטו געװאָלט. – יאָ. – בנאמנות…
איך קוש די האַנט, װאָס שלאָגט מיך אָן רחמנות,
די האַנט, װאָס שטופּט מיך בײז אַװעק פֿון זיך,
דריק צו איך צו די בריסט, אַז דו זאָלסט פֿילן מיך.
װעסט שפּעטער זאָגן מיט אַ שמײכל, קאַלט און אײדל:
“מײַן קונדס־קינד װערט אַ געהאָרכזאַם מײדל.”
שױן יאָרן לאַנג איך שלאָג זיך קאָפּ אין װאַנט,
און צי צום האַרצן זי, דײַן קאַלטע האַנט,
די האַנט פֿון אַ מאָנאַך, אײַז־קאַלט, טיף אין דער ריזע,
די האַנט פֿון אַבעלאַר1, װאָס האַלדזט זײַן עלאָיִיִזע.
אין טעמפּלישן געהילך, דו, מיט אַ מיתה־טײַטש,
פֿליסט בליץ־אַרױף, װי אַ צעגליטע בײַטש.
מײַ 19, 1920
פֿון רוסיש — מיכאל פֿעלזענבאַום, 2013
1) אַבעלאַר - פֿראַנצײזישער פֿילאָסאָףמאָנאַך (1079–1142). זײַן ליבע צו דער מאָנאָכינע עלאָיִיִזע איז געװאָרן אַ טעמע פֿאַר צענדליקער פּאָעטישע װערק
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.