Yiddish with an Aleph

תּנכישע נעמען זענען פֿאָרט שענער

Biblical Names Are Simply More Beautiful

פֿון יהושע כּהנא

Yehuda Blum

די תנכישע נעמען האבן ביי מיר תמיד געהאט א חשיבות. שטענדיג נאך א געבורט פון א ברידערל אדער שוועסטערל האב איך געהאפט אז מען וועט דאס קינד געבן א ביבלישן נאמען. א נאמען וואס ווערט דערמאנט אין חומש, פארמאגט דעם ביבלישן שטעמפל. דאס זעלבע איז מיט א לאנד, א חיה אדער פלאנצונג. איז עס פון תנך האט עס מער געוויכט.

דער תנך איז קאנאניזירט, געדריקט מיט גרויסע אותיות, געפינטלט, יעדעס ווארט פארמאגט א חשיבות, מיט פירושים. אבער אויך לשון הקודש, וואס רוב פונעם תנך איז געשריבן אין דעם, מאכט דא אויס. לשון הקודש איז א שיינע שפראך, לשון הקודש ווערטער זענען קורץ סאליד און קלאר. נעמט למשל די נעמען, יצחק, משה, יעקב, אברהם, אדער (אין די ווייבער שיל) דבורה, פנינה, שרה, מיכל, ווי שיין און קלאר זענען זיי. 

אז מען נעמט אראמישע אדער גריכישע נעמען, אזוי ווי אנטיגנוס, דוסתאי, בוסתנאי, ריש לקיש, הורקנוס, זיי זענען איבערשפיציג אדער געדריידלט. אז מען ריקט זיך שפעטער צו די אידישע אדער סלאוויזירטע (פוילישע, רוסישע) נעמען, קלינגען זיי ווי פון א גרופע לצים פון א שענק הויז, גימפל, חאצקל, פינטשיק, הערצקע, אדער ביי די ווייבער, שפרינצע, דבאשע, טשארנע, הענטשע, אזעלעכע וואס ווייסן נישט עפעס אנדערש נאר אפקאכן א קאשע. קיין ספרדישע נעמען פון לאדינא אדער אראביש קען איך נישט, אבער איך שטעל זיך פאר אז זיי זענען נישט אזוי גלאטיג ווי די לשון הקודש נעמען. 

איך וועל זיך נישט נארן. אויך לשון הקודש פארמאגט גאנץ טשיקאווע נעמען: יחצאל, סוסי, ופסי, צורישדי, חבקוק, און אפילו צלפחד. אבער א תנכישער נאמען, זאל עס זיין אזוי טשיקאווע אדער פארפלאכטן ווי שישק, נבוכדנצר, רבשקה, אחשדרפנה, איז עס פארט ביבליש.

גראדע ווייסט מען “ביי אונז” היימישע צו ניצן בלויז די שיינע נעמען פון דער תורה. הגם נישט אלע ביבלישע נעמען, אפילו די שיינע, זענען אנגענומען ביי חסידים אדער אשכנזים בכלל, האט איר שוין געהערט אן היימישער יונגערמאן מיט דעם נאמען אהוד, יפתח, מיכה, חגי, מלאכי? זיי זענען נעמען פון שופטים און נביאים, אבער פאר סיי וועלעכער סיבה זענען זיי נישט אריין אין דער ליסטע היימישע נעמען. ספרדים, ספעציעל מזרחים, ניצן א ברייטערער אויסוואל פון ביבלישע נעמען. 

הכלל, שענערע נעמען, מיאוסערע נעמען, אלעס וואס ווערט דערמאנט אין תנ”ך איז ביי מיר געווען ספעציעל, א חיה,  פלאנצונג, אן אבן טובה, א שטאט א לאנד, איז עס ביבליש איז דאס חשוב. איך האב גוט פארשטאנען פארוואס א סך אמאליגע חכמים און שרייבער האבן אלעס שייך געוואלט העבריזירן, פארפאקן אין א לשון קודש נאמען. גאנצענע ביכער זענען פאראן בלויז צו רעדן איבער די מקומות און אביעקטן פונעם תנך.

מצרים (עגיפטן), כוש (סודאן), לבנון, ירדן, הודו (אינדיע), פרס, יון (גריכנלאנד), און נאך עקסעסטירנדע לענדער מיט העברעאישע נעמען איז אונז מער אינטערעסאנט ווי טונעסיע, נייגעריע, יוגעסלאוויע  ארגאנטינע, פארטוגאל, איי, קיין שום ביבלישן טעם נישט. נאך גוט וואס מען האט העבריזירט צרפת (פראנקרייך), אשכנז (דייטשלאנד), ספרד (שפאניע) און אפילו תוגרמה (טערקיי). 

אז איך האב ערגעץ געליינט איבער ביבלישע באזוכן אין פרעמדע לענדער, יואב בן צרויה האט באזוכט טוניס, די גרגשים האבן אויסגעוואנדערט נאך מאראקא, די עבדי שלמה האבן גאר באזוכט אמעריקא, האט דאס כאטש פארשענערט די פלעצער. ווי א ביין אין האלז זענען מיר די פארגריכישטע נעמען אין ארץ ישראל און ארום, פון ארם געמאכט סוריה, פון כנרת געמאכט טבריא, און ווער דארף א קסריא אדער אנטיפטרוס אין ארץ ישראל. 

א נשר (גייער-וואלטור), יען (שטרויס), עיט (אדלער) עורב (ראב), איז ביבליש, א טורקי, א קאנאדור, וואס א טעם האט עס? אן אריה (לייב), דוב (בער)  צבי (אינד), נמר (לעמפערט), פיל (עלעפאנט) קוף (מאלפע), א מחייה, ביבליש. א טשיטא, דזעגוואר, דזיראף, הייאינע, ס’איז נישט.

אז איך ווייס נישט וואס דער חז’לישע קלי אילן קאליר, נישקאשע, אבער תכלת, ארגמן, פון תנ”ך, וואס זענען זיי??? אז איך ווייס נישט וואס דער תלמודישער טיגריס באשעפעניש איז, נו שוין, אבער וואס איז דאס דער ביבלישער תחש? וואו געפונען זיך די תלמודיסטישע קפוטקיא אדער לודקיא, אפילו פומפדותא, איז נישט אזוי וויכטיג, אבער וואו געפונען זיך די הונדעטער אומבאוויסטע לענדער וואס ווערן אין תנ”ך דערמאנט? 

אופיר און תרשיש, די צוויי פלעצער האבן שטענדיג געצויגן מיין נייגער. דארטן האט דאך שלמה המלך געשיקט נאך גאלד און עקזאטישע חיות. וואו געפינען זיי זיך? אז אופיר ווערט דערמאנט אין א געפינטלטער פסוק איז עס פונקט אזוי חשוב ווי מצרים אדער בבל. עס קומט איר אז מען זאל וויסן וואו זי געפינט זיך, עס איז פון די שיינענדיגע ווערטער אין תנ”ך.

חנוכה איז ביי מיר געווען אביסל א פארנעפלטער יום טוב. דער נס האט טאקע פאסירט אינעם ביבלישן ארץ ישראל, אבער א יום טוב אן א תנכישן מקור?!… אז איך האב אנטדעקט אמאל אין א פארשטויבטער שאפע דעם מגילת אנטיכוס איז מיר דער גריכישער יום טוב מער אריין אין קאפ. מע האט גענומען די חנוכה מעשה און עס קאנאניזירט מיט געפינטלטע פסוקים: “און עס איז געווען אין די צייטן פון אנטיוכוס”. פארט, די שווערע גריכישע נעמען פון די שרי יוון פארהרגענען אביסל דעם טעם.

ווען איך קען וואלט איך געשריבן די גאנצע אידישע היסטאריע נאך די תנך צייטן אין פסוק לשון, “ויהי בימי פרדיננד מלך ספרד” אדער “ויהי איש אחד בארץ הריין ושמו יוסלמן”. די שווערע שפאנישע אדער דייטשע נעמען וואלט איך פארקירצט מיט אן העברעאישן טעם.

ווי שיין איז דער תנ”ך.


ווי גרייט מען צו אַ חסידישע חתונה?

Planning a Hasidic Wedding

פֿון זלמן חסיד

Yehuda Blum

ביי חסידים איז איינגעפירט אז די עלטערן מאכן חתונה די קינדער. זיי באצאלן נישט בלויז די הוצאות פון דער חתונה גופא, נאר אויך פארן שטאפיר און פאר א דירה פון שענסטן און בעסטן. דער חתן דומה למלך, ער דארף אויסזען ווי א מלך, און די כלה — ווי די מלכה, אין פולסטן זין פון ווארט. א בחור אדער א מיידל ווען זיי טרעפן זייער באשערטע, מוזן זיי זיך נישט זארגן ווייטער, די עלטערן מאכן זיי חתונה אויף א גאלדענעם טאץ. נאכן שרייבן תנאים גייט דער חתן צוריק אין ישיבה, זיך גרייטן צום ספעציעלן טאג, די כלה וועט זיך גרייטן פון איר זייט, אבער ביידע וועלן זיך נישט דארפן זארגן פאר הוצאת החתונה.

פון ווען עס געשענט דעם שידוך ביז נאך די שבע ברכות, קאסט עס פאר יעדן צד אן ערך פופציג - זעכציג טויזענט דאלער. דאס הייסט פאר ביידע צדדים צוזאמען קאסט עס גאנצע הונדערט טויזענט דאלער! דאס איז דער סכום, פאר אן „ארימאן‟ וואס האט נישט. פאר א בעל־הבתישער שידוך — א סך מער.

אין דורכשניט קען א חסיד זיין געבענטשט מיט אכט אדער צען קינדער, מיינט דאס אז ווען ער וועט פארטיגן חתונה מאכן זיין געזעמעל, וועט ער אויסגעבן פאר שמחות קרוב צו א מיליאן דאלער.

פרעגט זיך: פארוואס טאקע פירט מען זיך אזוי ביי חסידים?

דער ערשטער ענטפער איז: ווייל אזוי האט מיך מיין טאטע און מאמע אויפגעצויגן, אזוי איז געווען אין דער אלטער היים. ביי חסידים אז מען האט אזוי געזען ביי די עלטערן, דארף מען נישט מער, דאס איז א סימן, עס איז די בעסטע זאך.

דער מנהג ווערט דערמאנט אין ספר „דרישה ופרישה‟ פון דעם גאון רבי יהושע פאלק [געבוירן בערך 400 הונדערט יאר צוריק, אין קראקע]. און ענדליך אין מלבי״ם, פון דעם גאון רבי מאיר לייביש [געבוירן פאר איבער 200 יאר צוריק אין אוקראינע]. דער טעם ווערט אנגעגעבן, אז אויב די עלטערן מאכן חתונה די קינדער, שפירן די קינדער א גרעסערע נאנטקייט און צוגעבינדענקייט צו זייערע עלטערן, ווען זיי זעען די ארבעט, מי און געלט און אז זיי זענען געטריי די קינדער. דאן בלייבט אויף די קינדער א רושם אויף אייביג, דאס בינדט צוזאמען די משפחה.

דאס איז מן הסתם איינע פון די גרויסע הצלחות פארוואס חסידישע פאמיליעס האבן מצליח געווען בויען זייערע פאמיליעס דאהי אין אמעריקא, אויפן זייער אייגענעם אויסגעטראטענעם וועג.

איז די פראגע: נו, פון וואנען נעמט מען געלט פאר די שמחות?

עס איז וואונדערליך וויאזוי עס שטעלט זיך צוזאם דאס געלט. מען זאגט א ווערטל: די חתונה נאכט איז בלויז דער אויסלאז פון די חתונה, מען מאכט חתונה דאס קינד גאנצע זעקס חדשים פאר דעם! מען לויפט ארום אין געשעפטן, קויפן און צוגרייטן אלעס פון פריער.

גלייך ווען איינער טוט א שידוך וועלן די זיידעס און באבעס פון ביידע זייטן אנהייבן זיך זארגן: „וויאזוי וועט אונזער קינד חתונה מאכן זיין קינד?‟ וועלן זיי אים שיקן א טויזענטער אדער צוויי. דאן וועלן זיך דערבארעמען אויף חתן־כלה די געשוויסטער, יעדער וועט געבן וויפיל ער קען. פאר א היימישן חסיד וועט געבן אפילו אן ארימאן, וואס מאכט די זעלבע נאכט חתונה, ער דארף דעם זעלבען סכום געלט פאר זיך, ווייל: אז ער גיט, וועט אים יענער צוריק געבן, און פון די צענער׳ס - צוואנציגער, הונדערטערס, שטעלט זיך צוזאמעם פינעף און אפילו צען טויזענט דאלער!

דאן קומען די גוטע פריינד און שכנים, די קהילה. מען מאכט טאג טעגליך א „טיי אווענט‟ און א צדקה פארטי, פאר היימישע יידן וואס מאכן חתונה. עס זענען דא צדקה קאסעס וואס היימישע פארמעגליכע יידן געבן אוועק שווערע טויזענטער פאר הכנסות כלה. און צום לעצט זענען דא די גמח״ן, וואס לייען יעדען וואס מאכט חתונה פינעף, צען טויזענט דאלער, און אפילו נאך מער, מיט גוטע ערבים און אן אויסגעהאלטענעם פלאן פון ווי צוריק צו באצאלן, אויף קליינע חודש׳ליכע באצאלונגען.

ביי יעדע חתונה קען אייך איינע פון די מחותנים פארציילן א „נס פון הימל‟, וויאזוי ער האט באוויזען צוזאמשטעלן דאס אויסטערלישן סכום פון פופציג טויזענט דאלער! אבער בעזרת השם באווייזט מען עס, מיט הילף פון גוטע פריינד און די קהילה.

ועל כולם זענען דא איבראל די חתונה מאלן, מען קען באקומען יעדער זאך וואס פעלט אויס פאר די חתונה פאר ביליגע פרייזן, אנהייבנדיק פון די מעבל, שטוב־מכשירים, שטאפיר פאר חתן־כלה. אויך האט זיך יעדע קהילה זיינע ספעציעל חתונה תקנות, וואס מען מאכט מען זאל נישט אויסברענגען סתם אזוי געלט. די תקנות ווערן אלץ בעסער און מער צוגעפאסט צו דער נייער צייט, עס איז באפולמעכטיגט פון דעם רב־ אדער רבי־ארגענעזאציע פון דער קהילה, יעדער האלט זיך צו דערצו.

דער סוד פון דעם איז: יעדער לייגט צו א פלייצע חתונה מאכן, מיט א גוט הארץ. די עלטערן, געשוויסטער, נאנטע און ווייטע קרובים, שכנים, גוטע פריינד, און אלע וואס געהערן צו דער קהילה!

עס דרייט זיך ארום א ווערטעל, השם האט אריינגעווארפען עטליכע מיליאן דאלער צוישען יידן, און יעדע נאכט איז עס ביי א צווייטן.

מען קען זיך שוין אליין פארשטעלן ווי גרויס איז די שמחה אין דער חתונה נאכט, יעדער עקסטער שפירט זיך א נאנטער מחותן! דאס איז איינע פון די סודות פון א שמחה ביי א חסידישער חתונה! ווי גייט דאס יידיש ווערטל: אויף א שטוב אויפבויען און אויף א קינד אויסגעבן, איז דא ביי גאט א ספעציעלן אוצר.


כּמו בתּי־מקדשות הײַנטיקע צייטן 

The Holy Temples of Today

פֿון יהושע כּהנא

Yehuda Blum

מיר קלאגן כסדר אויפן בית המקדש, אויפן גלות, וועגן דעם שפלות פונעם איד. מיט דעם זענען אונזערע פיוטים און קינות פול. דער בית המקדש איז געווען פרעכטיג, דער כהן גדול מיט די כהנים האבן מכפר געווען, דאס האבן מיר פארלוירן, און וואספארא צרות זענען דעמאלס געשען.

ווער עס איז נישט קיין סאטמארער אדער סיי וואס פאר אן אויסגעשפראכענער אנטי ציוני וועט מודה זיין אז ירושלים, דער אידישער הויפט שטאט איז שוין נישט “מושפלת עד שאול תחתיה”, אויך דער איד איז היינט נישט מער מושפל ווי אין די צייטן פון די בתי מקדשות, נאר וואס דען, דער בית המקדש, ווי קען א אידיש הארץ זיין גאנץ ווען גאט’ס הויז דער פרעכטיגער בית המקדש איז נישטא, נישטא קיין כהן גדול מיט כהנים.

Read more


פֿרומע ייִדן קענען נישט דינען אין אַ סעקולערן מיליטער

Haredi Jews Can't Serve in a Secular Military

פֿון בן ציון אַדלער

Getty Images
אַ דעמאָנסטראַציע פֿון חרדישע ייִדן אין בני־ברק, ישׂראל, דעם 22סטן מאַרץ 2018

ביי א פרומען ייד איז אלעס געוואנדען לויט דער הלכה, דערפאר האט א פרומער ייד קיינמאל נישט געוואלט דינען אין א סעקולערן מיליטער. די יידישע היסטאריע אין אייראפע איז איין לאנגע קייט וויאזוי רעגירונגען האבן פארלאנגט פון יידן דינען אין מיליטער. ווען דער מיטל אלטער האט זיך געענדיקט און פראנ״ז יאסע״ף דער צווייטער, דער נאכפאלגער פון דער עסטרייך-אונגארישע קעניגין ״מאריא טערעזא״, האט געשטעלט א תנאי, אז אויב יידן ווילן געניסן פון גלייך בארכטיגקייט דארפן זיי דינען אין מיליטער, האבן אלע רבנים אויסגעוויילט ליבערשט נישט צו געניסן פון פרייהייט, איידער צו שיקען די בחורים אין מיליטער. אויך שפעטער איבעראל ווי תורה–טריי יידן האבן געוואוינט, איז דאס גיין אין מיליטער געווען א ״שרעקליכע גזירה״ פאר פרומע יידן, איז מען געווען ״טמיר ונעלם״, זיך אויסבאהאלטן פון מיליטער. ווער שמועסט אין רוסלאנד, אונטערן צוואנג פונעם ״צאר״, ווען מען האט געכאפט די ״קאנטאניסטן״, איז עס געווען פאר פרומע יידן די ערגסטע זאך, מען האט מיט בלוט און מסירות נפש זיך קעגען געשטעלט.

א מיליטער וואס איז אוועקגעשטעלט זיך נישט רעכענען מיט די דינים פון דער תורה, נאר לויט די מיינונגען פון סעקולערע גענעראלן, איז אייביג ״טרייף פסול״ ביי די פרומע, אפילו אויב רעגירונגען האבן אפשר געהאט, לויט זייער מיינונג, ריינע כוונות. מען האט געוואלט מען זאל זיך אויסמישן צווישן אנדערע, אזוי וועלן זיי נישט ליידן פון אנטיסעמיטיזם און האס, דאך האבן יידן עס נישט אנגענומען. אבער ווען עס קומט צו דינען אין א סעקולערן מיליטער וואס די ״יידישע מדינה״ אין ארץ ישראל האט, איז עס א סך שווערער פאר יידן.

לויטן ישראלדיקן געזעץ ״גיוס חובה״, מוז יעדער יונגעטליכער פון אכצן יאר און העכער, דינען אין מיליטער. א סך פרומע זענען בכלל קעגן דעם עקסיסטענץ פון א ״יידישע מדינה״, זיי קענען זיך נישט שלאגן און איינשטעלן דאס לעבן פאר ״די יידישע מדינה״, ווען לויט זייער מיינונג איז די גאנצע מדינה קעגן דער תורה.

נאך מער איז דער פאקט אז די רעגירונג שרייבט, קליפ און קלאר, אז זייער ציל מיט דעם געזעץ ״גיוס חובה״ איז, אריינשלעפן וואס מער פרומע יידן אין מיליטער, כדי ״זיי זאלן אריינגעשמאלצען ווערן אין דעם לעבן פון דער מדינה. דער כאראקטער פון די פרומע דארף ווערן אנדערש״. דאס אליין איז א זאך וואס דער ייד גיט אכט דערויף, ער וויל טאקע נישט ווערן ״איינס״ מיט די ״סעקולערע״ יידישע מדינה.

דער געזעץ צו צווינגען מענטשן צו זיין א סאלדאט און הרג׳ענען מענטשן, נעמט אוועק פונעם מענטש זיינע רעכט. אזא געזעץ געפינט מען נישט אין קיין סך דעמאקראטישע מדינות אבער אין דער אידישער מדינה — יא! דאס איז ווי מע וואלט ארויפגעצווונגען זאכן קעגן א מענטשנס רעליגיע, ווייל לויט די פרומע אידן איז דאס דינען אין א סעקולערער ארמיי דאך קעגן דער תורה. עס איז אויך קעגן די אינטערנאציאנאלע תקנות. אין דער יו–ען איז דא א געזעץ אז מען קען נישט צווינגען א מענטש צו ווערן א סאלדאט, קעגן זיין געוויסן און גלויבן.

יאיר לפיד, דער הויפט פון דער ״יש עתיד״ פארטיי, זאגט: מיר זענען איין פאלק, און מיר מוזען אריינעמען אויך די פרומע צו ״אונזער״ פאלק, דאס איז דורך דינען אין מיליטער.

ווען די אפזיציע פארטיי האט געברענגט פארן בג״צ [דאס ציוניסטישע הויפט געריכט] די טענה, אז די רעגירונג ברענגט נישט אריין גענוג בני ישיבה אין דער ארמיי, האט די נתניהוס רעגירונג געענטפערט: מיר ברענגען יא, נאר מיר טוען עס מיט חכמה, נישט מיט געוואלד. די רעגירונג צייגט אויף מיט קלארע סטאטיסטיק, אז די פרומע סאלדאטען ווערן יעדעס יאר אלץ מער אין מיליטער. אין די לעצטע פינף יאר מען אריין געברענגט צען טויזענט בני תורה אין צה״ל.

די רעגירונג האט ארויפגעשטעלט קוואטעס וויפיל פרומע בחורים און מיידלעך דארפן קומען אין מיליטער יעדעס יאר. די פרומע אליין מוזען אנפילן די קוואטעס. זיי שרייבן: מיר האבן הצלחה! עס גייט לויטן פלאן!, די קוואטעס פון יאר תשע״ז איז געווען פינף טויזענט זיבן הונדערט, וואס פון דעם דארפן גיין דריי טויזנט צוויי הונדערט אין מיליטער אליין, די איבעריגע דינען אין ״שירות לאומי״, נישט־מיליטערישער נאציאנאלער דינסט. לויט דעם פלאן דארף ביז צען יאר ארום זיין איבער פופציג טויזענט פרומע יידן אינעם מיליטער.

די רעגירונג בעט זיך ביים בג״ץ: מיר האבן געמאכט א חוק וואס דאס וועט ברענגען צום סוף וואס דער בג״ץ וויל! די חרדים וועלן אלע, אדער ס’רוב פון זיי, גיין אין מיליטער, זיי האבן געשטעלט יעדים–צילן, און די צילן ארבעטן, עס ארבעט טאקע נישט הונדערט פראצענט, אבער אכציג פראצענט יא. שרייבן זיי: אפילו פופציג פראצענט איז א גרויסע דערגרייכונג. אט דאס איז געשריבן ״שווארץ אויף ווייס״ פון די רעגירונג. פארוואס זאל איך עס נישט גלייבן?.

ווען א רעגירונג שטעלט א געזעץ אז ״יעדער״ דארף דינען אין מיליטער, וועלן פרומע יידן קיינמאל נישט מסכים זיין דערצו. מיר זענען בייגעקומען די רשעות׳דיגע רעגירונג פון עסטרייך - אונגארן, די רשעות׳דיגע רעגירונג פונעם ״רוסישן צאר״, מיר האבן נישט עובר געווען די תורה, ווען מען האט אונז מיט צוואנג געשלעפט אין מיליטער, מיר וועלן בעזרת השם בייקומען די סעקולער יידישע מדינה אויך, אזוי לאנג ווי זייער געזעץ איז קעגן די יידישע תורה.


אַ ברכה — מיט אַ פּדיון

Adding Redemption Money to the Blessing

פֿון יהושע כּהנא

Yehuda Blum

ביי חסידים ווייסט מען אז מען דארף א ישועה גייט מען צום רבי’ן נאך א ברכה, מען באשטעלט ביים גבאי א געשריבענער קוויטל מיט די נעמען פון די וואס דארפן א ישועה, און מען גייט אריין בקודש פנימה צום רבינס אויפנאם־צימער, דער רבי לייענט דעם קוויטל, ער ווייסט שוין וואס ער דארף ווינטשן, דער חסיד שטעלט אויפן טיש א פדיון, אויסלייז־געלט, און דער רבי גיט די ברכות.

דער מנהג פון אויסלייז־געלט, א פדיון, איז מסתמה שוין אן אלטער אנגענומענער אופן וויאזוי צו שטיצן א פאטריארך, א חשובער גייסטיגער. א גייסטיגער פירער וועט דאך געוויס נישט נעמען באצאלט פאר זיין שליחות פון גאט, איז פאראן אזא “צווישן מיר און דיר” סיסטעם, מען רוקט אים אריין א מטבע דא און דארטן, ביי א ברכה אדער ווידוי ארבעט עס זיך צום בעסטן אויס, דעמאלס דארף דאך דער יחיד צוקומען צום פאטריארך, פדיון’ט מען זיך, און די מסורה זאגט אז אזוי איז די ברכה מער חל. מען קען דעם פדיון אנרופן א “הייליגער טיפ”.

אין תנ”ך זעט מען שוין אז א ברכה פון א גייסטיגער האט געארבעט מיט באצאלן, און טאקע ווי א ביזנעס, פשוט באצאלן פאר די ברכה. יצחק אבינו האט געוואלט געבן עשו’ן א ברכה, האט ער צוערשט געבעטן א גוט שטיקל געפאנג. לויט טייל מפרשים איז דאס ווי דער חסידישער פדיון — אן דעם איז די ברכה נישט חל. אזוי זעט מען אויך אין אנדערע פלעצער אין תנך, אז ווען מען קומט צום “רואה”, צום זעער, דער נביא וואס האט אפענע אויגן, דארף מען קודם ברענגען א תשורה, א מתנה.

דער פדיון מנהג גרעניצט זיך מיט דער “מעמדות” מנהג. קלענערע רביס וועלן בשעת א דוחק, אין א שווערער צייט, גיין צו די מקורבים, די נאענטע צום הויף און בעטן “מעמדות” געלט. דאס איז נישט ווי א שנארער, דאס איז ווי א שטייער מעשה מלכות, א שטייער וואס מע גיט פאר דער מלוכה. מעמדות לכתחילה מיינט א שטעלע פאר עבודה און תפילה. אין די צייטן פון די מקדשות פלעגן זיך כסדר איבערבייטן שיפטן פון געקליבענע כהנים, לוויים און אפילו פשוטע ישראלים, זיך אפצוגעבן דעם גאנצן טאג מיטן טון די עבודה און דאווענען פאר כלל ישראל. רבישע אייניקלעך, אז זיי ארבעטן נישט, האבן זיי לכאורה אן ענליכע שטעלע צו די אוראלטע מעמדות, דאווענען פאר כלל ישראל. נו, דארף דאך כלל ישראל שטיצן די מעמדות.

א רבי אדער רביש אייניקל איז ווי דער כהן פון אמאל, ער איז פונעם חשובן קלאס ביי די חסידישע געמיינדעס, ער גייט אנגעטון מיט ספעציעלע לאנגע און גלאנציגע קליידער, און אים קומט שטיצע בדרך כבוד. אז דער גביר גיט א שיינע נתינה, א ברייטהארציקע מתנה, וועט ער באקומען א שיינע רבישע ברכה, א ברכה וואס קומט פון אונטער א ריפסענער [גלאנציקער] בעקיטשע — דאכט זיך אז עס קומט פון דער שכינה הקדושה און איז, פארשטייט זיך, א סך מער עפעקטיוו ווי א וואכעדיגע ברכה.

דער שאצער רבי, ר׳ שלום ז”ל שרייבט טאקע קלאר אין זיין ספר באריכות, אז היינטיגע צייטן איז דער בנש”ק, דער רביש אייניקל, אזויווי דער כהן פון אמאל, און דער אייבערשטער פירט אזוי אז ער זאל נישט האבן קיין פרנסה אזוי אז ער וועט זיין געצווינגען זיך צו האלטן אינעם רבישן מסגרת, צו האלטן דעם כבוד פון די עלטערן. דער שאצער רבי איז מעיד אז ער האט אליין געזען א סך רבישע אייניקלעך פראבירן זיך ארויסצודרייען פון זייער רבישקייט, זיי האבן אנגעהויבן ארבעטן ווי בעלי בתים. אלע זענען זיי אבער דורכגעפאלן. דאס איז א סימן פון הימל אז א בנש”ק טאר נישט ארבעטן מעשה באלעבאס.

עס איז דא א מעשה פונעם צאנזער רב, ר’ חיים ז”ל: עס איז געקומען צו אים א רביש אייניקל זיך אנטראגן צו זיין איינער פון זיינע שמשים. דער צאנזער האט אים אבער נישט געדארפט אלס משמש. האט יענער בנש”ק באַשלאסן צו “פארשעמען” זיין יחוס, ער האט אנגעהויבן ארבעטן מיט ערד פארן צאנזערס פענסטער. אזויווי דער צאנזער האט דאס דערזען האט ער זיך צעשריגן: „אוי געוואלד, א ר”ר מילך’ס אן אייניקל זאָל ארבעטן אזוי ווי א גאסן קערער? קום אריין צו מיר, וועסט זיין א משמש בקודש‟.

עס איז מערקוועדיג אז היינט, אן קיין בית המקדש, אן קיין כהנים אין פונקציע, אן קיין אפעציעלע נביאי השם, איז אלעס טראנספארמירט געווארן צום הויף, צום רבי’ן, און צו די בנש”קים. דער הויף איז ווי דער בית המקדש, די חסידים צאלן „שקל הקודש‟ כדי דאס אויפצוהאלטן, דער רבי איז אין תוך גלייך ווי דער נביא השם, מען צאלט אים פדיונות, און דער בנש”ק איז ווי דער כהן פון די מעמדות.

קויפט א ברכה און די ברכה איז אייערס!!!


מײַן אשת־חיל באַקט חלה לכּבֿוד שבת, אַ „יש מאין‟

How My Wife Baked Challah When All Ingredients Were Missing

פֿון זלמן חסיד

ווי עס איז באקאנט ביי אונז חסידים געפינען זיך דא א מאל אייגנארטיגע פראבלעמען, אבער אויך ווייסן מיר וויאזוי עס צו לייזן אויף אן אייגנארטיגן אופֿן. ווי זאגט מען: „א ייד גיט זיך שטענדיג אן עצה‟. לאמיר פארציילן א מעשה׳לע, וואס זעט אויס ווי א געוויינטליכע זאך, אבער עס פארציילט עפעס פון אונזער חסידיש לעבן.

Read more


חמר מדינה, חשובֿע געטראַנקען בײַ חסידים

What Makes A Drink Hasidic?

פֿון יהושע כּנהא

Yehuda Blum

מען זאגט וועגן איינעם פון די פריערדיגע צדיקים, אז בראנפן האט דער באשעפער באשאפן צוליב זיינע אידעלעך, זיי זאלן מאכן פרנסה דערפון. ווי באקאנט איז פאר אידן אין די קריסטליכע לענדער נישט געווען דערלויבט צו פארמאגן ערד, זענען אידן געווארן סוחרים, און ווען די חכמה פון בראנפן ברענעריי איז ארויסגעקומען איז דאס געווארן א אידישע באשעפטיגונג. דאס איז דאך דער באקאנטער משקה פון דער קרעטשמע ביי די שיידוועגן, דער ארענדאר ביים פריץ.

פרנסה האבן אידן געמאכט פון גויאישע „טרינקערס‟; שיכּורים וואס האבן ליב דעם ביטערן טראפן. אבער בראָנפן איז אודאי אויכעט א הייס חסידישער משקה. אן קיין בראָנפן זאגט מען דאך נישט קיין לחיים. מיט א גלעזל י”ש (ראשי תבות פון „יין שרף‟, ברענעדיגער וויין), דערציילט מען חסידישע סיפורים פון אמאליגע רבי’ס. א לחיים איבער לעקעך מיט בראָנפן נאכן דאווענען איז א פארצייטישער היימליכער איבערלעבעניש, א נאסטאלגישער זכר פון דער אמאל. פארשטייט זיך אין חב״ד זעצט מען זיך נישט צו קיין התועדות אן קיין משקה.

מען קען נישט פארגלייכן די שנאפס וואס אן ערל טרינקט (ווי גייט דאס לידל: „שיכור איז ער, טרינקען מוז ער, ווייל ער איז א גוי‟) צו א לחיים וואס א הייפל אידן מאכן איבער א בראָנפן גלעזל מיט א „גוט ווארט‟ אדער סיפור.

אין הלכה איז פאראן א טערמין וואס הייסט „חמר מדינה‟ די חשובע משקה פון לאנד. א חשובע משקה אין דעם לאקאלן לאנד קען זיין כשר פאר מאכן קידוש און הבדלה. וויין איז שוין טויזנטער יארן דער אינטערנאציאנאלער חמר מדינה, דאס איז די גאלד פון די געטראנקען, דאס פארנעמט טאקע דער חשובסטער ארט אין דער אידישער קולטור, אבער אויסער אידישליך שמעקט עס אויכעט זייער חסידיש, ביים רבי’נס טיש, שבת צו א יארצייט סעודה, רופט דער גבאי אויס די נעמען פון די וואס „שטעלן וויין‟. דאס איז שוין גלייכצייטיג אן הזכרה (דערמאנונג פאר א ישועה). בראָנפן איז שפעטער געווארן א שיתוף צו וויין מיט זיין אינטערנאציאנאלע חשיבות.

ראזשינקע וויין, דאס איז א געשמאקער היימישער פוילישער וויין, געמאכט פון ראזשינקעס, קיין פרישע טרויבן זענען אין די מדינות נישט געווען בנמצא, האט מען געמאכט וויין פון איינגעווייקטע ראזשינקעס, דאס איז די חמר מדינה ביי א סך פוילישע און רוסישע רבי’ס. די וואס געדענקען א קידוש וויין פון ראזשינקעס קענען קיין שבתדיגן טעם נישט שפירן אן אט דעם וויין. גלייך ווי א וויליאמסבורגער איד קען נישט לעבן אן קיין קדם טרויבן־זאפט (גרייפדזשוס).

ביר איז דער היינטיגער אינטערנאציאנאלער גאסן געטראנק, אבער אויך ביי אידן איז עס אנגענומען געווארן ווי א חמר מדינה. ביי א שלום זכר טרינקט מען א גלעזל ביר. מאנכע זאגן אז דער משקה ביר, געמאכט פון גערשטן, ווערט שוין דערמאנט אין דער תורה, דאס איז דער “שכר”. קיין חסידישע זכרונות דערמאנט זיך אבער נישט איבער א ביר. עס וויקלט זיך נישט דערמיט קיין חסידישע נאסטאלגיע.

מעד, די גאליציאנער חנוכה משקה געמאכט פון האניג, שמעקט שוין יא נאסטאלגיש. נאכן קוקן אויפן רבין ווי זיינע אויגן שעפן זיך אן מיטן אור הגנוז, די פארבארגענע הייליגע ליכט וואס גאט האט באהאלטן ביי ששת ימי בראשית (חנוכה איז א געלעגנהייט דאס צו זען דורך די ליכטלאך, אזוי שטייט אין די חסידישע ספרים), שטעלט מען מעד פארן רבי’ן.

אז מען גייט אוועק פון שארפע משקאות, זענען דאך דא קאווע מיט טיי, די הייסע געטראנקען פון דער באבעס טשייניק. קאווע (נישט קאפי אדער קאפעע חלילה) איז דאך איין שטיק חסידישקייט. א חסידישע קאווע איז גאר עפעס אנדערש ווי אפילו א ליטווישע ישיבישע קאווע. מיט וואס גרייט זיך א חסידישער יונגערמאן צום דאווענען אינדערפרי? מיט א חסידישן ספר, א טעפל קאווע, הכנות, און א מקווה. וואס הערט זיך דען מער היימיש און חסידיש ווי א „קאווע שטיבל‟? דארטן ווערט מען פארהיימישט מיט דער גאנצער היימישקייט. א קאווע פלעק אויפן גרויסן חסידישן טלית קטן איז א משלנו היימישער סימבאל. פיל מיט בליציגע רעיונות זענען פאראן אויף א טעפל קאווע, קאווע מיינט דאך האפענונג, קווה אל ה’ חזק ויאמץ, א האפענונג צו גאט זיך צו שטארקן. ס׳איז טאקע דא א חסידישע האפענונג: „לאכן פון דער וועלט, פארן רבין א קוויטל געשטעלט‟. דער סדר וויאזוי צוצוגרייטן די קאווע דארף שטימען מיט חסידישער קבלה. צוערשט גיסט מען אריין די שווארצע ביטערע קאווע וואס רעפרעזענטירט דין, שארפן משפט, דערנאך פארדעקט מען דעם „דין‟ מיט ווייסע מילעך וואס ווייזט רחמים.

טיי איז דער געטראנק פונעם בלאט גמרא. אבער אין ארץ ישראל איז א גלעזל טיי דער געטראנק אויף וואס זקני ירושלים שמועסן חסידישע מאמרים צוזאמען מיט פאפיטעס [סעמעטשקעס]. דאס איז חסידישע נאסטאלגיע נאך די געסעלעך פון א שבתדיגע ירושלים.

און לאמיר נישט פארגעסן די לייכטע קאלטע געטראנקען, אויך דא געוואנדן אין די אינטערנאציאנאלער חמר מדינות. קאלא, דער סאדע, איז געווען א באליבטע משקה ביי א סך רביס פונעם פריערדיגן דור. איינער פון די פריערדיגע לעלובער רבי’ס (זיי זענען באקאנט מיטן זיין זייער אריגינעל און נאטירליך) פלעגט ביים טיש כסדר בעטן צו דערלאנגען „די שווארצע סאדע‟. גלייך ווי אין דער וועלט איז אויך ביי חסידים דא א חילוקי דעות צו „קאקא קאלא‟ מיטן הכשר פונעם חב״דסקן הרב לאנדאו, אדער „פעפסי‟ מיטן קנאישן עדה החרדית הכשר. די חסידים פונעם עדה החרדית רב ר’ משה אריה פריינד געדענקען ווי זייער רבי האט ביים טיש אפט פארטרונקען דאָס עסן מיט פעפסי. 

מאראנצן זאפט [אראנזש דזשוס] איז דאך דער פרוכטיגער אינטערנאציאנאלער געטראנק, ספעציעל אין אמעריקע, דאס איז געווארן א טייל פונעם יידישן טיש, ביי א סעודת מצווה, א מסיבת לחיים, און ביים אפפאסטן אין שיל. מיט דער צייט וועט עס שוין אויך קריגן א חסידישן טעם.


וואָס חסידישע קינדער שפּילן זומערצײַט

Games That Hasidic Children Play During the Summer Months

פֿון זלמן חסיד

Yehuda Blum

דער זומער איז שוין ברוך השם דא מיט איר פולע פארע, די זון שיקט טעגליך ארויס אירע הייסע שטראלן, און ווען דאס געשענט, מארשירט ארויס אן ארמיי פון צענדליגער טויזענטער יידישע קינדער, אויף די ניו יארקער גאסן.

אין אן אנאליז פונעם OPJAC — אן ארגאניזאציע וואס באקעמפט די גענעראליזאציעס און סטערעאטיפן וועגן פרומע יידן — ווערט אנגעוויזן אז אין ברוקלין אליין, ווי עס געפינען זיך די גרויסע חסידישע צענטערס וויליאמסבורג, בארא פארק, פלעטבוש, קראונהייטס, זענען צווישן די ״ארטאדאקסן״ דא איבער 81,000 קינדער - יינגעלעך און מיידלעך - און יונגע לייט. אויב רעכנט מען אריין די גאנצע שטאט ניו יורק איז דא איבער 150,000 קינדער.

אין ניו דזשערסי אין יידישן לייקוואוד, איז דא איבער 31,000 קינדער. אין ראקלענד קאונטי — איבער 27,000. אין סאטמאר׳ע שטעטל „קרית יואל‟ מאנרא — איבער 13,000. אזוי ווי רוב ארטאדאקסן, ספעציעל קינדער, זענען חסידים, מיינט עס אז אין סך הכל רעדט מען, פון קרוב צו 200,000 חסידישע קינדער, בלי עין הרע.

Read more


זאָל דער רבי טאַנצן – אָבער בלויז אויב ער קען!

Let the Rebbe Dance – But Only If He's Good At It!

פֿון יהושע כּנהא

איך פארשטיי עפעס נישט. איז א רבי א צירק טענצער?

איך קוק מיך צו צו די חסידישע בילדער אין די מאגאזינען און ווידיאוס: „דער טאנץ פון גערער רבין‟, „דער טאנץ פון בעלזער רבין‟ און נאך פארשידענע רבי’ס מיט „זייער טאנץ‟.

מען קען פון די קעפלעך מיינען אז מען רעדט דא פון טרענירטע טענצערס.

איך געדענק ווי דער בדחן פלעגט אויסגראמען דעם רבין ביים מצווה טאנץ מיט א משל פון אן ארענדאר מיט א פריץ. 

דער ארענדאר האט נישט געהאט מיט וואס צו באצאלן דאס חודשליכע געהאלט, האט אים דער פריץ געוואלט לייגן אין טורמע, זאגט אים דער ארענדאר: “הער פריץ, קיין געלט האב איך טאקע נישט אבער איך בין א שיינער טענצער. אפשר קען איך אפצאלן מיין חוב מיט געטענץ”. און יא, דער פריץ האט אנגענימען דעם פארשלאג און דער טאנץ האט אים באפרייט פון צרות.

וויינט דער בדחן מיט זיין שטימע:

“דער רבי וועט פארן רבש”ע טאנצן דאס מאל
און דערמיט אפצאלן די חובות פון כלל ישראל
און פארשרייען די שלעכטע גזירות משעיבוד לגאולה ומעבדות לחירות”

א הארציגיר משל; דער נמשל איז אבער נישט גלייך. קודם כל, האט דען דער רבונו של עולם מסכים געווען צו דעם געשעפט? אז דער פריץ האט ליב געטענץ ווער זאגט אז דער רבונו של עולם האט עס אזוי ליב, עד כדי כך אז ער זאל פארגעבן די חובות? 

אבער לאמיר שוין זאגן אז דער רבונו של עולם האט ליב געטענץ אזויווי דער פריץ. נו, לויטן משל דארף מען דאך קענען טאנצן. קענען דען אלע רבי’ס טאנצן?

לאמיר אבער אראפ קריכן פונעם משל. תכלית, וואס איז דער ענין אז דער גראמער מאכט א גאנצער התעוררות הכנה, און ענדליך קומט דאס דערווארטע, רבינו שליטא במלוא הודו גייט נעמען די גארטל, די מוזיק גיט זיך א “צינד” אן, דער רבי הייבט זיינע פיס, און דער עולם ווערט עלעקטריזירט.

עס איז א פארהייליגטע ליאלקע (פאפעט) וואס טאנצט. עס באגייסטערט דעם עולם אז דער פארהייליגטער סטאטוע איז מסכים צו גיין כאפן א טאנץ. 

אז דער באבעווער רב ר׳ שלומלע זצ״ל איז געווען א לוסטיגער טענצער, נו, האט ער א רעכט צו טאנצן. דער וויזניצער ר׳ משהלע אויכעט, אז מען איז א רבי און מען איז אויכעט א גוטער טענצער זאל מען שוין אויסניצן דעם טאלאנט צו דערפרייען די חסידים. אבער אנדערע רבי’ס וואס ווייסן קוים וויאזוי צו הייבן א פוס? פארוואס דארפן זיי ווערן טענצערס? אוי האט ר׳ חיים קאניעווסקי מזל אז ער איז נישט קיין חסיד, ער זאל פון א תורה שרייבער ווערן א טענצער אדער זינגער! 

בכלל איז עס א מנהג ביי חסידים, אז דער רבי טוט דאס וואס ער קען נישט. עס הייבט זיך אן מיטן ירשענען עפעס וואס ווער זאגט ער טויג דערצו, דער רבי איז דער בעל תפילה, און חסידים בעטן זיך רבינו השמיעינו את קולך, דעם רבינס קול איז באליבט. נו אז די חסידים שרייען געוואלד אז דאס קול פון זייער רבין איז זיי באליבט, ווער קען עס האבן טענות? א מזל נאר אז דער רבי דארף נישט דזשאגלען מיט פאקלען, מאכן קאזשעליקעס, אדער אנפירן אן ארקעסטער. די חסידים וואלטן דאס אויכעט ליב געהאט פון זייער רבין. 

אינגאנצן נאריש זענען זיי אבער נישט די חסידים. ווען דער רבי זאל זיין דער פילאט פינעם פליגער מיט וואס זיי פירן צו זיך אהיים אויף שבועות וואלט דער רבי נישט געהאט קיין מנין.

איר ווייסט וואס, אין א שטילער הייפל האט עס א חן, א קליין הילצענער בעל שם טוב שטיבל מיט א פאראייניגטער גרופע חסידים, ארום זייער רבין, דער טאטע. אז דער רבי איז דער גוטמוטיגער גורו, טאנצט ער פאר זיינע חסידים, ער זינגט פאר זיי, ער איז זיי מעורר, אבער אלס א פאזיציע? דאס שיינט שוין דיקטאטאריש. נאר פארגעטערונג קען מאכן חסידים הנאה האבן פון א טענצער וואס איז נישט קיין טענצער, א זינגער וואס איז נישט קיין זינגער, א רעדנער וואס איז נישט קיין רעדנער, א צורה וואס איז נישט קיין בעל הדרת פנים. א מעורר וואס איז נישט קיין פרעדיגער, א מנהיג וואס פארמאגט נישט קיין פירערשאפט קוואליפיקאציעס.

אז איר האט הנאה פון פארגעטערונג, מיט א גוטן אפעטיט.

אין אונזערע מקורות געפינען מיר אז מען דארף אויפנעמען די וואס טויגן צו עפעס. א בעל תפילה דארף האבן א שיין קול, א רעדנער דארף קענען באיינדרוקן דעם עולם, די חכמי ישראל וואס ווערן געשילדערט אין גמרא אלס צענטראלע טענצער ווערן אפגעמאלן ווי פאכמאנישע טענצער. אבער גיי טענה זיך מיט א חסיד שוטה. ער וועט באלד זאגן אז אט דער אומ’שכל איז דאס וואס האלט אידישקייט.

 נו אפשר איז ער גערעכט.


ליבשאַפֿט צווישן טאַטע־מאַמע אין אַ חסידישער היים

Love Between Parents in a Hasidic Home

פֿון זלמן חסיד

Yehuda Blum

ווען איך בין געווען גאר יונג, האב איך געלייענט יידישע ביכער פון אלע סארטן, אפילו פון אזעלכע וואס מען טאר נישט לייענען ביי חסידים, ראמענען פון ליבע, וואס איז אזוי פאפולער ביי סעקולערע יידישע שרייבער.

איך האב זיך געוואונדערט, ווי איז די ליבע צווישן טאטע און מאמע? ביי די גאנצע חסידישע וועלט וועט מען כמעט נישט זען ווי א מאן און ווייב ווייזן ארויס שטארקע פיזישע נאנטקייט. צום ביישפיל איך האב קיינמאל נישט געזען ווי מיין טאטע זאל קושן מיין מאמע.

טאקע צוליב דעם האלטן דרויסנדיקע אז ביי די חסידים עקזיסטירט נישט קיין ליבע צווישן מאן און ווייב. א גאנץ לעבן דערקענט מען נישט אויסערליך אז מאן און ווייב האבן עפעס א סעקסועלע באנעמונג איינע צום צווייטן, קליינע קינדער קענען זיין מיט עלטערן יארן לאנג און נישט אויפכאפען אז דער טאטע און די מאמע זענען פארליבט. נו, וועלן זיין מענטשן וואס וועלן זאגן אז ס’איז טאַקע אַזוי.

ליבע איז נישט אזא זאך וואס מען קען זען. עס איז באהאלטן אין הארץ. עס איז אויך נישט א זאך וואס מען קען פארשטיין. פארוואס זענען די צוויי פארליבט? אין איינעמס אויגן קען זיך דוכטן אז דער מאן אדער פרוי איז גארנישט אזוי שיין, ווען ביים צווייטן איז עס די שענסטע, זיסטע, און טייערסטע.

און פארקערט, א מאל וועט א פארפאלק בלויז ״שפילן״ דעם שפיל אז זיי האבן זיך ליב, ווען אין דער אמתן לעבט מען צוזאמען וועגן גאנץ אנדערע סיבות, ווייל מען האט קינדער, אדער צוליב א ביזנעס חשבון.

ליבע ווערט צעטיילט אין צוויי חלקים: איינס ווען מען איז פארליבט צוליב דעם אויסערליכן קערפער פון א מענטש, מען גלייכט דאס גשמיות, דאס אויסזען פונעם מענטש, דאס געשטאלט, די הויך, די אויגן. די צווייטע סארט איז מען האט ליב דעם נפש פון יענעם, זיין שכל, און אז מען זעט ווי ביידע האבן דעם זעלבן ציל און שכל, ווערט מען פארליבט.

דער חילוק איז זייער גרויס. ווען מען האָט ליב יענעמ׳ס קערפער און געשטאלט, איז דא א שטארקע מעגליכקייט די ליבע זאל זיך מיט דער צייט אויסלעשן, ווען מען געוואוינט זיך צו דערצו, אדער מען זעט א שענערע געשטאלט. דעמאלט קען זיין אז די ליבע אפערע זאל זיך אויפהערן.

אנדערש אבער ווען מען איז פארליבט ווייל מען האט איין איינציגע ציל, מען איז פארליבט אין יענעם׳ס שכל און חכמה, איז עס א ליבשאפט וואס איז נישט געווענדט אין א גשמיות׳דיגע זאך, און אויף דעם זאגט די משנה אין מסכת אבות (פ״ה מט״ז) עס איז ״אינה תלויה בדבר״, אזא סארט ליבשאפט וועט קיינמאל נישט אויפהערן.

ביי חסידים נאכדעם וואס מאן און ווייב באקענען זיך, גיסט זיך צונויף זייער גייסט, זייער אמונה אין גאט, זייער ווילן צו היטן די תורה צוזאמען, אט דאס ווערט די באזע, דער יסוד פון זייער הויז. עס גייט אריבער עטליכע יאר, זיי האבן קינדער צוזאמען, ביידע לייגן אריין איבערמענטשליכע כוחות אויפצוציען די קינדער ווי זייערע עלטערן האבן זיי געלערנט, און ווי זיי אליין ווילן.

מיט דער צייט ווערן זיי צוזאמען געבונדען ווי א מאגנעט, און זייער נשמה ווערט איינע. מען בויט צוזאמען אן אימפעריע, פון זיסע לעכטיגע שיינע קינדערלעך, ביידע ארבעטן שווער אנצוקומען צו דעם ציל.

ביי חסידים איז אלעס געטאן לויט דער תורה, די שיינקייט און ליבע וואס א פרוי האט צו א מאן, זעט זיך טאקע נישט ארויס, עלטערין לייגן אריין אין זייער קינדער די מידה פֿון ״צניעות״ וואס מיינט „באהאלטען‟. ווי דער פסוק זאגט: כל כבודה בת מלך פנימה (תהלים מה, יד), דער גרעסטער כבוד פון א קעניגליכע יידישע טאכטער איז ווען זי איז באהאלטן, איר ליבע גיט זי דירעקט צו איר מאן, נישט צו קיין צווייטן, שלמה המלך דער חכם פון אלע שרייבט: שקר החן והבל היופי אשה יראת ה׳ היא תתהלל, אויסערליכער חן קען זיין פול מיט ליגנס; שיינקייט ווערט מיט דער צייט איבערגעדרייט אויף נארישקייט; און א פרוי וואס פארכט גאט דארף מען לויבן.

דער באליבטער מחבר פֿון לידער, יום טוב עהרליך, זינגט:

אין דער מאמעס שירצעלע, ליגט דארט גאלד אינמיטן,
בינדט זי צו מיט שטריקלעך, אז עס זאל זיך היטן!
אין מיין מאמעס הערצעלע, ליגט דארט א פארמעגן,
היט זי אפ איר הערצעלע, און טוט עס צודעקען!

טאקע דערפאר זעט זיך נישט אן קיין סעקסועלע ליבע, און קינדער ווערן נישט געוואויר פון דער ליבע צווישן טאטע־מאמע. אבער ביים ריכטיגן פלאץ און ביי דער ריכטיגער צייט, קומט ארויס די גאנצע יידישע ליבע איינער צום צווייטן מיטן פולע קראפט, אויף א פרעכטיקן אופן.

און טאקע דערפאר גילט ביי א חסיד דאס יידישע ווערטעל: ״האב מיך ווייניגער ליב, נאר האב מיך לאנג ליב.‟


אַ שבֿועות־מעשׂה וואָס האָט פֿאַרכאַפּט אונדז חדר־ייִנגלעך

A Shavuos Story That Enchanted Us, Cheder Children

פֿון יהושע כּנהא

youtube

שבועות איז דער יום טוב וואס איך האב מיר באקענט מיט די דראמאטישקייט פון א “ווייטן לאנד”, א פלאץ וואו קיין מענטש האט נישט אריבערגעטראטן, אן אומבאוואוסט פאלק, דער אנדערער עק וועלט, פון איבערן ים.

די לעגענדע פון ר’ מאיר דער מחבר פונעם שבועות’דיגן אקדמות, וואס איז אריבער דעם שטיינערדיגן סמבטיון צו די עשרת השבטים, דאס איז וואס האט אונז קינדער אין חדר באקאנט געמאכט מיט די מיסטעריעזשאפט פון אונזערע “פארלוירענע ברידער” בפרט, און פון פארהוילענע פלעצער אין די וועלט בכלל. 

אזא מעשה פון דער בעל אקדמות צעשפילט דאך די חושים פון דער פאנטאזיע אינגאנצן: צוויי אידעלעך פון דייטשלאנד לאזן זיך ארויס צום אלטן מדברדיקן ארץ ישראל געוואויר צו ווערן ביי די דארטיגע אידעלעך, אור אלטע איינוואוינער אין די סמטאות, באלאדן מיט סודות פון אידנטום. און דאָרט וועלן זײ אנטדעקן פארבארגענע מאפעס וואס מען האָט איבערגעגעבן במסורה פון דור צו דור, װאָס װײַזן וואו די פארהוילענע ברידער, די עשרת השבטים, געפינען זיך.

די צוויי אידעלעך פון דייטשלאנד האבן נישט געפלאנט צו מאכן אזא ווייטע סכנותדיגע רייזע ווען נישט וואס עס חלום’ט זיך דעם רב אין ווארמייזע אז „דער ישועה פאר די אידן פון שטאט וועט קומען דורך די רויטע אידעלעך‟. רויטע אידעלעך מיינט מען די עשרת השבטים. עס איז א מסורה אין די קהילות אשכנז אז די פארלוירענע ברידער, די עשרת השבטים זענען אדומים, רויט.

לאזן זיך אונזערע צוויי חשובי העיר ווארמייזע ארויס קיין ארץ ישראל געוואויר ווערן די שפורן פון די דאזיגע אידעלעך.

אין די אלטע סמטאות פון ירושלים ווערן אונזער גלות אידן געוואויר פון א זקן מופלג, ער פארמאגט במסורה די מאפע וויאזוי צו דערגרייכן דעם געהיימען סמבטיון. די רויטע אידעלעך קען מען נישט סתם אזוי דערגרייכן מיט לאנגע רייזעס. ערגעץ וואו, באהאלטן אונטער הויכע שווארצע פעלזן, געפינט זיך א פארכטיגער פלאותדיגער טייך, א טייך וואס ווארפט שטיינער ביזן הימל א גאנצע וואך. אָבער אום שבת, אויף א וואונדערליכן אופן, שטעלט זיך עס אפ. עס ווערט שא שטיל מיט א שטוינענדיקער פרידליכקייט.

לאזן זיך אונזערע צוויי אידעלעך, די שלוחים פון ווארמייזע, ארויס אויפן שרעקליך ווייטן אומבאוואוסטן וועג, שפרייזן דורך נייע פעלקער און שבטים, אומקענטיגע לאנדשאפטן. ביטער שווער איז די רייזע, שיפע שטיינערנע בערג, זאמדיגע מדבריות, א ברענענדיגע זון, פארפרוירענע שטיקער אייז ביי די שפּיץ בערג… וואכן און חדשים וואנדערן זיי צו די טיפסטע מרחקים, ווייטער און ווייטער, אזש צו די געווירצן לענדער ווי אינדיע. עס דאכט זיך אז אט אט דערגרייכן זיי דעם עק פון די וועלט.

איבער איום’דיגע שווארצע פעלזן פירט זיי די פארעלטערטע מאפע פונעם ירושלים’ער זקן, א פלאץ וואו קיין מענטש האט נישט איבערגעטראטן. בלויז ווילדע פייגל זעען זיך אויפן האריזאנט. עס דאכט זיך אז פארשטיפטער קען שוין נישט זיין, א פארכטיגער פארווארפנקייט.

און אט הערט זיך פונדערווייטן א גערויש. וואס מער זיי שפאנען צום עק וועלט אלץ מער הערט זיך דער גערויש, העכער און ווילדער, און אט אנטדעקט זיך פאר זיי א ריזיגער טאל, פינדערווייטן זעט זיך א טייך, ווי א רוישיגער טאפ. בייזע שטיינער און זאמד פליען צו די הויכן ווי א געדיכטער רויך, א מין בייזער וואונדער, יא, דאס איז דער סמבטיון. זיי האבן עס אנטדעקט, א הייליגער פארכט נעמט זיי ארום, אט דא איבער דעם רוישיגן טייך געפונען זיך די סודותדיק פארוויקלטע עשרת השבטים, אונזערע וואונדער ברידער, די בענקשאפט פון אונזער הארץ איבער די אנדערע זייט וועלט.

שבת צום זון אונטערגאנג ווערט דער טייך שטיל, א שלווה לאזט זיך אראפ, אזוינס וואס נאר פאלקס מעשיות קענען אפמאלן, דער גן עדן התחתון איבער דעם רעגנבויגן. מיט אן אליין־געמאכטן שיפל שפרייזן זיי אויף די לויטערע וואסערן פונעם סמבטיון טייך. 

די עשרת השבטים איבערן טייך לעבן א וואונדער לעבן, א לעבן פון ימות המשיח, אלעס איז לויטער און גן עדן’דיג, די שענסטע פירות וואקסן דארטן, בלויז שיינע בעלי חיים געפינען זיך דארטן, אלע זענען זיי קענער פון אלע חכמות און סודות, אלע קענען באשאפן ניסים, קיין שלעכטס פאסירט דארטן נישט. ברוכים הבאים צום לאנד פון די רויטע אידעלעך, א קליינטשיק עשרת השבטי ווערט געשיקט צום גלותדיגן דייטשלאנד, ער וועט בייקומען די כוחות פון כישוף פונעם דייטשן גלח.

ווער זענען די עשרת השבטים? אז מען הייבט אן קוקן אין די דערציילונגען פון תנ”ך, זעט מען אז זיי זענען אמאל נישט געווען אזעלעכע צדיקים, זיי זענען דווקא פארטריבן געווארן פון ארץ ישראל אויף א טראגישן אופן. די עשרת השבטים זענען געווען די איינוואוינער פון דעם באגרינטן צפון ארץ ישראל, זיי ווערן אפגעמאלן ווי זינדיגע מענטשן, שוואוילטאגער, באגייענדיג די הארבסטע זינד. אלס עונש זענען זיי פארטריבן געווארן איבער ווייטע בערג אין מזרח. דאס איז דער טראגישער סוף פון אונזערע ברידער.

איבער טויזנט יאר וואס מען האט קיין מוק נישט געהערט פון אונזערע פארלוירענע ברידער. צוביסליך זענען די זינדיגע צפון ברודער פון מלכות ישראל, פארוויקלט געווארן אין א הייליגער מיטאלאגיע, זיי זענען נתהפך געווארן אין צדיקים גמורים, באשיצט מיט א באהאלטענעם סמבטיון, איבערנאטירליכע כוחות באהערשט זיי, ווי סופערמאנען פון אן אנדערער פלאנעט. 

פיל סיפורים פלעגן ארומצירקולירן איבער רייזנדיקע שיפלער וועלעכע האבן זיך פלוצלינג באגעגנט מיט א רויטער אידעלע. אט פארט א דייטשל אויף א שיף צו א ווייטער מדינה, א ווינט פארפירט די שיף אויף אן אומבאוואוסטן ארט, פונדערווייטן זעט זיך אן אינזל, דער גויאישער קאפיטאן פארט צו נענטער, א גרופע מענטשן מיט גרויסע טלית קטנס ווארפן צו ברויט. „דאס זענען די רויטע אידעלעך!‟ רופט אויס דער קאפיטאן, דער מומחה אין העק ווייטע וואסערן. „צוקומען צו זיי איז אבער אוממעגליך.‟

א רייזנדיקער אין א פערסישן מדבר באגעגנט א ריז, מיט א הויכן שטערן, מיט א טורבאן, א לאנגער שווארצער בארד, מיט א סודות’פולע מינע, ווי מען שטעלט זיך פאר אז עס זעט אויס אליהו הנביא, דער אידעלע מורמלט עפעס און פארענדיגט אז ער מוז צוריק צו זיין לאנד, טייטלענדיג צום מזרח, דער לאנד קען ער אבער נישט אנטדעקן, מיט א הייליגער טרער, ווי אן איש אלוהים פארשפרעכט ער אז מען וועט זיך זען מיט די גאולה שלימה. 

„ווען קומט די גאולה?‟ פראבירט דער גלות איד צו כאפן נאך א הימלישער גרוס פון דעם וואונדערמאן. „עס איז נישט דערלויבט צו זאגן!‟ הערט זיך דאס קול פון אונטער זיינע סודותדיגע וואנצעס, און פארשווינדט.

עשרת השבטים פון אונטער הרי חושך, פונעם סמבטיון, איז געווארן סינאנאם מיט בענקשאפט צו די גאולה שלימה, צו א ברודערליכער ווידער־פאראייניגונג, צו ניסימדיגע דערשיינונגען. אפרים, וואס איז דער חשובסטער שבט פון די עשרת השבטים, איז צוריק געווארן דער הבן יקיר לי אפרים, דער באליבטער אפרים, פארטרעטער פון ישראל. און אין אונזער חוש הדמיון איז ער דער וואס פארמאגט די שליסל צו די כלערליי ישועות. 

פארוואס זיי ווערן אנגערופן רויטע אידעלעך ווייס איך נישט, אבער זיי זענען פאר אונזערע אשכנזישע אור־עלטערן באטראכט געווארן ווי די „גרינע מענטשן‟, די חוץ־פלאנעטיקע פון די פליענדיקע טעלערס פון אומדערגרייכלעכע פלאנעטן. אויך די גרינע חברה ווערן מיטאלאגיזירט ביי טייל המונים. אויך זיי באווייזן זיך פלוצלינג צו אן אלמוני, זענען סופערמאנען, אנטדעקן סודות און ווערן פארשווינדן.

נישט קיין חילוק וויפיל מאל מען וועט אנטדעקן די עשרת השבטים, וויפיל מאל מען וועט אויפדעקן דעם סוד פונעם סמבטיון, די צוויי וועלן שטענדיג בלייבן א באליבטע מעשה פאר יונג און אלט.


פֿאַר וואָס חסידים האָבן ליב שבֿועות מער ווי אַנדערע יום־טובֿים

Why Hasidim Like Shavuos More Than Other Holidays

פֿון זלמן חסיד

Yehuda Blum

דער יום טוב שבועות איז אפשר נישט אזוי פאפולער ביי סעקולערע יידן ווי ביי די פרומע ווייל עס איז נישט דא דערין קיין ספעציעלע זאך ארויסצוווייזן. אנדערש ווי ראש השנה ווען מען בלאזט שופר, יום כיפור דאווענט מען אין שול, סוכות עסט מען אין סוכה, מען שאקלט די ״ארבע מינים״, חנוכה, פורים, פסח, אלעס האט זיך זיינע טראדיציעס, אבער שבועות האט לכאורה נישט קיין ספעציעלע פייערונג.

אבער ביי חסידים איז עס אפשר דער פאפולערסטער יום־טובֿ.

רוב חסידים ווילן זיין שבועות ביים רבין ווייל עס איז גרינגער ווי אנדערע ימים טובים. ערשטנס, קען מען לייכטער גיין צו גאסט צו א קינד, צו די עלטערן, צו גוטע פריינד; עס איז דאך בלויז צוויי טעג אנשטאט א גאנצע וואך. צווייטנס עסט מען ״נארמאלע״ סעודות, נישט אין א סוכה, און נישט קיין מצות. דריטנס איז די צייט דערפון ספעציעל שיין, עס איז נישט קאלט און נישט הייס, די ביימער שפראצן, די גראזן וואקסן נארוואס ארויס. דער מדרש זאגט דאך אז צוליב דעם האט מען געגעבן די תורה אין אזא צייט, ווען עס איז די באקוועמסטע פארן מענטש. 

מיט צען־צוואנציג יאר צוריק, ווען עס איז געווען ״איין״ סאטמארער רבי, ״איין״ באבאווער רבי, ״איין״ ספינקער, ״איין״ וויזשיניצער אאז״וו איז געווען אביסל שווער, ווייל ווי נעמט מען אריין אזויפיל געסט צו איין רבין אין שטוב? איך געדענק ווען מיר פלעגן פארן קיין מאנרא צום אלטן סאטמארער רבין האט מען זיך נישט געקענט רירן אויף די גאסן. אבער אין די לעצטע יארן האבן די חסידישע הויפן זיך ממש איבערגעקערט. לויט ווי איך פארשטיי וועט עס האבן ווייטגרייכעדיגע קאנסקעווענצן.

וואס הייסט איבערגעקערט? סאטמאר איז צעטיילט געווארן אין לכל הפחות דריי אדער פיר גרויסע גרופעס. אזוי אויך תולדות אהרן - שומרי אמונים. באבאוו אויף דריי. ספינקא אויף זעקס אדער אכט. וויזשניצער חסידות אין ארץ ישראל אויך אויף עטליכע, אין אין אמעריקע האט זיך פאריגן חודש [נאך דער פטירה פונעם וויזשיניצער רבין פון מאנסי] צעטיילט אויף זעקס אדער זיבן. נו, דערלויבט מען זיך מער צו גיין צו גאסט, ווייל היינט זענען שוין דא ווייניגער געסט ביי איין איינציגן רבין.

אויב מיינט איר די פרויען און מיידלעך זענען פריי פון ארבייט פאר יום טוב, איז עס א טעות.

גייט אריין אין דער וואך פאר יום טוב אין א חסידיש הויז, יעדער טאג איז מען פארנומען מיט עפעס אנדערש. איין טאג וועט די מאמע באקן חלה און בולקעלעך, איין טאג פיש און גוטע פלייש לכבוד יום טוב. איין טאג פארשפייז, נאכשפייז, דערנאך קומט דער ״עיקר״, די פרויען זענען פארנומען מיט צוגרייטן די ״מיליכיגע סעודה״. מען גרייט עס צו ווי פאר די שענסטע ״פארטי״, מיליכיגע קרעפלעך, קעז, ״מזונות״, און מילכיגע קוכן. עס איז דא אזויפיל סארטן אז מען קען עס פשוט נישט אויסרעכענען. דערנאך מילכיגע געטראנקען אלע סארטן ווי קאלטע קאווע מיט מילך, אײזקרעם־געטראנקען. דער טיש איז געדעקט ווי פארן רייכסטן באנקעט.

שבועות איז אויך א יום טוב פון ״בלומען״ און ״גרינס״, ווען איר שפאצירט אריבער א וואך פאר יום טוב אין חסידישע געגענטער אויף די גאס, אין ברוקלין, מאנסי, מאנרא, וועט זיך פאר אייך אנטפלעקן הערליכע שיינע געצעלטען, אויסגעשטעלט מיט אלע סארטן בלומען, אונטערן אויפזיכט פון די פרויען.

חסידישע פרויען, אנגעטון הערליך און באליבט, מיטן שענסטען טראכט, און פארקויפן פאר מענער, פרויען, בחורים, מייידלעך, און קליינע קינדער, גראזען און אלע סארט שמעקעדיגע בלומען, רויזן פון אלע סארט קאלירן, עס איז וואויל באקאנט אז ווען עס קומט צו די היינטיגע מאדעס זענען די חסידישע פרויען נישט צוריק געבליבן, זיי פארשטייען שוין איינמאל וויאזוי די בלומען זאלן זיך האלטן ״לעבעדיג״ פאר א לאנגע צייט, זיי העלפן צו באצירן די חסידישע הייזער לכבוד שבועות. פאראן הייזער וואס זעען פשוט אויס ווי א וואלד אין יום טוב! באצירט מיט די שענסטע ביימער און רויזן.

אלע חסידים בלייבן וואך די ערשטע נאכט פון יום טוב און זאגן אויס דעם גאנצען ״תיקון ליל שבועות״, א ספעציעלע ספר וואס אנטהאלט אין זיך א גאנצע ריי פסוקים פון תורה, משניות, זוהר, די תרי״ג מצות, און נאך. עס איז א גאנצע מעשה וואס מען דערציילט פון בית יוסף.

די בתי מדרשים זענען פול מיט טויזענטער יידן, חסידים זיצען ביים טיש פונעם רבין, אנדערע לערנען, מען עסט, מען טרינקט, א סך וועלן מאכן א טאנץ פון ״נעשה ונשמע״ אדער ״עליונים ששו״, א גאנצע נאכט, ביז צום עלות השחר פארטאגס, וואס דאן גייט יעדער אין מקוה, זיך הייליגן און מטהר זיין. די מקוואות זענען פארטאגס פיל מיט חסידים. רוב חסידים וועלן דאווענען שחרית שפעט. אבער אויב יעדען יום טוב דאווענען חסידים שפעטער, פירן זיך א סך חסידים, צו דאווענען מיטן נץ גאנץ פארטאגס. נץ איז די מינוט וואס די זון שיינט אויף פארטאגס, בערך 72 מינוט נאכן עלות השחר, דאס איז דער חשובסטער זמן וואס א ייד זאל דאווענען דאן שמונה עשרה.

די ״שמחת יום טוב״ איז אויסערגעוויינטליך, מען נעמט פריש אויף זיך צו פירן זיך לויט דער תורה שבכתב און לויט דער גמרא און שולחן ערוך, עס איז דער יום טוב פון ״קבלת התורה״. איר וועט טרעפען אז א סך חסידים וואס שרייבן א ״ספר תורה״ פערזענדליך, דאס איז די לעצטע מצוה פון תרי״ג מצות, ועתה כתבו לכם את השירה הזאת [ס׳איז א מצוה אז יעדער מענטש זאל שרייבן א ספר תורה פאר זיך], וועט ער מאכן א הכנסת ספר תורה [די צערעמאניע ווען מע שענקט א נייע ספר תורה צו דער שיל] אין דעם יום טוב שבועות. אפשר וועגן דעם איז עס ביי סעקולערע יידן נישט קיין גרויסע יום טוב, ווייל די תרי״ג מצות איז נישט וואס עס באצווינגט זיי יעדען איינציגן טאג, אבער ביי פרומע יידן וואס נעמען זיך פריש מיט שמחה דעם ״עול התורה״, איז שבועות דער גרעסטער יום טוב.


ווען יעדער חסידישער עדה וואָלט געהאַט אַ לאָגאָ לויטן רבינס נאָמען

If Every Hasidic Community Had Its Own Logo

פֿון יהושע כּהנא

Yehuda Blum

מיין פריערדיגער ארטיקל האט ארויסגערופן לייכטע קריטיק ביי טייל לייענער, נעמליך פארוואס אז איך רעד פון טייטלביימער מוז איך דערמאנען סאטמאר? אז דער טייטלבוים איז צופעליג דער לאגא פון סאטמאר דארף עס נאך נישט אריינקומען אין א שיינער אויסלופטערונג ארטיקל וועגן פאלמענביימער. 

Read more


חסידישער בלאָג: ווי וואָלט די ייִדישע וועלט אויסגעזען אָן מדינת־ישׂראל?

Hasidic Blog: 
What Would the Jewish World Have Been Like Without Israel?

פֿון בן ציון אָדלער

Wikimedia commons

וויאזוי וואלט די יידישע וועלט אויסגעזען היינט, אויב זיבעציג יאר צוריק, וואלט ווען נישט אויפגעשטאנען א ״יידישע מדינה״.

די צעבראכענענע צעקלאפטע פאר׳חרוב׳טע יידיש פאלק איז דאן געווען צעזייט און צעשפרייט אין דער גלות וועלט, היטלער ימח שמו האט ליידער געהאט הצלחה מיט זיין ביטערן פלאן, און געמאכט אייראפע כמעט אינגאנצען ״יודען ריין״.

״שנאת ישראל״, אנטיסעמיטיזם, איז נאך נאצי-דייטשלאנד געווארן שוואכער, ווייל די וועלט האט דאן געהאט ריזיגע סימפאטיע פאר די ליידן פונעם יידישן פאלק. יעדער האט געוואלט אויפווייזען, כאטש לפחות, אז זי העלפט צוריק אויפבויען דאס חרוב געווארענע פאלק.

וואס וואלטן מיר ווען יא געהאט?

  • מיליאנען יידן אין אמעריקע וואלטן ווייטער געהאט זייער לעבן ווי פאר דעם, די סעקולערע וואלטן ווייטער געווען פארנומען מיט זייער גאנג, פרומע יידן וואלטן ווען עקסזיסטירט ווי א יידיש פאלק, וואס איר נאציאנאלע אוצר איז תורה און אמונה, און שמירות המצות. די זעלבע אין אנדערע פרייע מדינות ווי קאנאדע און ענגלאנד, און דרום־אמעריקע.

  • אין די מוסולמענישע לענדער, איראן, איראק, תימן, ליביע, סיריע, עגיפטן, וואס האבן געהאט צענדליגער טויזענטער יידן, וואלטן די יידן דארט געבליבן וואונען רואיג, טיר ביי טיר ביי זייערע אראבישע שכנים, פונקט ווי זיי האבן דארט געוואוינט הונדערטער יארן פארן וועלט קריג.

  • אין ארץ ישראל, ווען די ״ציוניסטישע״ גרופעס וואלטן זיך ווייטער געשלאגן מיט זייערע פיינט, די אראבער און די ענגלענדער, און געלאזט צורו די פרומע יידן, וואלט מען נישט געצוואנגען מענער און פרויען צו גיין אין ״מיליטער״, עס וואלט געהייסן ״פאלעסטינא״, א ״דעמאקראטישע״ מדינה, געפירט דורך די ענגלענדער.

  • וואס וואלט מען געטון מיט די מיליאן פליטים אין אייראפע אין די לאגערן, און פון די סאוועטישע לענדער?

ווי שטארק די לענדער האבן נישט געוואלט ארייננעמען צו זיך יידן, וואלטן זיי נישט געהאט קיין גרויסע ברירות, נאר עפענען זייערע טויערן פאר א פאלק וואס האט נישט קיין לאנד, אזוי ווי אלע יידן פון אייראפע האבן אימיגרירט אין די הונדערט זיבן און צוואנציג מדינות פון דער גארער וועלט.

די ציוניסטישע שפראך: ״עברית״ וואלטן נאר גערעדט די פארברענטע ציונים אין ארץ ישראל. אין אזיע און אפריקע וואלטן יידן גערעדט ווייטער אראביש-ספרדיש, ערגעץ אנדערש וואלטן ווען רוב יידן זיך באנוצט מיט אונזער באליבטע מאמע לשון. ״יידיש״ וואלט ווייטער געשפרודעלט און געוואקסן ווי אין אמאליגע גוטע צייט, אין דער ״אלטער היים״. שטעלט אייך פאר ווי די יידן וואלטן זיך ווען דאן מחיה געווען מיטן יידישן פארווערטס?

וואס וואלטן מיר ווען נישט געהאט?

  • א יידישע מדינה וואס לערנט אויס אז דער פונדאמנעט פון דעם יידישן פאלק איז ״אן אייגן לאנד״. מיר וואלטן ווען טאקע געווען נאך אלץ אין גלות ביי פעלקער, אבער נישט אין ״גלות״ אין א יידישע מדינה, איז וואס איז דער אונטערשייד?

  • עס וואלט ווען נישט געברענט און געפלאקערט די גרויסע וויסטע פיינטשאפט וואס די אראבער האבן היינט צו יידן. יידישע אוצרות פון די אראבישע לענדער וואלט ווען געבליבן אין יידישע הענט, די אראבער וואלט זיי נישט צוגע׳גזלט פון אונז. טויזענטער ״ילדי תימן״ ״ילדי מארקא״ ״ילדי טעהארן״, וואלטן ווען געבליבן ביי זייערע עלטערן, טראדיציאנעלע יידן, און נישט צוגערויבט געווארן פון זייער היים און פון זייער אמונה.

  • מיר וואלטן ווען נישט געהאט אן ארמיי אין א יידישע מדינה, עס וואלט ״נישט״ געפעלט די איין און צוואנציגע טויזענט (21000) יידישע נפשות וואס זענען ליידער גע׳הרג׳ט געווארן, יתומים און אלמנות וואס וויינען אויף זייערע אומגעקומענע קרובים, צוליב יידישע מלחמות וואס די מדינה האט געפירט זייט איר אויפשטייג, אין צוגאב וואלטן געפעלט די צענדליגער טויזענט בעלי מומים וואס זענען ליידער פארקריפלט געווארן אין די מלחמות.

  • עס וואלטן נישט געווען פארזאמלט זיבען מיליאן יידען אין ארץ ישראל, ארומגענומען פון בלוט׳דורשטיגע חיות ווען קעגן יעדן ייד איז דא 5 אראבער וואס זענען גרייט זיך אויפצורייסן און הרגענען, גאט זאל באהיטן. יידן וואלטן ווען געווען צעשפרייט צווישן די גויים, און די פעלקער וואלטן נישט געהאט קיין ״תירוץ״, אז ״מדינת ישראל״ איז שולדיג אין אלע צרות.

מען האט אמאל געפרעגט דעם סאטמאר רבי יואל טייטלבוים, אויב ווי א יידישער פירער, קומען צו אים ביידע זייטן, די אראבער און די פירער פון די ״יידישע מדינה״, ביידע לייגן אראפ די געווער און ווילן וויסן וואס טוט מען ווייטער? האט ער געענטפערט: איך וואלט געזאגט, מען זאל איבערגעבן די פירערשאפט פון דאס לאנד פאר די ״יו־ען״, זאלן זיי פירן דאס לאנד צום גוטן.

די סאטמאר׳ע שיטה איז אבער נישט געווען מען זאל גיין צוזאמען מיט די אראבער פראטעסטירן, צוזאמען שטעלן מיט בלוט׳דורשטיגע חיות, כדי ארויסווייזען פאר די וועלט אז מען איז קעגן מדינת ישראל. דער סאטמארער רבי האט געלעבט אין אמעריקע דריי און דרייסיג יאר, ער אליין האט דא געמאכט עטליכע פראטעסטען קעגן די גזירות אין ארץ ישראל, אבער אליין, קיינמאל האט ער זיך נישט ארויסגעוויזען דאס מינדסטע שטיצע פאר די אראבישע קעניגען און מאכטן. ווי אן אחריות׳דיגער מנהיג ישראל, האט ער נישט געוואלט געבן קיין שום חיזוק פאר בלוטיגע רציחה אויף יידישע נפשות, און בכלל אויף דער מענטשהייט.


פּאַלמענביימער: די גרינע קרוינען פֿון דרום

Palm Trees: The Green Crowns of the South

פֿון יהושע כּהנא

איך בין א קנאפער מומחה אין ביימער. איך האב הנאה פון שיינע ביימער, איך לייג אבער נישט צו קיין קאפ צו דערקענען די שטריכן פון די פארשידענע מינים ביימער.

אויפגעוואקסן בין איך אין די קאלטע צפונדיקע מדינות: ניו יארק, ענגלאנד, בעלגיע און קאנאדע. ווען איך בין צום ערשטן מאל געקומען קיין ארץ ישראל איז מיין בליק באלד געפאלן אויף דעם “טייטלבוים”, אדער ריכטיגער — דעם פאלמענבוים. דאס איז שוין יא א בוים מיט א כאראקטער, עס איז אזוי אנדערש פון אלע אנדערע ביימער, א גראדער הויכער שטאם אן צווייגן, מיט אינטרעסאנטע סיסטעמאטישע שיכטן טיילמאל ענדליך צו אן אנאנאס, מיט א קרוין ביים שפיץ, ווי פון „גרינע פעדערן‟. דער סארט בוים פלעג איך נאר זען אין די קינדערביכער וועלעכע מאלן אפ די געשעענישן פון חומש. צו זען דעם לעגענדארן בוים לעבעדיג איז געווען א ספעציעלער איבערלעבעניש.

מיט דער צייט האב איך פארשטאנען אז א טייטלבוים איז דער סימבאל פון א ווארימען לאנד. איך האב מיך אויך אויסגעלערנט אז נישט יעדער בוים אן צווייגן און מיט גרויסע בלעטער ארום און ארום ביים שפיץ איז טאקע א טייטלבוים. דעם טעות האב איך גענומען פון דעם סאטמארן לאגא.

ווי באקאנט איז דער נאמען פון די סאטמארער רבי’ס “טייטלבוים”. די חסידים וועלעכע האבן צוערשט געמאלן דעם לאגא האבן, ווייזט אויס, נישט געוואוסט דעם אונטערשייד צווישן דעם ספעציפישן טייטלבוים און דעם מער אלגעמיינעם פאלמענבוים, אזוי אז דער “טייטלבוים” פון דער סאטמארער סימבאל קען האבן דעם פארעם פון כל מיני פאלמענביימער, אריינגערעכנט אזעלכע סארטן וועלעכע זענען היפש ווייט פון דעם ווי עס זעט אויס א טייטלבוים. דאס איז ווארשיינליך אויכעט די סיבה פארוואס די באקאנטע שטרימפ וואס די סאטמארער פרויען טראגן, ווערט אנגערופן “פאלם שטרימפ” אלס איבערטייטש פון “טייטלבוים שטרימפ”. די חסידים האבן, ווייזט אויס, נישט געוואוסט די אונטערשיידן צווישן א ספעציפישן טייטלבוים און דער אלגעמיינער פאלם משפחה.

פארנדיג מיטן אויטא צום ערשטן מאל פון די צפון אמעריקאנער שטאטן צו די דרום’דיגע, זעענדיג די ערשטע פאלמענביימער מיט די גרינע קריינדלעך אין די הייכן אונטער דעם העל בלויען הימל, בין איך פשוט ווי פארשיכורט געווארן. עס איז א סימן אז מען האט דערגרייכט די טויערן צום ווארימען עקזאטישן דרום. איך וויל כמעט קושן די ערד פאר שמחה, עס שפירט פאר א וויילע ווי מע האט דערגרייכט די טויערן פון גן עדן, מען קומט אריין אין א צווייטער מציאות.

דער פאלמענבוים וואס שטייט פאר מיין פענסטער דערמאנט מיר זייער קלאר אז איך געפין זיך אין אן אנדערער קלימאט פון וואו איך בין אויפגעוואקסן אלע יארן, דאס איז דער סוב טראפישער קלימאט.

אט דער לעגענדארער בוים וואס ביז יעצט פלעג איך אים זען נאר אויף רעקלאמעס פון קאריבישע אינזלען, די בייגעוודיקע פאלמעס אויף די גאלדענע ברעגן זאמד אונטערן נאקעטן שארף בלויען הימל, ווי שירעמעס איבער דרויסנדיגע זומער רעסטאראנען, אט די ביימער שטייען איצט פאר מיין פענסטער. 

איך האב מיך ממש פארליבט אין דעם בוים. יעדעס מאל וואס איך גיי עס דורך באטאפ איך אים, עס שפירט זיך פאר מיר עפעס נישט עכט, עפעס פון אונטער דעם סמבטיון, פון יענער וועלט, פון פאנטאזיע ביכער. 

אין ביבלישן לשון ווערט א פאלמענבוים אנגערופן “דקל”. עס קלינגט ענדליך צו “דגל” — א פאן. אפשר איז דאס אזוי ווייל גלייך ווי א פאן, איז דער פאלמענבוים ווי א שטאנג מיטן אינהאלט ביים שפיץ.

דער דקל, דער פאלם, איז א גאר חשוב’ער בוים אין א סך קולטורן, אריינגערעכנט דער יידישער. דאס איז דערפאר ווייל יעדער חלק פון פאלם קען מען ניצן: די האלץ, די בלעטער, די פירות (וואס האבן וואונדערליכע היילונגס מיטלען). אויכעט דער קאקוסנוס וואקסט אויף א פאלמענבוים, און פארשטייט זיך, די באקאנטע “פאלם אויל” און “פאלם וואקס”. 

דער פאלמענבוים פון תנ”ך איז דער “טייטלבוים”. טאמער איז דער צעדערבוים דער קעניג פון די ביבלישע ביימער, איז דער טייטלבוים די קעניגין פון די ביבלישע ביימער. אן ערליכער מענטש ווערט אין תהילים ציגעגליכן צו א צעדער און א טייטלבוים: „א צדיק וועט ווי א טייטלבוים בליען, און ווי א צעדער אין לבנון שפראצן”. דער תמר איז איינע פון די זיבן אויסדערוויילטע פירות פון ארץ ישראל, און זיינע בלעטער ווערן געניצט לכבוד סוכות.

אויכעט ביי די קריסטן און מוסלעמענער, אפשטאמיגע פון די ביבלישע לענדער, איז דער תמר — טייטלבוים — א קוואל פון קולטור. די קריסטן ניצן טייטלבלעטער פאר פאסחא (איסטער) באצירונגען. די קאראן פארגלייכט אן ערליכן מוסלומענער צו א טייטל, און אויף וואס פאסט א מוסלימענער אויס אום ראמאדאן? טאקע מיט א טייטל, אזוי האט זיך מוכאמאד געפירט. 

א שיין אראביש ווערטל גייט אזוי: דער טייטלבוים, זיין פיס איז אין וואסער, זיין קאפ איז אין פייער!

די אלטע עגיפטער האבן געגלויבט אז דער פאלמענבוים פארמאגט ספעציעלע היילונגס קראפטן, און מיסטישע כוחות. עס פלעגט זיין איינגעפירט זיך צו באהענגען מיט פאלמענבלעטער, און צו באשמירן די מתים מיט פאלם אויל פאר א גרינגן וועג צום עולם הבא.

אויך קאבאליסטן האבן פארוויקלט דעם פאלמענבוים מיט מיסטישע סודות, ספעציעל דעם ביבלישן טייטלבוים, רעדנדיג פון דעם “נקבה” טייטלבוים, וואס גיט די פירות, און דעם “זכר” וואס גיט די בלי שטויב. וואס דארף מען מער אז די נביאה’טע דבורה פלעגט זאגן נביאות אונטער א טייטלבוים.


הײַנטיקער דור חסידים זענען שטאָלצער ווי דער פֿריִערדיקער

Today's Young Hasidim are Prouder Than Their Fathers Were

פֿון זלמן חסיד

Yehuda Blum

אין די ערשטע יארן פון חסידים אין אמעריקע, איז געווען א נארמאלע דערשיינונג, אונזערע טאטעס זאלן חול המועד גיין ארבעטן. ווי קען מען זיין אויף „ברויט אין שטוב״? האבן זיי געקלערט. דאן איז געווען גרויס ארעמקייט ביי די „גרינע״ יידן, קיינער האט זיך נישט געקענט פארגינען א טאג נישט צו ארבעטן. חוץ דעם זענען די ארבעטגעבער געווען א סך שטרענגער. די „גרינע״ האבן געארבעט ביי יידן וואס האבן געוואוסט די טרוקענע הלכה, אז פאר א „דבר האבד״, אן ארבעט וואס אויב מען טוט עס נישט היינט, ברענגט עס א געלט שאדן, מען מעג ארבעטן אין חול המועד, האט מען זיי נישט געקענט איינרעדן „לאקשן אין בויך״, אז מען טאר נישט ארבעטן אין חול המועד.

היינט איז אנדערע צייטן, חסידים שטייען אין א געוויסן זין „אויף די אייגענע פיס״. זייער א סך ארבעטן ביי פירמעס פון חסידים וואס זענען נישט מקפיד, אבער אויך נישט־יידישע ארבעטגעבער וועלן האבן פארשטענדעניש, אז לויט די הלכה קען מען נישט ארבעטן א גאנצן פסח, בלייבן די מענער אינדערהיים.

Read more


איז דער הײַנטיקער כּהן־מיוחס טאַקע אַזאַ מיוחס?

Is It Really So Special To Be a Kohen Today?

פֿון יהושע כּהנא

Yehuda Blum

ווי א כהן מיטן נאמען כהנא, קומט מיר לעצטנס אויס זיך אביסל אריינצוטון אין דעם נושא פון א כהן, וויאזוי דער כהן ווערט פארערט ביים פאלק, זיינע אויפגאבעס און זיינע איסורים, און וואס עס מיינט היינט צו זיין א כהן. 

לאמיר כאפן א בליק אין דער וועלט פון דער היינטיגער כהונה:

פרומע אידן וועלן ארויסווייזן א שטיקל ערע צום כהן. ווען איינער שטעלט זיך פאר ווי א כהן אדער מיט א נאמען וואס צייגט זיין כהונה, וועט ער אפט מאל שיין באגריסט ווערן. דאס גייט שוין אזוי אטאמאטיש: „אַאַ, א כהן?! פששש…‟ טייל שפירן באמת א זכות זיך צו באגעגענען אדער האבן א שייכות מיט א כהן. ביי טייל איז אפילו א יחוס זיך משדך צו זיין מיט א כהן. 

Read more


מײַן פּשט אויף די סעקולערע ייִדן וואָס האָבן געפֿירט טראַדיציאָנעלע סדרים

My Response On The Secular Jews Who Led Traditional Seders

פֿון בן ציון אַדלער

Yehuda Blum

לייענענדיג דעם עדיטאריאל פון אונזער חשובע רעדאקטארשע, שרה־רחל שעכטער, ווי זי בענקט צוריק צו די אמאליגע סעקולערע יידן, האב איך זיך אויך פארבענקט נאך די סארט יידישיסטן וואס האבן געקענט דאס אמאליקע און דאס היינטיקע חסידישע לעבן. זיי זענען טאקע געווען די יידן פֿאר וועמען מענדעלע מוכר ספרים, שלום עליכם און יצחק באשעוויס האָבן געשריבן. פאר זיי האט מען געשפילט די אמאליגע יידישע פילמען און פיעסעס.

געהאט האבן זיי א ״יידישען טעם״, א טעם זקנים, געקענט גמרא און יידישע פקחות, פארשטאנען יעדע לשון קודשדיקע מליצה, גערעדט יידיש מיט א חן, געוואוסט האבן זיי פון ״דעם יידישן גאט״, און איך בין זיכער אז זיי האבן געגלייבט אין אים. ווען נישט וואלטן זיי געווארן פאלנע גוים.

די אמאליגע משכיל׳ישע יידן האבן טאקע געלאכט פון מיין לעבנס שטייגער, אבער געמאכט חוזק מיט א געשמאקן ״טעם״. א גוט ווערטל פון א ״משכיל״ האט געטראפען אין פינטעל. ווען מען האט זיי געענטפערט צו דער זאך, האבן די משכילים מיטגעלאכט. היינט איז אזא סארט סעקולערע ייד נישט דא, זיי זענען פשוט אינטערגעגאנגען.

עס זענען דא די וואס באשולדיגן דערין ״היטלער ימח שמו״, וויבאלד ער האט אויסגעראטען א דריטעל פון כלל ישראל, האט ער דערמיט אונטערגעברענגט די גאנצע ״סעקולערע יידישע וועלט״. איך האלט נישט אזוי, ער האט דאך פונקט אזוי אונטערגעברענגט חסידים און זייערע רבי׳ס, גאנצע חסידישע הויפן און זייערע אינסטיטוציעס זענען פארברענט געווארן, די חסידים האבן באוויזען צוריק אויפבויען זיך פון גארנישט, אבער די סעקולערע יידן — נישט! פארוואס? ווייל ווען מען דערווייטערט זיך פון גלויבן אין גאט, נעמט נישט צו לאנג ביז מען פארגעסט וואו מען געהערט, אויב נישט דער טאטע, דעמאלטס די קינדער, אדער די אייניקעלעך.

איך האב אויסגעהערט דעם גאנצן סדר פון יונה גאטעסמאן, עס איז פשוט צעגאנגען ביי מיר פון זיסקייט, עס ליגט אים א ״יידיש״ [לשון קודש] ווארט גוט אין מויל! ס’איז א מחיה צו הערן ווי ער זאגט די הגדה מיטן אלטן יידישן טעם. איז דען דא היינט איין סעקולערער ייד וואס זאגט אזוי געשמאק הגדה ווי ר׳ יונה?

מרת שרה רחל פרעגט: וואָס איז דער שׂכל פֿון מאַכן ברכות און דורכפֿירן רעליגיעזע ריטואַלן ווען מע גלייבט אַליין נישט אין דעם? איז דאָס נישט אַ מין נישט־אויסגעהאַלטנקייט? איך מוז מודה זיין אז עס האט מיך בארירט די תשובה פון איר טאטע, אז ער טוט עס „צוליב אײַך!‟.

איך וועל אריינלערנען מיין אייגענעם פשט אין זיינע ווערטער, מיט א טייטש פונעם גרויסן בעל שם טוב זצ״ל. גאט פרעגט: פארוואס האב איך ליב אברהם אבינו? ״כי ידעתיו למען אשר יצוה את בניו ואת ביתו אחריו ושמרו דרך השם״ (בראשית יח, יט) ווייל ער באפעלט זיינע קינדער נאך אים, היט דעם וועג פון השם.

זאגט דער בעל שם טוב פשט אזוי: ווען א גרויסער סוחר וועט זאגן אין זיין לעצטע צוואה פאר זיינע קינדער: ״איך האב טאקע געהאט אן אויסערגעוויינטלעכע הצלחה און געמאכט א סך געלט אין מיין לעבן, אבער איך בעט אייך, מיינע טייערע, מאכט מיך נישט נאך, ווייל אזא סארט ארבעט קומט אן זייער שווער מיט א סך הארעוואניע״, וועט מען דערפון פארשטיין, אז ער האט חרטה וואס ער האט אזוי שווער געארבעט, ווייל עס איז פארשטענדליך אז פאר די קינדער לאזט מען אין דער צוואה די בעסטע וואס מען וויל פאר זיי. אויב אבער ער שרייבט אין זיין צוואה: ״מיינע קינדער, גייט אין מיינע פיסטריט, פירט אייך ווי איך האב זיך געפירט״, דאן איז צו זען דערפון, אז ער איז צופרידן מיט זיין לעבן, ער וויל גיבן פאר זיינע קינדער דאס בעסטע וואס ער האט. יעצט, וויבאלד מען זעט אברהם אבינו לערנט זיינע דורות שפעטער, צו האבן אמונה אין גאט, איז א סימן אז ער האט ליב זיין גאט, ער זעט דערין הצלחה אינעם לעבן, דערפאר לאזט ער די צוואה אז יעדער זאל אים נאכטון.

א ייד האט א פינטעלע וואס בושעוועט, עס דערמאנט אים אז עס איז דא א גאט, די גאנצע וועלט שרייט אויס אז איינער האט זי באשאפען, אנדערש קען מען נישט פארשטיין פון וואנען עס קומט אזויפיל חכמה אין די וועלט. וויפיל מען זאל אפמאכן ביי זיך אז ״איך בין אן אטעאיסט״, וועט זיך דאך אויפוועקן דאס ״פינטעלע אמונה״. דער יידישער פונק ברענט אין טיפעניש פון הארץ. עס ווארט אויף די ריכטיגע מינוט עס זאל זיך אנצינדען.

יא, די אמאליגע נישט־גלויביגע יידן האָבן געהאט טענות צו גאט, אדער זענען געווען אין כעס אויף וואס גאט האט געטון. זיי האבן געזאגט אז זיי גלייבן נישט, אבער א ייד בלייבט א ייד, זיין גלויבן איז איינגעקריצט אין טיפניש פון זיין נשמה, ער קען עס נישט אויסמעקן. וויפיל מען זאל נישט פרואוון אויסלעשען דאס פייער, צינדט זיך עס צוריק אן. טאקע דערפאר האבן זיי געמאכט אזא שיינעם ״סדר״ פסח ביינאכט, דערפאר האבן זיי געמאכט א ברכה און קידוש יעדע פרייטאג צו נאכטס, ווייל דאס איז די בעסטע וואס זיי קענען לערנען פאר זייערע קינדער. יא צוליב סתירות׳דיגע פראגעס, מוזן זיי זאגן ״איך גלייב נישט״, אבער אין תוך אריין, וויל ער יא זיינע קינדער זאלן האבן אמונה, ווי ער האט געזאגט: איך פיר זיך אויף ווי א ייד — צוליב אייך!


נישט אַלע חסידים פֿאַרמאָגן די זעלבע תּקנות

Not All Hasidim Follow the Same Rules

פֿון יהושע כּהנא

Yehuda Blum

די מערסט באקאנטע קלאסיפיקאציע אין אידענטום איז דער שפאלט צווישן די שטארק פרומע, די חרדים (אולטרא ארטעדאקסן), וואס לעבן אפגעטיילט פון דער דרויסנדיגער וועלט), און די נישט פרומע. עס זענען פאראן קלאסן אינצווישן וואס זענען נישט ממש אולטרא ארטעדאקסיש, אזויווי מאדערן און לייכטע ארטעדאקסן, אדער טראדיציאנעלע אידן אזויווי עס טרעפט א סך ביי די ספרדים, אבער אין אלגעמיין קען מען זאגן אז אידנטום צעטיילט זיך צווישן די פארמאכטע אולטרא ארטעדאקסן אדער חרדים (שווארץ הוטיגע) און די מער וועלטליכע יידישע גרופעס.

מחוץ די חסידישע קרייזן שטעלט מען אפט אלע חרדים אין איין קאטעגאריע כאילו אלע פון זיי וואלטן געווען ווי פון איין טייג געקנאטן. אמת, עס איז דא א געמיינזאמקייט אין דעם ארטאדאקסישן לעבן וואס איז גענצליך אנדערש ווי דער נישט ארטאדאקסישער לעבן, צ.ב.ש. אלע ארטאדאקסן היטן שטערנג דעם שבת און אלע ימים טובים. צי מען גייט ערב שבת כאפן א בליק אין א שטוב פונעם פרומסטן טאשער אדער תולדות אהרן אדער נטורי קרתא׳ניק, צי א מאדערן ארטעדאקסישע שטוב אין פילאדעלפיע, איבעראל וועט זיך אנזען א שטרענג שבת’דיגע אטמאספערע, מען יאגט זיך צו ליכט בענטשן, דער בלעך צוגרייטונגען, צום שפריץ א.אז.וו. דאס זעלבע מיט ערב פסח און אנדערע ימים טובים. יעדער ווייסט אבער אז צווישן א „ברייטער שווארצער הוט איד” און א „כזית קאפל איד” איז דא א ריזיגער חילוק, און א ריזיגער ספעקטרום פון פארשידענע שטאפלען פרומקייט.

די טאשער און ר׳ אהרעלע חסידים, אדער מאה שערים׳דיגע ברעסלאווער, ווי אויך די קאשויער און נטורי קרתי’ניקעס אדער די „פארפרומטע” שיכטן פון סאטמאר, זיי זענען די מערסט „פארמאכטע” אידן, זיי זענען מקפיד אויף א גאר פרום אויסקוקענדיקער לבוש, ווי „פלאכע הוטן” (סאמעטענע הוטן מיט א פלאכער טאפ און ברייטער ראנד), גאר גרויסע סאמעטענע יארמולקעס, אלט מאדישע פלאסטישע ברילן, בעיקר שווארץ, און „אומגעשטרייפטע שווארצע ראקן” (ביי די ר׳ אהרעלעך, א ירושלימער ראק). געווענדליך גייט א האנט זייגער נישט צוזאמען מיט דעם געשטעל.

די שיעור פאות (זייער מאס) איז גאר ברייט, רוב פון זיי וועלן קיינמאל נישט קירצער מאכן די פאות פון די נאטירליכער לענג, ווי אויך וועלן זיי עס נישט צו שטארק שיין מאכן, חוץ ביי די פארפרומטע סאטמארער, זיי וועלן יא אביסל אונטערשניידן די פאות און עס אביסל שיין מאכן מיט א קאם, אזוי האט זיי דער סאטמארער רבי געלערנט. 

קיין איין חסיד וועט נישט אינטערשניידן די בארד, די באלעבאטים וועלן איינדרייען די בארד דאס צו מאכן אויסזען קירצער, אבער די גאר „פארפרומטע” וועלן געווענדליך נישט איינדרייען דעם בארד. געווענדליך וועלן די סארט אידן נישט ארבעטן אין א צו שטארק גוי׳אישער אטמאספערע, נאר בעיקר מיט היימישע אידן. א שטארקער היימישקייט נעמט ארום זייער גאנצער וועזן. טאמער גייען זיי אן א רעקל, זעט זיך אן א גרויסער טלית קטן. 

אין די „עזרת נשים” (די ווייבערישע אפטיילונג) וועלן די פרויען זיין מער „בצניעות”. דאס וועט זיך בעיקר פאררופן אויף דעם קאפ צודעק, און ארץ ישראל וועט דאס בעיקר זיין א „הוילער טיכל” וואס מען זעט אויכעט ביי פארהייליגטע רעביצינס אדער טייל פרומע ספרדישע פרויען. אין חוץ לארץ וועט דאס בעיקר זיין א „שפיצל” (א טיכל מיט א סחורה וואס זעט אויס ווי האר פארנט פונעם טיכל), דאס איז שוין אביסל „אהערגעשטעלט” (חס ושלום נישט „מאדערן”) כלפי דעם הוילן טיכל. 

ערוואקסענע מיידלעך וועלן גיין אדער „צוזאמענגענומענער האר” אדער צעפ, אויף א וועג וואס קוקט אויס מער „שטעטעליש” און נישט לויט א מאדע. עס איז א בא׳חן׳טער פארצייטישער בילד צו זען אין אן ערב שבת אין מאה שערים ווי די מיידעלעך מיט צעפ און לאנגע באשיידענע שעסלען (קליידער), טראגן מיט א שטעטלישער תמימות אריבער געפלאכטענע חלות צום שכינה.

געווענדליך זענען די סארט אידן גענויגט צו „קנאות”, אנטי ציוניזם. דאס גיט צו אגב צו די אויסגעטינקייט פון די וועלטליכקייט, אדער „וועלטליכע אידנטהום”. א גאנצע ריי גאר פרומע מנהגים איז איינגעפירט ביי די אידן, בעיקר אין צניעות און אין „ענייני התבדלות” (אפגעשיידקייט פון יעדער פאפולערע מאדע אדער פירונג, אפילו פאפולערע פירונגען פון פרומע אידן). אבער אויכעט הלכה’שע פרומקייטן וועט מען טיילווייז זען ביי די סארט אידן, בעיקר אין כשרות, ווערים, שעטנז (דער ביבלישער איסור פון אויסמישן וואל מיט פלאקס).

סאטמארער זענען נישט די איינציגסטע צו פארמאגן „פארפרומטע” שיכטן. דאס זעט מען אויך גאר שטארק אין מאנסי וויזשניץ, און סקווירא, און אויף אביסל א קלענערער פארנעם אויך ביי אנדערע חסידות׳ער. אבער עס איז נישט אזוי קענטיק ווי ביי די הייס קנאישע קרייזן. דארט זעט מען שוין נישט אזוי אפט קיין צעפ, טיכלען אדער שפיצלען ביי די ווייבער. „די אידישע שפראך” איז נישט אזוי עקסלוסיוו, אויכעט טראגן די מענער נישט קיין פלאכן הוט און באטייליגן זיך נישט אין קיין הפגנות, דעמאנסטראציעס. ביי די קנאים הייסט דאס שוין אביסל „פאר׳וועלטליכט”.

א שטאפל ווייניגער אין פארמאכטקייט וועלן זיין די באלעבאטישע סאטמארער חסידים. אויך זיי זענען אנטי ציוניש, געווענדליך וועלן זיי האבן אביסל פרימערע צניעות און רעדן מער יידיש ווי באלעבאטים זייערס גלייכן פון אנדערע חסידות׳ער (דאס ווענדט זיך שוין אין א משפחה און צי ער איז א „וויליאמסבורגער” אדער „בארא פארקער”), אבער בדרך כלל קען מען זיי צושטעלן צו די באלעבאטים פון די בעלזער חסידים, קלויזנבורגער, וויזשניצער. די אלע חסידות’ער פארמאגן מער היימישע באלעבאטים מיט מער פרומקייט רעגולאציעס, און מער „אהערגעשטעלטע” באלעבאטים, אמאל פלעגט מען זיי רופן די „רימלעס גלעזער” אידן.

באבאוו (באבוב) און גער, דא זעט מען שוין א חילוק צווישן די מענער זייט און די פרויען זייט, א באבעווער מאן וועט טאקע נישט אויסזען אזוי קאטשעלאביש (בכיוון געמאכט אויסזען נישט פערפעקט) ווי א גערער חסיד; ער וועט פארמאגן א קלאסישע צוזאמענגענומענקייט וואס איז א שטיקל פגם אין „היימישקייט”, אבער פארט זענען ביידע חסידות׳ער גלייך מיט דער דראסטישער אונטערשייד צווישן די מענער און די פרויען, מען זעט גיין אויפן גאס א יונגערמאן מיט די פולער היימישער טראכט, צו איז עס א שטריימל, רעזשעוואולקע (א שבתדיקע זיידענע איבערראק איבער דער בעקיטשע), ווייסע ארויפגעצויגענע זאקן, מיט האלבע (אן בענדלעך) שיך (ביי די באבאווער), צו איז עס א ספאדיק, א צעפלויגענער בארד און פאות, און גערער שיך און זאקן (האלב ארויפגעריקטע זאקן), שפאצירט זיך נעבן א פרוי מיט א לאנגער מאדערנער שייטל, געפאסיקטער קליידל, אויסזעענדיג ווי א פראפעסערקע אין א קאלידזש.

דאן זענען פאראן די קארלינער, סלאנימער, און חב״ד׳סקער. די מענער גייען שוין אביסל „מאדערן” כלפי די אנדערע חסידים, די פאות זענען אונטערגעשניטן אונטער די אויערן (ארץ ישראל׳דיגע קארלינער זענען יא מער טראדיציאנעל מיטן לבוש), און די ווייבער כאטש זיי פארמאגן צניעות רעגולאציעס, זעען זיי אויס פארט גאנץ מאדערן, איבערהויפט די חב״ד׳סקער. ביי די חב״ד׳קער ווענדט זיך די פרומקייט שטאפל נישט אזוי שטארק אינעם לבוש, נאר מער אין א לעבן מיט טיפזיניגן פארשטאנד אין געטליכקייט. ביי אנדערע איז עס מידות אדער קדושה.

ענדליך צו דעם זענען פארהאנען די „אומאפהענגיגע” חסידים, גייען מיט א קראך הוט, מיט שיינע ברילן, און די פאות איידל געקניפט אונטער די אויער. 

ביי שידוכים וועט זיך אנזען א גרויסער קפידה נישט „אויסצומישן” א העכערער שטאפל אין פרומקייט מיט א נידעריגער שטאפל. פרומקייט מיינט, פארשטייט זיך, דער “שם”, „לשון” און „מלבוש” — א היימישער נאמען, דער היימישער מאמע לשון, און א היימישער אנגעטועכטץ. דאס פאררופט זיך בעיקר ביי די פרויען לבוש. א „שפיצל” משפחה וועט חס ושלום זיך נישט משדך זיין מיט א „שייטל” משפחה. א „פראנט” (א קורצער שייטל טיילווייז איבערגעדעקט מיט א טיכל) וועט זיין כמעט פאררעכנט ווי א שפיצל. א „העט” (א לענגערער שייטל מיט א היטל) איז שוין א שטאפל „נידריגער”. די שפיצל „מיוחסות” וועלן זיך געווענדליך נישט משדך זיין מיט סיי וועלעכער „שייטל” אפילו א „פראנט” און אודאי נישט מיט א „העט”.

א הוילער שייטל, ווער רעדט נאך פון א לאנגער שייטל פון עכטע האר, דאס קומט אפילו אין וויסטן חלום נישט אין באטראכט. דאס זעלבע פארקערט, א „שייטל” משפחה, וועט באטראכטן די שפיצל אידענעס אלס צו פארפרומט אדער „סאטמאריש” (רוב שפיצלעך געפונען זיך ביי סאטמארער משפחות). אבער אויך צווישן די שייטל משפחות זענען פאראן אונטערשידן אין די לענג פונעם שייטל, און שידוכים ווערן געמאסטן לויט דעם. 

וואס טוט א אידענע אדער אינגערמאן וואס וויל זיך אביסל מער „אהערשטעלן” אבער ער איז שטעקן געבליבן אין „זיין לבוש”? זענען פאראנען וועגן וויאזוי זיך צו באפיצן אפילו מיט דער באשטומטער לבוש. איז עס א יונגערמאן, וועט ער באארבעטן די פאות, זיך אנטון שיינע ברילן א.ד.ג. איז עס א פרוי וועט זי זיך ארומשפילן מיטן טיכל אדער שייטל עס צו מאכן אויסזען מער מאדערן.


ער האָט געבראַכט אַ רעוואָלוציע אין חסידישער נגינה

He Caused a Revolution in Hasidic Music

פֿון זלמן חסיד

YouTube
ר׳ ירמי׳ דמן

ר׳ ירמי׳ דמן, אלט איבער די זעכציג און שוין מער ווי פערציג יאהר א חסידישער זינגער אויף יידיש, איז ווערט מע זאל אים באטיטלען „דער טאטע פון די היינטיגע יידישע נגינה”.

געבוירן ביי די „דמן” פאמיליע, אלע אויסגערופנע בעלי תפילות, זיין טאטע ר׳ איצ׳ה, זיין זיידע ר׳ מרדכי, אלס קינד איז ירמי׳ שוין געווען באקאנט מיט זיין הערליכער קול. אבער נאך די חתונה האט ער ארויס געגעבן הונדערטער לידער און ניגונים וואס דערקוויקען אלע חסידים, זיי ווערן געזינגען איבראל.

זיין קול איז זיס, שטארק און חסידיש, ער קען דרייען מיטן קול ארויף און אראפ, זייער וואונדערליך. זיינע לידער אויף יידיש, מיט הערליכע גראמען, זענען פול מיט הארץ און לעבן, מיט ליבשאפט צו די תורה און צו השם, באגאסן מיט א פולן חסידישן חן.

ר׳ ירמי׳ איז אן עכטער חסידישער ייד, במלא מובן המלה, מיטן גאנצע טראסק, דעריבער ווערן זיינע ניגונים אנגענומען ביי אלע חסידים איבער דער וועלט. ער אליין איז געבליבן געטריי „בעלזא” בכלל, און צום בעלזער רבין בפרט.

ער האט צוגעזאגט פאר זיין רבין אז ער וועט קיינמאל נישט זינגען נאר ביי די טישען פון רביים און חסידישע פארברענגען, און ער האלט עס אן, ער זינגט נאר צווישין חסידים, נישט ערגעץ אנדערש.

אין די גלארייכע היסטאריע פון בעלזא חסידות, איז ניגונים און לידער, ספעציעל יידישע לידער, געווען זייער א קליינע זאך. ביי בעלזא רביים און „טישן” האט מען נישט געמאכט קיין גרויסע זאכן פון „ניגונים”. בכלל איז אין די ערשטע דרייסיג יאר נאכן וועלט קריג, כמעט נישט געווען קיין נייע הארציגע לידער אויף יידיש ביי חסידים, אלע לידער זענען געווען פון „דער אלטער היים”. אפילו וויזשניצער און חב״ד חסידים, וואס האבן זיך יא אויסגעצייכנט מיט ניגונים, עטליכע פון זיי אויף יידיש, איז אבער נישט געווען אזא זאך ווי א „נייער ניגון” אויף יידיש.

דאס אלעס איז געווען ביז ר׳ ירמי׳ דמן האט איבערגענומען דאס „היכל הנגינה”, אויפן באפעל פון זיין רבי׳ן דער בעלזער רבי שליט״א, און ער האט דערמיט געברענגט א רעוואלאציע אין די חסידישע וועלט פון נגינה, וואס האט געטוישט דעם סטיל ביי אלע חסידות׳ן אין דער וועלט.

מיט אים האט מען צוזאמענגעשטעלט א קאפעליע, א גרופע זינגער, ווי משה (מונה) ראזענבוים און הרה״ח ר׳ יוסף צבי ברייער, זיי פירן אן די ניגונים ביים טיש פון בעלזא שוין איבער פערציג יאר, און אזוי איז איבערגעדרייט געווארן פון א חסידות וואס האט גארנישט געזונגען, צו א חסידות וואס איז פול מיט נגינה אויפן העכסטען פארנעם!

אזוי ווי אלע חסידישע יידישע זינגער האט ער א סך געבויעט זיינע יידישע לידער אויפן „זיידע‟ פון די חסידישע זינגער — יום טוב עהרליך. ער האט שוין איבערגעזונגען א סך לידער פון אים, אויף זיין אייגענעם שניט, אויף די סי־די „ערליכע ניגונים”, אבער ער האט „איבער׳געאנדערשט” עטליכע פון זיינע באקאנטע לידער, וואס אויף דעם קען מען אים קריטיקירן. 
 זעט ווי ירמי׳ דגן בייט די ווערטער פֿון יום טוב עהרליך.
אט איז דאס אריגינעלע ליד פון יום טוב עהרליך

און אט איז ווי ירמי׳ דמן האט עס געטוישט:

עס זעט אויס אז ווי מען רעדט פון עפעס וואס איז נישט אזוי שטארק פרום לויט זיין מיינונג, טוישט ער עס.

ביי דעם באקאנטען ליד פון „יאקאב”, זינגט ר׳ יום טוב ערליך אזוי:

איך האב א טאכטער יונג און שיין, איך וועל דיר געבן פאר א כלה = דו קריגסט די שענסטע כלה אין דער וועלט = מען פירט שוין די כלה מיט גליק = אויבן אן עס זיצט די כלה

ר׳ ירמי׳ דמן זינגט דאס אזוי:

איך האב א טאכטער יונג און פיין, ס׳איז פאר דיר א שיינע שידוך = דו טוסט די שענסטע שידוך אויף דער וועלט = מען גייט שוין צו די חופה מיט גליק = אויבן אן עס זיצען אלע

ביים באקאנטן ליד „רחל רבי עקיבא׳ס פרוי” זינגט ר׳ יום טוב ערליך:

אין די מיידל, פיין און איידל = ער געפינט ביים מיידל חן = און זיין ווייבל, ווי א טייוועל = האט ר׳ עקיבא, זיין פרוי דער ליבער.

ר׳ ירמי׳ דמן זינגנט עס אזוי:

און די טאכטער אויכעט ער = א שידוך זייער שיין = און זיין בני בית, מלא חיות = האט ר׳ עקיבא, דער ראש ישיבה

גאר מערקווערדיג איז ביי די לידער פון חבלי משיח „איך פאר אהיים”. ר׳ יום טוב עהרליך וואס איז באקאנט מיט זיינע שארפע שטעלונגען קעגן די יידישע מדינה, זינגט פארוואס מען האט נישט געקענט פארן קיין ישראל נאכן וועלט קריג:

און אז מען ווערט קראנק אמאל = שרעקט מען זיך אריין גיין אין א שפיטאל

ר׳ ירמי׳ דמן וואס געהערט צום בעלזא, וואס זענען נישט שארף קעגן די יידישע מדינה, נאר זענען א טייל פון די מדינה, האט דא איבערגעטוישט, פארוואס מען האט נישט געקענט קומען וואוינען קיין ישראל נאכן וועלט קריג:

די אראבער איבעראל = פרנסה שוואך, מען שטייט דאך דארטן זייער שמאל.

לויט מיין מיינונג איז עס נישט ריכטיג, אויב ער זינגט דאס ליד פון ר׳ יום טוב עהרליך, דארף ער עס לאזן, נישט פרואוון זיין ״פרומער״ פון אים.

ר׳ ירמי׳ איז אויך א ראש ישיבה, ער פארנעמט זיך מיט חינוך אין די בעלזער ישיבות אין טלז־סטון, ער נוצט אויס זיין כח הנגינה צו ציען און דערהייבן נפשות ישראל אויפן ריכטיגן וועג. זאל אים השם געבן כח און מח ווייטער אנגיין מיט הצלחה!