Yiddish with an Aleph

אַ שבֿועות־מעשׂה וואָס האָט פֿאַרכאַפּט אונדז חדר־ייִנגלעך

A Shavuos Story That Enchanted Us, Cheder Children

פֿון יהושע כּנהא

  • Print
  • Share Share
youtube

שבועות איז דער יום טוב וואס איך האב מיר באקענט מיט די דראמאטישקייט פון א “ווייטן לאנד”, א פלאץ וואו קיין מענטש האט נישט אריבערגעטראטן, אן אומבאוואוסט פאלק, דער אנדערער עק וועלט, פון איבערן ים.

די לעגענדע פון ר’ מאיר דער מחבר פונעם שבועות’דיגן אקדמות, וואס איז אריבער דעם שטיינערדיגן סמבטיון צו די עשרת השבטים, דאס איז וואס האט אונז קינדער אין חדר באקאנט געמאכט מיט די מיסטעריעזשאפט פון אונזערע “פארלוירענע ברידער” בפרט, און פון פארהוילענע פלעצער אין די וועלט בכלל. 

אזא מעשה פון דער בעל אקדמות צעשפילט דאך די חושים פון דער פאנטאזיע אינגאנצן: צוויי אידעלעך פון דייטשלאנד לאזן זיך ארויס צום אלטן מדברדיקן ארץ ישראל געוואויר צו ווערן ביי די דארטיגע אידעלעך, אור אלטע איינוואוינער אין די סמטאות, באלאדן מיט סודות פון אידנטום. און דאָרט וועלן זײ אנטדעקן פארבארגענע מאפעס וואס מען האָט איבערגעגעבן במסורה פון דור צו דור, װאָס װײַזן וואו די פארהוילענע ברידער, די עשרת השבטים, געפינען זיך.

די צוויי אידעלעך פון דייטשלאנד האבן נישט געפלאנט צו מאכן אזא ווייטע סכנותדיגע רייזע ווען נישט וואס עס חלום’ט זיך דעם רב אין ווארמייזע אז „דער ישועה פאר די אידן פון שטאט וועט קומען דורך די רויטע אידעלעך‟. רויטע אידעלעך מיינט מען די עשרת השבטים. עס איז א מסורה אין די קהילות אשכנז אז די פארלוירענע ברידער, די עשרת השבטים זענען אדומים, רויט.

לאזן זיך אונזערע צוויי חשובי העיר ווארמייזע ארויס קיין ארץ ישראל געוואויר ווערן די שפורן פון די דאזיגע אידעלעך.

אין די אלטע סמטאות פון ירושלים ווערן אונזער גלות אידן געוואויר פון א זקן מופלג, ער פארמאגט במסורה די מאפע וויאזוי צו דערגרייכן דעם געהיימען סמבטיון. די רויטע אידעלעך קען מען נישט סתם אזוי דערגרייכן מיט לאנגע רייזעס. ערגעץ וואו, באהאלטן אונטער הויכע שווארצע פעלזן, געפינט זיך א פארכטיגער פלאותדיגער טייך, א טייך וואס ווארפט שטיינער ביזן הימל א גאנצע וואך. אָבער אום שבת, אויף א וואונדערליכן אופן, שטעלט זיך עס אפ. עס ווערט שא שטיל מיט א שטוינענדיקער פרידליכקייט.

לאזן זיך אונזערע צוויי אידעלעך, די שלוחים פון ווארמייזע, ארויס אויפן שרעקליך ווייטן אומבאוואוסטן וועג, שפרייזן דורך נייע פעלקער און שבטים, אומקענטיגע לאנדשאפטן. ביטער שווער איז די רייזע, שיפע שטיינערנע בערג, זאמדיגע מדבריות, א ברענענדיגע זון, פארפרוירענע שטיקער אייז ביי די שפּיץ בערג… וואכן און חדשים וואנדערן זיי צו די טיפסטע מרחקים, ווייטער און ווייטער, אזש צו די געווירצן לענדער ווי אינדיע. עס דאכט זיך אז אט אט דערגרייכן זיי דעם עק פון די וועלט.

איבער איום’דיגע שווארצע פעלזן פירט זיי די פארעלטערטע מאפע פונעם ירושלים’ער זקן, א פלאץ וואו קיין מענטש האט נישט איבערגעטראטן. בלויז ווילדע פייגל זעען זיך אויפן האריזאנט. עס דאכט זיך אז פארשטיפטער קען שוין נישט זיין, א פארכטיגער פארווארפנקייט.

און אט הערט זיך פונדערווייטן א גערויש. וואס מער זיי שפאנען צום עק וועלט אלץ מער הערט זיך דער גערויש, העכער און ווילדער, און אט אנטדעקט זיך פאר זיי א ריזיגער טאל, פינדערווייטן זעט זיך א טייך, ווי א רוישיגער טאפ. בייזע שטיינער און זאמד פליען צו די הויכן ווי א געדיכטער רויך, א מין בייזער וואונדער, יא, דאס איז דער סמבטיון. זיי האבן עס אנטדעקט, א הייליגער פארכט נעמט זיי ארום, אט דא איבער דעם רוישיגן טייך געפונען זיך די סודותדיק פארוויקלטע עשרת השבטים, אונזערע וואונדער ברידער, די בענקשאפט פון אונזער הארץ איבער די אנדערע זייט וועלט.

שבת צום זון אונטערגאנג ווערט דער טייך שטיל, א שלווה לאזט זיך אראפ, אזוינס וואס נאר פאלקס מעשיות קענען אפמאלן, דער גן עדן התחתון איבער דעם רעגנבויגן. מיט אן אליין־געמאכטן שיפל שפרייזן זיי אויף די לויטערע וואסערן פונעם סמבטיון טייך. 

די עשרת השבטים איבערן טייך לעבן א וואונדער לעבן, א לעבן פון ימות המשיח, אלעס איז לויטער און גן עדן’דיג, די שענסטע פירות וואקסן דארטן, בלויז שיינע בעלי חיים געפינען זיך דארטן, אלע זענען זיי קענער פון אלע חכמות און סודות, אלע קענען באשאפן ניסים, קיין שלעכטס פאסירט דארטן נישט. ברוכים הבאים צום לאנד פון די רויטע אידעלעך, א קליינטשיק עשרת השבטי ווערט געשיקט צום גלותדיגן דייטשלאנד, ער וועט בייקומען די כוחות פון כישוף פונעם דייטשן גלח.

ווער זענען די עשרת השבטים? אז מען הייבט אן קוקן אין די דערציילונגען פון תנ”ך, זעט מען אז זיי זענען אמאל נישט געווען אזעלעכע צדיקים, זיי זענען דווקא פארטריבן געווארן פון ארץ ישראל אויף א טראגישן אופן. די עשרת השבטים זענען געווען די איינוואוינער פון דעם באגרינטן צפון ארץ ישראל, זיי ווערן אפגעמאלן ווי זינדיגע מענטשן, שוואוילטאגער, באגייענדיג די הארבסטע זינד. אלס עונש זענען זיי פארטריבן געווארן איבער ווייטע בערג אין מזרח. דאס איז דער טראגישער סוף פון אונזערע ברידער.

איבער טויזנט יאר וואס מען האט קיין מוק נישט געהערט פון אונזערע פארלוירענע ברידער. צוביסליך זענען די זינדיגע צפון ברודער פון מלכות ישראל, פארוויקלט געווארן אין א הייליגער מיטאלאגיע, זיי זענען נתהפך געווארן אין צדיקים גמורים, באשיצט מיט א באהאלטענעם סמבטיון, איבערנאטירליכע כוחות באהערשט זיי, ווי סופערמאנען פון אן אנדערער פלאנעט. 

פיל סיפורים פלעגן ארומצירקולירן איבער רייזנדיקע שיפלער וועלעכע האבן זיך פלוצלינג באגעגנט מיט א רויטער אידעלע. אט פארט א דייטשל אויף א שיף צו א ווייטער מדינה, א ווינט פארפירט די שיף אויף אן אומבאוואוסטן ארט, פונדערווייטן זעט זיך אן אינזל, דער גויאישער קאפיטאן פארט צו נענטער, א גרופע מענטשן מיט גרויסע טלית קטנס ווארפן צו ברויט. „דאס זענען די רויטע אידעלעך!‟ רופט אויס דער קאפיטאן, דער מומחה אין העק ווייטע וואסערן. „צוקומען צו זיי איז אבער אוממעגליך.‟

א רייזנדיקער אין א פערסישן מדבר באגעגנט א ריז, מיט א הויכן שטערן, מיט א טורבאן, א לאנגער שווארצער בארד, מיט א סודות’פולע מינע, ווי מען שטעלט זיך פאר אז עס זעט אויס אליהו הנביא, דער אידעלע מורמלט עפעס און פארענדיגט אז ער מוז צוריק צו זיין לאנד, טייטלענדיג צום מזרח, דער לאנד קען ער אבער נישט אנטדעקן, מיט א הייליגער טרער, ווי אן איש אלוהים פארשפרעכט ער אז מען וועט זיך זען מיט די גאולה שלימה. 

„ווען קומט די גאולה?‟ פראבירט דער גלות איד צו כאפן נאך א הימלישער גרוס פון דעם וואונדערמאן. „עס איז נישט דערלויבט צו זאגן!‟ הערט זיך דאס קול פון אונטער זיינע סודותדיגע וואנצעס, און פארשווינדט.

עשרת השבטים פון אונטער הרי חושך, פונעם סמבטיון, איז געווארן סינאנאם מיט בענקשאפט צו די גאולה שלימה, צו א ברודערליכער ווידער־פאראייניגונג, צו ניסימדיגע דערשיינונגען. אפרים, וואס איז דער חשובסטער שבט פון די עשרת השבטים, איז צוריק געווארן דער הבן יקיר לי אפרים, דער באליבטער אפרים, פארטרעטער פון ישראל. און אין אונזער חוש הדמיון איז ער דער וואס פארמאגט די שליסל צו די כלערליי ישועות. 

פארוואס זיי ווערן אנגערופן רויטע אידעלעך ווייס איך נישט, אבער זיי זענען פאר אונזערע אשכנזישע אור־עלטערן באטראכט געווארן ווי די „גרינע מענטשן‟, די חוץ־פלאנעטיקע פון די פליענדיקע טעלערס פון אומדערגרייכלעכע פלאנעטן. אויך די גרינע חברה ווערן מיטאלאגיזירט ביי טייל המונים. אויך זיי באווייזן זיך פלוצלינג צו אן אלמוני, זענען סופערמאנען, אנטדעקן סודות און ווערן פארשווינדן.

נישט קיין חילוק וויפיל מאל מען וועט אנטדעקן די עשרת השבטים, וויפיל מאל מען וועט אויפדעקן דעם סוד פונעם סמבטיון, די צוויי וועלן שטענדיג בלייבן א באליבטע מעשה פאר יונג און אלט.


Would you like to receive updates about new stories?








You may also be interested in our English-language newsletters:















We will not share your e-mail address or other personal information.

Already subscribed? Manage your subscription.