Yiddish with an Aleph

שיבת ציון אין אונזער צייט

Witnessing the Return of Jews to Zion

פֿון ואיה וענה

  • Print
  • Share Share
דאָנערשטיק אָוונט, אויפֿן פּראָמענאַד פֿון „בן-יהודה‟ אין ירושלים

אז מ’רעדט שוין יא וועגן ארץ-ישראל, וועל איך אייך דערציילן א סוד, אז ס’איז נישט בלויז די הייליגקייט פון דער ערד, די לופט, און די ד’ אמות, וואס בינדן אראפ מיט זייער קראפט, נאר גארנישט ווייניגער דאס פאלק וואס זיצט דערין. פארנדיג אהין דערזעט איר זיך פנים אל פנים מיט דעם גרעסטן נס וואס האט נאר פאסירט אין דער גאנצער מענטשליכער געשיכטע: מינאריטעטן פון צענדליגער מדינות איבער אלע עקן פון דער וועלט זענען זיך צוזאמגעקומען אויף איין פלאץ, כדי אליין אנצופירן מיטן גורל פון זייער געשיכטע. די מינאריטעטן, ווייסט איר אודאי, האבן נאר איין זאך געמיינזאם צווישן זיך, אז זיי געהערן אלע צום אידישן פאלק. דאס איז אונזער קערפער!

גייט סיי וואו אין דער וועלט, וואו אידן וואוינען, וועט איר זען נאר איין סעקטע וואס האלט זיך אידישליך, די פרומע אידן, בשעת די איבריגע ווערן מער ווייניגער אסימילירט אין זייער מאדערנער סביבה. אט דאס שאפט אן אילוזיע אז אידן קענען זיך נישט זען אין טערמינען פון א פאלק, אזוי-ווי ס’איז געווען צוויי טויזנט יאר צוריק. גייט איר אבער קיין ארץ-ישראל, דערזעט איר זיך קעגן דעם וואונדער, וואס אלע ווי איינער, גרויס און קליין, פרום און פריי, רעדט און טראכט אין אונזערע טערמינען. גייט איר אין מארק ערב שבת, זעט איר א בחור מיט א קלארינעט שטיין קעגנאיבער א מיידל מיט א פלייט, וואס זיי שפילן ביידע אויס “שלום עליכם מלאכי השלום”, און ביי אייך צאפלט דאס הארץ ווי ביי א קליין קינד.

ביי דער ערשטער שיבת ציון זענען ארויפגעקומען פון בבל נישט מער ווי אפאר צענדליגער טויזנטער אידן, אבער אין דער יעצטיגער שיבת ציון זענען ארויפגעקומען נאנט צו צוויי הונדערט טויזנט פון בבל אליין, און נאך מיליאנען פון אנדערע לענדער, אין א צייט-אפשניט וואס האט נישט בכלל קיין פארגלייך אין דער וועלטליכער געשיכטע. בשעת מיר זענען מתפלל יעדן טאג אויף קיבוץ גלויות, זענען מיר גארנישט וואכזאם צו דעם פאקט אז דאס האט שוין אייגנטליך פאסירט. מיר האבן א פנים ווי יענער וואס האט געבעטן גאט זאל אים צושיקן א בעל-עגלה וואס זאל אים פירן קיין לייפציג, בשעת דער וואגן קיין לייפציג איז געשטאנען פאר זיינע אויגן. אין אזא פאל זאגט גאט צו משה: “למה תצעק אלי? דבר אל בני ישראל ויסעו!” (וואס’זשע שרייסטו צו מיר? רעד צו די אידן אז זיי זאלן זיך אויפהייבן און פאָרן…)

צו די נסים פון יציאת מצרים דארפן מיר האבן אמונה, אבער צו די נסים פון שיבת ציון בזמננו דארף מען נאר האבן אויגן. צי ווייסט איר אפשר אז קיין שום עקאנאמיע אין דער וועלט וואלט נישט געקענט אויסהאלטן אז איר באפעלקערונג זאל זיך דאפלען אין אזא קורצער צייט? לויט די געווענליכע כללים פון עקאנאמישער וויסנשאפט וואלט עס געדארפט אונטערברעכן קורץ נאך הקמת המדינה, אזוי אז מיר זאלן בלייבן די ארימסטע פון אלע פעלקער. דערווייל שטייען מיר היינט אינעם שפיץ פון אלע לענדער ווען ס’קומט צו עקאנאמיע. אויב דאס ווארט “נס” שטערט אייך, מאיזו סיבה שהיא, קענט איר עס אנרופן וויאזוי איר ווילט, אבער איר פארשטייט אודאי וואס איך מיין.

ס’זענען טאקע דא שונאים וואס ווילן איינשלינגען דאס אידישע לאנד, אבער שונאים זענען אלעמאל געווען, און אז מיר ווילן קוקן אויף דער אידישער היסטאריע פון א ברייטן פערספעקטיוו, וועלן מיר באמערקן אז מיר שטייען אייגנטליך מאמענטאל אין דעם בעסטן פונקט אין דער גאנצער אידישער געשיכטע (!). די פלשתים קומען נישט יעדן צווייטן טאג פלינדערן אין די שטעט פון יהודה און דן, ווייל די מלוכה פון ישראל איז שטארקער פון אלע ארומיגע פעלקער. די שנאה ביי די שכנים שפריצט טאקע פון די אויגן, אבער גאט האט צוגעשיקט שטארקע שופטים אויף ישראל, וועלכע באווייזן וואונדער מיט זייערע גבורות פאר’ן וואוילזיין פונעם אידישן פאלק.

אויב איז דער “בוך און דער ביקס” אראפגעקומען אינאיינעם אויף דער וועלט, ווי די גמרא זאגט (“ספרא וסיפא ירדו כרוכים יחד”), דאן איז דאס אידישע מיליטער דער שענסטער ביישפיל וואו דאס קומט צום אויסדרוק. אין ארץ-ישראל קען מען זען סאלדאטן ביי יעדן מנין פונעם דאווענען דריי מאל א טאג. די פנימ’לעך פון די סאלדאטן, אויב איר קוקט זיך אין זיי איין, דערציילן פון איין זייט אז דאס זענען איידעלע נשמות וואס דאס הארץ גייט זיי אויס פאר זייער פאלק, אבער צו דער זעלבער צייט זענען זיי גרייט איינצושלינגען די חיה וואס זוכט זיך ארויפצואווארפן אויף אונזערע צארטע קינדער. אויפ’ן שלאכט-פעלד ווערן זיי אנגעצונדן, ווי שמשון הגיבור בשעתו, נישט צו דערלאזן דעם שונא איבערטרעטן דעם שוועל פונעם אידישן לאגער.

קוים טרעט איר אראפ פונעם עראָפלאן, ענטפאנגט אייך א מאדערנער לופט-פעלד, וואו איר ווערט אויפגענומען דורך אידישע ארבעטער וואס רעדן און קאמוניקירן אויף א אידישער שפראך, די שפראך פון אונזערע אבות, און אז איר גייט אריין אין דער מאדערנער באן וואס לויפט גלייך פונעם לופט-פעלד ביז פארשידענע עקן פונעם לאנד, דערזעט איר דארטן טאטעס, מאמעס, קינדער, פרומע און פרייע, וועלכע שמועסן אלע אויף דער אייגענער העברעאישער שפראך. ווען איר זעט דאס און איר דערמאנט זיך אין די נבואות וואס די פילאלאגן האבן געזאגט מיט הונדערט פופציג יאר צוריק (אין שייכות מיט דעם פראיעקט פון אויפלעבן העברעאיש), אז א טויטע שפראך וועט מען קיינמאל נישט קענען אויפלעבן, זעט איר דאך ווידער דאס איבערנאטירליכע פאר די אויגן.

דאס איז דער נס וועגן וועלכן איך רעד. אפילו אויב מ’זאל עס קענען אריינקוועטשן אין די ענגע גרעניצן פונעם דרך הטבע, איז עס אבער דאך א פאקט אז יעדער פרט פאר זיך איז מתחילה פארגעקומען אין די אויגן פון פארשטענדליכע מענטשן ווי אן אוממעגליכקייט, סיידן אז שמים וארץ זאלן איבערגעקערט ווערן ווי ס’האט פאסירט ביי די מעשה בראשית, און דערפאר קענען מיר דאס ווירקליך באטראכטן ווי א נס וואס איז פארגלייכליך מיט די נסים פון דער תקופת התנ”ך. מיר דארפן נישט מורא האבן פון דער אומרואיגקייט וואס הערשט צומאל אין ארץ-ישראל, ווייל אזעלכע זאכן זענען געווען מעשים בכל יום אין די צייטן פון אונזערע אבות, און דוקא אין אונזערע צייטן האט דער באשעפער צוגעשיקט די הילף מער ווי סיי ווען.

דעריבער, אז איר פרעגט מיך צי מ’מעג זאגן הלל אום יום העצמאות מיטן שם ומלכות, וואלט איך געזאגט אז אנשטאט צו פרעגן זאלט איר נעמען אן עראפלאן און זיך אריבערכאפן קיין ציון. קוקט אייך אליין אום אויף די גאסן, נישט פארגעסנדיג דערווייל דעם היסטארישן פערספעקטיוו, און דערנאך זאגט איר מיר וואס דער פסק דארף זיין.