Yiddish with an Aleph

קוהלת: דער מענטשליכער פלאנטער (ערשטער טייל)

Koheles: The Human Dilemma (Part I)

פֿון ואיה וענה

  • Print
  • Share Share

קוהלת איז געווען א קעניג איבער ירושלים. ער האט געהאט גרויסע רייכטומען, פיל פעלדער און פיל וועלדער, פאלאצן און בריקן ומכל מילי דמיטב. וואס איר קענט זיך נאר פארשטעלן אינעם חלום, וואס איר קענט נאר אויף דער פאנטאזיע ברענגען, אט דאס אלעס האט קוהלת געהאט. ווילט זיך אייך א פויגל וואס פליט אין הימל און שלעפט מענטשן אויפ’ן רוקן? ווילט זיך אייך א קוועלכל וואס גיסט פון זיך גאלד עלעהיי פון א וואסער? ווינטשט איר זיך אפשר אן אלטן וויין פון א יאר דריי טויזנט? א מיליאן יאר אלט? מילי מיליאסן יאר? נאך איידערן וועלט-באשאף? ביי קוהלת’ן אין קעלער וועט איר דאס אלץ טרעפן.

מיינען מענטשן אז ביי קוהלת’ן איז יום טוב פינף הונדערט טעג א יאר. ביי אים קומט מען זיך צוזאמען ניין טאג א וואך און מ’שיכור’ט אויף וואס די וועלט שטייט. נאר זעט איר, דאס איז א טעות. קוהלת שיכור’ט נישט, קוהלת זאמלט שוין נישט, קוהלת זיצט זיך אליין אין זיין צימער, קוים ווארפט דארט א ליכטל, די פינסטערניש ווארפט אן אימה’דיגע שאטנס, פון די שניצונגען אויף דער וואנט קוקן אראפ פאר’חושכ’טע פנימ’ער פון מצרישע גייסטער וועלכע ס’האט די בת-פרעה געלאזט אויסארבעטן, פונעם דאך קוקט ביטערליך אראפ אן אויסגעמאלטע פרעסקא, אדער כמו-פרעסקא, אין אן אראבישן סטיל - דאס האט א מלך פונדערווייטנס געשיקט זיין מאלער אהין צו קוהלת אין פאלאץ. און קוהלת זיצט איבערגעבויגן ביים טיש און קריצט איין זיין שניידנדיגע רעאליטעט אינעם שטיקל פארמעט.

וואס אזוינס איז דאס א מענטש? וואונדערט זיך קוהלת. פארוואס איז אים תמיד אזוי ביטער? פארוואס איז דער מענטש קיינמאל נישט צופרידן? דאס איז אלץ צוליב דעם, קלערט קוהלת, צוליב דעם וואס דער מענטש טרעפט זיך נישט א ציל אין לעבן. דעם מענטש איז זייער דערווידער וואס די זון קומט אויף פון מזרח און גייט אונטער אויפ’ן מערב יעדן טאג. אים וואלט ליבער געווען ווען ס’מאכט זיך אמאל, כאטש איינמאל, פארקערט. די זון זאל אויפגיין אויפ’ן מערב און אונטערגיין אויפ’ן מזרח. אים איז אומעטיג צו באטראכטן זיך ווי די נאטור האלט אויס די געזעצן פון פיזיק אנע געבן כאטש איינמאל א שטויס אין וואנט להכעיס דעם געזעץ. דער מענטש זוכט אין אלעמען א ציל, אן אנהויב און א סוף, נישט בלויז פוסטע אייביגקייט.

קוהלת האט אפגעריסן זיין קאפ פונעם פארמעט, זיך אומגעקוקט אינעם צימער, דער פרעסקא אויפ’ן דאך האט אויסגעזען נאך אומעטיגער ווי פריער, די גייסטער אויף דער וואנט נאך שאטנדיגער און אימה’דיגער. קוהלת האט זיך דאן אויפגעהויבן פונעם בענקל און געמאכט א קורצן שפאציר איבערן צימער. דערנאך האט ער צוגעשטעלט א האנט צו דער גרוי-ווייסליכער בארד און גענומען טענה’ן מיט זיך אליין:

הייסט דאס אז ווען דער מענטש וואלט געהאט א ציל אין לעבן וואלט אים גוט געווען? ווען ער וואלט געקענט טרעפן אן אנהויב און א סוף אין דעם ענדלאזן ציקל פון אייביגקייט וואלט עס אים בארואיגט? דאס שטימט נישט. אט זעסטו, די בהמות אין פעלד האבן נישט קיין ציל אין לעבן, די פערד אין שטאל האבן נישט קיין תכלית פאר זיך, און זע נאר ווי רואיג און צופרידן זיי פאשן זיך אין פעלד. דער מענטש איז תמיד פארנומען צו טראכטן וועגן א ציל און דוקא אט דאס אליין, דאס הייסט די זוכעניש גופא, פארשאפט אים דעם אומגעהויערן צער. וואלט נאר דער מענטש געקענט זיך אויסטון פון דעם ענדלאזן זוכעניש, ווען ער וואלט נאר ביכולת געווען צו פארקירעווען זיין קאפ פון די נאכאנאנדע זוכערייען, וואלט אים שוין אמאל גוט געווען. נישט זוכן א ציל דארף דער מענטש, נאר ענדערש אויפגעבן צו טרעפן. ער דארף זיך באגנוגן מיט וואס ער האט, זיך פרייען מיטן היינט און מיטן יעצטיגן מאמענט, נישט אנדערש ווי די פאשנדע קו אויפ’ן גראז.

קוהלת האט זיך צעשמייכלט פון זיינע אייגענע מחשבות. אפנים זיך גענומען טראכטן אין בהמה שפראך… ס’איז אים אזוי ווילד משונה פארגעקומען דער געדאנק אז דאס שמייכלען איז אים צוביסליך ווילדער געווארן, און האט ענדליך געלאזט אפדונערן אין פינסטערן צימער א פרייען ציללאזן געלעכטער. זאמל נישט אויף מארגן, טראכט נישט פונעם מארגן, לאז אלעס אויפ’ן היינט… פארבינד דיך מיטן היינט און מיטן יעצט… טוסטו אזוי, איז דיין גאולה נאנט. דעמאלט ביסטו אויסגעלייזט פון די כסדר’דיגע הארץ-עסענישן, פון די אייביגע פייניגנדע יסורים וואס באגלייטן דעם מענטש פונעם טאג וואס ער קומט לכלל דעת. דא שטעקט די לעזונג פונעם פלאנטער וואס רופט זיך מענטש.

די בילדער אויף דער וואנט האבן זיך ווי איינגעשרומפן און האבן אויסגעקוקט מיט די זעלבע שרעקעדיגע אויגן ווי פריער איבער’ן קאפ פון קוהלת. „וואס אזוינס איז דאס פאר א געלעכטערל?‟ האבן זיי שטום געפרעגט, און קוהלת האט דאס באלד איינגעקריצט אין זיין פארמעט. וואס לאכסטו ווי א נאר? האט אים געזשומעט די שטומע אין קאפ. וואס איז שייך צו לאכן? דאס לעבן איז צו ערנסט אז מ’זאל עס לאזן פארגיין אין א חיה’שן לאך.

לאזט זיך דען קלערן אז דער מענטש קען דערגרייכן זיין רואיגקייט מיטן באזעצן זיך אויפ’ן היינט? טעארעטיש אפשר יא, אבער ווי קען מען עס ערווארטן אינעם למעשה’דיגן זין אז א מענטש וואס איז געוואוינט צו פארטרינקען זיינע טעג אינעם שכרות פונעם יעצט זאל נישט וועלן זיך אויסזוכן א בעסערן וויין, א בעסער הויז און א בעסער ווינקל צו פארברענגען? אזוי לויפט דאך די וועלט, אז ווען א מענטש האט א לאטע — וויל ער א שמאטע, און ווען ער האט א שמאטע — וויל ער א גאנצע פלאטע. כל זמן דער מענטש האט נישט קיין באשטימטן העכערן ציל אין לעבן, איז ער ממילא פארטרונקען אין אן ענדלאזן געיעג נאך וועלטליכע גענוסן וועלכע לאזן אים נישט פריי און פארשאפן אים תמיד א טויטליכן פיין. ווילן מיר פאדערן פונעם מענטש צו זיין א מסתפק במועט ווי א בהמה? אה צו דעם פאדערט זיך שוין ער זאל אפלערנען א גאנצע רייע ספרי מוסר, און ממילא איז עס שוין נישט קיין בהמה’דיגע צופרידנהייט – נאר א כסדר’דיגע מלחמה מיט זיך אליין.

קוהלת איז ברוגז געווארן אויף זיך אליין. „אלא מאי?‟ האט ער געשריגן, „וואס דען זאל דער מענטש טון? לעבן ווי א בהמה פארשאפט אים יסורים וויבאלד ער קען זיך נישט צופרידנשטעלן מיט א בינטעלע שטרוי, ווידער לעבן ווי א מענטש און זיך זוכן א ציל איז א נייע מסכתא פון יסורים. הייסט דאס אז דער מענטש מוז ליידן? איז טאקע נישטא קיין וועג ארויס פון דעם? אויב אזוי איז דאך שוין גיכער דער טויט. איז דאך שוין אמאל גליקליכער דער טויטער הונט פונעם לעבעדיגן לייב.‟

קוהלת האט אפגעשריבן דעם פלאנטער אויף פאפיר, און נישט האבנדיג קיין לעזונג האט ער דעם פראבלעם אנגערופן מיטן נאמען „מענטש‟. איז טאקע נישטא פארן מענטש קיין גאולה? האט קוהלת זיך געמאטערט מיט ביטערניש. מיט דער פראגע האט קוהלת איבערגעלאזט דעם שרייבטיש און אוועק א פאראומערטער אין שלאפצימער, האפנדיג אז דער מארגן וועט אים העלפן אויסקלארן דעם פלאנטער פונעם מענטשליכן עקזיסטענץ.