Boris Sandler

די טיפֿקייט פֿון בלוי

The Deepness of Blue

פֿון באָריס סאַנדלער

  • Print
  • Share Share
Yehuda Blum

1

דאָס אָפּשערעניש האָט שוין געהאַלטן בײַם פֿאַרענדיקט ווערן. דער דרײַ־יאָריקער אָסיפּ איז געזעסן אויף אַ הויך בענקל, דעם קאָפּ אַראָפּגעלאָזט, ווי אַ באַשטראָפֿטער, נעבעך. זײַנע אָפּגעסמיקטע בלאָנדע האָר, די „פֿלעשעלעך‟, ווי זײַן באָבע האָט עס גערופֿן, האָבן זיך צעשיט איבערן ווײַסן לײַלעך, פֿאַרפּראַוועט אַרום זײַן דאַר העלדזל, און די פֿאַרבליבענע אויפֿן קאָפּ — האָבן געשטעקט קלאָטשעסווײַז אין אַלע זײַטן.

ר׳ מאיר אָקון האָט געשײַנט; אים האָט מען דערלאַנגט דאָס שערל צו האָבן דעם זכות זײַן דער ערשטער בײַ דעם רירנדיקן מינהג, ווען זײַן אייניקל ווערט אַן עכט ייִדיש ייִד מיט פּאות און ציצית. ער האָט זיך קוים צוגערירט צו אָסיפּס קעפּל, ווי צו אַ מזוזה, און פֿאָרזיכטיק אָפּגעשניטן אַ קוטשער זײַנעם, וואָס האָט זיך לײַכט אָפּגעטיילט און זיך אַ קײַקל געטאָן איבערן לײַלעך אַראָפּ אויפֿן דיל. מזל־טובֿ!…

נאָך פֿיר מיידעלעך האָט זײַן עלטערע טאָכ­טער, געזונט זאָל זי זײַן, געהאַט אַ ייִנגעלע, וואָס ס׳האָט שוין געוואַרט אויף אים ר׳ מאיר פֿאָטערס נאָמען — אָסיפּ. די מחנה פֿאַרבעטענע קינדערלעך האָבן איצט אַרומגערינגלט זייער חבֿר, וועלכער האָט אַראָפּגעלעקט פֿון די דרײַ ביסקוויט־אותיות — „א‟, „מ‟ און „ת‟ — דעם האָניק. אַזוי פֿירט זיך שוין, אַז אַ ייִד הייבט זיך אָן פֿונעם אַלף־בית און פֿון „אמת‟ — איינע פֿון די דרײַ זאַכן, אויף וועלכע די וועלט שטייט. זאָל זשע אים דער אָנהייב זיך פֿאַרגעדענקען אַ זיסער…

די באָבע, ר׳ מאירס פּלוניתטע, האָט זיך געפּאָרעט בײַ אַ גרויסן טאָרט, ענלעך צו אַן אָפֿענעם ספֿר מיט שורותווײַז אויסגעלייגטע אותיות. זי האָט אים אַליין אָפּגעבאַקן, און איצט אַקוראַט צעשניטן, אַז יעדעס שטיקל זאָל האָבן פֿון אויבן אַן אות. זי האָט דערפֿילט אויף זיך דעם מאַנס בליק און אויף אַ רגע אויפֿגעהויבן צו אים די אויגן. „די באָבע מיט די ביינער, — האָט ר׳ מאיר געטראַכט, — אַ בלאָנדער מיט בלויע אויגן…‟

מיט מרים, מיט זײַן קומענדיקער פֿרוי, האָט ר׳ מאיר זיך באַקענט בעת זײַן קורצן באַזוך אין ישׂראל. ער, דעמאָלט נאָך אַ ישיבֿה־בחור, איז געקומען אַהין פֿון ניו־יאָרק זיך זען מיט זײַן מוטער. זי איז אַהין אַרויסגעפֿאָרן אין די מיט־1970ער, מיט איר צווייטן מאַן. ר׳ מאיר אַליין האָט פֿאַרלאָזט מאָסקווע מיט דרײַ יאָר פֿריִער פֿון דער מאַמען, ווען ער איז געפֿאָרן מיט אַ קליינער גרופּע בחורים זיך לערנען אין דער פֿלאַטבושער ישיבֿה. מרים מיט אירע עלטערן, געקומען פֿון אוקראַיִנע, האָבן געוווינט אין איין הויז מיט זײַן מאַמען; האָט די מאַמע אים מיט מרים צונויפֿגעפֿירט. זי האָט דעמאָלט געהאַלטן בײַם דורכמאַכן די „מכינה‟ אין בר־אילנער אוניווערסיטעט, געוואָלט ווערן אַ סאָציאַלע אַרבעטאָרין. דאָס אויסקלײַבן דווקא דעם האַלב־רעליגיעזן, האַלב־וועלטלעכן אוניווערסיטעט איז געווען נישט צופֿעליק. נאָך אין דער אַלטער היים, אין זשיטאָמיר, האָט מרים זיך בשתּיקה אָנגעהויבן אינטערעסירן מיט ייִדישקייט, כאָטש דער טאַטע איז בײַ איר געווען אַן אוקראַיִנער. פֿון אים האָט זי טאַקע געירשנט די בלאָנדע האָר און בלויע אויגן. ר׳ מאיר איז אין גיכן אַוועקגעפֿאָרן, מיט אַ שוואַכער האָפֿענונג, אַז זיי וועלן זיך נאָך אַמאָל טרעפֿן. מרים פֿאַרקערט, האָט זיך נישט פֿאַרלאָזט אויפֿן שעמעוודיקן ישובֿה־בחור, און גאָר אין גיכן האָט ער דערהערט איר קול אויפֿן טעלעפֿאָן. זי האָט געקלונגען פֿון איר חבֿרטעס שטוב אין ניו־יאָרק. די חופּה האָבן זיי געשטעלט אין ישׂראל, און שוין אין אַ וואָך אַרום זיך באַזעצט אין ברוקלין, אין זייער ערשטער וווינונג, אַ קליין דירהלע, געדונגען אין באָראָ־פּאַרק…

די קינדערלעך האָבן זיך אַרויפֿגעוואָרפֿן אויף מרימס שיינעם טאָרט און זי האָט יעדן צוגעטיילט אַן „אות‟. די שׂימחה האָט זיך צעוויקלט און איז שוין געווען אין פֿולן ברען: די הויכע מוזיק האָט אָנגעפֿולט דעם געראַמען צימער פֿונעם חב”ד־צענטער „נחלת ר׳ לוי יצחק‟ אויף נאָסטראַנד אַוועניו; דער געדונגענער קלאַון האָט צעטיילט די חיהלעך, קונציק געמאַכט פֿון די לאַנגע אָנגעבלאָזענע באַלאָנען. די עלטערן פֿון די קינדער האָבן אויך פֿאַרזוכט פֿון די פֿאַרשיידענע פּאָטראַוועס, אויסגעשטעלט אויף צוויי טישן, כאַפּנדיק דערבײַ אַ שמועס צווישן זיך…

דווקא אין דעם מאָמענט האָט ר׳ מאיר דערזען אַרײַנצוגיין אינעם צימער זײַן באַקאַנטן מענדי דויטש. מיט די אויגן האָט יענער געזוכט איבער די קעפּ ר׳ מאירן; דערזען ווי ר׳ מאיר ווײַזט אים מיט דער האַנט — כ׳בין דאָ! — האָט מענדי זיך געלאָזט צו אים.

„מזל־טובֿ!‟ — האָט מענדי באַגריסט ר׳ מאירן, וועלכער איז געשטאַנען אָנגעשפּאַרט צו אַ וואַנט, האַלנטדיק אין די הענט אַ קאַרטאָן־טע­לערל מיט אַ שטיקל טאָרט.

„נעם, מענדי, וואָס דו זעסט אויפֿן טיש… — האָט ר׳ מאיר אים געדרוקט די האַנט, — אפֿשר אַ ביסעלע בראָנפֿן…‟

„אַ דאַנק, ר׳ מאיר, כ׳ בין דאָך אויף דער אַרבעט, — האָט זיך פֿאַרענטפֿערט דער אומ­דערוואַרטער גאַסט, — סײַדן, עטלעכע טראָפּנס, צו מאַכן אַ לחיים…‟

אויסגעטרונקען צו ביסלעך, האָט מענדי געגעבן ר׳ מאירן צו פֿאַרשטיין, אַז ער וואָלט מיט אים געוואָלט איבעררעדן פּנים־אל־פּנים. פּונקט אַזוי שטיל ווי ער איז אַרײַנגעקומען, האָט מענדי זיך אַרויסגעשאַרט אין דרויסן אַרויס. ר׳ מאיר — נאָך אים.

מענדי דויטש איז אויפֿגעוואַקסן אין ווי­ליאַמס­בורג צווישן די סאַטמאַרער חסידים. ר׳ מאיר געדענקט אים נאָך ווי אַ חסידיש בחורל, אין אַ לאַנגער קאַפּאָטע און פּאות. בײַ די צוואַנציק יאָר האָט מענדי פּלוצים פֿאַרלאָזט די משפּחה, „אָפּגעפֿאָרן פֿונעם דרך‟, אָבער פֿאָרט געבליבן פֿרום, נאָר נישט אויף אַ חסידישן אופֿן. אַ שטיקל צײַט האָט מען פֿון אים נישט געהערט. ווי גרויס איז אָבער געווען דער חידוש, ווען מ׳האָט זיך דערוווּסט, אַז מענדי דויטש איז אויף דער מלחמה אין איראַק. זעט אויס, אַז גאָט האָט אים געהאָלפֿן; מענדי האָט זיך אומגעקערט אַ פֿאַרוווּנדעטער, נאָר אַ לעבעדיקער. געקומען צו זיך, האָט מענדי חתונה געהאַט מיט אַ ייִדישער טאָכטער, און — שטעלט זיך פֿאָר — אַוועק אַרבעטן אין פּאָליציי.

ר׳ מאיר האָט געהאַט צו אים אַ באַזונדערן רעספּעקט — מענדי דויטש איז דאָך אַן אמתער דעטעקטיוו. פֿון דעסטוועגן, בעט ער צומאָל ר׳ מאירן אים אַרויסצוהעלפֿן אין אַ „דעליקאַטער סיטואַציע‟, ווי ער רופֿט עס. זעט אויס, אַז אויך הײַנט, אין אַזאַ וויכטיקן טאָג פֿאַר ר׳ מאירן, איז מענדי געקומען צו אים צוליב אַ „דעליקאַטער סעטואַציע‟.

„אַנטשולדיקט, ר׳ מאיר, וואָס כ׳האָב אײַך אָפּגעריסן… — האָט ער זיך אָנגערופֿן, ווען זיי זײַנען שוין געזעסן אין זײַן אויטאָ. — נעמט נאָך אַ מאָל אָפּ מײַנע בעסטע ברכות פֿאַר אײַער אייניקל, זאָל ער זײַן געזונט.‟

„אַ דאַנק, מענדי, ביסט דאָך נישט נאָר צוליב דעם געקומען?‟

„יאָ… אַ דעליקאַטע סיטואַציע… נעכטן בײַ טאָג האָט מען אין קראַון־הײַטס אויף איסטערן פּאַרקוויי, און ניו־יאָרק עוועניו געפֿונען אַ טויטן חסידישן יונגער־מאַן…‟

„מענדי, טײַערער, דו ווייסט גוט…‟ — האָט אים איבערגעשלאָגן ר׳ מאיר.

„יאָ, כ׳כווייס, איר פֿאַרנעמט זיך נישט מיט אַזעלכע זאַכן…‟

„מיט וואָס זשע קען איך דיר דאָ אַרויס­העלפֿן?‟

מענדי האָט אַ ווײַלע געשוויגן. אָנגעשטעלט זײַן בליק אין דער פֿאָרנטיקער שויב, האָט ער אויסגעלייגט פֿאַר זײַן קאָלעגע די פּרטים:

„ער איז געזעסן אויף אַ באַנק, די אויגן אָפֿן, געקוקט פֿאַר זיך, נאָר די פּאות האָבן לײַכט געציטערט אויפֿן ווינטל… מעגלעך, אַז מע וואָלט אויף אים קיין אַכט נישט געלייגט, אָבער די פֿרוי מיטן קינד אין אַ וועגעלע, וואָס האָט זיך צוגעזעצט אויף דער זעלבער באַנק, האָט אין אַ מאָמענט באַמערקט, אַז דער חסיד נייגט זיך פּאַוואָליע אין איר זײַט. האָט זי געמיינט, אַז ער כאַפּט אַ דרעמל. זי האָט אים אַ ריר געטאָן בײַם אַקסל, און דעמאָלט איז ער שיִער אויף איר נישט געפֿאַלן…‟

מענדי האָט אויסגעדרייט דעם קאָפּ צו ר׳ מאירן, אָבער זײַן בליק נישט געטראָפֿן. איצטער האָט שוין אונדזער דעטעקטיוו געקוקט פֿאַר זיך פֿאַרטיפֿט אין זײַנע מחשבֿות. מענדי האָט, גערעדט ווײַטער:

„דער יונגער־מאַן איז אונדז באַקאַנט, ער איז שוין אַ שטיקל צײַט אויף דער ליסטע פֿון נאַרקאָמאַנען… ס׳איז כּמעט קלאָר, אַז ער האָט דאָס מאָל איבערגעכאַפּט די דאָזע, אָבער עפּעס גיט מיר נישט קיין רו… נישט גענוג פּרטים וועגן אים…‟

„ער האָט דאָ עלטערן?‟ — האָט געפֿרעגט ר׳ מאיר.

„יאָ… ער איז אַ רוסישער בעל־תּשובֿה, אָבער די עלטערן זײַנען נישט פֿרום…‟

„כ׳פֿאַרשטיי שוין…‟ — האָט ר׳ מאיר אַ פֿיר געטאָן מיט דער האַנט איבער דער באָרד. — טאַקע דאָס מיינסטו מיט דײַן ׳דעליקאַטער סיטואַציע׳.‟

„נישט אין גאַנצן אַזוי… כ׳בין שוין דאָרט געווען, גערעדט מיט זײַן פֿאָטער, אָבער מיט אײַך וואָלט ער גערעדט אַנדערש… איר זײַנט דאָך ׳זייערער אַ מענטש׳, אויך געקומען פֿון דאָרטן…‟

מענדי האָט שוין מער נישט געוואַרט; אַ דריי געטאָן דאָס שליסעלע, האָט דער אויטאָ זיך גערירט פֿון אָרט. אין אַ האַלבער שעה אַרום זײַנען זיי געווען אויף דער 5טער ברײַטאָן־אַוועניו און זיך אָפּגעשטעלט לעבן אַן אַלטמאָדיש פֿילשטאָקיק הויז פֿון רויטן ציגל. מענדי האָט אָנגערופֿן די דירה אויפֿן דריטן גאָרן, וווּ ס׳האָבן געוווינט די עלטערן פֿון דעם טויטן חסיד. ער האָט געהייסן סטאַס לובאַרסקי.

„יאָ… — האָט מענדי זיך געכאַפּט, ווען ר׳ מאיר איז שוין געהאַט אַרויסגעגאַנגען פֿונעם אויטאָ, — ס׳איז גוט, איר זאָלט וויסן: אויף דער לינקער האַנט, וווּ מע טראָגט אַ זייגערל, האָט דער בחור געטראָגן אַ בלויען פֿאָדעם… מאָדנע, אַיאָ?!‟

שוין אויפֿהייבנדיק זיך אויפֿן ליפֿט, האָט ר׳ מאיר אַ טראַכט געטאָן: פֿאַר וואָס טאַקע אַ בלויער, נישט קיין רויטער פֿאָדעם פֿון קבֿר־רחל, ווי מע טראָגט קעגן עין־הרע? די פֿראַגע איז אָבער געבליבן שטעקן אין זײַן מוח אָן אַן ענטפֿער. אַ רגע איז ער געשטאַנען אַנטקעגן דער טיר מיטן נומער, וואָס מענדי האָט אים אָנגערופֿן. ער האָט נאָך אַלץ נישט באַשלאָסן בײַ זיך ווי אַזוי צו דערקלערן „זײַן וויזיט‟, און אָנגעקוועטש אויפֿן עלעקטרישן קנעפּל.

2

געעפֿנט האָט אַ מיטל־יעריקער מאַנספּאַר­שוין, אַ מאָגערער, דאָס פּנים פֿאַרוואַקסן, זעט אויס, נישט נאָר פֿון איין טאָג זיך ניט גאָלן. די טונקעלע האָר אויפֿן קאָפּ — פֿײַכט, נאָר צוגע­קעמט. פֿאַרהאַלטן אויף אַ סעקונדע דעם בליק אויף ר׳ מאירן, האָט דער באַלעבאָס געפֿרעגט אויף ענגליש מיט אַ שווערן רוסישן אַקצענט:

„איר זײַט פֿון דער שולע?‟

ר׳ מאיר האָט אַ שאָקל געטאָן מיטן קאָפּ אויף „יאָ‟ — איצט ווייסט ער שוין אַליין, וועמען ער פֿאַרטרעט. אויף אַ קול האָט ער געפֿרעגט אויף רוסיש:

„כ׳קאָן אַרײַנגיין, מיסטער לובאַרסקי?…‟

„אַוודאי, — האָט זיך געכאַפּט דער באַלעבאָס, — קומט, ביטע, אַרײַן.‟

אַליין האָט ער זיך געלאָזט גלײַך אין צימער, פֿאַרלאָזנדיק זיך אויפֿן גאַסט, אַז יענער וועט שוין פֿאַרמאַכן די אַרײַנגאַנג־טיר. ער איז געווען אָנגעטאָן אין אַ טונקל־ברוינעם באָד־כאַלאַט אַריבער אַ ווײַס לײַבל; אויף די באָרוועסע פֿיס אָנגעשטעקט וואַרעמע מעשטעס. אָנגעוויזן ר׳ מאירן אויף אַ בענקל בײַם טיש, האָט ער זיך אַראָפּגעלאָזט אויפֿן דיוואַן.

„נעמט אָפּ מײַנע טיפֿסטע מיטגעפֿילן, מיסטער לובאַרסקי… אַזאַ אומגליק…‟

„אַ דאַנק, רבי… — האָט אומגעלומפּערט זיך אָפּגערופֿן דער באַלעבאָס, און זיך אַ צי געטאָן צום פּעקל מיט ציגאַרעטן, וואָס איז געלעגן אויף אַ קליין זשורנאַל־טישל לעבן דיוואַן. — אַנטשולדיקט, איך מוז פֿאַררייכערן…‟

אינעם צימער האָט זיך געפֿילט אַן אָנגע­צויגענער טאַבאַק־גערוך, אײַנגעצאַמט אין די פֿיר ווענט פֿון פֿאַרנאַכלעסיקייט און אומעט.

„מײַן נאָמען איז מאיר אָקון… כ׳פֿאַרשטיי אײַערע געפֿילן…‟

דער באַלעבאָס האָט אים אָפּגעשטעלט מיט דער האַנט:

„מײַנע געפֿילן?… אויב איר רעדט וועגן סטאַסיקן, איז דאָ נעכטן געווען איינער פֿון דער פּאָליציי, האָב איך אים געזאָגט, אַז סטאַסיק איז פֿאַר מיר טויט שוין כּמעט אַ יאָר, זינט ער האָט זיך פֿאַרבונדן מיט דער ווילדער סעקטע פֿאַנאַטיקער…‟

ר׳ מאיר האָט געשוויגן. ער האָט געהאַט גענוג כּוח אויסצוהערן די אָנגעווייטיקטע נשמה פֿון דעם אומגליכלעכן פֿאָטער. וואָס דער מענטש זאָל איצט נישט געווען זאָגן, רעדט פֿון אים אַרויס זײַן ווייטיק; זײַן אומבאַהאָלפֿנקייט פֿאַר דער צרה, וואָס האָט זיך אויף דער משפּחה אַרויפֿגעוואַלגערט… און גיי, פֿרעג אים, ווער איז אין דעם שולדיק? עס שטייט דאָך אין מישנה: הכּל לפֿי המבֿייש והמתבייש — אַלץ ווענדט זיך, ווער דער באַליידיקער איז, און ווער עס איז דער באַליידיקטער…

„מיר זײַנען געקומען קיין אַמעריקע, — האָט זיך דערמאָנט דער מאַנספּאַרשוין, — ווען סטאַסיק איז אַלט געווען צוועלף יאָר… מסכּים, אַ שווערער פּעריאָד געווען — סײַ פֿאַר אים און סײַ פֿאַר אַלעמען. איר ווייסט עס, מסתּמא אַליין, אָבער פֿאָרט האָבן מיר עס דורכגעמאַכט… סטאַסיק האָט פֿאַרענדיקט די הײַ־סקול, ער האָט זייער גוט געמאָלט, און געוואָלט זיך לערנען ווײַטער אויף אַ קאָמפּיוטער־גראַפֿיקער… איז דאָך גוט! קומט ער פּלוצעם אין אַ פֿאַרנאַכט און דערקלערט אונדז: ׳איך וויל גיין זיך לערנען אין אַ ישיבֿה…׳ — וואָס, ווער, ווען?!‟

ער האָט די דרײַ ווערטער געזאָגט אויף ייִדיש. אַרויסגעלאָזט דעם רויך אין אַ זײַט האָט ער אויסגעלאָשן די ציגאַרעט אינעם אַשבעכער. זײַנע פֿינגער האָבן עס געטאָן מיט עקשנות, ווי געקאָנט אין דעם אַש אויסלעשן נאָך עפּעס — אפֿשר דעם פֿאַרדראָס. זײַן גאָרגלקנאָפּ האָט זיך גיך אַ רוק געטאָן אַרויף און זיך אַ רגע דאָרט פֿאַרהאַלטן. דאָס קול איז הייזעריקער געוואָרן: „שוין צוויי חדשים, אַז מײַן פֿרוי געפֿינט זיך אין שפּיטאָל… זי האָט דורכגעמאַכט אַ שווערע אָפּעראַציע… זי דאַרף עס נישט וויסן…‟ — און ער האָט זיך פֿאַרשטעלט דאָס פּנים מיט דער דלאָניע.

ר׳ מאיר האָט אויסגעהאַלטן אַ פּויזע.

„איר האָט נאָך קינדער?‟ — האָט ער שטיל אַ פֿרעג געטאָן.

„יאָ… אַן עלטערע טאָכטער. זי איז איצט בײַ איר מאַמען אין שפּיטאָל. איך בין דאָרט געווען בײַ נאַכט…‟

„און אײַער זון האָט געוווּסט, אַז די מאַמע איז קראַנק?‟ — האָט ר׳ מאיר פֿאָרזיכטיק געפֿרעגט.

„געוווּסט?… — האָט ער שיִער נישט אויס­געשריִען, — איבער אים איז זי קראַנק געוואָרן!‟

ס׳האָט פֿון אים ווידער זיך געריסן ווייטיק און עוולה, וואָס פֿון זיי איז קיין אויסוועג נישט געווען:

„זי האָט זיך און מיך געטרייסט, אַז סוף־כּל־סוף, איז עס דאָך אונדזער רעליגיע; אַז אַלע גלייבן אין גאָט, אָבער נישט אַלע זאָגן עס אַרויס אויף אַ קול, אָדער ווערן טאַקע רעליגיעז… אַזוי איז מסתּמא באַשערט… און איר ווייסט, רבי, איך האָב זיך געלאָזט אײַנרעדן, געמאַכט אַ קאָמפּראָמיס מיט זיך אַליין. ער איז דאָך אונדזער זון, ס׳וועט זיך מיט דער צײַט אויסגלײַכן, האָב איך געטראַכט…‟

„וואָס זשע איז געשען?‟ — האָט ר׳ מאיר פּאַוואָליע אונטערגעאײַלט די מעשׂה, אַבי נישט איבערקוועטשן.

„אין אַ טאָג קומט ער אַהיים, ער האָט זיך שוין דעמאָלט געלערנט אין דער ישיבֿה, און זאָגט, אַז ער פֿאָרט קיין ישׂראל; אַז דאָרט איז באמת דאָ בײַ וועמען זיך צו לערנען… אין ירושלים, האָט ער געזאָגט, איז אַן אַנדער מין בלוי אין הימל…”

„אַן אַנדער בלוי?‟ — האָט איבערגעפֿרעגט ר׳ מאיר.

דער פֿאַראָבֿלטער פֿאָטער האָט אים נישט געהערט. ער האָט זיך גערעדט זײַנס; ער האָט געמוזט די ווערטער אַרויסלאָזן פֿון זיך, ווי זיי וואָלטן געווען בייזע רוחות, פֿאַרשפּאַרט אין אַ כּלי. ער האָט דערווײַל נישט געוווּסט, צי ס׳וועט אים דערפֿון גרינגער ווערן, צי פֿאַרקערט — אַרויסרײַסנדיק זיך פֿון זײַן גוף, וועלן זיי זיך אויף אים אַרויפֿוואַרפֿן מיט אַ נײַעם בייזן כּוח און שוין צערײַסן אויף שטיקלעך.

„ער איז פֿאַרפֿאַלן געוואָרן. אַ האַלב יאָר האָבן מיר פֿון אים קיין סימן נישט געהאַט. מײַן פֿרוי האָט זיך נישט געפֿונען קיין אָרט; איר ווייסט דאָך, דאָס נישט־וויסן איז צומאָל ערגער פֿונעם וויסן, דערצו נאָך אין אַן אַנדער לאַנד, בפֿרט אין ישׂראל… כ׳האָב זיך פֿאַרבונדן מיט מײַנע קרובֿים אין רחובֿות, געבעטן זיי עפּעס אויסקלאָרן וועגן אים — וואָס, ווער, ווען! — ס׳איז דאָך אַ וועלט פֿאַרשלאָסן אין זיך … גאָט האָט געהאָלפֿן, מיט אַ דרײַ חדשים צוריק קלינגט אונדז אין אַ פֿאַרנאַכט איינע אַ באַקאַנטע, זי אַרבעט אין אַ קראָם, אין באָראָ־פּאַרק… מײַן פֿרוי האָט מיט איר גערעדט. וואָס איז? דערציילט זי, אַז בײַ טאָג האָט זי געזען ווי עטלעכע יונגע חסידים טאַנצן און שרײַען אין מיטן דער גאַס. ס׳וואָלט זי דער גאַנצער משוגעת נישט פֿאַרחידושט — אין יענער געגנט איז עס נישט קיין נאָווינע — זי האָט אָבער אין איינעם פֿון די חסידים דערקענט סטאַסיקן… שטעלט זיך פֿאָר, רבי, מײַן פֿרוי איז שיִער נישט געפֿאַלן חלשות…‟

דער חשד, אַז לובאַרסקיס זון איז פֿאַרשלעפּט געוואָרן אין עפּעס אַ כּתּ, וואָס האָט צו טאָן מיט די בראַצלעווער חסידים, האָט זיך אַלץ מער באַזעצט אין ר׳ מאירס מוח. דאָס שרײַען און פּילדרעווען, זיך פֿרייען בשעתן דאַוונען, צו זײַן תּמיד בשׂימחה, פֿאַרנעמט דאָך דעם אויבן־אָן אין רבי נחמנס חסידות. די אַנדערשקייט, דאָס ביסל משוגעת, ציט טאַקע צו זיך צו די בחורים, בפֿרט מיט אַ שעפֿערישן טאַלאַנט, וואָס זוכט נײַע חידושדיקע וועגן, ווי ס׳איז געוויס געשען, אויך מיטן יונגן לובאַרסקי… דערבײַ פֿאַרגעסט מען, אָדער מע ווייסט עס נישט, אַז דווקא דער גרויסער בראַצלעווער רבי, ווי מע דערציילט, פֿלעגט זאָגן, אַז אַ מענטש, וואָס קאָן נישט וויינען, קאָן זיך נישט פֿרייען. טרערן האָבן איצט אין דער משפּחה לובאַרסקי נישט אויסגעפֿעלט…

„שוין אויפֿן אַנדערן טאָג זײַנען מיר געפֿאָרן מיט מײַן פֿרוי אין באָראָ־פּאַרק, וווּ עס אַרבעט אונדזער באַקאַנטע, — האָט בשעת־מעשׂה דער­ציילט לובאַרסקי, — אַרויסגעקוקט, געזוכט, זיך צוגעהערט, צי מע שרײַט ערגעץ נישט אויף דער גאַס… ליבע צו קינדער קאָן מאַכן די עלטערן משוגע… וואָס זשע מיינט איר, אין עטלעכע טעג אַרום זעען מיר פֿון דער ווײַטנס אַ הייפֿל מענטשן און פֿון דאָרטן הערן זיך משונה־ווילדע געשרייען, ווי מע וואָלט עמעצן געהרגעט־געשלאָגן… פֿאַר אײַך, רבי, איז עס, אַוודאי, נישט קיין חידוש, אָבער ווען איך האָב דערזען די דרײַ חבֿרה שפּרינגען און שרײַען, ווי מע וואָלט זיי ערשט אַרויסגעלאָזט פֿון אַ שטײַג, האָט מיך אַרומגעכאַפּט אַ מוראדיקער פּחד. כ׳האָב נישט געוואָלט גלייבן, אַז אונדזער זון קאָן זײַן צווישן אַזעלכע… מײַן פֿרוי האָט, אַ פּנים, געטראַכט אַנדערש; איר ווילן אָפּצוזוכן סטאַסיקן, האָט זי געמאַכט בלינד און טויב — אַבי אים צו זען און אַרומנעמען… אין אַ מאָמענט איז איינער פֿון זיי אַרויף אויפֿן דאַך פֿון אַן אויטאָ און שוין פֿון דאָרט געשריִען און געהוליעט… „סטאַסיק!‟ — האָט פּלוצעם אויסגעשריִען מײַן פֿרוי, און זיך אַ וואַקל געטאָן… אַ גליק, וואָס כ׳האָב זי באַוויזן אונטערצוהאַלטן, אַנדערש וואָלט זי געפֿאַלן אויפֿן ברוק…‟

דער אַשבעכער איז שוין געווען פֿול מיט אויסגערייכערטע ציגאַרעטן, וואָס זייער סם האָט זיך אָפּגעזעצט אויפֿן האַרצן פֿון מיסטער לובאַרסקי. זײַן ווייטיק האָט עס נישט געשטילט, פֿאַרקערט — ער אַליין האָט אים נישט געוואָלט אָפּלאָזן פֿון זיך, ווײַל דווקא אָט דער נאָגנדיקער ווייטיק פֿון זײַנע דערמאָנונגען וועגן זון, האָבן אים איצט מיטן זון נאָך שטאַרקער פֿאַרבונדן.

„איר האָט פֿריִער דערמאָנט, אַז סטאַסיק האָט ליב געהאַט צו מאָלן, — האָט איבערגעריסן די שטילקייט ר׳ מאיר, — צי האָט איר עפּעס פֿון זײַנע מאָלערײַען?‟

מיסטער לובאַרסקי האָט אויפֿגעציטערט. אין זײַנע אויגן, פֿול מיט מרה־שחורה, האָט צום ערשטן מאָל אַ פֿינקל געטאָן אַ ליכטיק פּינטעלע. ער האָט זיך אויפֿגעהויבן פֿונעם דיוואַן און זיך געלאָזט אין אַ צווייטן צימער, פֿאַרלירנדיק אויפֿן וועג נאָר איין וואָרט — „באַלד…‟ ער האָט זיך טאַקע באַלד אומגעקערט, האַלטנדיק אין די הענט אַ גרויסע קאַרטאָן־פּאַפּקע. זעט אויס, האָט אַ טראַכט געטאָן ר׳ מאיר, זי איז געלעגן ערגעץ אויבן, פֿאַר די אויגן, ווײַל מ׳האָט אין איר לעצטנס אַרײַנגעקוקט…

קיין מומחה אין מאָלערײַ איז אונדזער „היימישער בלש‟ נישט געווען; נאָך מער, ער האָט דערווײַל אַליין נאָך נישט פֿאַרשטאַנען, צו וואָס דאַרף ער איצט אַרײַנקוקן אין דער פּאַפּקע מיט סטאַסיקס בילדער, ס׳רובֿ געמאָלט מיט אַקוואַרעל־פֿאַרבן — צעשווענקטע, פֿאַרשיידנ­קאָליריקע פֿלעקן, וואָס דורך זיי שלאָגט זיך אַדורך אַ ים־פּייסאַזש, אַ גאַס אין ברוקלין, אַ ווינקל פֿון אַ הויז, אַ מענטשלעכער סילועט… עט­לע­כע בילדער זײַנען געמאַכט געווען נאָר אין בלויע טענער, און ס׳האָט זיך אין זיי קלאָר דער­קענט איין און דער זעלבער מיידלשער פּראָפֿיל…

לובאַרסקי האָט באַמערקט, אַז זײַן גאַסט, דער רבי, האָט פֿאַרהאַלטן דעם בליק אויפֿן גע­מעל פֿונעם מיידל.

„דאָס איז מאַשע… זיי האָבן זיך געחבֿרט, פֿאַרבראַכט אין איינעם אַ סך צײַט, אָבער ווידער, נאָך זײַן קומען פֿון ישׂראל, האָבן זיי זיך אויפֿגעהערט צו טרעפֿן…‟

„יונגע מענטשן — מע טרעפֿט זיך, מע צע­שיידט זיך, — האָט ר׳ מאיר געפּרוּווט דעם פּרט־פֿאַל פֿאַרטײַטשן ווי אַן אַלגעמיינע לעבנס־פּאַסי­רונג, — זי האָט שוין געוויס פֿאַרגעסן אין דעם…‟

„זאָגט נישט, רבי, — האָט אים דערווידערט לובאַרסקי, — כ׳האָב ערשט יענע וואָך מיט איר גערעדט. זי אַרבעט דאָ נישט ווײַט, אויף ברײַ­טאָן־ביטש און 2טער אַוועניו, אין אַ מע­דיצינישן אָפֿיס… זיך אויסגעשולט אויף אַ קראַנקן־שוועסטער… אײַ, סטאַסיק, סטאַסיק… זי האָט מיך געפֿרעגט וועגן אים… כ׳בין דאָך אַ מאַנצביל, כ׳האָב געפֿילט פֿון איר פֿרעגן, אַז זי האָט אים נישט פֿאַרגעסן…‟

3

ר׳ מאיר האָט פֿאַרלאָזט לובאַרסקיס דירה מיט אַ שווער האַרץ. די לעצטע ווערטער פֿון דעם אומגליקלעכן מענטש האָבן אים ממש געפּיקט דעם מוח: „שוין בעסער וואָלט געווען, ווען מיר בלײַבן אין רוסלאַנד; דאָרט האָבן מיר נישט געוווּסט פֿון קיין ווילדע רעליגיעזע פֿאַנאַטיקער, און קינדער האָבן נישט פֿאַרסמט זייער לעבן מיט נאַרקאָטיקן!‟

וואָס האָט ער, דער רבי, ווי לובאַרסקי האָט אים גערופֿן, געקאָנט אויף דעם ענטפֿערן? דערמאָנען דעם פּסוק פֿון תּנך, אַז אָדם לעמל יולד — אַ מענטש איז געבוירן זיך צו פּלאָגן אויף דער וועלט!… צוריק גערעדט, אפֿשר זײַנען די חסידישע בחורים, די „נאַנאַכניקעס‟ פֿון דעם „היפּי‟־שניט, מיט זייערע ווילדע טענץ און געשרייען, מיטן פֿאַרטשאַדען זיך דעם קאָפּ מיט סם, אַבי צו אַנטלויפֿן פֿון דער פֿאַלשער ווירקלעכקייט, — אפֿשר זײַנען זיי גערעכט?…

די געדאַנקען האָבן זיך געפּלאָנטערט, זיך איבערעגפֿלאָכטן, ווי אַ קנויל רעגנווערעם — אָן אַן אָנהייב און אָן אַ סוף… אַ בלויער פֿאָדעם אויף דער לינקער האַנט… און דאָס בלויע געמעל פֿונעם מיידל מיטן נאָמען מאַשע… תכלת… דער בלויער פֿאָדעם אין די ציצית — אַזוי שטייט טאַקע געשריבן אין דער תּורה, אַרײַנצופֿלעכטן אַ בלויען פֿאָדעם. דער מינהג שטאַמט פֿון די אַמוראָים, די באַשאַפֿער פֿון גמרא. מע פֿלעגט די בלויע פֿאַרב אַרויסקריגן פֿון אַ ווערעמל, וואָס הייסט, חלזון. דער סוד אָבער, ווי אַזוי אַרויס­צובאַקומען די בלויקייט איז פֿאַרפֿאַלן גע­וואָרן… פֿון וואַנען זשע קומט עס צו דעם בעל־תּשובֿהניק סטאַס? וואָס האָט ער געזוכט און געוואָלט אַרויסברענגען פֿאַר דער וועלט מיט זײַן בלוי?…

אַזוי, פֿאַרטיפֿט אין סתּירות פֿון פֿראַגעס און פֿאַקטן, האָבן אים די פֿיס געבראַכט צום מעדיצינישן אָפֿיס אויף ברײַטאָן־ביטש און 2טער אַוועניו, וווּ ס׳האָט געאַרבעט מאַשע. אַז די פֿיס האָבן אים שוין אַהער צוגעפֿירט, איז כּדאַי זיך צו באַקענען מיט דעם מיידל. צוגעגאַנגען צום רעגיסטראַטור־טיש, וווּ ס׳איז געזעסן אַ פֿרוי, האָט אונדזער דעטעקטיוו אָנגערופֿן מאַשעס נאָמען. דער אויסזען ר׳ מאירס האָט, אַפּנים, בײַ איר אַרויסגערופֿן צוטרוי, ווײַל זי האָט זיך באַלד טעלעפֿאָניש פֿאַרבונדן מיט מאַשען און איר איבערגעגעבן, אַז מע וואַרט דאָ אויף איר. ר׳ מאיר האָט שוין געהאַט באַמערקט, אַז זײַן „פֿרומער אויסזען‟ דערוועקט אין מענטשן אַ מין וווילגענייגטקייט, מאַכט זיי אָפֿענער צו אים. דער דעטעקטיוו מענדי דײַטש האָט עס גיך פֿאַרשטאַנען און מײַדט נישט אויס זיך צו באַניצן דערמיט.

אויך מאַשע, דערזען ר׳ מאירן, האָט זי לײַכט אַ שמייכל געטאָן צו אים, ווי זי וואָלט אים שוין געקענט, און אין דער זעלבער צײַט האָט אין איר בליק זיך געשפּירט אַן אָנשטרענג. פֿון דעסטוועגן, האָט זי ווידער מיט אַ שמייכל און העפֿלעך אַ פֿרעג געטאָן, צי זי קאָן אים מיט עפּעס העלפֿן? נאָך אויפֿן וועג אַהער האָט ר׳ מאיר באַשטימט, אַז ער וועט מאַשען נישט זאָגן, וואָס ס׳האָט פּאַסירט מיט סטאַסיקן.

„איך וואָלט געוואָלט מיט אײַך איבעררעדן וועגן אַ דעליקאַטן ענין, — האָט זיך אָנגערופֿן ר׳ מאיר. ער האָט אײַנגעהאַלטן דעם אָטעם און צוגעגעבן: — וועגן סטאַס לובאַרסקי.‟

מאַשע האָט אַ רגע געשוויגן, ווי זי וואָלט אָפּגעשאַצט דעם מצבֿ, און זיך אָנגערופֿן:

„אַ סעקונדעלע… איך וועל נאָר זאָגן, אַז כ׳וועל נישט זײַן אַ פֿופֿצן מינוט…‟

ס׳איז אויך, אַפּנים, געווען אַן אָנדײַט ר׳ מאירן, אַז לאַנגע דיבורים איז זי נישט גענייגט צו פֿירן.

זיי זײַנען געזעסן אויף אַ באַנק אין אַ קליין גערטנדל בײַ דער זײַט פֿון דעם מעדיצינישן אָפֿיס. ר׳ מאיר האָט באַשלאָסן שוין ווײַטער צו שפּילן די ראָלע, צוגעטיילט אים פֿון סטאַסיקס פֿאָטער — אַ „רבי פֿון דער שולע‟.

„איך בין ערשט געווען בײַ סטאַסיקס עלטערן, — האָט דערציילט ר׳ מאיר, — און געזען דאָרט עטלעכע אײַערע בילדער, אָנגעמאָלט פֿון אים…‟

„יאָ… — האָט מאַשע שוין ווײַטער פֿאָר­געזעצט, ווי זיך אָנגעכאַפּט אין די לעצטע ווער­טער, — סטאַס און איך… מיר זײַנען געווען זייער נאָענט… ס׳איז מיט אים עפּעס געשען?‟

„סטאַס געפֿינט זיך איצט אין אַ פֿאַרמאַכטן אַנשטאַלט… — האָט ר׳ מאיר שטיל געזאָגט, ווי אָנגעטאַפּט דעם גאַנג פֿון זײַן מעשׂה, — איר ווייסט דאָך, אַז ער איז אַ נאַרקאָמאַן…‟

מאַשע האָט געשוויגן. אַראָפּגעלאָזט דעם קאָפּ און קיין וואָרט נישט אַרויסגעבראַכט. ר׳ מאיר האָט געמוזט פֿלעכטן זײַן מעשׂה ווײַטער:

„צום גרויסן באַדויערן, זײַנען צווישן די דאָזיקע חבֿרה־נאַרקאָמאַנען דאָ נישט ווייניק פֿרומע ייִדן… אייניקע פֿון זיי ווערן פֿאַרנאַרט פֿון פֿאַלשע ייִדישע „גורוס‟, וואָס פֿאַרדרייען זיי דעם קאָפּ מיט שיינע לידעלעך און מעשׂהלעך, ווי אויך דורך נאַרקאָטיקן… זעט אויס, אַז סטאַס איז אַרײַנגעפֿאַלן אין דער נעץ פֿון אַזאַ מין שווינדלער…‟

„איך ווייס… — האָט מאַשע אים איבער­גע­שלאָגן, שוין נישט בכּוח מער אײַנצוהאַלטן אין זיך דאָס שווײַגעניש, — ס׳איז טאַקע אַזוי: סטאַס איז זייער אַ סענסיטיווער מענטש, אַ קינסטלערישע נאַטור… ער ווערט גיך באַגײַסטערט פֿון זאַכן, וואָס זײַנען פֿאַר אים נײַ, בפֿרט גײַסטלעכע, אַפֿילו מיסטישע…‟

דאָס מיידל האָט זיך געדאַרפֿט אַראָפּרעדן פֿון האַרץ. זי האָט עס געטראָגן אין זיך און, זעט אויס, געפּרוּווט עס פֿאַרגעסן, אָבער נאָך טיפֿער אין זיך אַרײַנגעטריבן. סטאַסיקס פֿאָטער איז גערעכט געווען, זי האָט דעם בחור נאָך ליב…

„מיר האָבן זיך באַקענט אויף אַ קערמישל אין דער שיל „שערי הציון‟, — האָט זיך דערמאָנט מאַשע, — ניין, מיר זײַנען ביידע געווען נישט פֿרום, סתּם געקומען פֿאַר נײַגער מיט אַנדערע פֿרײַנד אונדזערע. אַזוי האָבן מיר זיך באַקענט מיט ר׳ אָשר, אפֿשר קענט איר אים…‟ ר׳ מאיר האָט לײַכט אַ שאָקל געטאָן מיטן קאָפּ, נישט איבערצורײַסן מאַשעס דערציילן.

„ר׳ אָשר האָט געשאַפֿן אַ היימישע אַט­מאָס­פֿער. מיר האָבן זיך דאָרט גוט געפֿילט. פֿאַר­בראַכט אין איינעם די שבתים, יום־טובֿים, זיך באַ­טייליקט אין די אונטערנעמונגען, וואָס ר׳ אָשר האָט געפֿירט. מיר האָבן דאָרט געפֿונען אונדזער ייִדיש ווינקל. אָבער סטאַסן איז עס שוין געווען נישט גענוג. ער האָט אָנגעהויבן צו באַזוכן ר׳ אָשרס לעקציעס… דער סוף איז גע­ווען, אַז סטאַס האָט באַשלאָסן צו גיין זיך לערנען ווײַטער אין אַ ישיבֿה…‟

„דאָס איז דאָך געווען זײַן אייגענער באַשלוס, זײַן תּשובֿה…‟ — האָט געזאָגט ר׳ מאיר.

„ריכטיק, און איך האָב אים אונטערגעהאַלטן, — האַט מאַשע באַשטעטיקט, — כ׳ווייס, אַז די עלטערן זײַנע, בפֿרט זײַן טאַטע, האָט זיך קעגנגעשטעלט, געסטראַשעט אים אַרויסצוטרײַבן פֿון שטוב…‟

זי איז אַנטשוויגן געוואָרן. ס׳איז איר נישט לײַכט אָנגעקומען דער שמועס, אָבער זי האָט זיך נישט אָפּגעשטעלט.

„אין אַ טאָג קומט ער צו מיר אַהיים זייער באַגײַסטערט און זאָגט, אַז אים און נאָך עטלעכע בחורים פֿון דער ישיבֿה שיקט מען אויף אַ צײַט קיין ישׂראל. ער האָט זיך נישט געקאָנט אָנרעדן, אָנפֿרייען אַזוי גליקלעך איז ער געווען…‟

און מאַשע האָט איבערגעחזרט די ווערטער, וואָס ר׳ מאיר האָט פֿריִער געהערט פֿון סטאַסיקס פֿאָטער, אַז דער „הימל אין ירושלים איז בלויער‟.

„ער איז דאָך אַ קינסטלער, — האָט מאַשע באַטאָנט, — פֿאַר אים איז עס געווען זייער וויכטיק…‟

מאַשע האָט אַ קוק געטאָן אויפֿן זייגערל, ס׳איז זיכער די צײַט אויסגעגאַנגען. זי האָט נאָך אָבער געהאַט וואָס צו זאָגן.

„מיט אַ דרײַ חדשים צוריק האָבן מיר זיך ווידער געטראָפֿן. כ׳האָב אים נישט דערקענט — נישט זײַן אויסזען, נישט זײַן אויפֿפֿיר און אַוודאי נישט זײַנע רייד… ס׳האָט מיך אַזוי פֿאַרדריסט, אַז כ׳האָב אים אַ זאָג געטאָן אויף דער הייסער מינוט: ׳כ׳זע שוין, וואָס פֿאַר אַ בלוי דו האָסט אין ירושלים געפֿונען!׳… דעמאָלט האָט ער אָנגעהויבן שרײַען, אַז איך פֿאַרשטיי גאָרנישט, אַז כ׳בין אַ טיפּשה… ס׳האָט מיט אים ממש געוואָרפֿן… ׳די בלוי פֿון הימל איז דאָך אַ געטלעכע בלוי, — האָט ער געשריִען, — און איך זוך די בלוי פֿון מענטשלעכער נשמה…׳ — און פּלוצעם האָט ער זיך צעוויינט און אָנגעהויבן בעטן, כ׳זאָל אים העלפֿן… אַז כ׳האָב אַ צוטריט צו די פּילן, וואָס ער נייטיקט זיך אין זיי… וואָס וועלן אים דערמעגלעכן זיך צו פֿאַרטיפֿערן אין זײַן זוכעניש פֿון בלוי… ערשט דאָ האָב איך פֿאַרשטאַנען, וואָס עס קומט מיט אים פֿאָר…‟

מאַשע האָט זיך אויפֿגעהויבן פֿון דער באַנק.

„אַנטשולדיקט, כ׳מוז שוין גיין… — אַ ווײַלע האָט זי זיך פֿאָרט פֿאַרהאַלטן, און, קוקנדיק ר׳ מאירן אין די אויגן, געזאָגט: — אויב איר וועט אים זען, סטאַסן, זאָגט אים, ער זאָל מיר אָנ­שרײַבן…‟

מענדי דויטש האָט אָנגעקלונגען, ווען ר׳ מאיר איז שוין געווען אויפֿן וועג אַהיים. ער האָט נאָך ביז אַהער זיך נישט געקאָנט צוגעוווינען צו דער מאָדערנער טעלעפֿאָן־שיטה, צו רעדן וווּ מע גייט און וווּ מע שטייט; בפֿרט וועגן אַזאַ „דעליקאַטער סיטואַציע‟.

„אפֿשר וועלן מיר דעם שמועס איבערטראָגן אויף מאָרגן, בײַ אונדזער טרעפֿונג?‟ — האָט ר׳ מאיר געפּרוּווט צו מאַכן עס בקיצור. נאָר מענדי האָט זיך שוין געהאַט אָנגעכאַפּט אין אים:

„איר האָט דאָך אַ שאַרפֿן ניוך… כ׳בין זיכער, אַז איר האָט עפּעס דערשמעקט?‟

ר׳ מאיר האָט אַ ווײַלע געשוויגן, דערנאָך געזאָגט:

„דער בחור איז געווען אַ מאָלער… ער האָט געזוכט זײַן בלוי…‟

„כ׳פֿאַרשטיי נישט, וואָס מיינט עס?…‟

„מאָרגן, טײַערינקער, מאָרגן…‟

אַהיים איז ר׳ מאיר געקומען שוין אין גאַנצן אַ צעבראָכענער. זײַן געטרײַע פּלוניתטע, מרים, האָט שוין געהאַט וועגן וואָס צו טענהן:

„אַרויסרײַסן אַ מענטשן פֿון דער שׂימחה!… דײַן מענדי איז אַ גרויסער חוצפּהניק… און דו, אַוודאי, האָסט אים נישט געקאָנט אָפּזאָגן… גיב נאָר אַ קוק אויף זיך…‟

ר׳ מאיר האָט געשוויגן; אַז מע שווײַגט, קריגט מען אַ בעסערן חלק. יאָ, ער האָט זיך שוין הײַנט גענוג אָנגעהערט, נישט דאָ געדאַכט… מרים האָט אָבער אַ גרויסע מעלה: עס גייט בײַ איר גיך אָפּ דער כּעס… זי האָט זיך צוגעזעצט לעבן אים און פּלוצעם געבעטן דעם מאַן ער זאָל ווײַזן זײַן דלאָניע. ר׳ מאיר האָט אויף איר מאָדנע אַ קוק געטאָן, אָבער געפֿאָלגט. מרים האָט אַרויסגעשלעפּט פֿון דער קעשענע אַ קליין קאָנווערטל, געעפֿנט עס און אַ טרייסל געטאָן איבער דעם מאַנס אונטערגעשטעלטער האַנט. אַ בלאָנדע לאָק, „אַ פֿלעשעלע‟, אָפּגעשוירן פֿון זייער אייניקלס קאָפּ, איז לײַכט געפֿאַלן אויף זײַן ברייטער דלאָניע.

_ברוקלין, מײַ, 2016 _