Yiddish with an Aleph

פארוואס באשליסט א סאטמארער צו ווערן א ציוניסט?

Why a Satmar Hasid decides to become a Zionist?

פֿון ואיה וענה

  • Print
  • Share Share

איר האט שוין מסתמא געהערט מענטשן פרעגן די קשיא, פארוואס יעדער סאטמארער וואס „עפנט זיך אביסל דעם קאפ‟ ווערט גלייך א ציוניסט? לאמיר זאגן אז א סאטמארער ווערט אנטוישט פונעם עקסטרעמען חינוך אין זיין סביבה, איז פארוואס זאל ער זיך נישט גיכער אנקלעבן אין די אנטי-ישראל׳דיגע ווינטן וואס הערשן צווישן ליבעראלע? אליין בין איך נישט איבערצייגט צי ס׳איז טאקע אזוי, ווייל צום באדויערן זענען דא אזעלכע וואס פארלאזן פשוט דעם אידישן וועג, און קיין שום אידישע זאך אינטערעסירט זיי נישט, אבער ס׳קען דאך זיין ריכטיג צו זאגן אז יענע וואס בלייבן געטריי צו אידישקייט ווערן סוף כל סוף ציוניסטן. פארוואס איז דאס אזוי?

איין באקאנטער פאל איז געווען נישט לאנג צוריק ווען אן אייניקל פונעם לעצטן סאטמארער רבי׳ן, דער בעל „ברך משה‟ ז״ל, האט זיך אליין אנגעשלאסן אין צה״ל, און יעדע שטיק צייט צירקולירן בילדער פון אים אין די מיליטערישע מונדירן. אין סאטמאר האלט מען נישט אויס דעם „חילול השם‟ וואס ער מאכט אן קעגן זיין אפשטאם, אבער איך בין נייגעריג צי ס׳וואלט נישט געווען קיין גרעסערער חילול השם ווען ער וואלט זיך געדרייט אין נאכט-קלובן אין מאנהעטן, און פארברענגט מיט כוליגאנעס אויף די גאסן פון ניו יארק… דער בחור איז אפשר מער נישט קיין סאטמארער, אבער א פרומער איד איז ער פארבליבן – א דאנק דעם ציוניזם.

ובכן, וויאזוי ערקלערט זיך דאס אז סאטמארער יונגעלייט ווערן צוגעצויגן צו ציוניזם, אין דער צייט וואס די ליבעראלע וועלט ארום זיי הייבט דוקא אן פארלירן אינטערעס אין מדינת ישראל? איך מיין אז די סיבה צו דעם איז פשוט, וויבאלד ס׳איז כמעט אוממעגליך פאר עמיצן וואס איז אויפגעוואקסן אין א פרומען חינוך צו ווערן א ליבעראלער אנטי-ציוניסט. סאטמאר אליין וועט קיינמאל נישט פארדאמען מדינת ישראל פאר׳ן „אוועקכאפן דאס לאנד פון די אראבער‟ נאר פאר׳ן „נעמען א מדינה פאר משיח׳ס צייט‟. ובכן, כאטש מ׳דערמאנט ארץ-ישראל גאנץ ווייניג אין סאטמאר, לערנט מען אבער חומש און גמרא, און פון דארט אליין קומט ארויס גענוג ארץ-ישראל׳יזם…

ווען די יונגעלייט וואקסן אונטער און הייבן אן איבערצוקלערן דעם חינוך וואס מ׳האט באקומען שטייט פאר זיי דער אויסוואל פון ליבעראליזם און ציוניזם. אבער וויבאלד די ליבעראלע וועלט איגנארירט אינגאנצן דעם היסטארישן קשר וואס אידן האבן מיט ארץ-ישראל איז עס כמעט אוממעגליך פאר א איד וואס האט זכרונות פון חומש און גמרא, זיך אנצושליסן מיט אזא באוועגונג. ס’איז פשוט צו פרעמד, און צו אומהיימליך… אין דער זעלבער צייט אבער, ווען מ׳כאפט א שמועס מיט א ישראלי, מעג ער אפילו זיין א פרייער איד, פילט מען פארט אזא היימליכקייט, אזא ענליכקייט, וואס פירט ערגעץ צוריק צו דער אייגענער נשמה.

די ליבעראלע אידן פאררופן זיך אינעם נאמען פון דער תורה, די אידישע נביאים, א.א.וו. אבער דער מציאות איז אז זייער באציאונג צום ציוניזם שרייט מיט איגנאָראַנץ פון יעדן אידישן ווינקל. מ׳קען זיך אפשר דינגען צי מ׳מעג נעמען א מדינה פאר משיח קומט אדער נישט, אבער וויבאלד די ליבעראלע אידן קומען פון אן אנדער שטאנדפונקט הערט זיך עס פשוט עקזאטיש און - מ׳קען זאגן - אויסדרוקליך גוי׳יש. דער ליבעראלער איד וועט מוזן מודה זיין אז וואס אים ליגט אין קאפ איז נישט דער מוסר וואס די נביאים האבן געזאגט, נאר „מה יאמרו הגויים‟ (וואס די גויים וועלן זאגן…). פארשטייט מיך נישט שלעכט. איך האב ליב די לינקע אידעלעך און איך האלט אז זיי דערמאנען אונז א געוויסן קול וואס מיר דארפן הערן און געדענקען, אבער אין דער זעלבער צייט איז אויך קלאר אז ס׳פעלט זיי א שטארקער יסוד פון דער אידישער ספרים-שאפע, און דערפאר קען זיך א פרומער איד נישט אידענטיפיצירן מיט זיי. איר קענט רעדן מיט מיר וועגן דעם אז מ’מוז גרינדן א פאלעסטינער שטאט, צוליב ריין פאליטישע און פראקטישע חשבונות, אבער אויב וועט איר נאר זאגן א ווארט אז „אידן זענען אקופירער‟ וועל איך אייך גלייך זאגן אז איר זענט במחילה א געזונטער עם-הארץ.

וויאזוי קען א איד ארויסזאגן פון מויל אז מיר אקופירן א פרעמד לאנד, אויב ער האט נאר איין מאל אין זיין לעבן געזאגט די קינות אין תשעה באב? ביי אידן איז דא א הלכה אז מ׳טאר נישט האבן קיין מעסער אויפ׳ן טיש בשעת מ׳בענטשט נאכ׳ן עסן. דער טעם צו דער הלכה איז וויבאלד מ׳דערמאנט ביים בענטשן די תפילה אז ירושלים זאל צוריק אויפגעבויט ווערן, און ס׳האט זיך שוין געמאכט אמאל אז א איד האט פון גרויס צער, בשעת׳ן דערמאנען דעם חורבן פון ירושלים, געכאפט א מעסער און זיך געשטאכן אין הארצן. צוליב יענעם פאל האט מען באשטימט אז מ׳טאר נישט האבן קיין מעסער אויפ׳ן טיש בשעת׳ן בענטשן. נו, איז גייט איר רעדן מיט מיר וועגן אקופירטן לאנד? איך וואלט אייך אפגעבריט מיט א טעפל הייס וואסער.

איר קענט רעדן צו מיר וועגן רחמנות אויף די אראבישע איינוואוינער, און מיר וועלן דערנאך דעבאטירן צי אידן זענען שולדיג אין זייער מצב אדער זייערע אייגענע פירער. איר קענט רעדן צו מיר וועגן טעותים וואס מיר האבן געמאכט אין דער פארגאנגענהייט, איר קענט אפילו פאדערן אז מיר זאלן אוועקגעבן שטחים פאר אראבער ווי א מתנה כדי ס’זאל זיין שלום, אויב אזוינס איז מעגליך, אבער איר זאלט נישט וואגן ארויסצוזאגן פון מויל אז מיר זענען קאלאניזירער. איך אליין האב זיידעס ביז זיבן דורות צוריק וועלכע האבן געוואוינט אין ארץ ישראל און זיי ליגן אין פארשידענע בתי קברות אינעם לאנד.

ניין, מיינע זיידעס זענען נישט געבוירן דארט, ווייניגסטנס רוב פון זיי, אבער יעדער איינער פון זיי האט במשך זיין לעבן באשלאסן זיך ארויסצולאזן אין וועג מחמת בענקשאפט צו דעם הייליגן לאנד. די צוויי טויזנט יעריגע תשוקה בריט אין יעדן אידישן הארץ, אז נאר עמיצער וואס איז א שטיק שמד קען אונז אנרופן קאלאניזירער. מילא א גוי זאל רעדן אזוי אויף אונז, דאס קען מען פארשטיין. פון אזעלכע חברה ווי די BBC קען מען קיין בעסערס נישט ערווארטן. אבער א איד? ער דארף דאך יא וויסן דעם אמת. און אז ער ווייסט נישט וועגן וואס ס’גייט די רייד, איז עס נישט קיין קאמפלימענט פאר אים, ווייל דאס הייסט אז ער קען נישט די אלף-בית פון יהדות…

אנטשולדיגט מיר אויב מיינע ווערטער קומען אויס שארף, אבער ס׳איז א וויכטיגער ענין אויסצושמועסן. די אידישע שלום אקטיוויסטן וואלטן געדארפט וויסן וויאזוי אויסצושטעלן זייער פראפאגאנדע אן דעם וואס זיי זאלן אויסקוקן ווי עמי-הארצים. אז נישט וועלן זיי האבן א פנים ווי דער שבת-גוי וועלכער פלעגט אנצינדן די ליכטלעך אין בית-מדרש יום-כיפור פארנאכטס צו נעילה. די אידן פלעגן שטיין אין די ווייסע קיטלען און זאגן נעילה, און בשעת זיי האבן אויסגעשריגן „ה׳ הוא האלקים‟ זיבן מאל האט זיך זיי אודאי געפילט ווי די נשמה פאראייניגט זיך מיט גאט, אבער אין די אויגן פונעם שבת-גוי האט עס אויסגעזען נישט מער ווי א מאדנע זינגעריי אין א גרינעם דינסטאג.

דאס ווארט „ציון‟ איז ביי אידן דאס סאמע הייליגע פינטעלע, דער יום כיפור פון א גאנץ יאר, די נעילה שבנעילה. סיי וועלכע תורות איר זאלט נישט דרש׳ענען וועגן מיטל-מזרח, יו-ען, קאלאניאליזם און אימפעריאליזם, אדער וועלכע אנדערע קלינגעדיגע ווערטער ס׳זאל נישט זיין, וועט עס נישט קענען מאכן דאס פאלק וואס האט געאטעמט מיט ארץ ישראל צוויי טויזנט יאר, געשריבן, געליינט און געזונגען אויף לשון קודש („לשון יהודית‟), און געטראגן דעם נאמען „איד‟ צוליב זיין אפשטאם פון „ארץ יהודה‟, פאר אן אקופאנט אין זיין אייגענער היים. איינער וואס ניצט אזא טערמין קעגן אידן, אפילו אויב ער ניצט דאס נאר אין שייכות מיט יהודה ושומרון, זאל נישט ערווארטן אז מ׳זאל אננעמען זיין פשעטל ווי א אידישע זאך.

דאס איז אגב די סיבה פארוואס ארטאדאקסישע אידן זענען על-פי רוב פונעם רעכטן פאליטישן לאגער, אפילו ווען זיי זענען אפן צו דער מאדערנער וועלט, וויבאלד די לינקע פארפארן פשוט צו ווייט פונעם אידישן גערעם, אננעמענדיג די נאראטיוון וואס די דרויסנדיגע וועלט ווארפט אונז צו. מיר אלע ווילן אז ס׳זאל זיין שלום, יעדער שטח וואס ווערט אוועקגעגעבן איז א קרבן פאר שלום, אבער אך און וויי אז מ׳זאל נאר צווייפלען אין אונזער עצם רעכט אויף דעם שטיקל ערד נאך וועלכע אונזער הארץ האט געבלוטיגט טויזנטער יארן. אונזערע ליפן וועלן קיינמאל נישט אויפהערן ציטערן ביים אויפברענגען דעם נאמען פון ירושלים, און אונזערע הערצער וועלן קיינמאל נישט אויפהערן פלאטערן ביים דערמאנען דעם אנדענק פון ציון… אויב איך פארגעס דיך ירושלים, זאל פארגעסן ווערן מיין רעכטע האנט!…