Yiddish with an Aleph

קוהלת: דער מענטשליכער פלאנטער (צווייטער טייל)

Koheles: The Human Dilemma (Part II)

פֿון ואיה וענה

  • Print
  • Share Share
Wikimedia Commons
שלמה המלך, דער מחבר פֿון „קוהלת‟, נעמט אויף מלכּת שבֿא (מאָלערײַ פֿון עדוואַרד פּוינטער, 1890)

די זון-שטראלן האבן דורכגעבראכן די שפאלטנס פונעם פענסטער און געברענגט א נייעם טאג אויף ירושלים. קוהלת האט זיך דערוועקט מיט קאפווייטאג און די מאטערנישן אין וועלכע ער האט זיך נעכטן געפלאנטערט האבן אים נישט געגעבן קיין מנוחה. אינעם שלאפצימער איז געהאנגען מיט פראכט א בילד פון א יונגערמאן מיט לאנגע שווארצע לאקן וואס נעמט אן ביי דער האנט אן אריענטאלישע מויד מיט שטראלנדע אויגן. איבערן קאפ פונעם יונגערמאן איז געווען אויפגעשריבן דער נאמען „שלמה‟ און איבערן מיידל איז געווען געשריבן „שולמית‟. קוהלת האט זיך איינגעקוקט אינעם בילד און געמורמולט צו זיך אליין: „זע נאר ווי זיס זענען יענע צייטן געווען, ווען ס’האט מיין הארץ נישט געקימערט קיין זאך אויסער דאס פייער אין דער מענטשליכער נשמה. ווי ביטער און מאט זענען מיינע יעצטיגע פלאנטערנישן קעגן דעם אמאליגן עמפינדליכן פלאם!‟

קוהלת האט ארויסגעקוקט פון פענסטער און דערזען א גרופע פייגל דורכפליען. „גוטע פייגל פון הימל, האט קוהלת אויסגערופן, פליט אוועק ווייט ווייט צו מיינע פארלאפענע טעג, און ברענגט זיי מיר צוריק אלס מתנה. נעמט פון מיר אוועק דעם אומער, נעמט פון מיר אוועק די נוצלאזע גריבלען, און אויף זייער פלאץ שענקט מיר ווידעראמאל א יונג פרייליך הארץ וועלכע ווערט צעברענט אינעם פייער פון מענטשליכער ליבשאפט…”

קוהלת’ן האט זיך געדאכט אז די פייגל לאכן פון אים. הערשט נעכטן האט ער געזוכט א פשט אינעם מארגן, און יעצט וויל ער גאר אז דער נעכטן זאל אים צוריקקומען? ווי נאריש און דום איז דער מענטש וואס בענקט נאכ’ן נעכטן, וואס קען שוין מער נישט צוריקקומען! ווי זינלאז איז בכלל יעדער בחור וואס גערט נאך אומרעאליסטישע חלומות און דמיונות, ווי שכל’לאז איז דאס בענקען גופא. וואס איז שייך צו בענקען נאך עפעס וואס איז אומדערגרייכבאר? ממה נפשך, קען מען צוקומען צו דעם אביעקט וואס מ’באגערט, איז גוט, און אז מ’קען נישט צוקומען דערצו, וואס א זין האט עס דאן צו קרעכצן און אויסשטרעקן א האנט צו דעם אומדערגרייכבארן?

דאס פנים ביי קוהלת’ן האט געוואונען אביסל פארב, אין דער טיפקייט פונעם ביטערניש האט ער דערפילט א טרייסט. ער האט נאכאמאל צוגעשטעלט א האנט צו דער בארד, זיך געקראצט אינעם שטערן און ווידער געפירט א האנט צו דער בארד. אט זע נאר, האט ער געקלערט צו זיך, אז מענטשן בענקען תמיד נאכ’ן נעכטיגן טאג. דעם היינט שעלטן זיי מיט טויטע קללות, און אלץ צוליב פרישע סיבות, נאר דעם נעכטן ראמאנטיצירן זיי. “מי יתן דער היינט זאל אויסזען ווי דער נעכטן” זינגען תמיד די קינדער פון אדם און חוה. “ווער וועט אונז צוריקברענגען די פארגאנגענע טעג?” הערט מען ארויס פון די מענטשליכע חלומות.

קוהלת האט א קלאפ געגעבן אויפ’ן טיש און אויסגערופן הויך: “דומער מענטש! דעם נעכטן ווילסטו תמיד צוריקברענגען. מיט נאסטאלגיע קוקסטו ארויס אויף די פארגאנגענע צייטן וועלכע זענען אזוי זיס געווען — ווידער דער מארגן איז ביי דיר תמיד פול מיט דערווארטונגען. איז דען נישט דער היינט דער נעכטן פונעם מארגן? איז נישט דער יעצט א געדעכעניש וואס ווערט תיכף עבר?”

הייסט דאס אז דער פראבלעם שטעקט באמת נישט אין דעם וואס דער היינט איז א היינט, נאר אין דעם וואס מ’קען נישט פאראויסזען וויאזוי דער היינט וועט אט אט אנטלויפן און ווערן א נעכטן. די נאַרהייט באשטייט דערפאר אין דער מענטשליכער קורצזיכטיגקייט פון נישט קענען זען דעם היינטיגן טאג אינעם בליק פונעם מארגן… אינעם נישט קענען זען די אבסטראקטע נצחיות פון צייט אין דער היינטיגער פארלויפיגקייט.

א בליץ איז דורכגעלאפן אין די געפאלענע אויגן פונעם גרייז-גראען קוהלת. איז דען א וואונדער אז דער מענטש פילט זיך פאר’ייאוש’ט ווען ער באטראכט די ענדלאזע געזעצן פון פיזיק? דער מענטש זוכט אין דעם ענדלאזן מחזור פון צייט א ציל און א תכלית, אבער די רעאליטעט פאדערט צו קענען ארויסקריכן פון די ד’ אמות פון צייט, זיך דערהייבן איבער די גרעניצן פון היינט, נעכטן, מארגן, און זען אין אלעמען אן אייביגן נצחיות’דיגן היינט!

קוהלת האט אויפגעהויבן זיינע אויגן פונעם פארמעט און געקוקט צו די שניצונגען אויף דער וואנט, דאס מאל אין אן עטוואס-באפרייטן שמייכל, און אויסגערופן: „דער ציל איז א שטענדיגער: צו באשאפן פאר זיך אליין [אינעם היינט] דעם בעסטן נעכטן וואס איז נאר שייך!…‟

*

די פייגל ביים פענסטער, די מאלערייען אויף דער וואנט, אלעס האט צוגעשמייכלט צום געדאנק פון קוהלת, אבער קוהלת אליין איז נאכנישט צופרידן געווען. אז די פייגל שמייכלען איז עס אים דוקא פארגעקומען שטארק פארדעכטיגט. הלמאי זאל זיך א פויגל צעשמייכלען ביים הערן א פילאזאפישן רעיון? נישט אנדערש, האט קוהלת באשלאסן, נאר ס’מוז זיין אז דער רעיון איז טאקע פאסיג פאר וואנזיניגע פייגעלעך, אבער נישט פאר מענטשן. דער מענטשליכער פלאנטער איז פיל טיפער און לאזט זיך נישט אזוי גרינג אוועק’פטר’ן מיט א פארמולע.

פארוואס פירט זיך טאקע דער מענטש אזוי מאדנע? האט קוהלת זיך אליין געפרעגט. פארוואס פילט ער צום „נעכטן‟ אזא טיפע ליבשאפט וואס ער האט נישט צום היינטיגן טאג? די סיבה צו דעם איז פשוט: דער נעכטן איז שוין א פארגאנגענהייט און פאדערט נישט פונעם מענטש קיין פרישע החלטות. איז עס אים דערפאר ליב און ער קען זיך אין דעם שפיגלען מיט בענקשאפט. דער נעכטן איז אן אבסטראקטער מציאות אינעם נפש, אפגעריסן פון דער עולם-הזה’דיגער געגנווארט. דער היינטיגער טאג ווידער פאדערט פונעם מענטש צו באשטימען און באשליסן, צו טון און אויפטון. דער היינט האט א תביעה פונעם מענטש וואס דער נעכטן האט נישט.

קומען מיר הייסט דאס צוריק צום זעלבן. א געוויסער כח אינעם מענטש שטויסט אים צו דערגרייכן עפעס אין זיין טאג, און אט דאס ווארפט אים אריין אין זיין אנגעצויגנקייט. ובכן, ווער איז דער וואס פאדערט פונעם מענטש? פון וואנעט שטאמט דאס קול וואס רופט אים כסדר צו שפאנען ווייטער און ווייטער, און לאזט אים נישט פילן דעם טעם פון מנוחה אינעם היינטיגן טאג?

קוהלת האט צו דער שאלה נישט געקענט טרעפן קיין תשובה, ביז א מלאך פון הימל איז געקומען און האט אפגעשריבן אויף זיין פארמעט די ווערטער: „סוף דבר הכל נשמע, את האלקים ירא ואת מצוותיו שמור כי זה כל האדם‟. דער יסוד פון נצחיות וואס שטעקט אינעם תוך פון דער בריאה רופט דעם מענטש צו דערקענען דעם נצחיות’דיגן כאראקטער פונעם וועלט-באשאף. וויבאלד אבער דער מענטש וויל עס נישט דערקענען, זוכט ער אן איינגערעדטע נצחיות אין דער אילוזיע פון צייט. אט דער אומרעאליסטישער פארלאנג פונעם מענטש, צו פארוואנדלען צייטווייליגקייט אין אייביגקייט, איז דער מקור פונעם מענטשליכן פלאנטער, ווייל אמת’ע אייביגקייט קען מען נאר טרעפן אין דעם מקור פון דער בריאה, און נאר די וועגן פון גאט קענען באהעפטן דעם מענטש מיט דעם נצחיות’דיגן פנימיות פון לעבן.

קוהלת האט געווארפן א בליק אויף די פאר שורות וואס דער מלאך האט אים אפגעשריבן, און באשלאסן אז דאס דארף ווירקליך זיין דער ענטפער צו זיינע מאטערנישן. האט ער דאס שטיקל פארמעט שיין צונויפגעוויקלט, איינגעבונדן אין א רויטן בענדל און אוועקגעלייגט אויף א פאליצע.

מיט יארן שפעטער, ווען מ’האט דערזען די חקרנ’ישע ווערטער פון קוהלת, האבן אידן געהאט א קלער צו באהאלטן די מגילה און נישט לאזן זי ארייננעמען אין די שולן, אויס מורא אז נישט יעדער מאגן וועט עס אייניג פארדייען. איז אבער געקומען צוהילף דער פסוק וואס דער מלאך האט אפגעשריבן, און דאס שטיקל פארמעט איז אזוי ארום פארבליבן א טייל פון די הייליגע שריפטן.