Yiddish with an Aleph

אונטער׳ן איינדרוק פונעם פֿילם „אידא”

Still Under the Influence of “Ida”

פֿון בן שׂיח

  • Print
  • Share Share

ס׳איז סוף יאר אויפ׳ן גויאישן קאלענדאר, און ספרים וסופרים זענען פארנומען אהערצושטעלן ליסטעס פון „די בעסטע פונעם יאר”. פון מוזיק און ביכער, ביז שיך בענדלן, פרובירט יעדער בעל דעה איבערצושטייגן דעם אנדערן מיט זיינע אויסוואהלן.

אויך פילמען ווערן פארשטייט זיך אויסגעקליבן, און ס׳קומט זייער צונוץ, ווייל אויב בשנים קדמוניות פלעגט מען האבן מער צייט זיך צו ווייקן אין פילמען איז דאס אלעס אבער היינט בבחינת „יכלה הזמן והם לא יכלו”, אייביקער ווי די צײַט אַליין, וכסף (זמן) מנלן, נאָר וווּ נעמט מען געלט?

פון די אלע ליסטעס איז געווענליך חביב עלי הניו יארקער מכולן, און אז ׳אידא׳ ערשיינט דארט אויפ׳ן שפיץ פון דער רשימה האב איך דאס געקוקט צום ערשט, און כ׳בין לגמרי נישט געווארן אנטוישט.

ס׳איז לדעתי א יקר המציאות אין א וועלט ווי פילמען שפראצן ארויס שנעלער ווי שוועמלאך און דאס מערסטנ׳ס איז ליידיג פון תוכן אדער קונסט. אויב זוכט איר אויבערפלעכליכע ענטערטעינמענט, איז „אידא” נישט דער אדרעס, אויב זענט איר אין די ליסטע פון קאלירפולע אקטיארן און געשפיצלטע פראזן, וועט איר דאס אויך נישט טרעפן אין „אידא”, אויב אבער א רייכער בוך אדער מייסטער ווערק שאפט אייך הנאה, דאן נעמט אן מיין רעקאמענדירונג אויף „אידא” אלץ א פילם וואס איז כדאי צו זעהן.

זייענדיק נאך אלץ אונטער זײַן רושם, וועל איך פרובירן אין די קומענדיגע שורות צו געבן א בליק אויפ׳ן פילם און פארוואס זי איז אזוי געלונגען.

* * *

צום אלעם ערשטן, ווערט „אידא” דער פילם, פארגעשטעלט אין שווארץ און ווייס, גאר פאסיג פאר א פאסירונג וואס האט זיך געזאלט אפשפילן אין די תקופה פון נאכ׳ן צווייטען וועלט קריג, אבער נאך מער געאייגענט ארויסצוברענגן טיפע געפילן, כמעט אן קיינע דיבורים.

פון א סינעמאטאגראפישן שטאנדפונקט, איז די ערגרייכונג לעילא ולעילא, דער אופן וויאזוי די טיפע שאטנ׳ס פון בלויז שווארץ און ווייס פארציילן געשיכטעס פון זיך אליין, ממש פארבלענדט דאס אויג, און ברענגט ארויס א רייכער ערוועקונג אין די געפילן.

דאס לעצטע שווארץ און ווייסער פילם וואס האט געלאזט אויף מיר אזא איינדרוק איז געווען „דער ווייסער באנד”, א פילם וועגן מיסטעריעזנדע פארקומענישן אין א דייטש׳ן שטעטל הארט פאר דעם ערשטן וועלט קריג.

אבער בשעת „דער ווייסער באנד” צווינגט אונז זיך צו ספראווען מיט׳ן גרויל און דיוטא התחתונה פונעם מענטשהייט, איז אבער דער פיין און שמערץ אין „אידא” באגראבן און פארגליווערט למטה מעשרה טפחים. שטיל, הארט און פארפרוירן אזויווי דאס ווינטערדיגער פוילישער אקער לאנד אויף וואס די קאמערע לאזט כסדר פאלן איר אויג.

„אידא” דערציילט די געשיכטע פון א נאאיוו איינזאם מיידל, א יתומה, וואס ווערט אויפגעצויגן אין א קלויסטער אן דעם וואס זי זאל האבן פארבינדונג מיט די דרויסענדיגער וועלט, און אן קיין שום שייכות צו א משפחה אדער קרובים.

איר לעבן איז פשוט און אומפארצווייפלט, די אַבבעסס איז איר מוטער, רעליגיע, איר פאטער. אבער דאך, איז איר לעבן א לעהרע רעטעניש, און זי ווערט געשטופט (כמעט בעל כורחה) דאס צו אנטשיידן.

ווען זי ווערט געווויר פון אן איינצעלנע קרובה וואס זי פארמאגט יא, א טאנטע, לאזט זי זיך ארויס אויפ׳ן וועג בכדי זיך צו באקענען נאענטער מיט דעם איינציגסטן און מעגליך לעצט־פארבליבענעם מיטגליד פון איר פאמיליע.

די מומע, אויך אן עלנדע פרוי, איז ווייט נישט וואס אידא האט זיך פארגעשטעלט אדער געקענט פארשטעלן. זעלבסטשטענדיג, קוראזשפול און אויסגעשפראכן אפן, אנטקעגן אידא׳ס איינגעצוימקייט און פארזיכטיגקייט, זענען די צוויי אן אפענע סתירה.

צומאל קומט פאר ווי דער עלטערער מומע איז גאר דער יונגערער פון די צוויי, פול מיט לעבנסקראפט און א באגער צו לעבן פריידליך אן צו טראכטן וועגן קאנסעקווענצן אדער פאראיבל, בשעת וואס דער יונגערער אידא קומט פאר ווי דער מער עלטערער פון די צוויי, באזעסן, דערוואקסן און ערצויגן.

וואס שפילט זיך אויס פון זייער באגעגעניש, איז א טרויעריגע רייזע וואס דעקט אויף דעם אינערליכן בונד און שיקזאל פון צוויי פונאנדערגעשיידטע פערזאנען וואס כאטש זיי זענען לפנים גאר אנדערש, זענען זיי דאך געקנאטן פונעם זעלבן טייג.

ביידע זוכן ענטפער׳ס, ביידע ווייסן אז דאס וואס זיי זוכן איז נישט גרינג צו פארדייען, און ביידע גרייטן זיך דערצו אויף זייער אייגנארטיגן אופן.

„אידא” צילט מער אויפ׳ן „לאן אתה הולך” ווי אויפ׳ן „מאין באת”. מיר מענטשעלעך זוכן כסדר ריכטונגען, ס׳איז אַ סך גרינגער זיך ארויסצוכאפן אויף אן אויסגעטרעטענעם וועג, יענעמ׳ס וועג, ווי אליין זיך אויסצוקירעווען דאס אייגענס.

„אידא” פרעגט שווערע שאלות, אבער ענטפערט כמעט נישט קיין תשובות. אפילו ווען די תשובה אדער דער אויסקום פון אן עפיזאד איז גאנץ קלאר, ווערט דער פארהאנג פארצויגן און עס לאזט דעם צוקוקער ציען אייגענע אויספירן. ׳אידא׳ס ציל איז קענטליך נישט מהנה צו זיין דעם גופניות׳דיגער רגש כדרך רוב פילמען בזמנינו.

ס׳איז אויך גאר מערקוודיג וויאזוי עס שליסט איין רעליגיע און פאמיליע אלץ צוויי קעגנזייטיגע, אבער אויך איינזייטיגע, היפוכים, וואס וויקלען איין דעם איינזאמער׳ס זעהל למחסה ולמסתור מזרם וממטר, פאר א באהעלטעניש פון רעגן (שטורעם).

צום סוף, קומט נישט ׳אידא׳ לידי החלטה, דאס לעבן גופא איז דאך אויך אזוי. שוין אפגעזען פון „העפי ענדינג׳ס”, איז אין ׳ריעל לייף׳ כמעט נישטא קיין אנטשיידונגען בכלל, ס׳איז אלעס פראגע צייכענ׳ס, און דאס לעבן ווערט באגראבן, נישט פארענטפערט.

אבער „אידא” מאכט יא א הנחה, אז ס׳איז לאו דוקא געוואנדן אין ווער עס פארמאגט בעסערע כלים אדער חכמת החיים, ס׳איז נישטא קיין איינצעלנער אמת אדער מיטל, דאס לעבן פארמאגט ווערט בלויז אויב דער ציל ווערט רייכער פון צייט צו צייט. ווען ווייטאג נעמט איבער, ווערן די מעגליכקייטן און דער אויסקום בלויזע ליניעס פון שווארץ אויף ווייס.