Yiddish with an Aleph

דער ייִאוש פֿון דער נשמה

Despair of the Soul

פֿון ואיה וענה

איך בין נישט אלט, כ’בין נאך א קינד, אומערפארן און אומזיכער, אבער פארט עלטער ווי פריער, מיט אפאר יאר עלטער, און שוין זע איך ווי מיין וועלט טוישט זיך. דאס וואסער אינעם טייך האט מער נישט דעם זעלבן עפעקט, און די וואלקן אין הימל זינגען מער נישט קיין ליד. די וועלט האט אמאל געהאט א שיינעם גלאנץ, די ביימער האבן געאטעמט מיט אידעאליזם, און די בערג האבן געשושקעט גרויסע חלומות. מיר האט זיך געדאכט ווי די וועלט איז פארטונקען אין אן אוניווערסאלן טרוים וואס איז מער אמת ווי סיי וועלכע טעארעטישע רעאליטעט.

נאר צוביסלעך צעקריכט מיר יענע אידעאליסטישע וועלט פון די פינגער און זי ווערט מיר פארשוואונדן. די סיבה צו דער ענדערונג איז נישט קיין ביאלאגישער, ס’איז נישט די אינערליכע הארמאנען וועלכע ברענגען אין מיר דעם טויש, נאר די ערפארונגען פונעם לעבן וועלכע ברענגען אלץ נייע אנערקענונגען. איך האב ליב געהאט די וועלט, וויבאלד איך האב געגלייבט אז זי איז פאר מיר אומבאגרעניצט. איך האב געהאט גרויסע חלומות, ווייל איך האב נאכנישט געהאט דערלעבט צו זען ווי זיי פארגייען אין רויך.

אויפן פלאץ פונעם אידעאליזם קומט איצט א ייאוש, נאר אפילו דער ייאוש איז נישט דער זעלבער ווי אמאל ווייל כ’האב מער נישט קיין ליד וואס זאל אויסדרוקן דעם ייאוש, און מיר בלייבט נאר איבער צו בענקען נאך עפעס וואס איך קען נישט דערגיין וואס דאס איז געווען. איך בין מוחל די דערגרייכונג פונעם חלום, די רעאליזירונג פונעם אידעאליזם, איך וויל נישט מער ווי דאס חלומ’ען גופא, דער אידעאליזם אליין, נאר אפילו דאס קען איך נישט דערשפירן. איך פיל מער נישט דעם פייער וואס האט אמאל ארומגענומען מיינע נעכט, און איך פיל מער נישט ווי א בת-קול הייסט מיר עפעס טון.

Read more


האָט „חסידיש אידיש‟ אַן עתיד?

Does Hasidic Yiddish Have a Future?

פֿון איזי פּאָזען

Yehuda Blum

זייט איך געדענק האב איך אייביג ליב געהאט צו ליינען. אלע ארום מיר האבן געוואוסט אז דעם קליינעם יצחק (מיין העברעיש׳ן נאמען) טרעפט מען שטענדיג מיט א בוך אין האנט. דארט וואו די ביכער זענען, דארט האב איך זיך געפונען. אויפוואקסנדיג אין א חסידיש היים וואו מיין ערשטע און איינציגע שפראך איז געווען אידיש (מיט אן אלף!), איז מיין ליינען פארשטייט זיך אויך געווען בלויז אין אידיש.

גאר באדייטנדיק איז די פאקט אז מיין מאמע פלעגט מיר רופן אויף ענגליש א „בו״ק ווער״ם” (book worm). הגם די שפראך איז געווען אידיש, דאך איז געווען א געברויך פאר א נישט אידיש אויסשפראך צו באשרייבן מיין ליבשאפט פאר ליינען אין אידיש! צי „בוך ווארעם” וואלט געווען אן אויטענטישע אויסוועג צי נישט ווייס איך נישט, אבער די פאקט פארבלייבט אז אונז האבן זיך געשפירט גענוג באקוועם זיך צו באנוצן מיט ענגלישע ווערטער אינם פלוס פון אידיש’ן געשפרעך.

דאס איז נישט די איינציגע פאל וואס אן ענגלישע ווארט איז געווען א טייל פון אונזער אידיש׳ן געשפרעך, און ענגליש איז אויך נישט געווען די איינציגע פרעמדע שפראך וואס האט זיך באקוועם געמאכט אין אונזער אידיש. אונזער אידיש האט א סך אויסגעניצט העברעאיש און אראמעאיש. ארום הויז האט די „בית הכסא” געדינט פאר אונזערע געברויכן, די „היטינג” (heating) האט געהייצט, די „עיר קאנדישענינג” (air conditioning) האט געקילט און די „קאוטש” (couch) איז ווי אונז האבן זיך באקוועם געמאכט שבת נאכמיטאג נאכן טשולענט צו ליינען די וועכנטליכע אויסגאבע „באלייכטונגען”.

Read more


תּשעה־באָבֿ: אַ טאָג פֿון רעליגיעזער בענקשאַפֿט

Tisha B'Av: A Day of Religious Longing

פֿון יפתח הגלילי

Getty Images

תשעה באב. ס’פאלט צו די נאכט אויף דער אמעריקאנער ערד. איך טו מיר אן די תשעה-באב שיך און לאז זיך ארויס פון שטוב. איך האב געטראכט פון די קינות וואס איך וועל דארפן זאגן אין א חסידישן שולכל, פון די אידן וואס וועלן אפקרעכצן ביים זאגן איכה, און ס’איז מיר דורך א סקרוך אין די ביינער. איך האב עפעס נישט געפילט ווי איך בין א טייל פון דעם… איך האב זיך קוים געקענט דערווארטן אז דער תשעה באב זאל שוין דורכגיין. דא האט מיך גענומען ציפן א שולד-געפיל הייתכן אז איך פיל אזוי. וואס קומט פאר מיט מיין נשמה אז אנשטאט טרויערן אין שול מיט אלע אידן ווילט זיך מיר נאר הייבן פיס און אנטלויפן?

פארטראכט אין מיין ווייטאג, האב איך באקומען אויפ’ן סמארטפאן, זאל נישט אויסגערעדט זיין, א ווידעא-קליפ פון תשעה באב ביינאכט ביים כותל אין ארץ ישראל. איך האב געזען ווי אידן זיצן אויף דער ערד, פארשידענע מינים אידן, אלע שאקלען זיך לאנגזאם אהין און צוריק און זינגען לידער וועגן דער גאולה אויפ’ן נוסח פון שיר השירים. זיצנדיג אין א רינג האבן זיי געזונגען א פסוק פון שיר השירים (“מה תגידו לו שחולת אהבה אני”), א פסוק איבער ירושלים (“אם אשכחך ירושלים”), און א תפילה וועגן כלל ישראל (“אחינו כל בית ישראל”), און צום סוף, ווען אלע האבן זיך געשטעלט אויף די פיס, האבן זיי געזונגען דאס ליד “אני מאמין בביאת המשיח”.

איך האב בשום אופן נישט געקענט צוזאמשטעלן די סצענע פונעם כותל מיט דער סצענע וואס ווארט מיך אפ אין בית מדרש ביי אונז. דאס זענען צוויי אנדערע תשעה באב’ס. פון איין זייט שטייט א געמאכטער תשעה באב אין א ניו יארקער שול, וואו דער רב לאזט ארויס קרעכצן אויף יוצא צו זיין, און דער עולם, וואס איז זיך מחיה א גאנץ יאר מיט די אמעריקאנער פיצא-געשעפטן, לייגט צו א קרעכץ פאר גאט’ס וועגן. זאלסט זיי הרג’ענען וועלן זיי קיין ארץ ישראל נישט פארן… דאס ווארט “ציון” איז העכסטנס א נאמען פון א קאר-סערוויס פירמע.

אין אט דעם ניו יארקער תשעה באב איז עס נישט קיין טאג פון בענקשאפט, און אויך נישט קיין טאג פון טרויער, נאר א טאג פון פאלשן טרויער. פון אפזאגן די קינות ווערט נאכנישט קיין טרויער. קיין זכר ווערט נישט דערמאנט פון די צרות וועלכע האבן באטראפן דאס אידישע פאלק נאך די גזירות פון די קרייץ-ציגלער, כאטש מיר האבן זיך גענוג אנגעטרונקען מיט צרות צרורות במשך די הונדערטער יארן. ס’קען זיין אז די רבנים במשך די דורות האבן געוואלט אז מיר זאלן דאס משלים זיין מיט לידער אויף מאמע-לשון, אבער דאס פאסירט נישט אין אונזערע בתי מדרשים אפילו בטעות.

ווען אייניקלעך פון חורבן-געליטענע זאגן קינות אויף צרות פון די קרייץ-ציגלער וועלכע האבן פאסירט באלד טויזנט יאר צוריק, און דערמאנען נישט מיט קיין ווארט דעם חורבן אייראפע, איז נישט מעגליך אז ס’זאל זיך נישט פילן ווי א געקינצלטער און פאלשער ריטואל וואס האט פארלוירן יעדן אמת’ן פנימיות. אין אזא אטמאספער ווילט זיך נאר אויסטון די תשעה באב שיך, פארקלאפן דעם קינות’ל, און אויסשרייען אז איך האב אין דעם אלעמען נישט קיין חלק. איך האב ליב מיין פאלק מיט אן אמת, אבער איך קען נישט אנטיילנעמען אין אזא פאלשן צערעמאניאליזם.

דאך, ווי נאר איך האב דערזען דעם ווידעא-קליפ פון ארץ ישראל האט זיך מיר אומדערווארט געעפנט דאס הארץ. מיטאמאל האב איך זיך געכאפט אז תשעה באב פארמאגט נאך א דימענסיע וועגן וועלכער איך האב אינגאנצן פארגעסן, אדער גאר קיינמאל נישט געוואוסט. דאס איז נישט בלויז א טרויער טאג אויף צרות פונעם פאלק, נאר אויך א טאג פון רעליעגיעזער בענקשאפט. ס’איז נישט בלויז א טאג פון קרעכצן, נאר אויך א טאג פון זינגען, א טאג פון ארויסקוקן מיט ערווארטונג. הלואי וואלטן מיר געקענט אריבערפירן דעם גייסט צו אונזערע ברוקלינער בתי מדרשים, אבער אויב מיר קענען נישט ערווארטן קיין נאציאנאלן טרויער צווישן אונז, קען מען צום באדויערן נאך ווייניגער ערווארטן א רעליגיעזן אויסדרוק…

דארט ביים כותל ווערן ביידע מאמענטן פאראייניגט, דאס אידיש-פאלקסטימליכע און דאס געטליכע. די פארלוסט פונעם בית המקדש, די גלות השכינה, די בענקשאפט צו גאולה, זענען אלע אויסדרוקן פון דער מענטשליכער בענקשאפט נאך גאט. וויאזוי האב איך וועגן דעם נישט געטראכט? איך בין געשטאנען און איבערגעקוקט דעם ווידעא-קליפ איין מאל און נאכאמאל, און דאס הארץ האט מיר געפלאצט פון קנאה אויף די וואס זענען דארט אין ארץ ישראל. ס’האט מיך געוואונדערט פון וואנעט זיי האבן דערטאפט דעם סוד אינעם תשעה באב, אז מ’קען אים פארוואנדלען אין א ריין-רעליגיעזן טאג. א מין וואכעדיגער יום כיפור.

די קראקאדיל-טרערן זענען דארט נישט וויכטיג. אויך פעלט דארט נישט אויס די געצוואונגענע קרעכצערייען פון די קינות-פארזאגערס, וועלכע שאפן ביי אונז א קאלטבלוטיגן דיסטאנץ צווישן די ווערטער פון “איכה ישבה בדד” און די אידן וועלכע לעבן אינעם ניו יארקער מאטעריאליסטישן מציאות. דארט אין ארץ ישראל האבן טויזנטער אידן, פון אלע שיכטן פונעם פאלק, געשפאנט אויף די גאסן תשעה באב ביינאכט, גייענדיג צו דער אלט-שטאט ירושלים, צום פלאץ וואו אלעס האט זיך אנגעהויבן, דארט וואו ס’איז אראפגעבונדן געווארן דער אידישער קשר צו גאט אויפ’ן מקום המקדש, און דאס פלאץ וואו די אידישע בענקשאפט האט שטענדיג געטראפן איר ציל, וואו ס’ווערן געוואנדן די הייסטע בקשות אויף גאולה און משיח.

זייענדיג פונדערווייטנס, האב איך זיי מקנא געווען. די נאטירליכקייט מיט וועלכער דאס רעליגיעזער אויסגוס קומט צום אויסדרוק, די ספאנטאנישקייט מיט וועלכער די ברייטע מאסן צעזינגען זיך און וויגן זיך דערביי אהין און צוריק פארנט פונעם כותל, האט מיך פאר’כישופ’ט. ס’האט זיך מיר געשאפן א ווידערגעפיל צו דער ערד אויף וועלכער איך שטיי, צו דער לופט וועלכע איך צי אריין, און די גאסן אויף וועלכע איך שפאן. איך ווייס אז די טראפיק-ליכט אויף דער גאס האט גארנישט געזינדיגט, אבער אין יענער מאמענט האט זיך מיר געוואלט דוקא אן ארץ-ישראל’דיגער טראפיק-ליכט, ארץ-ישראל’דיגע הייזער, און ארץ-ישראל’דיגע אידן.

מיין פראבלעם וויאזוי צו פראווען דעם טאג האט עס נישט אוועקגענומען, אבער איך האב געפילט ווי ס’ווערט מיר גרינגער. איך האב זיך מער נישט געקלאפט על-חטא אויף דעם וואס איך פיל נישט קיין טעם אין דעם חסידישן תשעה באב אין וויליאמסבורג והגלילות, און איך האב זיך מער נישט געשלאגן מיט זיך אליין. אנשטאט דעם האב איך געבענקט, פשוט ווי א קינד, צו זיין אין ארץ ישראל און אנרירן די שטיינער פונעם כותל.


איז דאָ אַ גזירת־גיוס אדער נישט? ווער איז גערעכט?

Are We Haredis Being Forced Into the Military? Who Is Right?

פֿון ב. חסיד

וויפיל קעגנגעזעצטע שמועות האבן מיר שוין געהערט איבער דער אזויגערופענער גזירת גיוס? איינער שרייט אז ס’איז דא א גזירת שמד, די רעגירונג פארלייגט זיך צו שמד’ן אלע חרדישע אידן, בשעת אנדערע שרייען אז ס’איז אבי געזאגט. אין א לעצטיגן כינוס אין מאנסי האט דער סאטמארער רבי פון קרית יואל, ר’ אהרן טייטלבוים, אפגעווארפן די טענה אז ס’איז דא א גזירה אויפ’ן סמך פון א גאנץ פשוט’ן ארגומענט: “מ’צווינגט דאך נישט קיינעם צו גיין אין מיליטער…” איך בין נישט קיין חסיד פון דעם רבי’ן, אבער איך זוך פארט צו דערגיין וואס דא טוט זיך.  

איך קען נישט דעם מצב ערשטהאנטיג, קען איך נישט איבערווייזן דעם אמת אויף קיין שום צד, אבער דאך קען איך זאגן א מיינונג איבער דעם ענין. איך וועל ווייזן פאר’ן ליינער וויאזוי ער קען אויך מאכן א שנעלן באשלוס איבער דער מערכה, אן דעם וואס ער זאל קענען די פרטים. איך וויל נאר מאכן איין קליינע הקדמה: אויב האלט דער ליינער אז די פרייע ציוניסטישע רעגירונג מוז שטענדיג זיין אומגערעכט, און אז ס’איז איינער פון די דרייצן עיקרים צו גלייבן אז די מדינה וויל אפפירן אידן פון וועג, דעמאלט וועט אים מיין ארטיקל גארנישט צוגעבן. איך וויל רעדן איבערהויפט פון א ראציאנאלן שטאנדפונקט.

ובכן, ווי איך פארשטיי האלט נישט קיין איין צד אז דא איז פאראן א פאקטישע גזירה פון צוואנג, נאר אז די אטמאספער איז אזא וואס זוכט אויף להכעיס אויסצורייסן אידישקייט. אונטער דעם ליגט א הנחה, פארשטייט זיך, אז דינען אין מיליטער באדייט אז מ’קען נישט היטן אידישקייט. איך וועל זיך נישט דינגען אויף דער הנחה, כאטש איך בין נישט איבערצייגט אז ס’איז אזוי, זייענדיג באקאנט מיט גענוג פרומע סאלדאטן פון ארץ ישראל, נאר איך פארשטיי דעם פערספעקטיוו וואס האט מורא פון יעדער בארירונג מיט דער גרויסער וועלט וואו ס’זענען דא נסיונות. ממילא וועלן מיר אנהייבן מיט א כמו-הסכמה אויף דער הנחה.

ווען ס’האנדלט זיך פון אזעלכע “גזירות” וואס צווינגען נישט קיינעם, נאר ס’ציט צו מיט פארשידענע פיתויים, איז נישט מעגליך איבערצואווייזן צי יענער טוט דאס בכוונה אויף אפצו’שמד’ן אדער נישט. לאמיר זאגן אז ביי אונז איז קלאר אז די כוונה איז א להכעיס’דיגע, אבער סוף כל סוף האט יענער גענומען א שטילן קלוגן וועג, און דאס מאכט אונז טאקע אומבאקוועם. ווען יענער קומט מיט אן אפענער מלחמה קען מען צוריקשטויסן, אבער וואס טוט מען ווען יענער קומט (לויט אונזער מיינונג) מיט א שטילער מלחמה? קענען מיר אפענטפערן מיט פייער אויפ’ן סמך פון אונזערע אפשאצונגען איבער יענעמ’ס כוונות?

די גאנצע וועלט איז פול מיט נסיונות. מיר קענען באשליסן אז יעדע גוי’שער שאפינג-סענטער אויף דער גאס האט בכוונה אונז מכשיל צו זיין, און מיר קענען ארויסגיין אין א מלחמה קעגן דעם. מיר קענען באשליסן אז מאנהעטן איז געצילט אפצופירן אונזער יוגנט פון וועג, אפגערעדט שוין וועגן אזעלכע ארגאניזאציעס ווי “פוטסטעפס”, און אלס ענטפער קענען מיר ארויסגיין מיט מאסיווע מחאות קעגן דער פרייער גאס, קעגן מאנהעטן, אדער קעגן אמעריקע בכלל. יעדע רעקלאמע אויפ’ן שאסיי וואס לאדנט איין מענטשן צו שטודירן אין קאלעדזש קענען מיר אנקוקן ווי אן ענין פון “מסית ומדיח”, יעדער פּאָסטער מיט דער צורה פון א פרוי קען זיין א גזירת שמד, וכו’ וכו’.

די טעאריעס וואס גרופעס פון מענטשן האבן קעגן די כוונות פון אנדערע גרופעס זענען אן א סוף, און דער מקור פון יעדן רשעות שטאמט פון אזעלכע טעאריעס. איך וועל נעמען אן עקסטרעמען ביישפיל פון אנטיסעמיטן, כאטש איך מיין נישט צו פארגלייכן חלילה, איך וויל נאר אז מיינע ווערטער זאלן שטארק דערהערט ווערן. ליינט אמאל איבער די טענות וואס אנטיסעמיטן האבן קעגן אידן, וועט איר שטענדיג געפינען אזעלכע רעיונות וואס בויען זיך אויף כלערליי טעאריעס ווי גלייך אידן האבן א כוונה איבערצונעמען די וועלט. די טענות קען מען נישט איבערווייזן אדער אפפרעגן, מ’קען נאר זאגן איין זאך: יעדע אגרעסיווע שריט וואס איז געבויט אויף סאציאלע טעאריעס איז רשעות!

אויב אנטיסעמיטן זענען איבערצייגט אז אידן נעמען איבער די וועלט מיט באהאלטענע קלוגע שריט, דערווארט איך פון זיי אויסצוזוכן א פלאן וויאזוי דאס אפצוהאלטן מיט אנדערע קלוגע שריט, און נישט עפענען אן אגרעסיווע מלחמה ווען דער אנדערער צד האט דאס נישט געטון. מיך אינטערעסירט נישט צי אידן שטייען אונטער קאפיטאליזם, קאמוניזם, אדער וועלכע טעאריע ס’זאל נישט זיין. אויב האלט עמיצער אז קאפיטאליזם איז א סכנה וואס אידן האבן דערפינדן, זאל ער קעמפן קעגן קאפיטאליזם, און אויב האלט ער אז קאמוניזם איז א סכנה זאל ער קעמפן קעגן קאמוניזם. אבער צו עפענען א מלחמה קעגן דעם “אלוועלטליכן אידנטום”, צוליב דעם וואס זיי זענען “דער מקור פון אלע פראבלעמען” איז א קלאסישער ביישפיל פונעם רשעות וואס פלאגט די מענטשהייט. דערפאר, ווען איך זע צוויי צדדים אין א מלחמה, אין וועלכער בלויז איין זייט באניצט זיך מיט אגרעסיווע מיטלען, טענה’נדיג אז דער אנדערער צד איז א שטילער שונא וועמען מ’מוז באקעמפן, וועל איך שטענדיג זיין אויף דער זייט פון דעם “שטילן” שונא.

שערי ה”טעאריעס” לא ננעלו. ווען די רעגירונג וויל אז די חרדישע אידן זאלן זיך אינטעגרירן אין דער אלגעמיינער געזעלשאפט הייסט דאס נישט שמד, נאר דאס הייסט אז מע דערווארט פון אונז צו ווערן א פראדוקטיווער טייל פון דער באפעלקערונג, אן דעם וואס מיר זאלן טוישן אונזער נאמנות צו דער תורה. אויב זיי זענען זיך טועה, לאמיר זיך דורכשמועסן מענטשליך, און אויב מיר קלערן אז ס’איז א שטילער מהלך וויאזוי אונז אפצופירן פון וועג, דאן לאמיר טראכטן וויאזוי איבערצוצייגן אונזערע קינדער צו בלייבן אין די ישיבות. לאמיר ווערן שעפעריש און טראכטן וויאזוי מיר קענען באקעמפן די אזויגערופענע גזירה פון “פיתויים” אז זי זאל אונז נישט שאטן.

אויב וואלט מען נאר איבערגעמאכט די ישיבה סיסטעם אז מ’זאל זיך נישט ארומווארפן בחורים ווי מ’שפילט זיך מיט א באל, אויב וואלט מען זיך נאר באצויגן מיט מער רעספעקט צו צענדליגער טויזנטער אידישע קינדער אין אונזער אייגענעם היימישן סיסטעם, וואלטן שוין די סכנות פון גיוס געווען דראסטיש קלענער… צי ציטערן מיר טאקע פונעם גיוס, אדער מיר ציטערן צו קוקן פנים אל פנים אויף דעם אופן וויאזוי מיר האבן אוועקגעשטעלט אונזער חינוך? איז אונזער פראבלעם טאקע די מדינה, דאס מיליטער, א.א.וו. אדער אונזערע אייגענע ישיבות? די בחורים וואס זענען מצליח אין ישיבה זענען נישט אין סכנה פון גיוס. די סכנה שטייט נאר פאר יענע בחורים וועלכע מיר באטראכטן סיי ווי אלס שמאטעס.

דאס איז א הערליכער ביישפיל וואו מיר שטייען ווען ס’קומט צו שעפערישקייט! אנשטאט איבערצובויען די סטרוקטור פון אינעווייניג, אנשטאט צו פארריכטן אונזערע פראבלעמען, זוכן מיר שטענדיג די סכנות אינדרויסן. די מדינה וועט זיין שולדיג אין אלע פראבלעמען ווייל זי איז א לייכטע שעיר לעזאזל. איך געדענק נאך ווען די מוזיק פון ליפא שמעלצער איז געווען די גרעסטע סכנה פאר אידישקייט, אין אנדערע צייטן איז עס דער אינטערנעט, די גאס, און וואס נישט. דער עיקר איז אז מיר אליין פארמאגן די שענסטע און סאמע פערפעקטע געזעלשאפט, און אויב מיר שטויסן זיך אן אין שוועריקייטן זענען אנדערע שטענדיג שולדיג. וואס וואלטן מיר געזאגט צו א קינד אין חדר וואס פירט זיך אויף מיט אזא התנהגות?…

דער ספרדישער משגיח פון ארץ ישראל, הרב רבי, האט דערציילט ביים כינוס אין בארקלעי צענטער אז בחורים פון זיין ישיבה זענען “איבערגערעדט” געווארן צו גיין אין מיליטער. דערווייל האט זיך ארויסגעשטעלט אז ווייניגסטנס איינער פון די בחורים איז געווארן ארויסגעווארפן דורך אים, כאטש ווען יענער האט זיך געבעטן ביי אים אז אזא טריט וועט ברענגען דערצו אז זיינע עלטערן וועלן אים אריינשטעלן אין מיליטער. די אנטדעקונג האט אויפגעוועקט א שטיקל מהומה, אבער איך זע נישט פארוואס. איז דען נישט די גאנצע מערכה געצילט אנצואווארפן דעם שולד פון דעם וואס מיר טוען מיט בחורים דורכ’ן באשולדיגן די מדינה? 

דא האט מען געעפנט א מערכה אפצושליסן גאסן, אטאקירן סאלדאטן, און נאך אזעלכע ווילדע מעשים. מ’האט זיך דערלעבט ברוך השם אז יענע בחורים וועמען די ישיבה האט ארויסגעווארפן ווי הינט, קענען דערנאך ווערן אטאקירט אויף די גאסן. זיי דארפן מורא האבן זיך צו דרייען נישט בלויז אין ישיבה, נאר אויך אויף דער אייגענער היימישער גאס, ווייל זיי קענען ווערן פיזיש אטאקירט דורך אייגענע היימישע מענטשן. און אויב די פאליציי וועט זיך אריינמישן, און זיך וואגן צו באשיצן די סאלדאטן, וועט מען ארויסשטעלן א גרויסן ווידעא אינמיטן מאנהעטן צו צייגן פאר אלע גויים ווי די מדינה רודפ’ט פרומע אידן!…

נישט בלויז וואס מיר האבן געטראפן א פאסיגן שעיר לעזאזל, שעמען מיר זיך נישט פון ניצן אן אפענעם שקר, וואס נאר אויב מ’האט נישט קיין צוטריט צום אינטערנעט קען מען עס גלייבן. ווער האט דען נישט געזען חדשים לאנג ווי חרדישע סאלדאטן ווערן אטאקירט אין ירושלים, איידער די פאליציי האט זיך אנגעהויבן אריינמישן? לעצטנס האט דאס מיליטער געגעבן דערלויבעניש פאר חרדישע סאלדאטן צו גיין אן די מונדירן אויף דער גאס, כדי מ’זאל זיי נישט אטאקירן ווען זיי קומען אין שיל, אדער ווען זיי גייען אהיים צו זיך אין שטוב. 

ווי געזאגט פריער, איז דאס אלץ געזאגט מיט דער הנחה אז ס’איז טאקע דא א פראבלעם, און אז דאס מיליטער איז א סכנה פאר אידישקייט, אאז”וו. אויף יעדער פון די הנחות קען מען זיך קריגן. אבער אפילו לו יהא אז זיי זענען אלע אמת, איז די מערכה א ביישפיל פון א צביעות’דיגן, אומריכטיגן התנהגות. פארפאלן, די פרייע מדינה פירט זיך דא אויף מענטשליך, בשעת מיר פירן זיך אויף, זייט מיר מוחל דאס לשון, מיט רשעות. 


קענען מענטשן זײַן טאָלעראַנט פֿון יענע וואָס גלייבן אַנדערש?

Can People Tolerate Those With Opposing Ideologies?

פֿון ב. חסיד

Yehuda Blum

איך גיי אויף דער גאס און קוק זיך איין אין די צענדליגער מענטשן וואס גייען מיך פארביי, און ס׳נעמט מיך ארום אן אומעטיגער געדאנק. יעדער מענטש איז א וועלט וואס איז אויסגעבויט געווארן אין זיין באשטימטער סביבה, און איך קען זיי גארנישט פארשטיין. יעדער מענטש טראכט דאס זעלבע ווי אנדערע מענטשן אין „זיין גרופע”, און דער וואס געהערט נישט צו יענער גרופע וועט אים נישט קענען פארשטיין. באטראכטנדיג דאס, זע איך נישט וויאזוי די מענטשהייט זאל זיך קענען אמאל אינעם עתיד פארשטיין איינער דעם אנדערן.

די צרה איז וואס מענטשן טראכטן צו פיל וועגן דעם וואס אנדערע „קלערן”. יעדער איז גרייט צו ממית׳ן דעם יעניגן וואס טראכט אנדערש ווי ער. אט נעמט למשל די ליבעראלע אמעריקאנער וועלכע האבן טאלעראנץ צו יעדן איינעם אין דער וועלט, אפגעזען פון יענעמ’ס קאליר, פאלק, ראסע, מין, אא״וו, אבער פאר דעם וואס „קלערט” אנדערש איז נישטא קיין טאלעראנץ. די פראבלעם איז אזוי אין דער גאנצער וועלט ביי אלע מענטשן, ביי איינעם מער און ביי איינעם ווייניגער.

די מיינונגען פון דער גרופע ווערט אויסגעבויט פון דעם וואס די גאנצע גרופע איז אויסגעשטעלט צו די זעלבע השפעות (מאסן פראפאגאנדע, נייעס־סטאנציעס, צייטונגען, שולעס, אד״ג), און אזוי ווערט ארגאניזירט א גרופע פון מאסן מענטשן קעגן אנדערע גרופעס פון מאסן, און ס׳צעוואקסט זיך א שׂינאה צווישן פארשידענע גרופעס. אויב טראכט עמיצער אנדערש ווי זיין אייגענע גרופע איז ער שוין אפגעריסן פון אלע וועלטן, וויבאלד דער וואס טראכט זעלבסטשטענדיג קען נישט אויסדריקן זיינע מיינונגען פאר קיינעם.

ובכן, קוקנדיג אויף די מאסן מענטשן וואס גייען פארביי, האב איך פרובירט צו דערגיין צו וועלכער קאטעגאריע זיי געהערן. ווער פון די מענטשן איז א זעלבסטשטענדיגער דענקער און ער איז איינזאם אין זיין וועלט, און ווער איז נישט מער ווי א שרייפל אין דער מאסן־מעדיא, א פראדוקט פון א מאסן פראפאגאנדע? ס׳איז גענוג צו כאפן א בליק אויף דער סאציאלער מעדיא, ווי למשל פייסבוק, צו זען ווי ווייט מענטשן טראכטן אייניג. ס’כאפט אזש א שרעק צו זען ווי אלע ניצן די זעלבע אויסדרוקן, די זעלבע לשונות, און די זעלבע בא׳טעמ׳ט־מאכעריי, אבער למען השם קריגט מען זיך, ווי גלייך מ’וואלט בכלל געהאט א „זעלבסטשענדיגע מיינונג”.

צוריקגעשמועסט איז מיין אייגענער געדאנקענגאנג אויך א רעזולטאט פון א באשטימטן צאל פאקטארן וואס האבן אוועקגעשטעלט די פערזאן וואס איך בין, קיין איין אנדער מענטש איז נישט אריבער דאס זעלבע וואס איך, און ממילא איז נישטא קיין מעגליכקייט אז מיר זאלן זען די וועלט אינעם זעלבן בליק. אויב זאל איך באזירן מיינע באציאונגען מיט דער מענטשהייט אויף דעם סמך פון געמיינזאמקייט אין אידעאלאגיע, צו שעצן נאר דעם מענטש וואס טראכט אזוי ווי איך, וועל איך זייער שנעל פארוואנדלט ווערן אין א שׂונא פאר דער גאנצער מענטשהייט.

וואלט בעסער געווען ווען יעדער מענטש וואלט געטראכט זעלבסטשטענדיג? לאו דוקא, ווייל דעמאלט וואלט מען נישט געקענט ארגאניזירן בכלל קיין סאציאלע סטרוקטורן. די טבע פונעם מענטש צו „טראכטן פונקט ווי אלע” איז א ברכה פאר דער מענטשהייט, ווייל נאר אזוי קען מען אויפשטעלן מדינות און ארבעטן אינאיינעם, אבער אפשר איז עס פארט א קללה פאר’ן אינדיווידועל, וויבאלד ס׳נעמט אים צו די פרייע בחירה. יעדער יחיד וואס וויל צורירן צו זיין פערזענליכן עץ הדעת כדי צו דערגרייכן א פרייע בחירה, צו קענען אויסקלויבן צווישן גוטס און שלעכטס, פארלירט באלד זיין פלאץ אינעם גן־עדן פון זיין סביבה.

די אידעאלאגיעס פון א גרופע גיבן דעם מענטש זיכערקייט, זיי מאכן זיין לעבנסקוק פשוט און פארשטענדליך, אבער ווען ער רייסט זיך אפ פון זיי, פארלירט דאס לעבן דעם פריערדיגן גן-עדנ’דיגן פשטות, און ער דארף ארויסגיין באארבעטן א נייעם פעלד, בשעת ס’גיסט זיך אים שווייס פונעם פנים. דאס לעבן פון אזא מענטש איז קאמפליצירט, קיינמאל נישט פשוט. דאך מיך קימערט נישט מאמענטאל דער אינדיווידועל, נאר די מענטשהייט ווי א כלל. איז דא א רפואה פאר דער מענטשהייט אין אזא מצב, ווען די מיינונגען ווערן אויסגעשטעלט אזוי אנדערש איינער פונעם אנדערן, לויט דער סביבה אינעם לעבן?

כל זמן מענטשן וועלן לייגן דעם טראפ אויף דעם וואס אנדערע „קלערן” וועט קיין רפואה נישט זיין, ווייל די גמרא זאגט דאך שוין: „כשם שאין פרצופיהם שוין, כך אין דיעותיהם שוות” (אזוי ווי די פנימ’ער פון מענטשן זענען אנדערש איינער פונעם אנדערן, אזוי זענען אויך די מיינונגען פון מענטשן אנדערש). מיר וועלן קענען ליב האבן אנדערע נאר ווען מיר וועלן זיין גרייט אויפצוגעבן אויף דער האפנונג אז אנדערע וועלן איין טאג גלייבן אזוי ווי אונז. אינעם „מוח” זענען מיר אלע אנדערש, אבער אינעם „הארץ” זענען מיר אייניג. יעדער מענטש דארף ליבשאפט, און אט דאס קענען מיר אלע אייניג פילן.

דערפאר איז א ווייטאג וואס יעדע אידעאלאגיע, כמעט יעדע איינע, עקשנ׳ט זיך אויף דעם אז אנדערע זאלן עס אננעמען. יעדער אידעאלאג רעדט זיך איין אז ער האט געפונען דעם אבסאלוטן אמת, און דער וואס קלערט אנדערש טוט דאס מיט א בייזוויליגער כוונה. די אמת׳ע אידעאלאגיע איז אבער נאר יענע וואס קען צולייגן איין קליינעם סעיף [פאראגראף] צום סוף פון דער מאניפעסטא, און דארט זאל זיין אריינגעשריבן: „די וואס האלטן אנדערש וועלן מיר ליב האבן פונקט אזוי, כל זמן זיי גלייבן אין דעם אלגעמיינעם מענטשליכן קאנצענזוס אז מיר מוזן זיין גוט איינער צום אנדערן…”


דער פּחד פֿון הינט און ביימער

This Phobia of Dogs and Trees

פֿון ואיה וענה

Yehuda Blum

לאזט מיך אייך דערציילן א סוד; איך בעט איר זאלט דאס קיינעם נישט דערציילן. נישט איינמאל האב איך געזען ווי מענטשן דרייען זיך מיט קליינטשיגע הינטעלעך, קליינע באשעפענישן וועלכע קוקן ארויס מיט אומשולדיגע אויגן אויף די מענטשן ארום, און מיר דאכט זיך אויס ווי ס’וואלט געשטעקט אין די אויגן א געוויסע פילאזאפיע. אויף ווי ווייט איך קען ארויסבאקומען דערפון, פרעגט עס מיך: “פארוואס האבן חסידישע אידן נישט ליב קיין בעלי חיים?”

איך ווייס נישט וואס צו ענטפערן פאר די הינטעלעך. אמאל האט מיין מאמע געזען א בילד ווי מיין טאכטער גלעט א קליינטשיג הינטעלע אויף דער גאס (איך בין ווייזט אויס גענוג קאליע געווארן צו לאזן מיין קינד טון אזא זאך) און דאס פנים איז איר פארקרומט געווארן. זי האט געוואלט וויסן צי מיין טאכטער האט געוואשן די הענט נאכדעם מיט זייף, און צי זי פארשטייט אז ס’איז א מיאוס’ע זאך אנצורירן בעלי חיים, א.א.וו. איך האב מורא געהאט אז דאס קומענדיגע מאל וואס מיין טאכטער וועט זען אן אומשולדיג הינטל, נישט קיין נפקא מינה ווי קליין, וועט זי אנטלויפן העט ווייט.

Read more


ווי קען אַ רעגן־בויגן זײַן אַ שלעכטער סימן?

How Can a Rainbow Be a Bad Omen?

פֿון האישה שרײַבנבערג

האישה שרײַבנבערג

א רעגן־בויגן,
אוי עס טוט נישט טויגן,
א שלעכטער סימן פון אויבן,
מען ווערט אינגאנצן באנומען,
עפעס טוט נישט שטימען,
מען דארף תשובה טון,
אוי געוואלד!

איך געדענק נאך ווי היינט, אלס קינד פלעג איך שטיין ביים פענסטער און ארויסבליקן,
אדער ווען איך האב זיך געטון שפילן אינדרויסן אלץ געטון ארומקוקן,
און פון מאל צו מאל פלעג איך זען א רעגן־בויגן נאך א רעגן אזוי קאלירט און אזוי שיין,
אבער מען האט אונז געלערנט אז מען טאר נישט קוקן אדער רעדן דערפון
חס ושלום, ניין!
איך טאר נישט פארציילן פאר קיינעם וואס איך האב געזען,
ווייל קען זיין אז דער שלעכטער סימן איז נאר פאר מיר געווען,
אוי געוואלד!

מען האט איינגעבאקן אין אונז פון קליינווייז אן,
אז מען זעט א רעגן־בויגן איז דאס ווייל מען האט א סך עבירות געטאן,
פאר אונז איז א רעגן־בויגן געווען א זאך וואס מען האט נישט געוואלט זען,
און אויב האט מען יא געזען האט מען שנעל אוועק געקוקט
און זיך געמאכט ווי מען ווייסט נישט וואס עס איז דא געווען,
וועגן מיינע עבירות וואלט א מבול געדארפט געשען,
אוי געוואלד!

פאר א קליין קינד זיך ארומצוטראגן מיט די געדאנקען,
די שלעכטע געפילן,
מען רעדט דא פון די דריי יאר אלט,
א קאפ דרייט מען,
פארדרייט מען,
צעדרייט מען,
ווייל די מאמע האט געזאגט אז די באבע האט געזאגט אז איר באבע האט געזאגט
אז אזוי איז עס,
בלינדערהייט גייט מען אין וועגן וואס זענען פארקרומט געווארן
פון אמאליגן דור צום היינטיגן,
אוי געוואלד!

איך האלט — אז א רעגן בויגן איז הערליך און עס איז א וואונדער פון אייבערשטן,
דער באשעפער האט מן הסתם געוואלט ווייזן מיט א רעגן־בויגן אזוי הערליך,
און ווי מיט ווערטער זאגן:
מיינע טייערע אידישע קינדער,
איך האב פארגעבן ענקערע זינד,
דערפאר שיק איך ענק א רעגן־בויגן צו נהנה זיין
אלס א מתנה,
אלס אנערקענונג פאר אונזערע גוטע מעשים טובים,
וויאזוי קען דען מעגליך זיין אז א וואונדער אזוי שיין,
זאל אפילו אין וויסטן חלום קענען א שלעכטער סימן זיין?
איך שריי אויס הויך:
איי מה רבו מעשיך השם!

ברוך אתה ה׳ זוכר הברית ונאמן בבריתו וקיים במאמרו


שבתי צבֿי און ציוניזם: דער סאַטמאַרער קוקװינקל

Shabbetai Tzvi and Zionism: The Satmar Perspective

פֿון ב. חסיד

Yehuda Blum

מיט פופציג יאר צוריק איז די אלט-שטאט ירושלים געווארן באפרייט און פון דעמאלט האט זיך געעפנט א ניי בלעטל אין דער געשיכטע פון מדינת ישראל. בשעת ארץ ישראל איז געווארן ארומגענומען מיט אן עקסטאזע, נאכדעם וואס ירושלים איז צוריק אריין אין אידישע הענט צום ערשטן מאל נאך צוויי טויזנט יאר, און א רעליגיעזע התלהבות האט ארומגעכאפט די ארץ-ישראל’דיגע באפעלקערונג, האט מען אין סאטמאר געזען אין דעם א פרישער נסיון פון ציונות קעגן וועלכן מ’דארף זיך ספראווען. אין ארץ ישראל האט מען געטאנצט אין די גאסן, אבער דער סאטאמארער רב האט דאס נישט ליב געהאט.

א סאטמארער איד האט מיר דערציילט אז ער איז געווען א קליין קינד אין דער צייט פון דער זעקס-טאג מלחמה. זיינע ברידער וועלכע זענען געווען עלטער פון אים האבן אים אויפגעוועקט פון שלאף מיט דער אומגלויבליכער בשורה: “דער כותל איז אין אידישע הענט!” די שמחה איז געווען אזוי גרויס אז אפילו אין סאטמאר האבן נישט אלע געכאפט אז דאס איז א נסיון פאר דער סאטמארער השקפה. א געוויסער רב האט געזאגט פאר’ן סאטמארער רב: “ס’איז אזעלכע נסיונות ווי אין די צייטן פון שבתי צבי”, אבער דער סאטמארער רב זאל האבן רעאגירט: “וואספארא נארישקייטן! אין דער צייט פון שבתי צבי זענען די נסיונות געווען פיל גרעסער ווייל מ’האט געזען זאכן חוץ לדרך הטבע, אבער ביי די ציוניסטישע נצחונות איז דאך אלץ א דרך הטבע…”

איך בין חלילה נישט מזלזל אינעם כבוד פונעם סאטמארער רב, נאר מיר דאכט זיך אז דער זאץ שפיגלט אפ אמבעסטן דעם ריס צווישן דער סאטמארער און דער ציוניסטישער השקפה. שבתי צבי, דער פאלשער משיח, איז געווען א פסיכאטרישע פיגור, וועלכער האט געקרענקט נאך גרויסקייט. ער האט נישט געקענט אויספירן עפעס ממשות’דיג פאר’ן פאלק אויסער זיך אליין דערקלערן ווי א מקובל וואס פליט אין די הימלען און זיך באטראכטן ווי משיח אויף דעם סמך. לויט די קריטעריעס וואס דער רמב”ם שטעלט אראפ פאר משיח וואלט שבתי צבי נישט געווען קיין נסיון פאר כלל ישראל, וויבאלד ער האט נישט גענומען אין דער האנט קיין ביקס צו העלפן אידן. דער רמב”ם זאגט דאך אז משיח דארף צו אלעם ערשטן זיין א פעאיגער מלחמה-פירער.

די לאגיק פונעם רמב”ם איז פשוט: כדי צו זיין א שוסטער דארף מען קענען פארריכטן שיך. נישט אנדערש איז די גאולה פון אידן. כאטש משיח מוז זיין א הייליגער מענטש, מוז ער אויך קענען פארריכטן דאס פאלק. מיטן פליען אין הימל וועלן די שיך נישט פארראכטן ווערן… אינעם רמב”ם ליגט שוין א געוויסע פארשטאנד איבער דער אידישער גאולה וואס וואלט נישט געקענט לאזן קיין ספק וועגן שבתי צבי. כל זמן ער צייגט נישט איבער אז ער איז פעאיג צו קעמפן אין מלחמה פאר’ן פאלק איז נישטא פון וואס צו רעדן. מיר מוזן אבער געדענקען אז ביי די אידן וואס האבן איבערגעלעבט די פאגראמען פון ת”ח ות”ט האבן די קריטעריעס פונעם רמב”ם נישט געקענט קומען אויפ’ן זינען. אידן אין אייראפע זענען דעמאלט געשטאנען ביי גאר א מאכטלאזן פונקט, און מ’האט נישט געקענט חלומ’ען וועגן פארריכטן דאס פאלק מיט א ביקס אין דער האנט.

א פיגור ווי שבתי צבי איז געווען זייער גרעסטער נסיון. מיר קענען זיך פארשטעלן אז ביי שבתי צבי זענען די “חוץ לדרך הטבע’דיגע” נסים אריבערגעגאנגען פון מויל צו אויער, קיינער האט זיי מיט די אויגן נישט געזען, ווייל מיר ווייסן דאך אז ער האט נישט אויסגעפירט קיין זאך לטובת כלל ישראל. וואלט שבתי צבי כאטש איינגענומען א דערפל אין ארץ ישראל, וואלט ער כאטש מצליח געווען צו ארגאניזירן א מיליטער ווי בר כוכבא האט געטון, אדער גענוצט דיפלאמאטישע מיטלען צו העלפן אידן, וואלט שייך געווען צו דעבאטירן. למעשה אבער זענען זיינע מופתים באשטאנען פון לופט זאכן, וועלכע לאזן זיך בכלל נישט דעבאטירן פונעם רמב”מ’ס קוקווינקל, אבער די שמועות האבן געדינט ווי א טרייסט פאר’ן פאלק.

ציוניזם האט געברענגט אידן צו א גאנץ פארקערטן ווענדפונקט. מיטאמאל זענען אויפגעשטאנען אידן און באוויזן אז זיי קענען פארריכטן די שיך פונעם פאלק. ציוניזם רופט אויס אין די ווערטער פון הרב שלמה אלקבץ: “שטיי אויף מיין פאלק פון דער ערד, טרייסל אפ די שטויב, און טו אן דיינע פרעכטיגע קליידער!….”

ציוניזם האט נישט געהאט בדעה צו ברענגען די אחרית הימים, די גאולה שלימה, ווי שבתי צבי האט געקלערט צו ברענגען דורך מיסטישע אופנים, נאר ס’האט פשוט געוואלט ברענגען אן ענדע צו די אידישע ליידן און זיי פאראייניגן מיט ארץ ישראל און ירושלים. צי מ’זאל דאס באטראכטן ווי אן אתחלתא דגאולה אדער נישט איז א באזונדערע פראגע, אבער די אונטערשטע שורה איז דאס אז ציוניזם האט נישט גערעדט גרויס, נאר געטון גרויסע זאכן…

פאר אזעלכע אידן וואס זעען שבתי צבי ווי א נסיון אין אמונה, איז ציוניזם נישט קיין נסיון, אבער פאר’ן ציוניסט קען שבתי צבי נישט זיין קיין נסיון. דאס זענען צוויי אנדערע פערספעקטיוון. דער סאטמארער רב ז”ל האט געזען אין שבתי צבי דער גרעסטער נסיון אין דער אידישער היסטאריע, דוקא “וויבאלד ער האט גארנישט געטון”, און מ’האט דערפאר געקענט גלייבן אז ער באנוצט זיך מיט א ספיריטועלן אקטיוויזם כדי צו דערגרייכן די גאולה. דער פאליטישער אקטיוויזם פונעם ציוניזם האט גארנישט געקענט קומען אויפ’ן געדאנק דעמאלט, און שבתי צבי וואלט נישט געטויגט צו דעם. ס’קען זיין אז ער האט געהאט גוטע רצונות, ס’איז שווער צו משפט’ן א מענטש מיט אפאר הונדערט יאר שפעטער, אבער די קוואליפיקאציעס צו ברענגען אן ענדע צו די אידישע ליידן האט ער נישט געהאט.

יעצט אויב משיח דארף קענען פארריכטן שיך, וויאזוי זאל מען זיך באציען צו שיך וואס זענען פאקטיש פארראכטן געווארן? היות משיח איז נישט געקומען האלט מען נאכנישט ביי דער גאולה שלימה, די אחרית הימים איז נאכנישט אנגעקומען, אבער וויאזוי זאלן אידן פארט פילן ביים שליסן א צוויי-טויזנט יאריגן ציקל, ביים אריינטרעטן ווידעראמאל אין די טויערן פון ירושלים אלס די הערשער פון דער שטאט? וויאזוי זאלן פילן די קינדער וואס קערן זיך אום צו דער מאמען נאך אזא לאנגען אפשייד? דערמאנענדיג זיך אין דער שבועה וואס אידן האבן געטראגן טויזנטער יארן צו געדענקען ירושלים, וויאזוי זאל מען נישט פילן די האנט פון גאט אין די אויפגעריכטע גאסן פון ירושלים? וואלט נישט געווען א בושה צו דערמאנען דעם נאמען פון שבתי צבי קעגן אט דער קאלאסאלער אומגלויבליכער דערגרייכונג?

ס’איז מיר געווען א חידוש ווען איך האב געהערט וויאזוי דער סאטמארער רב האט אפגעווארפן דעם פארגלייך פון ציונות צו שבתאות, אבער דוקא אין א פארקערטן אופן ווי מיר וואלטן זיך פארגעשטעלט. דערזעענדיג ווי אידן האבן באקומען א מאכט וואס זיי האבן טויזנטער יארן נישט געהאט, אין א צייט ווען אידישע פאראשוטיסטן האבן אריינמארשירט אין דער אור-אלטער שטאט און מיט טרערן אין די אויגן באנעצט די הייליגע שטיינער פונעם כותל, האט דער סאטמארער רב נישט פארשטאנען וויאזוי מ’קען זען אין דעם א נס, אבער דוקא ביי שבתי צבי יא?! ווען מ’זעט ירושלים אין אידישע הענט דארף עס ניטאמאל זיין א נסיון, אבער א מיסטישער משיח וואס האט גארנישט אויפגעטון איז דער גרעסטער נסיון אין דער היסטאריע?!

ס’איז טאקע א חידוש, אבער נאר ביז מיר באמערקן אז דוקא דער חידוש קלארט אויס דאס בילד. אויב מיר פילן ווי ציוניזם נעמט איין אונזער נשמה, מיט א נסיון צי אָן א נסיון, איז א סברא אז מיר האבן לכתחילה אן אנדער פערספעקטיוו איבער דעם היסטארישן געשעעניש. וואס איז פאר איינעם א נסיון, מוז נישט זיין א נסיון פאר א צווייטן. נאר אויב מיר האבן שוין אן אנדער פערספעקטיוו, ווייל מיר זעען ערגעצוואו די מעגליכקייט פון א הימלישער האנט אין דער פאליטישער היסטאריע פון אונזער צייט, קען שוין דער ציוניזם אויך זיין א לעגיטימע זאך. ס’מוז נישט זיין קיין נסיון פונעם שטן, נאר מיר קענען קוקן אין פנים דעם נס צו וועלכן מיר זענען עדות, אז דוקא מיר, פון אלע צענדליגער דורות, האבן זוכה געווען צו זען די פארקערפערונג פון שיבת ציון.

איך בין חלילה נישט מזלזל אין דער גרויסקייט פונעם סאטמארער רב, אבער צווישן די פיר ווענט מוז איך מודה זיין אז שבתי צבי קומט מיר פאר ווי אן אומפארשטענדליכער נסיון. און טאקע, אפשר דערפאר קען איך קוים צו זיך קומען פון דעם אומגלויבליכן געשעעניש צו וועלכן מיר זענען אן עדות: די פאראייניגונג פונעם אידישן פאלק מיט דער שטאט ירושלים, מיט די בערג פון יהודה און שומרון, די שטיינער און זאמדן אויף וועלכע אונזערע אבות האבן געטראטן.


די אַלוועלטלעכע נשמה פֿון דער ייִדישער מוזיק

The Multicultural Soul of Jewish Music

פֿון ואיה וענה

Yehuda Blum

אידישקייט גיט מיר אן אייגנארטיגע געלעגנהייט וועלכע ווייניג מענטשן אין דער וועלט פארמאגן — די מעגליכקייט זיך צו קענען אידענטיפיצירן אין אן אינטימען אופן מיט כלערליי קולטורן איבער דער וועלט, און תמיד פילן ווי איך בין ממש אינדערהיים.

זייענדיג באקאנט מיט די תפילות און שבת’דיגע זמירות פון פארשידענע אידישע קהילות ברענגט עס מיך נאנט צו מוזיקאלישע קלאנגען פון ווייטע שטעט און לענדער בארבע כנפות הארץ. בכלל איז די אידישע געאגראפיע זייער א ברייטע און שליסט איין א גאנצע וועלט פון מדינות וואו אידן האבן געוואוינט.

איך דארף נישט קריכן ווייט. אין מיין אייגענער פאמיליע קען איך טרעפן זיידעס און באבעס פון פארשידענע קולטור־שטריכן אינעם אשכנז’ישן ספעקטרום, מיט פארשידענע מסורות און דיאלעקטן. אינעם רעפערטואר פון יום־טוב’דיגע זמירות קען אן אשכנז’ישער איד טרעפן לידער מיט דייטשע קלאנגען (ווי למשל: “מעוז צור” פון חנוכה, “אלמעכטיגער גאט” פסח ביים סדר), לידער מיט מזרח־אייראפעישע קלאנגען (דא קומט אריין דער גרעסטער טייל פון דער חסידישער מוזיק), און אפילו לידער מיט טיפע אריענטאלישע קלאנגען: די פרייגישע אדער “אידישע” סקאַלע.

דער נאנטער שייכות וואס אשכנז’ישע אידן האבן היינט צוטאגס מיט ספרד’ישע אידן אין ארץ ישראל האט נאך מער אריינגעברענגט די מיטל־מזרח מוזיק אין אונזער מוזיקאלישן טעם, און אזוי קענען מיר זיך פילן אינדערהיים ביי סיי וועלכן קלאנג וואס קומט פון מיטללענדישע מדינות, אראבישע מדינות, אדער אייראפעישע מדינות. און ווירקליך, הערנדיג מוזיק פון וועלכן לאנד ס’זאל נישט זיין קען זיך מיר אפט דאכטן ווי ס’איז אינגאנצן מיין אייגנס, ווי איך וואלט אויף דער מוזיק געבוירן און געאטעמט פון דער מינוט וואס איך בין געקומען אויף דער וועלט.

ווען איך הער מוזיק פון דער רויטער ארמיי בענקט מיך מיט ציפעניש צו קינדער־זכרונות וועלכע איך קען נישט געהעריג אנטאפן מיט דער האנט. ס’ווערט דארט אריינגעמישט דער אנדענק פון זיידע באבע, טאטע מאמע, קינדער קאסעטלעך פון יום־טוב ערליך, אאז״וו. נעמט, צום ביישפיל, דאס ליד “אויף די בערג פון מאנטשוריא”, וואס איך בין זיכער אז ס’מאכט אויף מיר דעם זעלבן נאסטאלגישן איינדרוק ווי אויף סיי וועלכן רוסישן מענטש. ס’איז מאדנע און איראניש, אבער ווען איך זע עפעס וואס שמעקט מיט רוסישן פאטריאטיזם, זע איך עפעס פון זיך אליין אין דעם. איך האב ליב די רוסן.

ליינענדיג דאס בוך “צמח אטלאס” פון חיים גראדע האב איך געפילט ווי ער האט דערטאפט דעם סאמע תוך פון דער אידישער נשמה, אבער צו דער זעלבער צייט האט עס מיך דערמאנט דעם סטיל פון “אנא קארענינא” וואס איז געשריבן דורך דעם רוסישן שרייבער טאלסטוי. ביידע ביכער זענען געשריבן לאנג, ארומנעמענדיג אן ערך אכט הונדערט בלעטער אדער מער, און זיי קריכן אריין אין טיפע דעטאלן פונעם לעבן. ביידע זענען דורכגעווייקט מיט נשמה. נאך מער פון דעם, די שילדערונגען פונעם רוסישן לעבן אין טאלסטוי’ס בוך דערמאנען אפט די מנהגים פון חסידישע אידן…

דאס אלץ קומט אבער נישט צו א ליד וואס איז געשאפן אויף דער פרייגישער סקאלע, אזא וועלכע וויגט איין די נשמה אין א ראש־השנה’דיגער אטמאספער. איך געדענק ווען איך בין אלס קינד געפארן מיט מיינע געשוויסטער אויף א ווייטער נסיעה און מיר האבן מיטאמאל דערהערט א נישט־אידיש ליד וועלכע איז געשאפן געווארן אויף אט דער מוזיקאלישער סקאלע. דאס ליד האט אונז שטארק דורכגענומען און מיר האבן זיך איינגע’חזר’ט דאס “אידישע” ליד וועלכע מיר האבן געהערט אונטערוועגנס. מיר האבן זיך נישט געקענט גענוג אפוואונדערן פון דער שיינקייט פון יענעם ליד. ווען איך בין עלטער געווארן האב איך עס אפירגעזוכט אויפ’ן אינטערנעט און ס’איז מיר געקומען טרערן ווען איך האב עס געפונען.

ערשט שפעטער האב איך באמערקט ווי שטארק די אידישע רעפערטואר איז דורכגעזאפט מיט דעם סטיל מוזיק וועלכע דערמאנט אינעם מיטל מזרח. דער מוזיק פארשער מ. גשורי (אינעם בוך “ירושלים עיר המוסיקה”) זאגט אז דאס אידישע דאווענען ביז צו דער צייט ווען די חזנים האבן אנגעהויבן פארדרייען דעם נוסח איז געווען שטארק ענלעך צו, להבדיל, דעם גרעגארישן נוסח פון דער קירכע, וועלכע איז אליין מיטל-מזרח’דיג, און איז לויט גשורי איינגעפירט געווארן דורך די ערשטע קריסטן וועלכע זענען געווען אידן וואס האבן אריינגעברענגט די אידישע ליטורגיע אין דער קירכע (צוויי אזעלכע אידישע מוזיקער, וועלכע זענען געווען לויים, ליגן באגראבן אין רוים). די ענליכקייט צווישן דעם אידישן נוסח און יענעם אלטן שאנט, צייגן אז אינעם אידישן דאווענען געפינען זיך מסתמא אפקלאנגען פון דער אלטער שירת הלויים מזמן הבית, ווייניגסטנס דארט וואו די חזנים האבן נישט קאליע געמאכט דעם אריגינעלן נוסח.

אזוי צי אזוי, איז דא עפעס אינעם קלאנג פונעם מיטל־מזרח וואס באאומרואיגט די נשמה, עפעס וואס פאדערט אויף און לאזט נישט שלאפן. אין דער שטילקייט פון דער נאכט טרעף איך זיך אפט אויפזוכן אראבישע לידער, אדער ספרד’ישע מקאמים, וועלכע פילן אן דאס הארץ מיט א נאגעניש און געטליכע דורשט. בסוד מעג איך דערציילן אז איך האב אויך ליב דאס קול ווי דער אראבישער מואזין אין ארץ ישראל רופט אז מ’זאל קומען דאווענען צו אללא… די מעלאנכאלישע תנועה פונעם מואזין דערמאנט מיך אין א הארציגן נוסח וואס מיר האבן אין די שבת’דיגע זמירות און תפילות. וואס נאך, ס’דערמאנט מיך גלאט אזוי זכרונות פון די קינדער יארן ווען איך האב אזוי אפט געהערט דעם מואזין אין ארץ ישראל, און איך בין אפט איינגעשלאפן ביינאכט צום קול פון אראבישער מוזיק פונדערווייטנס.

ס’זענען דא פארשידענע סיבות פארוואס איך האב ליב מיין אידישן חינוך, נאר מיר זעט דאס אויס צו זיין נאך א סיבה: א דאנק די ברייטקייט פון די אידישע תפוצות, א דאנק די פארשידנארטיגקייט פון אונזער אפשטאם, בין איך בכח זיך צו פילן ווי א טייל פון א פילפארביגער וועלט. ביים קומען אין בארירונג מיט געוויסע קולטורן קען איך זיך אמאל שווערן ווי זיי וואלטן געווען מיינע אייגענע. די געשיכטע פון כמעט יעדן לאנד אין דער וועלט שפילט א ראלע אין דער אידישער געשיכטע (צוליב די דארטיגע אידן), און אזוי אנטוויקלען מיר אן אינטימען קשר מיט יעדן ווינקל אויפ’ן כדור הארץ. מיט איין ווארט, דער אידישער נאציאנאליזם איז טיף אריינגעוואקסן אינעם סאמע תוך פון דער אלוועלטליכער מענטשליכער נשמה.


ווייל איך בין א מיידל

Because I'm a Girl

פֿון האישה שרײַבנבערג

Yehuda Blum

ל״ג בעומר איז שוין ענדליך דא,
אין א מזל’דיגע שעה,
א שמחה אין שטעטל הערשט א גרויסן,
הערליכע פייער צאנגן,
מען טאנצט לעבעדיג אינדרויסן,
מיט מוזיקאלישע געזאנגען. זיידעס טאטעס בחורים און אינגלעך,
ארום און ארום אין רינגלעך,
מיידלעך און פרויען אין א זייט שטעלט מען,
נאר די אינגלעך קענען האקן א לעבן,
און איך דארף שטיין אין די זייט און נאך אויך חיזוק געבן,
און קשיות טאר איך חלילה נישט פרעגן,
נאר צו זיין אן אשת חיל דארף איך שטענדיג שטרעבן,
פאר די מענער אלעס טון,
ווי געהעריגע קנעכט,
ווי א מאשין,
פאר זיי דארט זיין טעג אין נעכט,
איך וויל אויך טאנצן מיט מוזיק ביי א פייער,
און זינגען צום טאטן דעם געטרייער,
איך וויל אויך האקן א לעבן!
אבער ניין,
איך בין א מיידל,
איך בין געשאלטן,
ווייל איך בין א מיידל,
איך דארף זיין איינגעשפארט,
ווייל איך בין א מיידל,
איך קען גארנישט טון,
ווייל איך בין א מיידל,
איך קען נישט האבן מיין אייגענע לעבן,
אלעס ווייל איך בין א מיידל.


די שיינקייט פֿון מאַנהעטן אין אַ פּרעכטיקן פֿרילינג־טאָג

The Beauty of Manhattan on a Glorious Spring Day

פֿון ב. חסיד

Yehuda Blum

ס׳איז דא א באשטימטע ברכה וואס מ׳מאכט ווען מ’זעט די בלימעלעך וועלכע שפראצן ארויס אויף די ביימער וואס וועלן אט אט אנהייבן ארויסגעבן פרוכט. איז אבער נישטא אפשר א ברכה וואס מ’זאל מאכן ווען מ’זעט וואו די מענטשן פראלן אויף די טירן פון זייערע הייזער און ווארפן זיך אריין אין די ארעמס פונעם פרילינג?

דאס איז א פראגע וואס איז מיר אויפגעקומען לעצטנס שטייענדיג אויף א גאס אין מאנהעטן, ווערנדיג געגלעט פונעם אנגענעמען פרילינג וועטער, און איך האב די ווייטערדיגע שורות אפגעשריבן טאקע אויף דער מאנהעטענ’ער גאס.

דער עפעקט וואס א שפאציר אויף מעדיסאן עוועניו קען האבן, איז דאס זעלבע ווי א שפאציר אויף א ברעג ים. דער מענטש איז קליין קעגן די בנינים ארום, דאס הייסט ער איז קליין קעגן זיין אייגענעם גייסט וועלכע דערהייבט זיך צום הימל. הערליכע און גיגאנטישע בנינים נעמען דיך ארום און פארכאפן דיך. רייכע און עלעגאנטע, אין אינטערעסאנטע סטרוקטורן און פארשידנארטיגע ארכיטעקטור, קוקן זיי אראפ צו דיר פון הימל — א הימל וואס דער מענטש האט אליין געבויט, מיט זיינע צוויי הענט.

די גאסן פליסן מיט מענטשן, ווי דער קוואל פליסט מיט וואסער. און קאלירן פון מענטשן זעט מען אלע מינים. ריחות קומען א מינוט צו לויפן פון א דערנעבנדיגער בעקעריי, אין אן אנדער מינוט פון א פארבייגייענדיקער פארפומירטער פרוי. די גאס ווארפט מיט קאלירן און גלאנץ, קלאנגען פון אויטאס, שפראכן און מוזיק. בליטשנדיקע לעמפלעך זענען פארלאשן אינמיטן טאג, אבער זייערע בירנעס רייצן זיך ווייטער מיט די דורכגייער, צו שעצן די דערגרייכונגען פון מאדערניטעט.

איך שטעל זיך אין א זייט, איך פארמאך די אויגן אויף א רגע, און כ׳צי אריין דעם ארומיגן אטעם. איך בין שטיל, כדי אויפצוכאפן דעם הארמאנישן קלאנג פונעם ארומיגן הו־הא, און ס׳דאכט מיר אויס ווי די גאס וואלט געזונגען א וויגליד. אלץ יאגט זיך מיט א כמעט ריטמישער שנעלקייט, ווי די ריטמען פונעם הארצקלאפן, מיט דער רעגלמעסיגקייט פון נאטור. די ווינטלעך ברענגען מיט זיך גרוסן פון די וואלקנס וועלכע שפאצירן צווישן מענטשליכע געביידעס, און אינמיטן דערונען יאגן זיך ביזנעסלייט מיט די פארצויגענע פנימ׳ער, און מאדאמקעס מיט קלאפעדיגע שיך.

פון דער זייט גייט א מיידל אויסגעפוצט און רעדט הויך אויפ׳ן טעלעפאן אין א בא׳טעמ׳ט־מאכערישן טאן אויף א געשפיצטן ענגליש. באלד דערויף גייט פארביי א מאמע און זינגט צו איר קינד אינעם וועגעלע. אט גייט א טאטע מיט צוויי טעכטער וועלכע צעלאכן זיך אויף א פרעמדער שפראך און ס׳הערט זיך א שטארקער „ררר” אינעם אקצענט. אן עלטערער מענטש איז ערשט פארביי, איינגעבויגן אויף א שטעקן, און אונזערע בליקן האבן זיך באגעגנט. א בליק פול מיט באדייט, נאר איך בין נישט זיכער צי ס׳דריקט אויס רחמנות אויף דער מענטשהייט אדער גלאט אזוי פארשטענדעניש און ערנסטקייט.

איך הייב אן שפאצירן און פרוביר צו דערגיין דעם אינהאלט פון די דופטן וועלכע טוישן זיך פון רגע צו רגע. דער שארפער גערוך פון קאווע וועלכע יאגט זיך נאך מיר במשך א האלבער גאס איז אודאי פונעם „סטארבאקס‟, און דער ריח פון געבראטענעם פלייש קומט פון א קיאסק קעגנאיבער דער גאס. א קאמערציעלער גערוך פון געקינצלטע זייפן שטויסט ארויס פון א רחבות׳דיגן אפטייק וואס זעט אויס מער סופערמארקעט ווי אפטייק. און אז איך דערפיל פלוצלונג דעם רויך פון אן אויטא, דערזע איך ווי עס פארט לאנגזאם א רויטליכער צוויי־שטאקיגער אויטאבוס, מיט א גרופע רואיגע טוריסטן וועלכע קוקן ארויס פונעם דעק אויפ׳ן צווייטן שטאק. 

עפעס ווילט זיך זאגן שיר השירים אויף דער סאמע גאס, נאר ס׳פאסט נישט. דאך זע ווי שיין, א פארל גייט פארביי און דער טאטע האלט א קינד אויף די פלייצעס, פירנדיג א „צוויי־שטאקיגן שמועס” מיטן קינד. דאס קינד פרעגט אים שטופעריש א שאלה און זיי זעען ביידע אויס צופרידן. באלד צעפייפט זיך אן אויטא, ווי א טרומפייטער אויף א חתונה. דאס פרייד פון לעבן, די שמחה פון עקזיסטענץ, איז פארקערפערט אין די גאסן און אין אלץ וואס איך זע. אלץ איינס צי איך מאך א ברכה, צי איך זאג שיר השירים אדער נישט, ווען די גאסן גופא זינגען ברכי נפשי…


בײַם טאַטנס סדר־טיש דאָס יאָר

At My Father's Seder Table This Year

פֿון האישה שרײַבנבערג

Yehuda Blum

פסח איז שוין ענדליך דא,
נאך אזוי פיל ארבעט שעה נאך שעה,
מען האלט שוין איצט ביי מה נשתנה,
דער טאטע רופט זיך אן: רשע מה הוא אומר,
וואס זאגט דער רשע?

איך בין נייגעריג וואס גייט דער טאטע זאגן דא
ווייל אין זיינע אויגן בין איך דאך איינע פון זיי,
עס איז א בראך און א וויי געשריי,
אז ער האט ליידער א טאכטער פארכאפט פונקט ווי זיי.

איך טראכט צו מיר: איך האב נישט קיין כוח,
צו הערן וואס ער טראכט אויפן רשע אין זיין מוח,
איך וויל מיך אויפהייבן און ארויסגיין איידער ער הייבט אן,
ווייל געווענטליך זאגט ער נישט קיין שיינע זאכן, האט אן אויפגעברויזטן טאן.

אבער איך בין נייגעריג — וואס גייט ער זאגן דאס מאל,
אפשר דאך וועט דאס זיין אנדערש ווי אלעמאל,
געווענליך גייט עס אזוי:
מען דארף אויסהאקן די ציין פונעם רשע ער זאל נישט קענען רעדן א ווארט,
ער דארף ווערן פארשטיינערט גלייך אויפן ארט,
ער איז פארפאלן און ער האט נישט קיין האפענונג אין זיין לעבן,
ווייל צו זיין א רשע האט ער אלעס אויפגעגעבן,
דערפאר ברויך מען די ציין גלייך אויסהאקן,
ער זאל נישט קענען אויסרעדן מיט זיינע תירוצים וואס ער האלט אין איין באקן…

אבער צו מיין דערשטוינונג
איז דאס מאל גאר אנדערש,
דער טאטע פאנגט אן דרשנ’ען
אויסער דעם וואס די הגדה זאגט אויפן רשע.

ער רופט זיך אן הויך צו פארזיכערן
אז איך זאל הערן פונעם אנדערן עק טיש,
די הגדה צום נעקסטן בלעטל האב איך געמישט,
אוי איך האב נישט קיין כוח; וואס קומט יעצט?
די הגדה גלוסט זיך פארמאכן און געבן א הארציגן קוש…

דער טאטע פרעגט: „קינדערלעך,
צי ווייסט עץ וואס איז דער חילוק פון א רשע און א תם?
איין קינד זאגט „מיין רבי האט געזאגט דאס…‟
אין אן אנדערער קינד זאגט „מיין לערערין האט געזאגט יענץ…‟

דער טאטע זאגט: „ניין, איך וועל ענק זאגן,‟
יעדער איז שטיל
ווייל מסביר צו זיין פאר אזא גרויסן עולם
דארף זיך דער טאטע נישט דארפן צו פיל פלאגן.

„דער חילוק איז אזוי,‟ הייבט דער טאטע אן פארשטיין צו געבן,
„דער רשע האט נאך האפענונג,
ער קען זיך נאך צוריקכאפן,
ווייל שכל האט ער דאך,
ער נוצט נאר זיין קלוגשאפט אויף נישט־גוטע זאכן אין נישט־גוטע דרכים,
אבער דער תם קען זיך קיינמאל נישט צוריקכאפן אדער בכלל גיין אויפן ריכטיגן דרך,
ווייל ער האט דאך נישט קיין שכל,
קיינמאל געהאט און וועט קיינמאל נישט האבן.

וואס???
זייט ווען נעמט מיין טאטע דעם רשע’ס צד?
ס׳איז דאס ערשטע מאל אין מיין לעבן וואס איך הער אים רעדן אזוי,
ער האט דאס מאל נישט אוועקגעמאכט דעם רשע,
ער האט זיך נאך אנגענומען פארן רשע.

איך שפיר ווי ס׳ווילט זיך פארלאזן א טרער,
א טרער וואס איז פול מיט האפענונג,
אז אפשר האט מיין טאטע זיך געטוישט,
אפשר מיינט ער צו זאגן בלשון רמזים:
מיין טייערע טאכטער, איך פארשטיי דיך
איך נעם דיך אן וויאזוי די ביסט
נאך אלעם ביסטו דאך מיין טאכטער
מיין אייגענע בלוט און פלייש
דו האסט האפענונג אין דיין לעבן
איך ווייס אז דאס לעבן איז שווער
אבער איך גלייב אין דיר אז דו ביסט שטארק
און איך וועל קיינמאל זיך נישט אפלאזן פון דיר.

הלוואי, הלוואי…


חסידישע ייִדן בײַ אַ ספּאָרט־מאַטש

Hasidim at a Sports Match

פֿון ב. חסיד

Yehuda Blum

איך וויל אייך דערציילן איבער א דערפארונג וואס איך האב געהאט אמאל, ווען א נאנטער ידיד, א חסידישער איד, האט מיך געלאדן איך זאל קומען מיט אים זען א מאטש פון „אייז־האקי” (ice hockey) וואו רוסישע סטודענטן וועלן שפילן קעגן אמעריקאנער. כאטש איך פארשטיי נישט די תקנות פון ספארטס גלייב איך אז נאך די הונדערט און צוואנציג וועט מען מיך פרעגן אין הימל צי איך האב כאטש געזען אמאל ווי די קינדער פון אדם און חווה שפילן זיך אויף דער וועלט, און צי איך האב בכלל פרובירט צו באקענען די פילפארביגקייט פון דער מענטשהייט, ובכן האב איך זיך ארויפגעכאפט אויף דער געלעגנהייט און איך בין ארויס צוזאמען מיט יענעם צו זען דעם מאטש.

וויבאלד ס’איז געווען פאר מיר דאס ערשטע מאל ביי אזא שפיל, האט מיר יענער דערקלערט די כללים כדי איך זאל פארשטיין וואס איך זע. יענער אליין איז געקומען צו פארן מיט דעם פולן חסידישן לבוש און ער האט באטראכט דעם ספארט מיט אן ערנסטקייט, זייענדיג א טייל פון דער מענטשליכער פילפארביגקייט. איך האב זיך מתחילה געפילט אביסל מאדנע, ווי כאילו מיין חסידישער אויסזען וואלט זיך קיינמאל נישט געקענט צופאסן צו דער ארטיגער לעבנס־לוסט, אבער איך האב פארט פרובירט צו ווערן אויסגעמישט מיט דער מאסע פון הונדערטער מענטשן ארום מיר.

Read more


איך גיי אויס נאָך אַ פּיצאַ

Starving for That Slice of Pizza

פֿון האישה שרײַבנבערג

Yehuda Blum

וואס מיינט דאס ווארט כשר ביי דיר? ביי מיר איז דאס געווארן איינגעקריצט און איינגעבאקן פון זייער יונג. עפעס וואס איז געמאכט פון „פאשקעס״ איז נישט כשר. אז דאס איז OU איז דאס טריפה. אז עס איז OK, איז עס נאר okay פאר גוישע אידן. 

מען פלעגט פרעדיגן צו מיר אז וואס מען עסט — דאס ווערט מען. אויב איך עס א חזיר פיסל וועל איך ווערן א חזיר פיסל. אז איך עס פון א נישט־אויסגעהאלטענע השגחה וועל איך ווערן נישט אויסגעהאלטן. אבער אז איך עס פארדארבענע עסן האט מען מיך קיינמאל נישט אנגעווארנט אז איך קען ווערן פארדארבן. 

עס איז אומבאשרייבליך די שולדגעפיל וואס באגלייט מיך שוין יארן לאנג אפילו איך בין אינדרויסן פון די סיסטעם פאר א לאנגע צייט שוין…

נישט לאנג צוריק, אויף איינע פון מיינע רייזעס בין איך איינגעשטאנען אין א הויז פיל מיט גוים (כאטש איך װעל קיינמאל נישט פארגעסן אז איך בין א איד.)

Read more


אַ פֿאַריתומטער דור, נעבעך

Our Poor, Orphaned Generation

פֿון ואיה וענה

Yehuda Blum

ס’איז פאראן א כלל אין הלכות פירערשאפט אז דער סימן פון א גוטן פירער איז ווען ער קען טרענירן זיינע אנהענגער אז זיי זאלן קענען נאך זיין פטירה זיך באגיין אן אים. דער גוטער פירער שטעלט אויף א דור פון שטארקע תלמידים, וועלכע פילן אז זיי האבן די כוחות איינצונעמען וועלטן און זיי קענען דורכפירן וואס זיי ווילן. כאטש ס’טוט זיי וויי אז דער רבי און מנהיג איז מער נישטא, וועלן זיי זיך טרייסטן אין דעם וואס ער האט זיי איבערגעלאזט מיט די נויטיגע כלים וויאזוי זיך צו ספראווען מיטן לעבן.

ווען א פירער גייט אוועק פון דער וועלט און ס’קומען נישט אויף קיין נייע עפעקטיווע מנהיגים נאך אים, איז עס א קשיא אויפ’ן מנהיג. אויב דער דור פון זיינע תלמידים פילט אז אן דעם רבי’ן איז עס עק וועלט און מער וועלן זיי זיך נישט קענען אויפהייבן, איז עס א צייכן אז דער רבי איז דורכגעפאלן אין דעם סאמע וויכטיגסטן תפקיד פון א פירער — אויסצולערנען א וועג פאר די תלמידים, אז זיי זאלן זיך קענען אליין אן עצה געבן. א גוטער פירער טאר נישט דערלאזן אז זיינע אנהענגער זאלן זיך פילן צו שטארק אפהענגיג אין אים, ווייל ער דארף נעמען אין באטראכט אז ס’וועט קומען א טאג ווען זיי וועלן פארבלייבן אליין, אן אים.

דער שליסל וויאזוי א פירער קען דערגרייכן דעם ציל פון אויפבויען די אומאפהענגיקייט פון זיינע אנהענגער איז דורכ’ן איבערצייגן זיינע תלמידים אז זיי האבן די כוחות זיך אליין צו פירן. ער דארף זיי אנפילן מיט אפטימיזם וועגן די מעגליכקייטן און דעם פאטענציאל וואס זיי פארמאגן, און אזוי וועט ער צוביסלעך צוברענגען אז זיי זאלן זיך קענען אפטיילן פון אים און גיין זייערע אייגענע וועגן. ער דארף זיי אויך נישט אינדאקטרינירן און צווינגען צו טראכטן לויט זיין קאפ, נאר ער דארף זיי אויסלערנען וויאזוי אליין צו טרעפן דעם וועג אין לעבן, כדי זיי זאלן קענען אפירזוכן דעם אמת אויך ווען זיי זענען נישט נעבן אים.

מיין פראגע איז וואו אונזער געזעלשאפט שטייט אין דעם הינזיכט. מיר האלטן זיך אין איין באקלאגן אז ס’זענען נישטא קיין מנהיגים אין אונזער צייט, ס’איז א דור יתום, אאז״װ. די פראגע איז אבער צי מיר זענען נישט אליין שולדיג אין דעם. מיר הערן כסדר פון אונזערע רבי’ס אז מיר האבן מער נישט די כוחות אין די היינטיגע דורות ווי מ’האט אמאל געהאט, ס’איז א ירידת הדורות און מיר פאלן כסדר אלץ טיפער. הערנדיג אזויפיל נעגאטיווע שמועות וועגן זיך אליין, וואלט געמוזט געשען א גרויסער נס אז ס’זאל קענען ארויסוואקסן עפעס א פאזיטיווע ענערגיע פון אינעווייניג.

איך ווייס נישט צי מ’מעג דאס זאגן, אבער לכאורה קומט אויס אז ווען מיר פילן זיך אזוי אנטמוטיגט און אן כוחות, אן קיין מנהיגים וואס זאלן אונז פירן, איז עס נישט בלויז אונזער דורכפאל, נאר דער דורכפאל פון אונזערע פריערדיגע רבי’ס. ס’זענען געווען גרויסע פערזענליכקייטן וואס האבן איבערגעלעבט דעם קריג, אבער זיי האבן זייער ווייניג געגלייבט אינעם נייעם דור, און כאטש זיי האבן זיך איבערגעגעבן מיט מסירות נפש אויפצובויען די חורבות פונעם חרדישן אידנטום האבן זיי אבער נישט געהאט קיין צוטרוי אין אונז. אנשטאט אנצופילן דעם נייעם דור מיט אן איבערגעפרישטער ענערגיע פון ווידער־געבורט, האט מען אינעם דור אריינגעבלאזן א ייאוש.

אונזער אידישקייט איז אויפגעבויט געווארן נאכ’ן חורבן נישט מיט א פאזיטיוון בליק אויף פאראויס, נאר מיט א דערשראקענעם בליק צו דער וועלט, און צו דער פרייער מדינת ישראל. די שרעק פון די דרויסנדיגע ווינטן וועלכע ווילן אריינדרינגען און אונז איינשלינגען האט זיך איינגעזעצט אין אונזער געוויסן פון דער ערשטער מינוט וואס מיר האבן זיך גענומען בויען אידישקייט אין אמעריקע, און אט דער שרעק האט, ווי עס שיינט, פאראליזירט אונזערע גייסטישע כוחות. אנשטאט צו פארזיכערן דעם דור אז מיר וועלן קענען דורכשוויצן יעדע שוועריגקייט, אנשטאט צו גלייבן אין דעם יחיד, האט מען נאר געזוכט וויאזוי אויפצובויען א קאלעקטיוון גדר.

די פירער האבן געמיינט גוטס, אבער מיט דעם מהלך האט מען פארפאסט דאס הארץ פונעם יחיד. דער יחיד איז געווארן געפאלן ביי זיך און שטארק אפהענגיג אינעם מנהיג. ס’איז דערפאר נישט קיין וואונדער פארוואס אונזער היימישע וועלטל פילט ווי די ערד וואקלט זיך אונטער די פיס און קיינער ווייסט נישט וויאזוי אוועקצושטעלן א ממשות’דיגן פלאן וואס זאל געבן א באדייט פאר אונזער לעבנסשטייגער. די רבנים און עסקנים קוקן ארויס מיט שרעק אויפ’ן אינטערנעט, און ווידער מאכט מען דעם זעלבן טעות — אנשטאט צו פרובירן צו פאנגען דאס הארץ פונעם יחיד אז ער זאל וועלן זיין פרום און ערליך, זוכט מען מיטלען וויאזוי אויפצובויען א קאלעקטיוון גדר, נישט גלייבנדיג אז דער יחיד פארמאגט בכלל א רצון צו זיין גוט…

מיט אזא שוואכע אמונה אין אונזערע כוחות און גוטן ווילן, וועלן מיר ווייטער פארבלייבן רוחניות’דיגע אינוואלידן, און מיר וועלן ווייטער נישט וויסן וויאזוי זיך צו ספראווען מיט די פראבלעמען פונעם דור. א פאר’יתומ’טער דור באדייט אז דער דור פארמאגט נישט קיין פירער, און ווען אונזערע מנהיגים גלייבן אז מיר פארמאגן א כראנישע שוואכקייט, איז עס ווירקליך א דור יתום. מיר האבן אנגעהויבן א ציקל אין וועלכער שוואכקייט דערפירט צו נאך מער שוואכקייט, און פאר’יתומ’טקייט דערפירט צו נאך מער פאר’יתומ’טקייט. איך מיין אז ס’איז א שאד, אבער היות מיר לעבן אין א דור יתום, און די דורות ווערן נאר אלץ שוואכער, גלייב איך נישט אז ס’וועט זיך טוישן אין דער גיכער צוקונפט.


מיט וואָס עסט מען דעם יום־טובֿ פּורים?

What Do We Do With Purim?

פֿון ב. חסיד

Yehuda Blum

מיך וואונדערט שוין לאנג ווי ס’קומט אזא יום טוב ווי פורים צו אידן.

ס’האט זייער ווייניג אייגנארטיגע אידישע שטריכן, און ווען נישט די חסידישע כאניאקעס וועלכע זאגן נאך “קדושת לוי’ס” און “בני יששכר’ס” ביי דער פורימ’דיגער סעודה, וואלט עס קוים געהאט א אידישע צורה. גלייבט מיר, דא בין איך באמת דאנקבאר די כאניאקעס, איך האב ליב צו הערן וויאזוי דער קדושת לוי האט געזען אינעם גאנצן יום טוב א שטיק געטליכקייט, און וויאזוי דער נס פון פורים איז נאך העכער פון אנדערע אפענע נסים וואס דער אויבערשטער האט געטון מיט אידן.

Read more


האָט די דרויסנדיקע וועלט וואָס צו פֿאַרקויפֿן פֿאַר אונדז? (צווייטער טייל)

Does the Outside World Have Something to Offer Us?

פֿון ואיה וענה

Yehuda Blum

אין מיין פריערדיגן ארטיקל (אונטערן קעפל „האט די דרויסנדיקע וועלט וואס צו פארקויפן פאר אונז?“) האב איך רעאגירט צו אן ארטיקל פון הרב יואל אשר לאבין, וואו דער מחבר האט מיך אנגעבליך באשולדיגט אין „זוכן אן ערזאץ“ צו אידישקייט אין פרעמדע מקורות. אין מיין ענטפער צו הרב לאבין האב איך אויסגעדריקט מיין וואונדער פון וואנעט הרב לאבין האט אפירגעקראצט אזא באשולדיגונג אויף מיר, ווען ס’איז נישטא דערצו אפילו א רמז אין מיינע ווערטער. אינצווישן איז געקומען אן ארטיקל פון אן אנדערן שרייבער, וו. וו., וואס האט נאכאמאל איבערגעזאגט בערך דאס זעלבע וואס הרב לאבין.

וואס שייך דער עיקר פראגע, צי תורה איז א סתירה מיט וועלטליכקייט, איז דער שרייבער וו. וו., ווייזט אויס, צעמישט אין דעם. לכתחילה הייבט ער אן דעם ארטיקל מיט דער הנחה אז ווער ס’געפינט א געשמאק אין דרויסנדיגע מקורות, הייסט דאס ממילא אז ער איז נישט אינטערעסירט אין תורה. אזוי באקומט זיך פון דעם וואס ער שרייבט: „די ענטוזיאסטישע דראנג נאך פאעזיע, די ענערגישע געלויף נאך וויסנשאפט און לערע, איז נאר די רויך־פארשטעלונג פאר דער ריכטיגער אונטערלאגע [נעמליך, א רייץ צו ווערן באפרייט פונעם עול תורה — ווי ער ערקלערט דארט ווייטער].“

אבער צום סוף ענדיגט דער שרייבער זיין ארטיקל: „טראכט אליין אריין, איז דען וויסנשאפט באמת א סתירה מיט אידישקייט? מוז מען אראפווארפן דעם עול פון דער תורה צו פארשטיין וועלטליכע זאכן? צו פארשטיין די געוואלדיגע וואונדער פון דער בריאה אדער שיינקייט פון פאעזיע?“ דער שרייבער ברענגט הרב אביגדור מילער אלס ביישפיל פון א תורה׳דיגן גדול וואס האט געשעצט וועלטליכע זאכן. אפגעזען פון דעם צי דער ביישפיל וואס דער שרייבער ברענגט איז ריכטיג אדער נישט, זעט עס בכל אופן אויס ווי דער שרייבער איז ענדליך מסכים אז וועלטליכע זאכן איז נישט קיין סתירה צו דער תורה. נו אויב אזוי’זשע, פארשטיי איך שוין נישט צו וואס דער ארטיקל באציט זיך בכלל.

נו גוט, וועל איך דערווייל מוזן איגנארירן וואס ס’איז מיר אומקלאר אין יענעם ארטיקל און זיך באציען נאר לגופו של ענין. אויב איך האב נישט קיין טעות, פארשטיי איך אז דער שרייבער האט אין אמת’ן נישט ליב קיין „דרויסנדיגע“ אדער „וועלטליכע“ באגריפן. דער ביישפיל פון הרב אביגדור מילער איז גענוצט געווארן נאר כדי לערבב את השטן, אבער דער עיקר פונעם גאנצן ארטיקל זעט אין וועלטליכקייט אן איבריגע זאך. דערפאר איז טאקע גוט צו בלייבן ביי דעם ביישפיל פון הרב אביגדור מילער, און נישט דערמאנען, למשל, הרב שמשון רפאל הירש, אדער אפילו דער מלבי״ם, תפארת ישראל, מהר״ץ חיות, און נאך אזעלכע.

דער ויכוח איבער דער טעמע איז אין אמת׳ן גענוג פאפולער צווישן אונזערע קרייזן, אזוי אז ס’איז איבריג פאר מיר אויפצוברענגען די טענות אויף סיי וועלכער זייט. יעדער צד ווערט הייזעריג מיט זיינע ראיות פון גדולים וואס האבן געלעבט אין פארשידענע תקופות און מקומות וואס האבן געטון אזוי אדער אזוי, אבער ס’איז למעשה א געזעלשאפטליכע פראגע וואס ווערט באשטימט לויט דער סטאטוס קווא. יחידים וואס דאס הארץ ציט זיי אויסצוברייטערן די האריזאנטן פרעגן על פי רוב סיי ווי נישט קיין מיינונג פון אנדערע, און די וואס האבן מורא צו נעמען אזא טריט וועלן נאכגיין די סטאטוס קווא. זיי ליינען מסתמא נישט דעם פארווערטס בכלל.

נאר היות אז דער שמועס האט זיך אנגעהויבן אויף דעם פלאטפארם וועל איך כאטש ענטפערן אויף דעם עיקר פון זיינע טענות. די כוונה מיינע איז נישט איבערצוצייגן אים אדער סיי וועמען, נאר פשוט אויסצוקלארן די סוגיא אין דער אבסטראקטער וועלט פון רעיונות. ובכן, הרב וו. וו. פרעגט, „אויב אייער שטוב איז אנגעפולט מיט מאלערייען פון די גרעסטע מאלערס, פארוואס זאלט איר זיך ווענדן צו מאלערייען פון צווייט־ראנגיקע קינסטלער?“ הרב וו. וו. גלייבט אז אין אונזער אינערליכער וועלט איז פאראן גענוג קונסט, אזוי אז ס’איז נישט וויכטיג צו גיין זען „מאלערייען“ פונדרויסן.

במחילה פונעם שרייבער, דאכט זיך מיר אז ער פארשטייט נישט וואס ס׳איז דער יסוד פונעם רעליגיעזן וועלט־באנעם — די באציאונג צווישן גאט און מענטש. דער מענטש האט די ברירה צו באשליסן צי ער וויל זען די גאנצע וועלט דורך רעליגיעזע פריזמען אדער נישט, אבער אפילו ווען ער פארמאגט א טיף־רעליגיעזע נשמה וואס זעט גאט אין יעדן גרעזעלע און שטויב, וועט עס נאכנישט הייסן אז אלע פארמען אין דער בריאה זענען איינס און דאס זעלבע. פארקערט, דער חידוש פון דער בריאה איז דאס גופא, אז זי פארמאגט מיליאנען באזונדערע אויסדרוקן, סיי אין דער טבע, און סיי אין מענטשליך־געשאפענער קונסט.

אויב א מענטש האט ליב מוזיק, קען ער נאך אלץ שעצן א שיין בילד, און א מענטש וואס האט ליב סקולפטורן קען נאך אלץ שעצן עלעגאנטע ארכיטעקטור. דערפאר פארשטיי איך גארנישט דעם באדייט פון דער טענה, „אויב אייער שטוב איז אנגעפולט מיט מאלערייען פון די בעסטע מאלערס, פארוואס זאלט איר זיך ווענדן צו מאלערייען פון א צווייט־ראנגיקן מאלער?” היות איך בין זיכער אז הרב וו. וו. האט אין זיין לעבן נישט געזען קיין חסידישע „קונסט־מאזעאום” שטעל איך זיך פאר אז ער האט עס נאר געמיינט בדרך משל, און זיין כוונה איז בלויז דאס אז וואס מיר האבן אינעווייניג איז גענוג, און מיר דארפן נישט צוקומען צו דער „שיינקייט” פונדרויסן.

וואספארא פנים וואלט עס געהאט ווען א מוזיקער וואלט געזאגט אזעלכע ווערטער פאר א מענטש וואס האט ליב ליטעראטור? אדער ווען א פילאזאף וואלט אזוי גערעדט צו אן ארכיטעקט? וויאזוי וואלט רעאגירט דער ליבהאבער פון מוזיק ווען מ׳וואלט אים געזאגט: „לאז דיך אפ פון מוזיק! ס׳איז דא גענוג שיינקייט אין די פיעסעס פון שייקספיר!” צווישן אונז גערעדט, איז נישטא קיין מענטש וואס האט נישט ליב מערערע פארמען פון שיינקייט אין דער וועלט, סיי אזעלכע וואס מ’טרעפט אין דער טבע, און סיי אזעלכע וואס זענען געשאפן געווארן דורכ׳ן מענטש. אויב מוזיק מיט ארכיטעקטור זענען נישט קיין סתירה, פארוואס זאל רעליגיע מיט קונסט יא מוזן זיין א סתירה?

איך זאג נישט אז מ׳זאל אריינברענגען קלאסישע מוזיק אין בית־מדרש, ווייל קוהלת זאגט דאך שוין אז יעדע זאך האט זיך איר צייט. איך זאג נישט אז מ׳זאל מאכן חברותות אויף גמרא דוקא אין א קאנצערט־זאל, אדער אז מ׳זאל פארוואנדלען דעם בית מדרש אין א מוזעאום, אבער צו זאגן אז א פרומער איד קען נישט טרעפן קיין פלאץ אין זיין הארץ פאר א גאנצער וועלט וואס געפינט זיך אויסער זיינע ד׳ אמות — דאס גרעניצט זיך מיט אבסורד. נישט אזוי? זייט מיר מוחל דעם שארפן אויסדרוק, אבער די טענה פון הרב וו. וו. קען פארשטאנען ווערן נאר פון א פערספעקטיוו וואס איז נישט באוואוסטזיניג צו דעם אז די וועלט פארמאגט אין זיך א וועלט מיט וועלטן.

איך זאג נישט אז מ׳מוז זיך עפענען צו דער וועלט, איך קען אויך נישט גאראנטירן אז די תמימות וועט בלייבן דאס זעלבע — ווייל יעדע נייע ידיעה וואס דער מענטש באקומט, אפילו אין יהדות גופא, ברענגט מיט זיך נייע בליקן אויף דער וועלט, און אינאיינעם מיט דעם ווערט די תמימות פונעם מענטש געשטעלט אין נסיון. דאס איז אבער א באזונדערער שמועס. דאך, צו זאגן אז די וועלט האט נישט וואס צו געבן פאר׳ן איד, ווייל מיר האבן שוין אלעס אין דער וועלט, איז זייער נישט ריכטיג. די גרויסע וועלט איז פול מיט וואונדער, נישט בלויז פונעם מאטעריעלן שטאנדפונקט, נאר נאך מער פונעם רוחניות׳דיגן קוק.

פארשטייט זיך, לויטן כלל פון „בכל דרכיך דעהו” איז מעגליך פאר׳ן מענטש אלץ און אלעמען אריינצונעמען אין דער רעליגיעזער ספערע. דער מענטש קען איבערלעבן רעליגיעזע מאמענטן, נישט בלויז ביים אפלערנען א דף גמרא, נאר אויך ביים הערן מוזיק, ליינען ביכער, באטראכטן מאלערייען, אד״ג. פונקט לעצטנס איז מיר אויסגעקומען צו הערן פון אן עלטערן נישט־אידישן ארטיסט, אז ווען ער האט באזוכט רוים האבן זיך אים געשטעלט טרערן אין די אויגן שטייענדיג נעבן ווערק פון פארשידענע קינסטלער פון דער רענעסאנס תקופה. אויף אזעלכע מאמענטן האבן אונז חז”ל מתקן געווען די ברכות הראיה.

אויב וו. וו. שרייבט אויפ׳ן אינטערנעט האט ער שוין מסתמא געזען אמאל א פילם וואס איז געמאכט געווארן לפי מיטב ה׳קונסט’ פון דער דרויסנדיגער וועלט. זיצנדיג פאר׳ן עקראן („סקרין”) בשעת ס׳לויפט דער פילם פון א רירנדער געשיכטע, א שטייגער ווי די אלטע ווערסיע פון „טיטאניק” — בשעת די שיף זינקט און די כלי־זמר שפילן דאס ליד „נענטער מיין גאט צו דיר!”, פילט זיך עפעס ווי די נשמה ווערט אויסגעוואשן נאך מער ווי, להבדיל, ביי א מוסר ספר. אמת, ס’איז א פרעמדע וועלט פאר אונז, אבער אין געוויסע מאמענטן בלייבט מען שטיין פארשטומט, מ’קוקט זיך איין אויף דעם אין־סוף וואס שטעקט אין מענטשליכער קונסט, און דאס הארץ ווערט פארוואנדלט אין א תפילה.

אט די באגעגענישן מיט דער גרויסער וועלט לערנען אונז אויס די מידה פון ענווה. מיר לערנען זיך צו אנערקענען די מענטשהייט ארום אונז, מיר ווערן אנגעפולט מיט שעצונג פאר דער ברייטקייט פון דער מענטשליכער נשמה, און מיר זעען זיך ווי א טייל פון א גרויסן אוניווערס. דאס איז גענוי וואס דאס רעליגיעזע געפיל דארף מאכן מיטן מענטש.


אַ שאָד וואָס ס׳איז נישטאָ קיין „אַפּיקורסים אַנאָנימוס‟

Too Bad There's No "Heretics Anonymous"

פֿון וו. וו.

Yehuda Blum

טייערער ר׳ יואל אשר, זיי מיינען טאקע דאס קינד!
איידער איך שרייב, לאמיר זיין אביסל „פאליטיש־קארעקט” אדער „פאליטיש־קלוג” מיט די ווערטער:

„וואס איך שרייב דא ווייטער איז אפשר נישט ריכטיג ביי די אלע צו וועלכן ר׳ יואל אשר האט זיך באצויגן, אבער צו א שיינעם טייל פון זיי — יא. און צו די אלע צו וועמען די קומענדיגע ווערטער זענען נישט ריכטיג, האבן זיי די רעכט עס „אוועקצומאכן מיט דער האנט” און איך וועל נישט האבן צו זיי קיין טענות.




א הערליך הערליך ארטיקל, ר’ יואל אשר. זייער שיין און רייך ארויסגעברענגט א זייער וויכטיגע פונקט.

אבער איר האט לע״ד פארפאסט א וויכטיגע נקודה, און דאס קען זיין אייער ענטפער.

„פארוואס זוכן געוויסע מענטשן נישט דאס קונסט ביי זיך אין שטוב”?


„פארוואס, ווען אייער אייגענע שטוב איז אנגעפילט מיט די מאלערײען פון „מאניי, ווען־גאך און וויסלער”, פארוואס זוכט איר קונסט־ווערק פון עפעס א צווייטע־ראנגיקן מאלער”?


אבער אז איר קוקט אריין טיפער וועט איר לייכט פארשטיין אז דער הונגער נאך קונסט, די ענטוזיאסטישע דראנג נאך פאעזיע, די ענערגישער געלויף נאך וויסענשאפט און לערע איז נאר די רויך־פארשטעלונג פאר דער ריכטיגער אונטערלאגע.

Read more


האָט די דרויסנדיקע וועלט וואָס צו פֿאַרקויפֿן פֿאַר אונדז?

Does the Outside World Have Something to Offer Us?

פֿון ואיה וענה

איך האב מיט אפאר וואכן צוריק געשריבן אן ארטיקל (אונטערן קעפל „איך האב א חלום”) וואס האט אויסגעדריקט דעם ווינטש צו זען אן אפנקייט אין דער חרדישער וועלט צו פיינער קונסט, ליטעראטור, פאעזיע, און נאך אנדערע וועלטליכע אוצרות.

ווי א רעאקציע צו דעם האט הרב יואל אשר לאבין צוגעשיקט אן אייגענעם ארטיקל צום „אידיש מיט אן אלף” (אונטערן קעפל „גיסט נישט אויס דאס וואסער מיטן קינד”), שרייבנדיג אז ער איז קעגן אזא חלום.

„איר זעט חסרונות?” זאגט הרב לאבין, „נו, לאמיר פארריכטן! גיסט נישט אויס דאס וואסער מיטן קינד, און זײַט נישט אזוי שנעל מבטל אייער אייגענעם עבר. ווארפט נישט אוועק דעם וואונדערליכן עם הנבחר, צוליב חסרונות אין א געוויסער געמיינדע…” הרב לאבין שרייבט ווייטער: „וואס איז אייער אנדערע לייזונג? איבערלאזן אלעס? און גיין וואוהין? צי קלערט איר טאקע אז דער ענטפער אינדרויסן איז אזויפיל בעסער ווי אייער נוסח?”

Read more


גיסט נישט אויס דאָס וואַסער מיטן קינד!

Don't Throw the Baby Out With the Bathwater!

פֿון הרב יואל אשר לאבין*

Yehuda Blum

„מיר ווארטן און האפן אז דער חסידישער עולם זאל זיך אויפוועקן און אנהייבן איינזען אז”… זענען אפטע ווערטער וואס מען ליינט דא און דארט, פון פילע וועלכע טוען אנטייטלען אויף פראבלעמען אינערהאלב דעם חסידישן ציבור, און רופן פאר א טויש.

א דערוואכונג צו קונסט און צו מאדערניזם אינערהאלב די חרדישע געמיינדע איז א ווינטש מיט וואס איך האב זיך אנגעשטויסן דערין מערערע מאל דאהי אינעם „פארווערטס” אין ארטיקלען וואס ווערן געשריבן דורך יונגעלייט וואס זענען אומצופרידן מיט אספעקטן אין דער חרדישער געמיינדע וואו זיי לעבן אדער וואו זייערע קינדער לעבן. זייער זארג קען זיין מיט די בעסטע כוונות. זיי האפן און ווארטן אויף א חסידישער רענאסאנס.

צום לעצט האב איך געטראפן דעם סענטימענט דא אינעם „פארווערטס” עלעקוואנט אראפגעשריבן אינעם רובריק „אידיש מיט אן א” דורכן טאלאנטפולן שרייבער וואס מאסקירט זיך אונטערן פסעוודאנים „ואיה וענה” ווי ער טרוימט איבער א טאג ווען “חרדישע אידן וועלן אנטוויקלען א געפיל צו קונסט און ליד, די נשמה אונזערע וועט זיך עפענען און אנהייבן דערשפירן די וויברירונגען פון דער בריאה”.

נישט לאנג צוריק האב איך אט דאס געשמועסט אין פארנט פונעם קאמערע, טאקע מיט א ביישטייערער פארן „פארווערטס”: דער טאלאנטפולער ארטיסט ליפא שמעלצער, מיינס א באקאנטער מימים ימימה וועלכער האט מיר פארבעטן אויף זיין חודשליכן ווינקל אין פארווערטס „ראש חודש מיט ר’ ליפא”. ער ווי אן ארטיסט און איך ווי א שרייבער האבן מיר ביידע ליב דעם כח פון שפראך און איר קונסט, האט ליפא אין זיין שמועס אויסגעדריקט זיין באגער אז חרדישע קינדער זאלן געניסן פון שפראך, זיך קאכן אין פאעזיע און נעמען אנטייל אין דער ארטיסטישער וועלט פון לייענען, שרייבן, און באשאפן.

איך האב געזאגט פאר ליפא אז איך האב אויך אזא חלום, אבער מיין חלום איז נישט אז תינוקות של בית רבן זאלן ווערן אנציקט פון מאדערנע קונסט, אדער היינטצייטיקע פאזיע. מיין חלום איז אז מיר זאלן צוריקברענגען די קינדער אין חדר אריין! אבער אויף אן אמת, אז אונזערע קינדער זאלן זיין אנטציקט פון אידישקייט און בלייבן פאסיצינירט פון אירע אוצרות, אז אונזער דערציאונג סיסטעם זאל טרעפן א וועג צו געבן פאר אונזערע קינדער א געשמאק אין די ענדלאזע אוצרות וואס מיר פארמאגן.

מיר דארפן מער זעלבסט-אויסדרוק, אז אונזערע קינדער זאלן זיין שעפעריש און אקטיוו, אוודאי געוויס, אבער פאר דעם מוז מען נישט אריבערשפאנען דעם בריק. דאס חסידישע לעבן איז אין איר יסוד טאקע דא פאר דעם צו באהעפטן יעדן יחיד צו זיין נשמה.

אוודאי ווילן מיר אונזערע קינדער זאלן געניסן פון דעם געשריבענעם ווארט און זיין כח, קונסט און טיפקייט. אבער ווי הערליך זאגט אונז עס משה רבינו דער אדון הנביאים: „לא מעבר לים הוא, ולא רחוקה הוא… כי קרוב אליך הדבר מאוד, בפיך ובלבבך לעשותו” (נישט איבערן ים איז זי און נישט ווייט איז זי, זי איז גאר נאנט צו דיר, אין דיין מויל און הארץ זי צו טון), צופרידנקייט און אייגענארטיגקייט טאר נישט זיין קיין סתירה צו א אידישן ערליכן לעבנסשטייגער.

זאלן אונזערע קינדער טאקע זיך באהעפטן מיט די שיינקייט פון די ווערטער פון די אור אלטע אוצרות פון אידישן פאלק. זאלן אונזערע קינדער נישט טון זאכן נאר „צוליב שידוכים” נאר זאלן באמת וויסן וואס מיר פארמאגן, זיך באקענען מיט אונזער ספרים שאנק מיט די זעלבע התפעלות ווי די ארטיסטן וואס שפאצירן אין די קארידארן פונעם מעטראפאליטן קונסט מוזעאום, און זיך פאסמאקעווען אין א שטיקל פסוק אין שירת האזינו נישט ווייניגער ווי להבדיל דער ארטיסט גרונטעוועט זיך אין א שטיקל שייקספיר. זאלן אונזערע קינדער צולייגן קאפ צו פארשטיין א שטיקל מדרש, לפחות ווי א ליטעראטור ליבהאבער קנייטשט אין אן עגנון. זאלן אונזערע קינדער לייגן אזויפיל קאפ אין טיף שטיקל ספר התניא, ווי דער פילאזאפיע סטודענט קאכט זיך אין א פעסימיסטיש שטיקל פון שופנהאוער.

ווען א מענטש ווערט אומצופרידן מיט זיין געמיינדע, קען ער — ווי א געליטענער — פארלירן אלעס און ווערן ביטער, קלאגענדיג הלמאי, „מען האט מיר געגעבן עפעס וואס איך קען נישט אראפשלינגען‟, און אלס רעזולטאט וויל ער ארויסווארפן אלץ וואס מען האט אים געגעבן, כאילו אלעס שטאמט פון די זעלבע ראשי הקהילה — די וואוין־פראבלעם, די תקנות, די שטריימל און די תפילין מיטן חומש. אלץ אין איין פעקל.

איך וועל אייך עפעס דערציילן: א מענטש פון א גאר פרומער משפחה וואס האט געזוכט זיין וועג ארויס פון די געמיינדע, האט מיר דערציילט אז ער איז געווען ביי אן אווענט ווי עס האט אויפגעטרעטן דער באקאנטער אטעאיסט ריטשארד דאוקינס, און מיט טריאומף האט דער ייד דערציילט אז דאוקינס האט אפילו געחתמעט זיין בוך. און איך טראכט צו זיך, רבונו של עולם! דער יונגערמאן האט אין זיין לעבן נישט געעפנט ניין און ניינציג פראצענט פון די אידישע אוצרות פון רעליגיע, און א געשמאקע ברעסלעווער קומזיץ וואלט אנגעפילט די גענוי זעלבע לאך אין זיין הארץ, צו וואס זאל דער ערשטער שמועס וואס איז נישט אין אן אונגאריש אידיש זיין א פראפאגאנדע רעדע פון איינער וואס איז בסך הכל די אטעאיסטישע אקוויוואלענט צו הרב אמנון יצחק?

ווילסט דווקא זיך יא באקענען מיט אביסל ווינסשאפט? עס איז דא גאר א סך צווישן דארטן וואו די ביסטו ביז צו דאוקינס’ן. זיך באקענען מיט דער וועלט מוז נישט זיין די גענויע היפוך פון אלעס וואס די האסטו געוואוסט, יא די דארפסט א נייעם נוסח וואס זאל אפעלירן צו דיין אייגענע שורש נשמה. גענוג אידן זוכן אזוינס, מען דארף בלויז זיך נעמען אין די הענט אריין און טרעפן וואס מען זוכט.

איך משפט נישט קיינעם, איך ווייס אז יעדער האט זיין לעבן און זיינע דורכגענג, אבער איך זע פשוט ווי א סך פון מיינע ברידער פאלן, און איך וויל זיי זאגן אז עס פעלט נישט אויס, מען קען טרעפן דעם אור, מען טאר נישט זיין פויל איר צו טרעפן!

יא, עס פעלט ביי אונז א סך, איר זענט אלע גערעכט, אבער וואס עס פעלט איז א פרישקייט. מיר זענען ממשיך אן עקזיסטירנדער אידישקייט, אבער מען דארף יונגע כחות, מענטשן פון הארץ און מח זאלן נישט אנטלויפן ווען מען זעט פראבלעמען, מען זאל נישט ארויסטאנצן פון שיף ווען זי איז געפלאגט פון שטורעמען, און מען זאל נישט ווערן גלייכגילטיק צו די אייגענע היים און איבערלאזן די מאמע ווען זי איז אלט!

עס טוט זיך א שטורעם וועגן לערנען ענגליש? יא, מען דארף לערנען מער ענגליש. אבער נישט ווייל דארט איז אונזער גליק. מען דארף נישט מאכן אונזערע קינדער ווייניגער אידן, מען דארף זיי מאכן מער צופרידענע אידן! מיר דארפן די גאנצע חינוך זאל זיין בעסער און העכער אז אונזערע קינדער זאלן וואקסן ווארעמע אידן גרייט פארן לעבן, מיט א סך ידיעות אין אידישע השקפה, אין אידישע היסטאריע און מיט פארשטאנד למצוא חן ושכל טוב בעיני אלקים ואדם.

א סיסטעם וואס גדולי ישראל זצ”ל האבן געבויט תיכף נאכן קריג האט געהאט אויסערגעווענליכע סייעתא דשמיא, אזעלכע אידישע דיאמאנטן ווי לעיקוואד, סקווירא אדער וויליאמסבורג זענען א נס! און מיר מוזן מכיר טוב זיין פאר די קהילות וואס האבן אנגעהאלטן דעם גחלת ישראל, דעם אידישן פלאם פון תורה.

אז איר זעהט חרדישע יונגעלייט וואס זענען אויסגעלאשן, איז נישט די לייזונג אז מען זאל אים אונטעררוקן א דאסטאיעווסקי, ווייל ער קען טרעפן די נחמה צו זיין נשמה אין ספר איוב, קהלת, משלי, אדער גאר ספרי הרמב”ם, כוזרי, צו רבי חיים וויטאל, צו רמח”ל, צו מהר”ל, אדער גאר ספר התניא, צו דער איזביצער, מכתב מאליהו, בעל הסולם אדער צו גאר היינצייטיגע אידישע דענקער.

די אידישע מחנה פארלירט צופיל פון אירע גוטע קינדער, סענסיטיווע נשמות. עס פעלט אזוי וויכטיג אויס צו זאגן צו די אלע וואס זעען חסרונות און דעריבער פאלן זיי אריין אין ייאוש און ווערן פארביטערט ביז צו איבערלאזן דעם געמיינדע, פיזיש אדער גייסטיש, ווארפט נישט אלעס אוועק!

איר זעט חסרונות? נו, לאמיר פארריכטן! גיסט נישט אויס דאס וואסער מיטן קינד, און הייבט נישט אזוי שנעל הענט מיט ביטול קעגן אייער אייגענע עבר, ווארפט נישט אוועק די וואונדערליכער עם הנבחר, צוליב חסרונות אין א געוויסע געמיינדע, אדרבה, נעמט א טייל אין בויען די אידישע געשיכטע, בויעט אויף א פרישע אידישע שטוב ווי אט די חסרונות זאלן פארראכטן ווערן.

וואס איז אייער אנדערע לייזונג? איבערלאזן אלעס? און גיין וואוהין? צי קלערט איר טאקע אז די ענטפער אינדרויסן איז אזויפיל בעסער ווי טרעפן אייער נוסח?

די אכסניה ווי א סך פון די געדאנקען ווערן אויסגעגאסן, די פארווערטס, דארף אייך געבן א שטיקל בילד. די פארווערטס אודיענץ איז געווען די וואס האבן נישט געגליכן אידישקייט, און האבן דעריבער באשאפן א באוועגונג ווי די שפראך אליין, יידיש, פאראייניגט דאס פאלק, אבער עס האט נישט געארבעט. די פארווערטס עולם האט עווענטועל געהאט צוויי ברירות, אדער זיך אויסמישן אין די אמעריקאנער חלום אדער תשובה טון, ווי אסאך קינדער פון אמאליגע יידישיסטן, און אט די זעלבע זאך זעהט מען אין ארץ הקודש, די אידישע אוצר פון תורה, טויזנטער יארן אידישע היסטאריע קען נישט ווערן איבערגענומען דורך א גלאטע אידעע אדער פארטוישט מיט סעקולערע ווירדן, זי ארבעט נישט.

יא, מיר דארפן זאגן פאר אונזערע קינדער אז אויב זיי ליידן פֿון די חסרונות אין אונזער געמיינדע, איז עס נישט די רעליגיע וואס האט זיי וויי געטון. ניין, מען זאל נישט שטופן קיין חסרונות אונטערן קארפעט, מיר פארמאגן קריזיסן, שווערע קריזיסן. סוף כל סוף ווילן מיר באווייזן דאס אוממעגליכע, מיר, קינדער און אייניקלעך פון פליטים, קינדער און אייניקלעך פון צובראכענע שטיבער ווילן אויפשטעלן א רוחניות’דיגע בית המקדש, א סורא ופומבדיתא אין מיטן דערינען פון ניו יארק, א שפאן אוועק פון פארק־סלאופ און ניי־וויליאמסבורג. אוודאי איז עס שווער, עס איז אן אומגלויבליכע נס, און זי קען נישט אנקומען לייכט, און ווען איר, מיינע ברודער, זעט די שוועריגקייטן אדער אנטדעקט וואס אין די געמיינדע האט איר נישט געטראפן, לויפט נישט, לויפט נישט! די ליכט איז נישט די אנדערע זייט פון די מויער, די ליכט איז אין יעדע אידישע הארץ! אדרבה, טרעף דיין “חלקנו בתורתך” און באשאף א נייע רעאליטעט וואס זאל זיין ריין פון די פראבלעמען וואס קוועטשן דיר.

ניין, מיין חלום איז נישט אז מיינע קינדער זאלן פארמאגן דאסטאיעווסקי’ס ביכער נעבן דעם גמרא, איך וויל אז זיי זאלן ליב האבן דעם אידישן אוצר און וויסן אז די אוצר איז נאנט צו זיי.

יא, איך וויל אז עס זאל בעסער ווערן די ענגליש דעפארטמענט, און איך וויל אז מען זאל דערוועקן נייגער און קונסט אין די קינדער און איך וויל אז קינדער זאלן זיין סאפיסטיקירט און פארשטיין שפראך און שיינקייט, אבער לכבוד דעם וויל איך פארגרעסערן די פייער פון אידישקייט, מער תורה, בעסערע חינוך, מער הבנה אין אידישקייט אלס א וועגווייזער פארן מאדערנעם מענטש אין היינטיגן דור.

די היינטיגע ביזנעס וועלט איז בכלל נישט באזירט אויף די אלט פארצייטישע יסודות ווי גראמאטיק און רעכענען, זיי זענען וויכטיג, נישטא וואס צו רעדן, אבער אין די היינטיגע טעכנאלאגיע צייטן איז דאס וויכטיגסטע אין ביזנעס יסודות וואס מען קען לערנען אין תורה און מוסר. מען דארף א מענטש וואס איז גייסטיש געזונט, האט ליב מענטשן, יושר’דיג און טראכט שנעל. דאס זענען אלעס יסודות וואס א געזונטע אידישע חינוך מוז געבן צו אונזערע קינדער! די תורה מוז געבן אונזערע קינדער די אלע געזונטע כלים צו מצליח זיין אין די וועלט, מער ווי די סעמינארן וואס פארקויפן פשוטע מענטשליכקייטן און גוטע אידעאלן און מדות.

ווי שיין שרייבט „ואיה וענה” ס’וועט קומען דער טאג, און דער טאג איז נישט ווייט, ווען מיר היימישע אידן וועלן געניסן… אבער עס קריצט אין די אויערן ווען מען ליינט ווייטער „פון אבסטראקטע מאלערייען און יעדע סארט קונסט; ווען א פראנצויזישער וואלס, אדער אן ארגענטינער טאנגא, וועט בארירן דאס הארץ פון אונזער חרדישער נשמה, נישט ווייניגער ווי דער כל נדרי אין סאמע מיטן פון יום כיפור…”

ניין, מיין מאמע איז בעסער ווי אלע מאמעס און איך וויל אז דער כל נדרי זאל ווערן טיפער און ברענגען צו העכערע הויכקייטן, מער ווי אין אן ארגענטינער טאגא און א פראנצויזער וואלס. זאל א שמחת תורה טאנץ זיין א מעדיטיטיווע כח, א קראפט פאר אהבת התורה, יא, פיל מער ווי א טאנגא און א וואלס, ווייל זיי זענען אונזערע, מיר פארמאגן זיי, און זיי רעדן צו די טיפסטע און העכסטע רעאלמען אין אונזער נשמה.

יא, עס איז חשוב אז איר האט א חלום, איר ווילט א אוטאפישע געמיינדע, אבער זי איז בלויז אין אייערע הענט! און פון חלומות געשעט גארנישט, בויט אויף!

און לאמיר ענדיגן ביי די נשמה־פאעזיע פון רבי שלמה אלקבץ, וואס איר, ברידער וואס טרעפן נאר קונסט ביי דאסטאיעווסקי’ן האט איר אפשר נישט באמערקט אין אונזער אייגענעם הויף: „התעוררי, התעוררי, כי בא אורך, קומי אורי, עורי עורי, שיר דברי, כבוד השם עליך נגלה!”

וועק זיך, וועק זיך, דיין ליכט איז אנגעקומען, שטיי אויף דיין ליכט, וועק זיך, וועק זיך, די פראכט פון גאט אנטפלעקט זיך אויף דיר!


*הרב לאבין איז א באקאנטער ציבורישער פיגור אין די חרדישער וועלט און קאלומניסט אין די חרדישער מידיא, א טאטע צו א שטוב מיט זעקס קינדער און איינוואוינער אין בארא פארק.


Would you like to receive updates about new stories?








You may also be interested in our English-language newsletters:















We will not share your e-mail address or other personal information.

Already subscribed? Manage your subscription.