Michael Felsenbaum

אַ שׂימחה אין שטעטל (ערשטער אַקט)

A Celebration in the Town (Act One)

פֿון מיכאל פֿעלזענבאַום

  • Print
  • Share Share

אַן אומענדלעכע שפּיל

פּערסאָנאַזשן:

נבֿוכדנאצר, דער מלך פֿון בבֿל /נעוווּכאַדנעצאַר/

אַשפּנז, רבֿ סריסים, דער הויפּט־הויפֿדינער /אַשפּענאַז/

אַריוך, רבֿ־טבחיא די מלכּא, דעם מלכס אויבערלײַבוועכטער /אַרייִויך/

אַן אַלביאָנער שיף־פּאָפּוגײַ

דאָקטער אײַכמאַן, אַמבאַסאַדאָר פֿון מואבֿ

דאָקטער מענגעלע, אַמבאַסאַדאָר פֿון עמון

דער גײַסט פֿון סנחריבֿ, מלך אַשור, נבֿוכדנאצרס זײדע

נבֿוזראַדן, דער הויפּט פֿון נבֿוכדנאצרס לײַב־חייל /נעוווּזאַראַדאַן/

דניאל הנבֿיא – בלטשאַצר, אַ גלות־קינד פֿון יהודה

צדקיהו, דער לעצטער מלך פֿון יהודה

יוחנן בן־קרח, דער מיליטער־מיניסטער פֿון יהודה

ירמיהו הנבֿיא

צדקיהוס טאָכטער, אַ מויד אַ קאָזאַק

צדקיהוס זין, אַ צווילינג, גײַסטקראַנקע בחורים

עבֿיקה, אַ ייִדישער זעלנער

בבֿלישע ייִדן, געפֿאַנגענע פֿון שומרון

אַבֿרהם

יצחק

יעקבֿ

משה בן־עמרם

צווײ זונות, וואָרזאָגערס, כּישוף־מאַכערס און צויבער־שפּרעכערס, גאָטס קול, מלאָכים־כאָר, שליחים, זעלנערס, כּלי־זמרים, טענצערס, זינגערס

די געשעענישן קומען פֿאָר אין בבֿל, אין ריבֿלה און אין ירושלים אין די יאָרן 588 – 586 פֿאַר דער גרעגאָריאַנער ספֿירה


הקדמה

“און דער מלך האָט געהײסן אַשפּנז, דעם הויפּט פֿון זײַנע הויפֿדינערס, ברענגען פֿון די קינדער פֿון ישׂראל, און פֿון דעם קיניגלעכן אָפּשטאַם, און פֿון די אַדללײַט, ייִנגלעך, וואָס אין זײ איז ניטאָ קײן פֿעלער, און שײנע אויפֿן אויסזען, און באַהאַוונט אין אַלערלײ חכמות, און וווילקענעוודיק אין קענשאַפֿט, און פֿאַרשטאַנדיק אין וויסן, און וואָס האָבן בכּוח צו שטײן אין פּאַלאַץ פֿון מלך; און זײ לערנען דעם כּתבֿ און דעם לשון פֿון די כּשׂדים. און דער מלך האָט זײ באַשטימט אַ טאָג־טעגלעכע אויסקומעניש פֿון דעם מלכס שפּײַז, און פֿון דעם ווײַן וואָס ער טרינקט, און געהײסן זײ דערציִען דרײַ יאָר, און צום סוף פֿון זיי, זאָלן זײ זיך שטעלן פֿאַרן מלך.”

דניאל א, ג’ ד’ ה’

“רבי לווי זאָגט: אַכצן יאָר האָט אַ בת־קול מיט דער שטים פֿון אַ פֿויגל געצוויטשערט אין נבֿוכדנאצרס פּאַלאַץ און גערופֿן: שלעכטער קנעכט, גײ, מאַך חרובֿ דאָס הויז פֿון דעם האַר, וואָס זײַנע קינדער זינדיקן און הערן אים ניט”.

מדרשים, חורבן, “נבֿוכדנאצר און די וואָרזאָגערס”


ערשטער אַקט

ערשטע סצענע

אַ גרויסער שלאָפֿצימער אין נבֿוכדנאצרס פּאַלאַץ. דער מלך זיצט אויפֿן בעט, רײַבט די אויגן און קראַצט די באָרד.

נבֿוכדנאצר: אַלמעכטיקע געטער, ס’האָט זיך מיר געחלומט אַ מאָדנער און אומפֿאַרשטענדלעכער חלום. מיר איז שלעכט און שרעקלעך.

דער הויפּט־הויפֿדינער שטעלט זיך לעבן מלכס בעט.

אַשפּנז: מײַן געטלעכער האַר, באַלד וועל איך אײַך פֿרײלעך מאַכן און פֿאַרטרײַבן דאָס שלעכטע געמיט און נעגאַטיווע געפֿילן.

זינגט:

די נאַכט איז אויס, די נאַכט איז אויס,

געטער זאָלן אײַך בענטשן, מײַן באַלעבאָס.

די נאַכט איז אויס, דער טאָג איז אײַן,

זאָל אונדזער מלך לוסטיק זײַן,

ווי זײַנע זעלנער נאָך אַ פֿעסל ווײַן.

געטער פֿון דער זון, פֿון וואַסער און ערד

פֿעסט און פֿרוכטבאַר זאָל זײַן

מײַן מלכס אינטימע שווערד.

נבֿוכדנאצר: ס’איז גאָר ניט לוסטיק. אַן אידיאָטיש ליד. וואָס נאָך?

אַשפּנז: אײַער געטלעכקײט, דער המשך קומט, כאָ־כאָ! הערט.

זינגט ווײַטער:

די נאַכט איז אויס, די נאַכט איז אויס,

געטער זאָלן אײַך בענטשן, מײַן באַלעבאָס.

פֿעסט און פֿרוכטבאַר זאָל זײַן אײַער אינטימע שווערד.

אײַער געטלעכקײט, גיט, ביטע, אַ קוק צי איצט האָט עס געהאָלפֿן? אפֿשר זאָל איך אַרײַנפֿירן אַ פּאָר פֿרישע פֿרײלעכע מײדלעך? גיט, ביטע אַ קוק, עס שטײט צי נײן?

נבֿוכדנאצר: ביסט אַ פֿאַרטיקער אידיאָט און דײַנע לידער זענען אידיאָטיש, און דײַנע פֿראַגעס זענען אידיאָטיש. און בכלל… קוש מיך אין תּחת.

אַשפּנז: אָ, מיט פֿאַרגעניגן, מײַן באַלעבאָס.

פּאָפּוגײַ: אַ פֿאַרטיקער אידיאָט, אידיאָט, אידיאָט! אײַ פֿאַק יאָר מאַדער, מאַדער, מאַדער.

אַשפּנז: אויב אַזוי, איז פֿאַר וואָס ניט דעם פֿאָטער?

פּאָפּוגײַ: לײדיס פֿוירסט. לײדיס פֿוירסט. לײדיס פֿוירסט.

נבֿוכדנאצר /לאַכט/: הערסט, אַשפּנז? אַ פֿינצטערע בושה. דער נישטיקער שיפֿפֿויגל איז קליגער פֿון דיר.

פּאָפּוגײַ: אָל רײַט, גײַז, דאַס איסט פֿאַנטאַסטיש! האָ־האָ… אײַ פֿאַק יאָר מאַדערס ענד יאָר פֿאַדערס טוגעדער. אָ־יע!

נבֿוכדנאצר /שטײט אויף פֿון בעט/: וואָס? ווי אַזוי רעדסטו מיט מײַן דינסט? דו, באַרבאַרישע חוצפּהדיקע חיה, שטיק אַלביאָנער נבֿלה…

צום פּאָפּוגײַ גײט צו דעם מלכס שומר־ראָש אַריוך און צילט אויף אים אָן דעם פֿײַל־און־בויגן.

פּאָפּוגײַ: געוואַלד, געוואַלד! איך פֿאָדער פֿולע דעמאָקראַטישע פֿרײַהײטן! זאָל לעבן די פֿרײַהײט פֿון געוויסן און וואָרט! ביטע, ניכט שיסן! אַ טעות, מײַן הער, אַ טעות פֿון מײַן זײַט. איך האָב געהאַט אין זינען נאָר אָט דעם אַלטן תּחת־לעקער. /ווײנט/ אײַער געטלעכקײט, האָט אויף מיר רחמנות. די ענגלישע מאַטראָסן זענען שולדיק אין מײַן אומקולטורקײט, זײ האָבן מיך אויסגעלערנט די אַלע שלעכטע ווערטער. ביטע, זײַט מיר מוחל. ניכט שיסן!

אַשפּנז: פֿו! אַ שאַנדע, אַ בושה און אַ חרפּה! אײַער געטלעכקײט, איך מײן, אַז דער פֿויגל איז שוין גענוג פֿעט און האָט אויסגעלעבט זײַנע יאָרן… אײַער נײַער אַפֿריקאַנער לײב וועט זײַן זײער צופֿרידן. ער איז דאָך, נעבעך, שטענדיק הונגעריק.

פּאָפּוגײַ: אַ קרענק, כ’בין דאַר ווי אַ כראָנדזשיק. דאַר, דאַר, דאַר… און כ’האָב נאָך גאָרניט אויסגעלעבט, כ’בין אַ יונגער פֿויגל, ממש אַ ייִנגל. דעם מלכס לײב וועט זיך, ניט דאָ געדאַכט, דערוואַרגן מיט מײַנע בײנער. איך בעט אײַך, רבותי, ניכט שיסן, ניכט שיסן! אײַער געטלעכקײט, גלײבט מיר אויפֿן וואָרט, אײַ פֿאַק אָונלי מײַ מאַדער ענד מײַסעלף! אָונלי מײַ מאַדער. /צו אַשפּנזן/ ביסט צופֿרידן, דו, אַלטער פּידאָר־תּחת־לעקער?

נבֿוכדנאצר /צעלאַכט זיך/: פּאַסקודסטווע, פֿאַרמאַך דײַן שמוציקן פּיסק! מיר איז שוין נימאס געוואָרן פֿון דײַנע זשלאָבסקע וויצן. ביסט אַלײן אַן אַלטער פּידאָר! אַשפּנז איז ניט קײן פּעדעראַסט נאָר אַ יעוונוך. ס’איז דאָך אַ גרויסער אונטערשײד. /צו אַשפּנזן/ ברענג מיר מײַן נאַכטטאָפּ. זעסט ניט, אַז איך בין אויפֿגעשטאַנען?

אַשפּנז ברענגט דעם נאַכט־טאָפּ און פֿאַרשטעלט דעם מלך מיט די ברײטע אַרבל פֿון זײַנע בגדים.

אַשפּנז /אין זאַל/: צום קהל צושויערס! הערט מײַן באַפֿעל! אויסגלײַכן זיך אין די שורות! סמיר־נאָ! שטײן שטיל! פֿאַרמאַכט די אויגן און פֿאַרהאַלט דעם אָטעם! זײַן געטלעכקײט, דער מלך פֿון מלכים נבֿוכדנאצר גײען פּישן! עס זאָל זײַן מיט מזל און ברכה!

נבֿוכדנאצר: אוי־ווײ! אײן טראָפּן, דרײַ טראָפּנס, פֿיר טראָפּנס… פֿיר טראָפּנס, דאָס איז אַלץ.

אַשפּנז: אײַער געטלעכקײט, אַ לעבן אויף אײַך! נעכטן איז געווען נאָר דרײַ טראָפּנס. פּרובירט נאָך.

נבֿוכדנאצר: עס גײט ניט. און צו וואָס האָב איך געטרונקען די ביטערע פּאַסקודנע רפֿואות? וואַרפֿט אַרײַן מײַן אוראָלאָג אין אַ קאַלכאויוון.

אַשפּנז: מיט פֿאַרגעניגן, מײַן האַר. ס’וועט װערן אויסגעפֿילט.

נבֿוכדנאצר /קרעכצט/: אוי, מאַמע מײַנע שײנע. ווי שווער קומט מיר אָן יעדער זאַך, יעדער טראָפּן.

אַשפּנז: אײַער געטלעכקײט, די גאַנצע וועלט האַלט אין אײן לויבן אײַער געלערנטקײט, אָבער… אפֿשר וועט איר אויספּרובירן אַ פֿאָלקסמיטל. מע זאָגט, אַז ס’העלפֿט צום פּישן.

נבֿוכדנאצר: אוי־ווײ, מאַמע… למשל, וואָס פֿאַר אַ מיטל?

אַשפּנז /נבֿוכדנאצרן אויפֿן אויער/: דאָס פֿאָלק האַלט, אַז מע דאַרף דורכבלאָזן די אינטימע רער. איך קען זײער אַ גוטע מיניענטשיצע, אַ זויפֿערקע – עקסטראַ קלאַס!

פּאָפּוגײַ: אַשפּנז, אַשפּנז איז אַן אַלטער פּידאַראַס! און אָפּסמאָטשקען אַלײן ביסטו פֿויל?

נבֿוכדנאצר: פֿאַרמאַך דעם פּיסק און מיש זיך ניט אין מלוכה־ענינים! גענוג! /נבֿוכדנאצר גײט צו צום טישל, זעצט זיך אַנידער אויף אַ בענקל און ווענדט זיך צו אַשפּנזן/ שרײַב!

אַשפּנז: יאָ, אײַער געטלעכקײט.

נבֿוכדנאצר: מיר, דער מלך פֿון מלכים, נבֿוכדנאצר דער צווײטער, מיט דער הילף פֿון די געטער און לויט אונדזער קיניגלעכן רצון, באַשטימען מיר דעם סדר־היום אויפֿן דריטן טאָג פֿונעם חודש תּמוז, אין זעקס און צוואַנציקסטן יאָר פֿון אונדזער קעניגן איבער בבֿל. אַלף, – פֿרישטיק. בית, – אַ טרעפֿונג מיט די וואָרזאָגערס און חלום־דערקלערערס. גימל, – אַ טרעפֿונג מיט די שליחים פֿון מואבֿ און עמון. דלת, – עקספּערימענטן מיטן פֿאָלקסמיטל.

אַשפּנז: זײַט מיר מוחל, אײַער געטלעכקייט, אײן מײדל צי צווײ?

נבֿוכדנאצר: יאָ. איצט, ווײַטער, גלײַך נאָכן עקספּערימענט – אַ שלאַפֿשטונדע. דאָס איז אַלץ.

אַשפּנז: ס’וועט זײַן אויסגעפֿילט, אײַער געטלעכקייט.

נבֿוכדנאצר: ביסט פֿרײַ. וואַרט אַ רגע, נאָך מיטאָג וויל איך זען אונדזער אויסשפּיר־רעזידענט פֿון מצרים.

אַשפּנז: אַנטשולדיקט מיר, אײַער געטלעכקײט, פֿאַרן פֿאָלקסמיטל אָדער נאָכן פֿאָלקסמיטל?

נבֿוכדנאצר: נאָך דער שלאַפֿשטונדע. גײ, איך בין הונגעריק.

אַשפּנז: יאַוואָל, אײַער געטלעכקײט.

פּאָפּוגײַ /צו אַשפּנזן/: אַשפּנז, אַשפּנז, איז אַן אַלטער פּעדעראַסט. נבֿוכדנאצר האָט ליב יונגע פּעצער. אוי!!! אַ טעות! אַ טעות! אַ טעות! אַשפּנז, אַשפּנז…

אַריוך שיסט אינעם פּאָפּוגײַ און לײגט אים אַוועק מיט אײן פֿײַל אין אויג אַרײַן. דער פּאָפּוגײַ פֿאַלט אַראָפּ פֿונעם בוים צו נבֿוכדנאצרס פֿיס.

נבֿוכדנאצר: אַ שײנע רײנע כּפּרה! געטער, נעמט אָן מײַן אָפּער! /צו אַשפּנזן/ נעם אַוועק דעם פּגר און פֿאַרברען אים אויפֿן מזבח פֿון דעם גרויסן און שרעקלעכן מרדוך.

אַשפּנז נעמט דעם פּאָפּוגײַ פֿאַרן פֿיסל און מיט אים צוזאַמען פֿאַרלאָזט דעם מלכס שלאָפֿצימער.

אַריוך /גרויזאַם, אין זאַל אַרײַן/: מײַנע ליבע דאַמען און הערן, דאָס איז דער סוף פֿון דער ערשטער סצענע.

צווײטע סצענע

דער טראָנזאַל פֿון מלכס פּאַלאַץ. בײַם אַרײַנגאַנג שטײט אַריוך. נבֿוכדנאצר שטײט בײַם אַלטאַר.

נבֿוכדנאצר: אַלמעכטיקער מדרוך, געטער און אײביקע נשמות, שדים און ניפּערן, בלוטצאַפּערס און נאַכט־רוחות. אין אײַער נאָמען איך, דער מלך פֿון מלכים, דער מלך פֿון בבֿל נבֿוכדנאצר דער צווײטער, אין אײַער נאָמען רוף איך דעם גײַסט פֿון מײַן זײדע, דעם גרויסן און גרויזאַמען מלך סנחריבֿ. אָ, אַלמעכטיקע געטער, איך שווער אײַך, אַז איך וועל אײַך ברענגען אַ שײנעם בלוטיקן אָפּער. אײַערע נאָזלעכער וועלן דערפֿילן מײַן געטרײַשאַפֿט דעם אַלטן געבאָט. אָ, איר, אַלמעכטיקע גײַסטער, ברענגט אַהער תּיכּף־ומיד מײַן זײדעס גײַסט. אָ דו, דער שרעקלעכער נאַכט־רוח, דיר וועל איך מקריבֿ זײַן צוואַנציק בתולות און הונדערט ווײַסע לעמעלעך. עפֿן אויף דעם פֿאָרהאַנג פֿון דער שוואַרצער וועלט און ברענג אַהער מײַן זײדעס גײַסט. אָ איר, די שוואַרצע טויטווינטן, צעשטערט און צעטרײַבט די שטאָלענע וואָלקנס און ברענגט אויף אײַערע פֿליגלען מײַן זײדעס גײַסט. דו, אײביקע כּלה פֿון צעפֿוילונג, דו, גרויזאַמע מוטער פֿון פינצטערניש, עפֿן אויף דעם הימל־קבֿר און ברענג אַהער מײַן זײדעס גײַסט. אַלמעכטיקע געטער, איר האָט מיך דערהויבן ביז צו דעם צווײטן הימל און איך, נבֿוכדנאצר דער צווײטער, איך שווער אײַך אין מײַן איבערגעגעבנקײט אונדזער געבאָט. אין אײַער נאָמען רוף איך דעם גײַסט פֿון מײַן זײדע, דעם גרויסן און גרויזאַמען מלך סנחריבֿ.

פֿונעם אַלטאַר גײט אַרויף צום הימל אַ זײַל פֿײַער. עס הײבט אָן בליצן און דונערן. דער טראָנזאַל ווערט פֿול מיט ווײַסן רויך. אויף דער וואַנט, אַנטקעגן דעם אַלטאַר באַווײַזט זיך אַ בלאַסער פֿלעק, ער וואַקסט און ווערט פֿאַרוואַנדלט אין אַ גײַסט, פֿאַרוויקלט פֿון קאָפּ ביז פֿיס אין ווײַסן לײַוונט. נבֿוכדנאצר פֿאַלט מיטן פּנים אויף דער ערד. סנחריבֿס גײַסט שטעלט זיך אַנטקעגן אים.

סנחריבֿ: איך בין געקומען. רעד!

נבֿוכדנאצר: הײליקער גײַסט, איך, דײַן אײניקל, אַן אַכטל פֿון דײַן נשמה, איך וויל דיך בעטן דו זאָלסט מיר פּסקענען אַ שאלה.

סנחריבֿ: פֿרעג.

נבֿוכדנאצר: זײדע, די אַלמעכטיקע געטער האָבן מיך אויסגעקליבן פֿון אַלע מענטשן אויף דער וועלט און אויפֿגעהויבן ביזן צווײטן הימל. מײַן אימפּעריע איז גרויס און שטאַרק, און רײַך, און מײַנע מענטשן זענען גליקלעך. און די, וואָס זענען אומגליקלעך האָבן ניט קײן זכות צו לעבן.

סנחריבֿ: דאָס ווײס איך. וואָס איז די שאלה?

נבֿוכדנאצר: הײליקער גײַסט, איך ווײס ניט וואָס זאָל איך טאָן. איך פֿיל, אַז מײַנע קנעכט פֿון יהודה פֿירן אַ טאָפּלדיק שפּיל. פֿון אײן זײַט, צאָלן זײ שטײַערן און פֿון דער צווײטער זײַט זענען זײ אַרײַן אין אַ געהײמען צונויפֿרעד מיטן מיצרישן פּרעה.

סנחריבֿ: בקיצור. וואָס איז די שאלה?

נבֿוכדנאצר: בקיצור… מע דערצײלט, אַז ווען דו ביסט געקומען קײן יהודה און באַלעגערט די שטאָט ירושלים, און ס’איז ניט געווען קײן שום ספֿק, אַז ניט הײַנט־מאָרגן וועט די שטאָט קאַפּיטולירן, איז פּונקט ערבֿ דעם לעצטן אָנגריף האָט אַראָפּגענידערט פֿון הימל אַ מלאך און במשך פֿון אײן נאַכט האָט ער געממיתט הונדערט און אַכציק טויזנט פֿון דײַנע בעסטע זעלנערס און דו אַלײן ביסט אַנטלאָפֿן קײן בבֿל.

סנחריבֿ: יאָ, דאָס איז אמת. וואָס איז די שאלה?

נבֿוכדנאצר: איך בין בכּוח און איך קען פֿאַרטיליקן אַלע ייִדן אויף דער וועלט, ביזן לעצטן קנעכט, אין משך פֿון אײן וואָך קען איך זײ פֿאַרניכטן. מײַן פּאַלאַץ אין בבֿל איז דרײַ מאָל גרעסער ווי זײער הויפּטשטאָט ירושלים. אָבער וואָס? איך האָב מורא פֿאַר זײער גאָט.

סנחריבֿ: ס’איז ניט קײן נאָווינע. זײער גאָט איז אַלמעכטיק און אומברחמנותדיק. און דער עיקר, – אומלאָגיש און אומבאַנעמלעך. וואָס איז דײַן שאלה?

נבֿוכדנאצר: הײליקער גײַסט, אַז איך וועל ניט באַשטראָפֿן די ייִדן פֿון יהודה, די קלענסטע פֿון אַלע מײַנע פּראָווינצן, וועלן מאָרגן אויפֿשטײן די סיריער, מיצרים, אַנאַטאָליער, די גרויסע פּראָווינצן וועלן אויפֿשטײן קעגן בבֿל. איך האָב ניט קײן ברירה, איך מוז באַשטראָפֿן די ייִדן, דאָס איז מײַן חובֿ. איך בין דאָך דער מלך פֿון דער גרעסטער אימפּעריע אויף דער וועלט. זאָג מיר, אין וואָס איז די שוואַכקײט פֿון די ייִדן?

סנחריבֿ: דאָס איז זײער אײנפֿאַך. זײער שוואַכקײט איז אין זײער גרויסקײט, דאָס הײסט, אַז אַ גרויסער טײל פֿון זײ פֿאַרלאָזט זיך ניט אויף זײער אײגענעם גאָט.

נבֿוכדנאצר: גאָר אַזוי אײנפֿאַך? איך גלײב ניט מײַנע אײגענע אויערן.

סנחריבֿ: זײַ ניט קײן נאַר און אײַל זיך ניט. אײן ייִדישע נשמה קען חרובֿ מאַכן אָדער אויסלײזן די גאַנצע וועלט.

נבֿוכדנאצר: הײַנט בײַ נאַכט האָב איך געזען אַ מאָדנעם חלום. מיר איז שווער אויפֿן האַרצן, איך האָב מורא, און דאָס איז דײַן ענטפֿער מיר, דײַן אײניקל, דײַן יורש?

סנחריבֿ: קײן אַנדערן וועסטו ניט באַקומען.

נבֿוכדנאצר: דאָס הײסט, אַז איך בין אויף געהאַקטע צרות.

סנחריבֿ: דו האָסט עס כּשר פֿאַרדינט, ווײַל דו האָסט זײער גרויסע אויגן.

נבֿוכדנאצר: וואָס־וואָס? דו, פּגר, שטיק טינוף. מיט וועמען רעדסטו? אײַ פֿאַק יו.

סנחריבֿ: משוגענער חוצפּהניק, קענסט פֿאַקן יאָרסעלף.

סנחריבֿ הײבט אויף די הענט. אַריוך שטעלט זיך צווישן דעם גײַסט און נבֿוכדנאצרן און צילט אָן דעם פֿײַל־און־בויגן אין סנחריבֿס קאָפּ. דער גײַסט גיט אַ פֿאָך מיט די הענט און די פֿײַל גײט אַרײַן אין אַריוכס אויג. סנחריבֿ ווערט נעלם. אַריוך שאָקלט זיך, אָבער געפֿינט אין זיך כּוח צוצוגײן צו דער אַוואַנסצענע.

אַריוך /אין זאַל אַרײַן/: מײַנע דאַמען און הערן, זײַט מיר מוחל, אָבער מיר זענען געקומען צום סוף פֿון דער צווײטער סצענע. אויף ווידער זען… אויף יענער וועלט.

אַריוך פֿאַלט אויף דער ערד. נבֿוכדנאצרן באַפֿאַלט אַ בהלה, עס וואַרפֿט מיט אים ווי אין קדחת, ער לאַכט און ווײנט, אָבער סוף־כּל־סוף נעמט ער זיך אין די הענט, ווערט רויִק, זעצט זיך אַוועק אויפֿן טראָן און נעמט אין די הענט די “שטאָק־און־מלוכה”. פֿון בײדע זײַטן פֿונעם טראָן שטעלן זיך צווײ לײַבוועכטערס.

דריטע סצענע

צווײ קנעכט טראָגן אַרויס פֿונעם טראָנזאַל אַריוכס קערפּער. אין דער זעלבער רגע קומט אַרײַן דער הויפּט־הויפֿדינער אַשפּנז און בלײַבט שטײן בײַם אַרײַנגאַנג. ער איז שטאַרק דערשראָקן.

נבֿוכדנאצר /צו אַשפּנזן/: לאָז איבער אַריוכס קערפּער בײַ דער שוועל. רעד!

אַשפּנז: אײַער געטלעכקײט, לויט אײַער קיניגלעכן סדר־היום, איז איצט די צײַט צו פֿרישטיקן.

נבֿוכדנאצר: איך וויל ניט עסן. ברענג מיר אַ בעכער ווײַן, איך בין דאָרשטיק. וואָס איז ווײַטער?

אַשפּנז: ווײַטער איז די טרעפֿונג מיט די חלום־דערקלערערס און וואָרזאָגערס.

נבֿוכדנאצר: זאָלן וואַרטן. וואָס ווײַטער?

אַשפּנז: די טרעפֿונג מיטן אַמבאַסאַדאָר פֿון עמון, נאָך אים – די טרעפֿונג מיטן אַמבאַסאַדאָר פֿון מואבֿ. נאָך זײ – דער עקספּערימענט מיטן פֿאָלקסמיטל און צום סוף טאָג – אײַער טרעפֿונג מיטן אויסשפּיר־רעזידענט פֿון מצרים.

נבֿוכדנאצר: איך געדענק. וואַרט.

אַשפּנז: אײַער געטלעכקײט, כ’בין שטענדיק צו אײַער דיספּאָזיציע.

נבֿוכדנאצר: וואַרט… אין אונדזער רצון איז אַרײַנצוטראָגן ענדערונגען אינעם קיניגלעכן סדר־היום. אַלף, – אַ בעכער ווײַן, בית, – די טרעפֿונג מיט די אַמבאַסאַדאָרן. אַגבֿ, פֿיר זײ אַרײַן בײדע צוזאַמען. גימל, – די טרעפֿונג מיט די חלום־דערקלערערס. צו דער דאָזיקער טרעפֿונג געפֿין און ברענג מיט זײ צוזאַמען דעם יונגן חכם פֿון יהודה, נו… דעם… ווי הײסט ער?…

אַשפּנז: דניאל־בלטשאַצר.

נבֿוכדנאצר: יאָ, בלטשאַצר. מײַן אויבערלײַבוועכטער אַריוך, אונדז צו לאַנגע יאָרן, האָט מיר געזאָגט, אַז דער יונגער ייִד בעט אַן אוידיענץ און וויל מיר זאָגן עפּעס וויכטיקס. זאָל ער אַרײַנגײן צוזאַמען מיט די וואָרזאָגערס און ניט באַזונדער.

אַשפּנז: ס’וועט זײַן אויסגעפֿילט, אײַער געטלעכקײט, ס’וועט זײַן אויסגעפֿילט.

אַשפּנז גײט צו צום סערווירטישל, גיסט אָן אַ בעכער ווײַן, גײט צו צום מלך, גיט אַ שלונג פֿונעם בעכער און דערלאַנגט אים נבֿוכדנאצרן. יענער וואַרט אַ רגע, דערנאָכדעם טרינקט אויס דעם בעכער און בעט אָנגיסן נאָך אַ בעכער. אַשפּנז חזרט איבער די גאַנצע פּראָצעדור.

נבֿוכדנאצר: יאָ, דאָס לעבן איז גוט. /צו אַשפּנזן/: פֿיר אַרײַן די אַמבאַסאַדאָרן.

אַשפּנז /בײַם אַרײַנגאַנג/: זײַן געטלעכקײט, דער מלך פֿון מלכים, נבֿוכדנאצר דער צווײטער דערלויבן צו זען זײַן געטלעך פּנים די שליחים פֿון די פּראָווינצן מואבֿ און עמון, יעדער אײנער באַזונדער, אָבער בײדע צוזאַמען.

די צווײ שליחים גײען אַרײַן אינעם טראָנזאַל. זײ שטײען בײַ דער שוועל און האָבן מורא איבערצוטרעטן איבער אַריוכס קערפּער.

אַשפּנז: חשובֿע הערן, די צײַט איז קורץ. זײַן געטלעכקײט, דער מלך פֿון מלכים, נבֿוכדנאצר דער צווײטער שענקען אײַך צען מינוט פֿון זײַן געטלעך לעבן.

אײַכמאַן און מענגעלע טרעטן איבער אַריוכס קערפּער און דערנענטערן זיך צום טראָן.

נבֿוכדנאצר: מיך אינטערעסירט ניט צו הערן וועגן מואבֿ און עמון, איך קען די לאַגע בעסער פֿון אײַך. בײַ אײַך לעבן אַ סך ייִדן, ווי אויך דוד המלכס קינדסקינדער, וועלכע פּרעטענדירן אויפֿן טראָן אין ירושלים. מיך אינטערעסירט צו וויסן אויף וויפֿל קען איך זײ פֿאַרטרויען אין אונדזער קאַמף קעגן די מיצרישע שׂונאים?

אַשפּנז: אײַער געטלעכקײט, פֿון רעכטס איז דאָקטער אײַכמאַן און פֿון לינקס דאָקטער מענגעלע.

נבֿוכדנאצר: צווײ דאָקטוירים? אַגבֿ, איך האָף, אַז מײַן געוועזענער דאָקטער־אוראָלאָג האָט געליטן ניט זײער לאַנג. איך פֿיל, אַז הײַנט איז אַ טאָג פֿון דאָקטוירים. ווי פֿילט זיך מײַן נײַער אַפֿריקאַנער לײב?

אַשפּנז: אײַער געטלעכקײט, דער קיניגלעכער לײב פֿילט זיך זײער גוט, אָבער ער איז שטענדיק הונגעריק.

נבֿוכדנאצר: גוט. איך דערלויב רעדן מײַנע קנעכט פֿון מואבֿ און עמון.

אײַכמאַן: אײַער געטלעכקײט, מלך פֿון מלכים, הער נבֿוכדנאצר דער צווײטער, איך פֿאַרנעם זיך מיט דער ייִדישער פּראָבלעם זינט פֿיל יאָרן. די גאַנצע וועלט ווײסט, אַז איך האָב זײ זײער ליב און איך קען אײַך זאָגן, אַז ירושלים שטעלט מיט זיך פֿאָר אַ גרויסע סכּנה פֿאַר אײַער אימפּעריע.

נבֿוכדנאצר: אַשפּנז, דו ביסט זיכער, אַז אָט דער דאָזיקער דאָקטער נאַרט אונדז ניט אָפּ, ווען ער זאָגט, אַז ער האָט ליב ייִדן? איך האָב אַ חשד, אַז ער וויל דערגרײכן זײַנע פּריוואַטע צילן אויף אונדזער חשבון.

אַשפּנז: אײַער געטלעכקײט, אַלץ וואָס מיר ווײסן וועגן דעם דאָקטער אײַכמאַן און זײַנע באַציִונגען מיט די ייִדן איז נאָר דער פֿאַקט, אַז אײדער ער איז געוואָרן אַ שליח אין בבֿל, איז ער געווען פֿאַראַנטוואָרטלעך פֿאַרן טראַנספֿער פֿון די ייִדישע געפֿאַנגענע דורך מואבֿ אויף יענער וועלט. דאָס איז אַלץ וואָס מיר ווײסן וועגן דעם דאָקטער אײַכמאַן.

נבֿוכדנאצר: אַ שײנע ביאָגראַפֿיע. אָבער זאָג מיר, דו, כלאָפּ אײנער, פֿאַר וואָס מײנסטו, אַז איך דאַרף חרובֿ מאַכן ירושלים. ביז הײַנט האָט נאָך קײנער ניט געקענט דאָס טאָן, ווײַל דאָרט זיצט דער ייִדישער גאָט.

אײַכמאַן: אײַער מאַיעסטעט, מיר האָבן זיכערע ידיעות, און טאַקע פֿון די ייִדן אַלײן, אַז זײער גאָט זיצט ניט מער אין דעם בית־המיקדש, ער האָט פֿאַרלאָזט זײַן הויז.

נבֿוכדנאצר: אָבער זײער גאָט איז נאָענט צו זײ. אַז איך וועל חרובֿ מאַכן ירושלים וועט ער באַלד קומען און זיך נוקם זײַן אין מײַן מלוכה. קײן אײן גאָט אויף דער וועלט האָט נאָך ניט געקענט גובֿר זײַן דעם ייִדישן גאָט.

אײַכמאַן: אײַער מאַיעסטעט, גרויסער מלך, איך רעד נאָר וועגן דעם, אין וואָס מיר זענען זיכער. די דאָזיקע ידיעות האָבן מיר באַקומען פֿון די ייִדן גופֿא, – זײער גאָט האָט פֿאַרלאָזן דאָס פֿאָלק, די שטאָט ירושלים, ווי אויך דעם בית־המיקדש.

נבֿוכדנאצר: און וואָס וועט אונדז זאָגן דער צווײטער כלאָפּ?

אַשפּנז: זײַן געטלעכקײט, דער מלך פֿון מלכים, נבֿוכדנאצר דער צווײטער דערלויבן רעדן זײַן קנעכט, דעם דאָקטער מענגעלע.

מענגעלע: אײַער געטלעכקײט, מלך פֿון מלכים, נבֿוכדנאצר דער צווײטער, עס טוט מיר לײד, אַז איך קען אײַך ניט העלפֿן אַלס אַ דאָקטער, ווײַל איך בין אַ קינדער־דאָקטער. עס טוט מיר לײד. וואָס איז שײך אײַער שאלה. מיר, אין עמון, האָבן די זעלבע מײנונג, וואָס אונדזערע שכנים פֿון מואבֿ. אײַער מאַיעסטעט קען זיך פֿאַרלאָזן אויף די פֿאַקטן, וואָס מיר האָבן אײַך איבערגעגעבן. דער ייִדישער גאָט האָט פֿאַרלאָזן זײַן טעמפּל, די שטאָט ירושלים און דאָס ייִדישע פֿאָלק, ווײַל זײ האָבן געזינדיקט קעגן אים און קעגן אײַך, אײַער געטלעכקײט.

נבֿוכדנאצר: למשל.

מענגעלע: אײַער מאַיעסטעט, מיר האָבן זיכערע פֿאַקטן פֿון די ייִדן גופֿא, אַז זײער מלוכה־פֿירער צדקיהו פֿירט אַ טאָפּלדיק שפּיל, ער איז אַרײַן אין אַ געהײמען קאָנטאַקט מיטן מיצרישן פּרעה און זײ האַלטן בײַם שליסן אַ מיליטערישן בונד קעגן דער בבֿלישער אימפּעריע, קעגן אײַך, אײַער מאַיעסטעט. חוץ דעם, האָבן מיר זיכערע באַווײַזן פֿון די ייִדישע גײַסטלעכע, אַז עס זענען ניט געבליבן קײן אמתע צדיקים אין זײער פֿאָלק, ניט אין ירושלים, ניט אין יהודה און ניט אין גלות. אײַער קנעכט, מײַן האַר, דער מלך פֿון עמון איז גרײט צו העלפֿן אײַער געטלעכקײט בעת דער באַלעגערונג פֿון ירושלים, סײַ מיט שפּײַז און סײַ מיט געווער.

נבֿוכדנאצר: דײַן האַר… דער מלך פֿון עמון… זײער אינטערעסאַנט. און איצט הערט אויס מיט שׂכל דאָס, וואָס איך וועל אײַך זאָגן. איך בין ניט קײן דאָקטער, איך פֿאַרשטײ גאָרניט אין אײַערע איבערגעשפּיצטע דיבורים און חניפֿות. איך האָב אײַך געפֿרעגט וועגן די ייִדן פֿון מואבֿ און עמון, וועגן די קינדסקינדער פֿון דעם גרויסן דוד המלך און איר דערצײלט מיר מעשׂיות וועגן ירושלים. איך בין ניט קײן דאָקטער, אַפֿילו ניט קײן פֿעלדשער, איך בין אַ פּשוטער מלך, אָבער אויך איך ווײס, אַז די גרעסטע דערגרײכונג פֿון וועלכן ניט איז מלך אויף דער וועלט איז צו פֿאַרוואַנדלען די שׂונאים אין פֿרײַנד, און שאַפֿן גוטע באַציִונגען מיט די שכנים. איז אָך־און־ווײ דעם פֿאָלק און דער מדינה, וואָס האָט פֿאַרדינט אַזעלכע “גוטע” שכנים ווי איר. אַשפּנז…

אַשפּנז: יאָ, אײַער געטלעכקײט.

נבֿוכדנאצר: מיר, דער מלך פֿון מלכים, נבֿוכדנאצר דער צווײטער, דערקלערן דעם דריטן טאָג פֿונעם חודש תּמוז פֿאַר אַ טאָג פֿון דאָקטוירים. לטובֿת מײַן לײב…

אַשפּנז: ס’וועט װערן אויסגעפֿילט, אײַער געטלעכקײט.

אַשפּנז מאַכט אַ סימן די וועכטערס בײַם אַרײַנגאַנג. זײ גײען צו צו די אַמבאַסאַדאָרן פֿון הינטער זײערע פּלײצעס, וואַרפֿן אַרויף אויף זײערע העלדזער דינינקע שטריקלעך און דערשטיקן זײ אויפֿן אָרט.

נבֿוכדנאצר /שפּײַט אין דער זײַט פֿון די צווײ קערפּערס/: ווי פֿלעגט זאָגן דער שיפֿן־פֿויגל, אונדז צו לאַנגע יאָרן, – אײַ פֿאַק יו!

אַשפּנז /אין זאַל אַרײַן/: מײַנע הויכגעשעצטע דאַמען און הערן, זײַט מיר מוחל, איך באַדויער זײער בנוגע די שאַרפֿע אויסדרוקן פֿון אונדזערע געשטאַלטן. צום באַדויערן, זענען מיר ניט בכּוח עפּעס צו ענדערן, אַזוי שטײט געשריבן אין דער פּיעסע. נו, מיט גאָטס הילף, מיר זענען טאַקע געקומען צום סוף פֿון דער דריטער סצענע.

פֿערטע סצענע

אַשפּנז /צו נבֿוכדנאצרן/: אײַער געטלעכקייט, וואָס טוט מען מיט די דרײַ פּגרים?

נבֿוכדנאצר: אַריוכס קערפּער שענק איך מײַן לײב. און די צווײ דאָקטוירים זאָל מען פֿאַרפּאַקן אין אַ קאַסטן מיט אײַז און שיקן קײן מצרים מיט אַ בריוול, אַז דאָס איז מײַן מתּנה צום שליסן דעם מיליטערישן בונד צווישן דעם מיצרישן פּרעה נכה און צדקיהו, דעם לעצטן מלך פֿון יהודה.

אַשפּנז: הע…

נבֿוכדנאצר: דײַן “הע” קענסטו זיך אַרײַנשטופּן אין תּחת אַרײַן. ערשטנס, רוף אַרײַן נבֿוזראַדנען, נאָך אים – פֿיר אַרײַן די וואָרזאָגערס און נאָך זײ – די … נו, דו ווײסט שוין.

אַשפּנז: יאָ, מײַן האַר…

אַשפּנז גײט אַרויס. נבֿוכדנאצר שטײט אויף פֿונעם טראָן, גײט צו צום סערווירטישל, גיסט זיך אָן אַ בעכער ווײַן, טרינקט אויס, און חזרט עס איבער דרײַ מאָל נאָך אַנאַנד.

נבֿוכדנאצר /אין זאַל אַרײַן/: זאָל עס בלײַבן צווישן אונדז. און בכלל, איך וויל אײַך דערמאָנען, אַז הײַנט איז דער טאָג פֿון דאָקטוירים און יעדער אײנער איז אײַנגעלאַדן צו דער שׂימחה. יאָ אַ דאָקטער, ניט קײן דאָקטער – דאָס וועט מען פֿעסטשטעלן נאָר נאָכן פּאַלמעסן אײַערע קערפּערס. /שרײַט/ נבֿוזראַדן!!!

פֿון הינטער דער טיר לאָזן זיך הערן הויכע קולות. אינעם טראָנזאַל לויפֿט אַרײַן אַשפּנז, צעפֿאָכט און צעפּודלט.

אַשפּנז: אײַער געטלעכקײט…

אין דער זעלבער מינוט אינעם טראָנזאַל גײט אַרײַן נבֿוזראַדן, אַ ריז אַ מאַזויער. ער איז שיכּור־לוט און קוים וואָס ער שטײט אויף די פֿיס.

נבֿוזראַדן: נו…

נבֿוכדנאצר: וואָס “נו”?…

נבֿזדארן: נו־נו… אַ בלינדע אַנטילאָפּע גנו… בקיצור, באַלעבאָס, וואָס ווילסטו פֿון מיר? רעד תּכלית… אויף מיר וואַרטן צווײ מײדלעך. איך האָב ניט קײן צײַט. איך מוז זײ אָפּטרענען, כ’האָב זײ צוגעזאָגט. אויף מײַן ערנוואָרט…

נבֿוכדנאצר: פֿאַרמאַך דײַן פּיסק. חוצפּהניק וואָס דו ביסט! שטײ און שווײַג. פֿאַר וואָס האָסטו זיך אָנגעשיכּורט פֿון סאַמע אין דער פֿרי?

נבֿוזראַדן: באַלעבאָס, איר זענט ניט גערעכט. איך טרינק אָן אַן איבעררײַס פֿון אײערנעכטן אָן, און כ’בין נאָך בכלל ניט געשלאָפֿן. נאָר געטרונקען און געטרענט, געטרענט און געטרונקען. נו, איז וואָס? עס קומט מיר. איך בין דאָך אַ זעלנער און לעב פֿון שלאַכט צו שלאַכט.

נבֿוכדנאצר: פֿאַרמאַך דײַן פּיסק! דאָ רעד איך! אַ פֿינצטערע בושה! זאָג מיר, אַזוי דאַרף אויסזען דער הויפּט פֿון מײַן לײַבגוואַרדיע?

נבֿוזראַדן קוקט זיך אום.

נבֿוזראַדן: ווער איז דער הויפּט פֿון דײַן לײַבגוואַרדיע? אַיאָ, וווּ איז ער טאַקע?

נבֿוכדנאצר: דאָ פֿרעג איך. שטײ און שווײַג. דו ביסט דער הויפּט פֿון מײַן לײַבגוואַרדיע.

נבֿוזראַדן: איך? דו לאַכסט פֿון מיר? אַזאַ זאַך געדענק איך ניט. זינט ווען בין איך דער הויפּט?

נבֿוכדנאצר: זינט דער מינוט ווען דו וועסט זיך אויסניכטערן.

נבֿוזראַדן: נו, גוט, באַלעבאָס, שרײַט ניט. אַ “הויפּט”? זאָל זײַן אַ “הויפּט”. אָבער וואָס טוט מען מיט מײַנע מײדלעך? איך האָב זײ צוגעזאָגט, אויף מײַן ערנוואָרט.

נבֿוכדנאצר: אַשפּנז וועט זיך פֿאַרנעמען מיט דײַנע שיקסעס.

אַשפּנז: יאָ, אײַער געטלעכקײט.

נבֿוזראַדן: אָבער ער איז דאָך אַ יעוונוך!

אַשפּנז גײט אַרויס. עס לאָזט זיך הערן אַ ווײַבערישער קוויטש און באַלד ווערט ווידער שטיל.

נבֿוכדנאצר: אַ שײנע און רײנע כּפּרה.

אינעם טראָנזאַל קומט אַרײַן אַשפּנז מיט אַ גרויסן בעכער אין דער האַנט. ער גײט צו צו נבֿוזראַדנען און דערלאַנגט אים דעם בעכער.

נבֿוכדנאצר: טרינק.

נבֿוזראַדן: וואָס איז דאָס פֿאַר אַ פּאַסקודסטווע?

נבֿוכדנאצר: דאָס איז אַלץ וואָס איז געבליבן פֿון דײַנע קורוועס. טרינק, דאָס איז זײער בלוט. ביסט פֿרײַ פֿון דײַן ערנוואָרט, מיר האָבן אָפּגעהיט דײַן כּבֿוד.

נבֿוזראַדן טרינקט אויס דעם בעכער און פֿאַרשמעקט מיטן אַרבל.

נבֿוכדנאצר: איצט ביסטו פֿרײַ. קום אין צווײ שעה אַרום, פֿריש און אויסגעניכטערט.

נבֿוזראַדן: אָפּגעמאַכט, מײַן באַלעבאָס! אַ דאַנק פֿאַר די מײדלעך און אײַער דאגה פֿאַר מײַן כּבֿוד וועגן און ערנוואָרט.

נבֿוכדנאצר: ביסט פֿרײַ.

נבֿוזראַדן: אַלץ וועט װערן אויסגעפֿילט לויט אײַער באַפֿעל, טיפּ־טאָפּ, מײַן האַר.

נבֿוזראַדן פֿאַרלאָזט דעם טראָנזאַל.

נבֿוכדנאצר: מיר האָבן אָפּגעטאָן אַ גרויסע זאַך. נבֿוזראַדן איז דער בעסטער זעלנער, וואָס כ’האָב ווען עס איז געקענט. מיט אַזאַ מיליטער־פֿירער קען איך באַהערשן די גאַנצע וועלט. אָבער וואָס?… איך וויל אים האָבן פֿון דער ווײַטנס און ניט אין בבֿל, ווײַל פֿאַר קײנעם האָט ער ניט קײן מורא.

אַשפּנז: אײַער געטלעכקײט איז אַ גאון. אפֿשר ווילט איר נאָך אַ ביסל ווײַן?

נבֿוכדנאצר: יאָ, ווײַן און פּרות.

אַשפּנז גיסט אָן אַ בעכער ווײַן, לײגט אַרײַן כּל־מיני פּרות אין אַ מאַקערטע און דערלאַנגט עס נבֿוכדנאצרן.

נבֿוכדנאצר: פֿיר אַרײַן די וואָרזאָגערס. און באַזונדער, – גיב אַכט אויפֿן יונגן ייִד.

אַשפּנז: יאָ, מײַן האַר.

אַשפּנז גײט צו צום אַרײַנגאַנג.

אַשפּנז: זײַן געטלעכקײט, דער מלך פֿון מלכים, נבֿוכדנאצר דער צווײטער דערלויבן צו זען זײַן פּנים די וואָרזאָגערס און צויבער־שפּרעכערס.

אינעם טראָנזאַל גײען אַרײַן און קריכן אַרײַן אויף אַלע פֿיר די וואָרזאָגערס, פֿאַרוויקלטע אין שמאַטעס, מיט פֿאַרשטעלטע פּנימער. דניאל קומט אַרײַן דער לעצטער און בלײַבט שטײן אין אַ זײַט, באַזונדער פֿון די כּישוף־מאַכערס.

נבֿוכדנאצר: אָ, מײַנע געטער, וואָס איז דאָס פֿאַר אַ פּאַנאָפּטיקום?

אַשפּנז: אײַער געטלעכקײט, דאָס זענען די בעסטע. די אַנדערע זעען אויס נאָך ערגער.

נבֿוכדנאצר: וואָרזאָגערס, הערט מיך אויס מיט שׂכל. מיר האָט זיך געחלומט אַ חלום און מײַן געמיט איז צערודערט, איך וויל, אַז איר זאָלט מיר דערצײלן מײַן חלום און איך וויל וויסן דעם באַדײַט פֿון מײַן חלום. אויב איר וועט ניט קענען דערקלערן מײַן חלום וועט איר אויף שטיקער צעהאַקט ווערן. אויב, אָבער, איר וועט מיר יאָ זאָגן דעם חלום און זײַן טײַטש וועט איר קריגן פֿון מיר מתּנות. און איצט, – רעדט!

ערשטער וואָרזאָגער: אײביק לעבן זאָל דער מלך! דערצײל דעם חלום און מיר וועלן אים פֿאַרטײַטשן.

נבֿוכדנאצר: איך פֿיל, אַז איר ווילט געווינען צײַט, ווײַל איר ווײסט ניט מײַן חלום. דערצײלט מיר מײַן חלום און אַזוי וועל איך וויסן, אַז איר קענט מיר דערקלערן זײַן באַדײַט.

צויבער־שפּרעכער: אײַער געטלעכקײט, מלך פֿון מלכים, דאָס וואָס עס פֿאַרלאַנגט מײַן האַר איז זײער שווער. ניטאָ אַזאַ מענטש אויף דער וועלט וואָס קען דערצײלן וואָס איר האָט געחלומט. נאָר די געטער זענען בכּוח אַרײַנצוקוקן אין אײַערע מחשבֿות.

נבֿוכדנאצר: שאַרלאַטאַנען, ליגנערס, נבֿלות! אַשפּנז, צעהאַק זײ אויף שטיקער און וואַרף אַרויס זײערע קערפּערס פֿאַר די הינט.

אַשפּנז מאַכט אַ סימן דער וואַך און יענע פֿירן אַרויס די וואָרזאָגערס מיט גוואַלד.

נבֿוכדנאצר /צו דניאלן/: גײ צו נענטער און זאָג מיר דײַן נאָמען.

דניאל: אײַער מאַיעסטעט, מײַן טאַטע, זאָל זיך מיִען, האָט מיך גערופֿן דניאל. אײַער הויפּט־הויפֿדינער, הער אַשפּנז האָט מיר געגעבן אַ צווײטן נאָמען, – בלטשאַצר. קלײַבט אײַך אויס דאָס וואָס אײַך איז באַקוועמער.

נבֿוכדנאצר: אונדז געפֿעלט דײַן ענטפֿער. צי קענסטו מיר דערצײלן דעם חלום, וואָס איך האָב געזען?

דניאל: דעם סוד וואָס מײַן האַר פֿאַרלאַנגט, קען קײן אײן מענטש אײַך ניט זאָגן, אָבער…

נבֿוכדנאצר /האַקט אים איבער/: וואָס “אָבער”?… אַשפּנז…

דניאל: אײַער מאַיעסטעט, דערלויבט מיר פֿאַרענדיקן דעם זאַץ.

נבֿוכדנאצר: מיר דערלויבן. רעד.

דניאל: קײן אײן מענטש אויף דער וועלט קען ניט אַנטפּלעקן דעם סוד, וואָס מײַן האַר פֿאַרלאַנגט, אָבער עס איז דאָ אַ גאָט אויף דער וועלט, וואָס אַנטפּלעקט סודות, און ער האָט געלאָזט וויסן דעם גרויסן מלך נבֿוכדנאצר וואָס וועט געשען אין סוף פֿון די טעג. דער אײבערשטער, ברוך הוא, וויל, אַז מײַן האַר זאָל בעסער פֿאַרשטײן די רעיונות פֿון אײַער האַרץ. איר, גרויסער מלך, האָט געזען אַנטקעגן זיך אַ מאָדנע באַשעפֿעניש, אַ ריז. זײַן קאָפּ איז געווען פֿון גאָלד, די ברוסט – פֿון זילבער, דער בויך און לענדן – פֿון קופּער, די שענקלען – פֿון אײַזן, דער רעכטער פֿוס פֿון אײַזן און דער לינקער – פֿון לײם.

נבֿוכדנאצר: אוּוואַ! ניט צו גלײבן! פּשוט נסים־ונפֿלאָות! נו־נו, ווײַטער, יונגער־מאַן, ווײַטער.

דניאל: דו, מײַן האַר, ביסט געשטאַנען און געקוקט אויף דעם ריז, ביז אַ גרויסער שטײן איז אַראָפּגעפֿאַלן פֿון הימל און האָט געטראָפֿן דעם ריז אין די פֿיס, און האָט זײ צעשטויסן. און דענסטמאָל זענען צעשטויסן געוואָרן אין אײנעם די לײם, דאָס אײַזן, דאָס קופּער, דאָס זילבער און דאָס גאָלד, און פֿון אַלץ איז געוואָרן אַש און פּאָרעך. און דער ווינט האָט עס צעזײט און קײן סימן איז פֿון דעם ריז ניט געבליבן. און דער שטײן, וואָס איז אַראָפּגעפֿאַלן פֿון הימל און האָט געטראָפֿן אין דעם ריז האָט זיך פֿאַרוואַנדלט אין אַ גרויסן באַרג, פֿון עק וועלט ביז עק וועלט. דאָס איז דײַן חלום, מײַן האַר.

נבֿוכדנאצר: ניט צו גלײבן. איך ווער פּשוט משוגע. און דו קענסט מיר פֿאַרטײַטשן דעם חלום?

דניאל: מיט גאָטס הילף, מײַן האַר.

נבֿוכדנאצר: איז לאָמיך הערן.

דניאל: דו, מלך, דו ביסט דער מלך פֿון מלכים, דיר האָט דער רבונו־של־עולם געגעבן מלוכה, רײַכטום, שטאַרקײט און כּבֿוד. דער גאָט פֿון די הימלען האָט געשטעלט דיך הערשן איבער מדינות, מענטשן, חיות און פֿויגלען. דו גופֿא, מײַן האַר, ביסט דער קאָפּ פֿון גאָלד. און נאָך דיר, מײַן האַר, וועט אויפֿשטײן אַן אַנדער מלוכה, שוואַכער פֿון דיר, דאָס איז די ברוסט פֿון זילבער. און נאָך אײן מלוכה וועט אויפֿשטײן, די דריטע מלוכה, פֿון קופּער, און זי וועט געוועלטיקן איבער דער גאַנצער וועלט. די פֿערטע מלוכה וועט זײַן שטאַרק ווי אײַזן. און אַזוי ווי אײַזן צעהאַקט אַלצדינג, פּונקט אַזוי וועט די פֿערטע מלוכה צעברעכן און צעשטויסן אַלע אַנדערע מלוכות. איצט, וואָס איז שייך די פֿיס פֿון אײַזן און לײם. די פֿערטע מלוכה וועט זײַן צעטײלט, אײן טײל וועט זײַן שטאַרק ווי אײַזן און דער צווײטער טײל וועט זײַן שוואַך ווי לײם. אין די טעג פֿון די דאָזיקע פֿיר מלוכות וועט גאָט, ברוך הוא, אויפֿשטעלן נאָך אַ מלוכה, וואָס וועט קײן מאָל ניט צעשטערט ווערן און זי וועט באַשטײן אויף אײביק. און צום סוף. דער שטײן, וואָס איז געפֿאַלן פֿון הימל און צעשטויסן די לײם, דאָס אײַזן, דאָס קופּער, דאָס זילבער און גאָלד, – דאָס האָט דער גרויסער גאָט געלאָזט וויסן מײַן מלך וואָס וועט געשען אין סוף פֿון די טעג. דאָס איז דײַן חלום און דאָס איז זײַן טײַטש.

נבֿוכדנאצר שטײט אויף פֿונעם טראָן, פֿאַלט אויף זײַן פּנים און בוקט זיך צו דניאלן.

נבֿוכדנאצר: אמת, אײַער גאָט איז דער גאָט פֿון געטער און דער האַר פֿון מלכים, און דער אַנטפּלעקער פֿון סודות. אַ דאַנק דיר, וואָס דו האָסט געקענט אַנטפּלעקן די סודות פֿון מײַן חלום. אַשפּנז!

אַשפּנז: יאָ, מײַן האַר.

נבֿוכדנאצר: מיר, דער מלך פֿון מלכים, נבֿוכדנאצר דער צווײטער באַפֿעלן: ראשית, – צו געבן דעם ייִד די בעסטע און גרעסטע מתּנות, וואָס קענען נאָר זײַן אויף דער וועלט. שנית, – פֿון הײַנט אָן ווערט בלטשאַצר מײַן עצה־געבער ווי אויך דער הויפּט אויפֿזעער איבער אַלע געוועלטיקער פֿון דער מדינה. /צו דניאלן/ ביסט צופֿרידן?

דניאל: גאָט איז גרויס, אײַער מאַיעסטעט, אַלץ איז אין זײַנע הענט.

נבֿוכדנאצר: אַ ייִד בלײַבט אַ ייִד. ביסט פֿרײַ.

דניאל בוקט זיך און פֿאַרלאָזט דעם טראָנזאַל. אין דער זעלבער רגע אינעם זאַל גײט אַרײַן נבֿוזראַדן מיט צווײ מײדלעך אונטער די אָרעמס.

נבֿוזראַדן: אײַער געטלעכקײט, דער הויפּט פֿון אײַער לײַבגוואַרדיע איז געקומען לויט אײַער באַפֿעל, ניכטער, פֿריש און פֿרײלעך.

נבֿוכדנאצר: איך זע. און ווער זענען די מײדלעך?

נבֿוזראַדן: אײַער געטלעכקײט, איך פֿאַרשטײ, אַז כ’בין געווען זײער שיכּור, אָבער איך געדענק, אַז איך האָב שוין אויסגעטרונקען די דאָזיקע מײדלעך. איך קען זיך שווערן, אַז יענע, וואָס כ’האָב איבערגעלאָזט אינעם קאָרידאָר האָבן אויסגעזען אַ ביסל אַנדערש, זײ זענען געווען עלטער און דיקער. בנאמנות…

נבֿוכדנאצר: דאָס זענען ניט דײַנע מײדלעך. אַשפּנז, נעם איבער די סחורה און גײ אַרויס.

אַשפּנז: יאָ, מײַן האַר.

אַשפּנז נעמט בײַ נבֿוזראַדנען איבער די מײדלעך און זײ גײען אַרויס.

נבֿוכדנאצר: איך האָב באַשלאָסן צו שטעלן דיך בראָש פֿון מײַן חיל, וואָס וועט באַשטראָפֿן די פֿאַררעטערס פֿון מײַן פּראָווינץ יהודה. איך וויל, אַז דו זאָלסט חרובֿ מאַכן זײער הויפּטשטאָט ירושלים. וויפֿל צײַט דאַרפֿסטו האָבן אויף די צוגרײטונגען?

נבֿוזראַדן: אײַער געטלעכקײט, איך דאַרף האָבן בערך זעכצן מאָנאַטן אויף צו באַלאַגערן ירושלים, אַרום זיבעציק טויזנט זעלנערס און דרײַ הונדערט קאַטאַפּולטן.

נבֿוכדנאצר: גוט. דו וועסט באַקומען אַלץ וואָס דו דאַרפֿסט. גײ און הײב אָן אַרבעטן. און נאָך אַ זאַך. ביז וועסט ניט חרובֿ מאַכן ירושלים פֿאַרגעס אין מײדלעך און ווײַן. דאָס איז אַ באַפֿעל. גײ און רוף אַרײַן אַשפּנזן.

נבֿוזראַדן: יאָ, מײַן האַר.

נבֿוזראַדן גײט אַרויס. אין זאַל גײט אַרײַן אַשפּנז.

נבֿוכדנאצר: אַשפּנז, איך בין מיד און הונגעריק. גרײט צו ווײַן, עפּעס איבערצובײַסן און פֿיר אַרײַן די מײדלעך.

אַשפּנז הײבט אָן צו גרײטן אַ סעודה, אָבער גלײַך שטעלט ער זיך אָפּ און ווענדט זיך צו די צושויערס.

אַשפּנז /אין זאַל אַרײַן/: מײַנע ליבע דאַמען און הערן. איך פֿאַרשטײ, אַז איר זענט נײַגעריק צו זען ווי אַזוי דער מלך וועט שפּילן אַ ליבע מיט די פֿרײלעכע מײדלעך. זײַט מיר מוחל, די אינטימע סצענעס וועלן מיר אײַך ניט ווײַזן, ווײַל דער מלך שעמט זיך און אַחוץ דעם זענען מיר געקומען צום סוף פֿון דעם ערשטן אַקט. מײַנע דאַמען און הערן, – אַנטראַקט. פֿאַרברענגט גוט!

סוף קומט