Yiddish with an Aleph

ווען יעדער חסידישער עדה וואָלט געהאַט אַ לאָגאָ לויטן רבינס נאָמען

If Every Hasidic Community Had Its Own Logo

פֿון יהושע כּהנא

  • Print
  • Share Share
Yehuda Blum

מיין פריערדיגער ארטיקל האט ארויסגערופן לייכטע קריטיק ביי טייל לייענער, נעמליך פארוואס אז איך רעד פון טייטלביימער מוז איך דערמאנען סאטמאר? אז דער טייטלבוים איז צופעליג דער לאגא פון סאטמאר דארף עס נאך נישט אריינקומען אין א שיינער אויסלופטערונג ארטיקל וועגן פאלמענביימער. 

מיין טענה איז געווען אז דאס איז אן איטעגראלער טייל פון מיין אייגענעם באקענען זיך מיט דעם פאלמעבוים, און יא, סאטמאר איז א גרויסער חסידות, און עס איז זיך צו רעכענען אז א חסידישער שרייבער זאל דעם סאטמארן סימבאל זען ווי א שטארקער טייל פון זיין טייטלבוים איבערלעבונג.

האב איך צו זיך געקלערט, וואס וואלט טאקע געווען ווען איך באשרייב אפטייקן, וואלט איך דערמאנט דעם בעלזער רוקח [אַפּטייקער]? דער תירוץ איז גאנץ פשוט, סאטמאר איז דער איינציגסטער חסידות וואס, ווי ווייט איך ווייס, פארמאגט א לאגא אויפן לעצטן נאמען פונעם רבי’ן. עס איז אינטרעסאנט, ווייל א לעצטער נאמען איז א שטיקל מאדערנער זאך, און פונקט סאטמאר — דאָס התבדלתדיגסטע חסידות, דאָס צום מערסטן אָפּגעזונדערטע — מאכט א טאראראם פון א לעצטן נאמען פונעם רבי’ן?!

און נאך א זאך, כידוע האט דער סאטמארער רבי ר׳ יואליש נישט געוואלט מען זאל פארגעטערן דעם רבי’ן. ער פלעגט כסדר אפחוזקן פון די אנדערע חסידות’ן וועלעכע מאכן זייער רבין פאר א גאט. אפגעזען פון דעם אז סאטמאר פארגעטערט שוין איינמאל דעם רבין זכותו יגן עלינו, אבער א טאראראם פון א לעצטן נאמען, איז דאס נישט לכל הדעות איבערגעטריבן? זייער ספעציעלע פרומע שטרימפ רופט זיך „פאלם‟, זייערע שבת בלעטער רופן זיך „עלי תמרים‟ אדער „כפות תמרים‟, מען באזינגט דעם רבי’ן ווי „צדיק כתמר יפרח‟. 

הכלל, האב איך מיר געקלערט, וואס וואלטן טאקע געווען די לאגאס פון אנדערע גרויסע חסידותער אויב וואלטן זיי געלאגאט נאך דעם רבי’ןס לעצטן נאמען?

אמת, טייטלבוים איז א גאר שיינער נאמען. מיט א טייטלבוים איז זיך שווער צו פארמעסטן. נישט בחינם האבן די סאטמארער זיך צוגעכאפט דערצו. עס זעט אויס שיין און פיגורירט זייער חשוב אין תנ”ך. א גאנצער טוץ לויב ווערטער זעט מען אויפן תמר: צדיק כתמר יפרח, מה תמר יש לו לב אחד, גלייך ווי א תמר פארמאגט איין הארץ, אזוי פארמאגט דאס אידיש פאלק איין הארץ.. אבער אז מען טראכט זיך אריין קענען אנדערע רביס אויכעט פארמאגן גאנץ שיינע לאגאס אויפן רבינס פאמיליע.

לאמיר דורכבליקן די ליסטע פון גרויסע רבי’ס:

האלבערשטאם, דגר נאמען פון די באבובער און קלויזענבורגע רבי’ס. א שטאם מיינט דער גזע פונעם בוים, א האלבערשטאם וואלט דערפאר געווען א כמעט אפגישניטענער בוים, אזיינס אויף וואס מען קען זיצן. עס קוקט אפשר אויס ארעם און צובראכן, אבער עס פארמאגט אויך א שיינקייט וואס ס׳איז כדאי אפצומאלן. ס׳איז א סימבאל פון אידישע פשוטקייט און שיברון הלב, אַ צעבראכן האַרץ, טאקע דאס וואס חסידות דארף באדייטן. אבער גיי פארלאנג פון באבוב אזא לאגא. אפשר קלויזענבורג — יא. און א פסוק איז דא א גוטער: ושורש צדיקים בל ימוט, און דער שטאם פון צדיקים וועט נישט אפגעטון ווערן.

וואס שייך די בעלזער — א רוקח, אן אפטייק. נו, וואס קען זיין בעסער ווי א סימבאל פון א רופא נפשות? וואס איז דען א רבי אויב נישט קיין רופא נפשות? און שיינע לשונות און ווערטער אויף רוקח פעלן נישט, ווי „מעשה רוקח‟ פאר די קטורת. דער בילד קען זיין פון א היילונג־בלעטל (היילונג־פלעשעלעך מוז איך מודה זיין איז עפעס נישט אזוי מלכות’דיג פאר א חסידות.) אן אנדערער פארשלאג איז א בילד פון א כוס של ברכה, דער באקאנטער חסידישער מעדיצין.

דער פאפער רבי גרינוואלד: אויכעט זייער א שיינער נאמען, א בילד פון א גרינער וואלד מיט די אויפשריפט „כי האדם עץ השדה‟, דער מענטש איז געגליכן צו א בוים פונעם פעלד, איז גארנישט אזוי שלעכט. איך מוז אבער מודה זיין אז א בילד פון א וואלד איז נישט אזוי שיין ווי צוויי פאלמביימער וואס בייגן זיך איבער א קהילת יטב לב, דער נאמען פֿון דער סאטמארער קאמפאני.  

ביי די נאדווארנער חסידים איז דער רבי רויזענבוים. דאס איז דאך ממש הערליך, נאר אפשר לויט די היינטיגע באגריפן — אביסל ווייבעריש. נו קען מען מאכן א בלויער אדער פירפל רויז אנשטאט א רויטער אדער רויזע. וואס דארף מען מער ווי אזעלעכע פסוקים, „מעשה שושן‟ - א געשניץ פון א רויז, און שפתותיו שושנים נטפת מור - זיינע ליפן טריפן פארפום. (שושנת יעקב איז אויך שיין אבער עס סימבאליזירט פורים).

אלטער, דער גערער רבי. מע קען ניצן „זקן מלא רחמים‟, אן אלטער רחמנותדיגער מאן, „טעם זקנים‟ און נאך א סך הערליכע אויסדרוקן פון די מקורות בשבחם פון עלטערע לייט, אבער עס איז פאר א גערער קאזאק א שטיקל פראבלעם צו סימבאליזירט ווערן כזקן מלא רחמים, אבער “בישישים חכמה”, בײַ די עלטערע לײַט איז דא קלוגשאפט; דארף נישט זיין שלעכט פאר דעם שארפן גערער אויבער’חכם. דאס בילד קען זיין פון א ווייס גרוי שפיציק קאצקער בערדל. איין פראבלעם, רוב חסידים וועלן נישט ניצן א מענטשליך בילד פאר א סימבאל. זאל מען אפשר פארטייטשן אלתר ווי שנעל? נו גיי זוך א בילד וואס סימבאליזירט שנעלקייט, עס וועט זיכער נישט אויסקוקן היימליך, אפילו לויט די גערער מענטאליטעט פון “נישט מאכן קיין עסק”, נישט מאכן קיין טראסק פֿון זאכן, אלס דארף גיין פשוט און גלאטיק.

האגער, דער וויזשניצער רבי. ווענדט זיך וואס עס מיינט, עס פארמאגט עפעס נישט קיין באקאנטער באדייט אין די היימישע שפראכן, יידיש און לשון הקודש. עס מיינט אודאי נישט הגר המיצרית, ישמעאלס מאמע. אפשר איז עס אן אנדער נאמען פאר אונגארן? (אין די רבנישע שריפטן ווערט אונגארן העברעאיזירט אלס ארץ הגר), אדער גאר דער האלאנדישער הויפט שטאט, האאג. קיין סימבאל קען מען אבער נישט מאכן פון א פאלנער גויאישער שטאט אדער לאנד, זיכער נישט פאר אזא חסידות ווי וויזניץ. אויף וויזניץ וועט מען מוזן זאגן תיקו, מע ווייסט נישט דעם ענטפער.

טברסקי (טווערסקי) פֿון סקווירא, די סקווערער חסידים. לויט דער מסורה שטאמט דער נאמען פון דער שטאט טבריה, נאר א ביסל פאררוסישט. נו טבריה איז שוין נישט קיין גויאישע האלאנדישע שטאט, עס איז טבריא עיר הקודש. די גמרא איז גאר שטארק מחשיב די שטאט ווי טיבורו של ארץ, דער צענטער פונעם לאנד, מיט די ספעציעלע פרוכט פון די גינוסר געגנט ביים כנרת. און דער טבריהער סימבאל מיטן כנרת קען זיך גאנץ פיין פאסן פאר א חסידות. אבער מען קען פארשטיין אז דער איינגעצוימטער פארפאנצעטער סקווירא וויל זיך נישט סימבאליזירן מיט דרויסענדיגע שטעט וואס האט נישט קיין דירעקטע שייכות מיט דער סקווירא מסורה, ספעציעל אז עס פארמאגט א וואסער, א סימבאל פון אמתער באגייסטערונג, עקסייטמענט. בלייבט דער סקווירא לאגא אויכעט ביי א תיקו.

בײַ די רוזשינער חסידים הייסט דער רבי פרידמאן. דאס מיינט דאך פרידליכקייט, שלום. וויאזוי מאכט מען א בילד פון שלום, עס לאזט זיך עפעס נישט גרינג אויסמאלן. נו, אפשר טאקע די ווערטער, שלום, עס איז גרינג און קורץ. דער פראבלעם איז אז דאס ווארט איז צו אלגעמיין און עברית’יש, נישט אז די רוזשינער רבי’ס זענען עפעס אזוי אנטי ציוניש, עס איז אבער פארט צו אלגעמיין, נישט חשוב. אבער רוזין דארף באמת נישט קיין נאמען, מלכות בית דוד דערלויבט פיל שענערע לאגאס ווי דער נאמען פרידמאן.

קאהן פון די ר אהרעלעך. דאס מיינט דאך אוודאי כהן. די הענט פון ברכת כוהנים קען זיין גוט, אפשר זענען אבער מענטשליכע ארגאנען נישט צוגעפאסט פאר א סימבאל פאר אזא פלאץ ווי ר אהרעלעך. איינגעוויקלטע טליתים, אפשר? דאס זעט אפשר אויס צו קארלעבאך’דיג אדער דתי לאומי. איז אפשר טאקע דער פסוק פון ברכת־כהנים — „יברכך ה’ וישמרך‟?! 

פערלאוו פון די סטאלינער, אויב שטאמט דאס פונעם ווארט פערל, איז עס דאך אויך געוואלדיג פאר א סימבאל. פנינים איז דער לשון הקודש’דיגער ווארט פאר פערל, עס פעלן נישט קיין שיינע אויסדרוקן אין די מקורות אויף פנינים.

וויינבערג פון די סלאנימער, א בילד פון א בערגל מיט וויינגערטנער איז גאר איינדרוקספול. אויף וויינגערטנער פעלן נישט קיין הערליכע אויסדרוקן אין די פסוקים.

דער ליובאַוויטשער רבי שניאורזאן, דאס איז שוין גאנץ קאמפליצירט פאר א בילד, אבער אז מען נעמט בלויז דעם „שני אור‟, צוויי ליכט, קען מען מאכן פשוט א בילד פון צוויי שבת ליכט. ביי חב”ד איז דאך ליכט בענטשן סייווי א גרויסער עסק. צוריקגערעדט, צו וואס דארף חבד א לאגא בילד פון א לעצטן נאמען? מען ניצט דעם בילד פונעם רבי’ן אליין.


Would you like to receive updates about new stories?








You may also be interested in our English-language newsletters:















We will not share your e-mail address or other personal information.

Already subscribed? Manage your subscription.