Yiddish with an Aleph

פֿאַר וואָס חסידים האָבן ליב שבֿועות מער ווי אַנדערע יום־טובֿים

Why Hasidim Like Shavuos More Than Other Holidays

פֿון זלמן חסיד

  • Print
  • Share Share
Yehuda Blum

דער יום טוב שבועות איז אפשר נישט אזוי פאפולער ביי סעקולערע יידן ווי ביי די פרומע ווייל עס איז נישט דא דערין קיין ספעציעלע זאך ארויסצוווייזן. אנדערש ווי ראש השנה ווען מען בלאזט שופר, יום כיפור דאווענט מען אין שול, סוכות עסט מען אין סוכה, מען שאקלט די ״ארבע מינים״, חנוכה, פורים, פסח, אלעס האט זיך זיינע טראדיציעס, אבער שבועות האט לכאורה נישט קיין ספעציעלע פייערונג.

אבער ביי חסידים איז עס אפשר דער פאפולערסטער יום־טובֿ.

רוב חסידים ווילן זיין שבועות ביים רבין ווייל עס איז גרינגער ווי אנדערע ימים טובים. ערשטנס, קען מען לייכטער גיין צו גאסט צו א קינד, צו די עלטערן, צו גוטע פריינד; עס איז דאך בלויז צוויי טעג אנשטאט א גאנצע וואך. צווייטנס עסט מען ״נארמאלע״ סעודות, נישט אין א סוכה, און נישט קיין מצות. דריטנס איז די צייט דערפון ספעציעל שיין, עס איז נישט קאלט און נישט הייס, די ביימער שפראצן, די גראזן וואקסן נארוואס ארויס. דער מדרש זאגט דאך אז צוליב דעם האט מען געגעבן די תורה אין אזא צייט, ווען עס איז די באקוועמסטע פארן מענטש. 

מיט צען־צוואנציג יאר צוריק, ווען עס איז געווען ״איין״ סאטמארער רבי, ״איין״ באבאווער רבי, ״איין״ ספינקער, ״איין״ וויזשיניצער אאז״וו איז געווען אביסל שווער, ווייל ווי נעמט מען אריין אזויפיל געסט צו איין רבין אין שטוב? איך געדענק ווען מיר פלעגן פארן קיין מאנרא צום אלטן סאטמארער רבין האט מען זיך נישט געקענט רירן אויף די גאסן. אבער אין די לעצטע יארן האבן די חסידישע הויפן זיך ממש איבערגעקערט. לויט ווי איך פארשטיי וועט עס האבן ווייטגרייכעדיגע קאנסקעווענצן.

וואס הייסט איבערגעקערט? סאטמאר איז צעטיילט געווארן אין לכל הפחות דריי אדער פיר גרויסע גרופעס. אזוי אויך תולדות אהרן - שומרי אמונים. באבאוו אויף דריי. ספינקא אויף זעקס אדער אכט. וויזשניצער חסידות אין ארץ ישראל אויך אויף עטליכע, אין אין אמעריקע האט זיך פאריגן חודש [נאך דער פטירה פונעם וויזשיניצער רבין פון מאנסי] צעטיילט אויף זעקס אדער זיבן. נו, דערלויבט מען זיך מער צו גיין צו גאסט, ווייל היינט זענען שוין דא ווייניגער געסט ביי איין איינציגן רבין.

אויב מיינט איר די פרויען און מיידלעך זענען פריי פון ארבייט פאר יום טוב, איז עס א טעות.

גייט אריין אין דער וואך פאר יום טוב אין א חסידיש הויז, יעדער טאג איז מען פארנומען מיט עפעס אנדערש. איין טאג וועט די מאמע באקן חלה און בולקעלעך, איין טאג פיש און גוטע פלייש לכבוד יום טוב. איין טאג פארשפייז, נאכשפייז, דערנאך קומט דער ״עיקר״, די פרויען זענען פארנומען מיט צוגרייטן די ״מיליכיגע סעודה״. מען גרייט עס צו ווי פאר די שענסטע ״פארטי״, מיליכיגע קרעפלעך, קעז, ״מזונות״, און מילכיגע קוכן. עס איז דא אזויפיל סארטן אז מען קען עס פשוט נישט אויסרעכענען. דערנאך מילכיגע געטראנקען אלע סארטן ווי קאלטע קאווע מיט מילך, אײזקרעם־געטראנקען. דער טיש איז געדעקט ווי פארן רייכסטן באנקעט.

שבועות איז אויך א יום טוב פון ״בלומען״ און ״גרינס״, ווען איר שפאצירט אריבער א וואך פאר יום טוב אין חסידישע געגענטער אויף די גאס, אין ברוקלין, מאנסי, מאנרא, וועט זיך פאר אייך אנטפלעקן הערליכע שיינע געצעלטען, אויסגעשטעלט מיט אלע סארטן בלומען, אונטערן אויפזיכט פון די פרויען.

חסידישע פרויען, אנגעטון הערליך און באליבט, מיטן שענסטען טראכט, און פארקויפן פאר מענער, פרויען, בחורים, מייידלעך, און קליינע קינדער, גראזען און אלע סארט שמעקעדיגע בלומען, רויזן פון אלע סארט קאלירן, עס איז וואויל באקאנט אז ווען עס קומט צו די היינטיגע מאדעס זענען די חסידישע פרויען נישט צוריק געבליבן, זיי פארשטייען שוין איינמאל וויאזוי די בלומען זאלן זיך האלטן ״לעבעדיג״ פאר א לאנגע צייט, זיי העלפן צו באצירן די חסידישע הייזער לכבוד שבועות. פאראן הייזער וואס זעען פשוט אויס ווי א וואלד אין יום טוב! באצירט מיט די שענסטע ביימער און רויזן.

אלע חסידים בלייבן וואך די ערשטע נאכט פון יום טוב און זאגן אויס דעם גאנצען ״תיקון ליל שבועות״, א ספעציעלע ספר וואס אנטהאלט אין זיך א גאנצע ריי פסוקים פון תורה, משניות, זוהר, די תרי״ג מצות, און נאך. עס איז א גאנצע מעשה וואס מען דערציילט פון בית יוסף.

די בתי מדרשים זענען פול מיט טויזענטער יידן, חסידים זיצען ביים טיש פונעם רבין, אנדערע לערנען, מען עסט, מען טרינקט, א סך וועלן מאכן א טאנץ פון ״נעשה ונשמע״ אדער ״עליונים ששו״, א גאנצע נאכט, ביז צום עלות השחר פארטאגס, וואס דאן גייט יעדער אין מקוה, זיך הייליגן און מטהר זיין. די מקוואות זענען פארטאגס פיל מיט חסידים. רוב חסידים וועלן דאווענען שחרית שפעט. אבער אויב יעדען יום טוב דאווענען חסידים שפעטער, פירן זיך א סך חסידים, צו דאווענען מיטן נץ גאנץ פארטאגס. נץ איז די מינוט וואס די זון שיינט אויף פארטאגס, בערך 72 מינוט נאכן עלות השחר, דאס איז דער חשובסטער זמן וואס א ייד זאל דאווענען דאן שמונה עשרה.

די ״שמחת יום טוב״ איז אויסערגעוויינטליך, מען נעמט פריש אויף זיך צו פירן זיך לויט דער תורה שבכתב און לויט דער גמרא און שולחן ערוך, עס איז דער יום טוב פון ״קבלת התורה״. איר וועט טרעפען אז א סך חסידים וואס שרייבן א ״ספר תורה״ פערזענדליך, דאס איז די לעצטע מצוה פון תרי״ג מצות, ועתה כתבו לכם את השירה הזאת [ס׳איז א מצוה אז יעדער מענטש זאל שרייבן א ספר תורה פאר זיך], וועט ער מאכן א הכנסת ספר תורה [די צערעמאניע ווען מע שענקט א נייע ספר תורה צו דער שיל] אין דעם יום טוב שבועות. אפשר וועגן דעם איז עס ביי סעקולערע יידן נישט קיין גרויסע יום טוב, ווייל די תרי״ג מצות איז נישט וואס עס באצווינגט זיי יעדען איינציגן טאג, אבער ביי פרומע יידן וואס נעמען זיך פריש מיט שמחה דעם ״עול התורה״, איז שבועות דער גרעסטער יום טוב.