Yiddish with an Aleph

די עסטעטיק פון מענטש

Pondering Human Aesthetics

פֿון ואיה וענה

  • Print
  • Share Share

ס’האט מיך א מענטש געפרעגט: צי מוז זיך א מענטש אויסקלויבן צו זיין א געוויסער סארט מענטש? מוז ער זיין דוקא א איד, א פראנצויז, א דייטש? מוז ער זיין דוקא א קריסט, א מוסולמענער אדער א איד? מוז ער זיין דוקא א רעכטער אדער א לינקער? מוז ער זיין דוקא אן אשכנזישער איד, א ספרדי’שער, א ליטוואק אדער א חסיד? מוז ער זיין דוקא א סאטמארער, א וויזניצער אדער א ליובאוויטשער? מוז ער זיין דוקא א כאניאק, א בן-תורה אדער א ביזנעסמאן? מוז ער זיך אויסקלויבן צו זיין א מאמין אדער אן אפיקורוס? מוז ער זיך אויסקלויבן צו זיין וועלטליך אדער פרום? מוז ער זיין דוקא א חרדי אדער א מאדערנער? מוז דער מענטש זיך קענען אויסשרייבן פונקטליך און גענוי וואו און ווען און וואס ער דארף געהערן?

קען זיין אז ביי אייך רייסט זיך ארויס דער ענטפער אינגאנצן נאטירליך: „אודאי מוז מען!‟ די פראגע איז אבער פארוואס. האט דען דער בוים אין פעלד אזא לאנגע רשימה פון אנגעהעריגקייטן? האט דען עמיצער פארגעשריבן פאר’ן בלומעלע אין פעלד אז ער מוז געהערן צו די האטשעוויצקעס, די קאטערינקעס, די כאפלעטוטקעס, אדער וויאזוי מיר זאלן זיך נאר קענען פארשטעלן די קלאסן-צעטיילונג אין דער בלומען-שפראך? האט דען עמיצער אנגעזאגט אמאל די וואלקן אין הימל צו קאטעגארירן זיך לויט זייער געאגראפיע, אפשטאם, קלאס, שבט, חסידות, אידעאלאגיע אדער אמונה? האט דען עמיצער אמאל געפאדערט פונעם טייכל וואס פליסט זיך רואיג אין מיסיסיפי אז ס’זאל זיך דעפינירן, אידענטיפיצירן, קאטעגארירן, סארטירן, פלאצירן, א.א.וו.?

איז וואס וויל מען פונעם מענטש? פארוואס נאר דער מענטש? צי ווייסט דען דער לייב דעם ייחוס פון זיין ווייב פאר ער איז זיך מיט איר משדך? אינטערעסירט אים בכלל מיט וואס איר טאטע האט זיך באשעפטיגט מיט א יאר צענדלינג צוריק? אדער ווייסט דען דער וואלף וואס א נאמען עס האט דאס לאנד אין וועלכער ער איז געבוירן? דאס פרובירן מיר, מענטשן, אנצוקלעבן אויף זיי. פארוואס אבער? פארוואס זאל א מענטש אליין זיך מוזן דרייען תמיד מיט א פאספארט אין טאש וואס זאל אים גענוי קענען צושטעלן צו א פלאץ, צו א סביבה, צו א קולטור און א ספעציפיש באגרעניצטן ווינקל אויפ’ן כדור הארץ? פארוואס זאל נישט דער מענטש זיין א פרייער באשעפעניש אין גאט’ס וועלטל גלייך ווי די פלאטערלעך וואס שוועבן צווישן בלומען און רויזן? פארוואס זאל נישט דער מענטש זיין א פרייער, גלייך ווי די פייגל אין די הימלען וואס לאזן זיך ארויס צווישן שנייאיגע בערג און בראשית’דיגע פעלזן?

פארוואס? רייסט זיך די קשיא נאכאנאנד פון פארבארגענע ווינקלען אינעם הארץ. פארוואס? פרעגט די נשמה, וועלכע ווארט קוים ארויסצולאזן זיך פונעם גוף, ארומצושוועבן א פראנק און פרייע אין די הימלישע ספערן. פארוואס? פרעגט זיך מיט א טרער דער נייער פרילינג-סעזאן. די פרישע ווינטן, די ארומנעמיגע פארשיכורנדע פאנאראמעס פון פריש-פארדעקטע ביימער, באצירטע מיט בלעטלעך און פרוכטן, זיי פרעגן זיך אלע: „פארוואס? פארוואס‟?

נארט זיך נישט! איר קענט דערויף קיין תשובה נישט געבן. דאס הארץ בלוטיגט פריי, און איז אליין אומקלאר מיט דער מענטשליכער ערשיינונג. אליין, מעגט איר טאקע ערליך גלייבן, זענען מיר גארנישט, און טאקע גארנישט. איך בין גלאט אזוי א מענטש. א מענטש, אן אייניקל פון אדם און חוה, מיט גענוי דעם זעלבן צאל גלידער, און אפילו מיט די זעלבע אומצוימבארע תשוקות, די תשוקות פון א קינד פון א פרוי אין א וועלט פון נאטור, די תשוקות פון א הייליגער קונסט, די תשוקות צו געטער און מוזעס, נימפעס און גייסטער, וועלכע דרייען זיך אין אלע עקן פון דער וועלט, און בענקען נאך א מענטשליכן קוש. איך בין גלאט אזוי א מענטש, אן אפשטאמלינג פונעם פארבאטענעם בוים, און מיין שפייעכץ גערט נאך אלץ נאך דעם גלוסטיגן רויטן עפל.

איי פארוואס בין איך דאך נישט דאס? אט דאס איז נישט מיין שולד. זעט איר דעם גוי קענגאיבער? ער רופט מיך איד. זעט איר דעם אפיקורוס פון דער אנדערער גאס? ער רופט מיך מאמין. זעט איר דעם ליובאוויטשער דארט ווייט? ער רופט מיך סאטמארער. זעט איר דעם וועלטליכן אט דא? ער רופט מיך פרומער. איך וואלט אפשר געוואלט דאס צוריקווארפן, נישט איינמאל דאכט זיך מיר אויס אז איך טאר נישט זיין קיין שקלאף צו דעם נאמען וואס פרעמדע האבן מיר אנגעקלעבט, נאר איך בייג מיך דאך. און א ברכה איז מיר וואס איך בייג זיך, וויבאלד א מוזיק אן קיין ריטם איז קיין מוזיק נישט…

פעלקער אנע גרעניצן איז א וועלט אן שפראכן, ס’איז א וועלט אן קולטורן, און ממילא א וועלט אן פארב. א וועלט אין וועלכער ס’זענען נישטא קיין צעטיילטע הערצער, איז דערין נישטא קיין צענדליגער הימנעס, מארשן און וואלצן. איז דערפאר טאקע א ברכה וואס די וועלט טאנצט אויף א ריטם פון דריי איבער דריי, לאזנדיג דעם מענטש פארשטומט, פארבליפט, אין ענדלאזע חלומות איבער וועלטן וואס זענען יא און זענען נישט בנמצא. אין אזא וועלט זענען טאקע דא מיינונגס-פארשידנהייטן, ס’זענען טאקע דא מלחמות איבער אידעאלאגיע, אבער דאס פייער איז א הייליג פייער, א צאנקענדיגער פלאם וואס שפינט זיך אויס אין א שלל פון לשונות און לידער, אין אומצאליגע געוויינען און געלעכטערס, אין ענדלאזע טרויערס און פריידן. און דוקא מיט דעם, און נאר מיט דעם, איז דער מענטש א מענטש – העכער דער גאנצער בריאה, העכער איבער אלעמען.

קשיא בלייבט אבער נאך אלץ קשיא, און כאטש טאקע די דערמאנטע ערשיינונג שטאמט מסתמא פון דער עסטעטישער עמפינדליכקייט אינעם מענטשליכן נפש, וואס איז באזירט אינגאנצן אויף דעפינירטע פערספעקטיוון און פארגעשריבענע ריטמען, מוז מען אבער האלטן אין זינען אז הינטער די עלעגאנטע שיכטן פון קונסט, רעליגיע, פאלק און קולטור, באהאלט זיך אויס א מענטש וואס בענקט נאך א ווייטערער עסטעטיק וואס נעמט איין אלע עסטעטיקן, און ווי שטארק מיר ליבן דעם מענטשליכן סטרוקטור, מוזן מיר געדענקען דעם אינערליכן שטורמישן באשטאנדטייל וואס וויל אונז בסך הכל דערמאנען אז די נשמה לאזט זיך נישט אינגאנצן דעפינירן. ווען א חסידישער איד שפאנט אריין אין א ספרדישן אדער יעקישן שולכל האט ער נאכנישט פארשוועכט די מענטשליכע עסטעטיק, און אפילו אויב ס’פארבלאנזשעט אמאל א חסידישער הוט אין א טעאטער, זאל נישט אויסגערעדט זיין, איז א ספק צי מ’קען דאס אורטיילן לויט דעם גאנצן חומר הדין.

נישט יעדער וואס רוקט זיך מיט אן אינטש אהער אדער אהין איז דערפאר שוין א שייגעץ אדער אן אפיקורוס, און נישט יעדער וואס פארזוכט אמאל פרעמדע מנהגים איז שוין דערפאר אומסטאביל. נישט יעדער וואס שטארט ארויס מיט עפעס איז שוין גורם צו פארדארבן דאס בילד. פארקערט גאר, אזעלכע ארויסשטארונגען דערמאנען אונז נאר ווידער און ווידער אז דער מענטש איז נישט קיין גולם, און נשמה איז נישט קיין מאטעריע. עפעס איז דא וואס איז שארפער און טיפער פון פערספעקטיוון, און לאזט זיך נישט אונטערדרוקן. עפעס איז דא וואס זוכט כסדר באפרייאונג, עפעס איז דא וואס רייסט זיך ארויס פונעם ארטיסטישן קייטל, און אפילו אויב ס’זאל טאקע האבן אינגאנצן ארויסגעפאלן פונעם בילד, קען אמאל זיין אז ס’וועט מיט זיין פארב זיך איבערגיסן ווייטער און אויסמאלן א גאנץ נייעם בילד, און דערמיט נאך באצירן די וועלט מיט מער פארשידנקייט.

דער מענטש וואס מוטשעט זיך מיט די קייטלען וואס נעמען אים ארום זאל אבער קיין טענות נישט האבן צו קיינעם, וויבאלד דוקא דאס איז די שיינקייט פון לעבן. ווען ס’וואלטן קיין קייטן נישט געווען, וואלט נישט געווען פון וואנעט זיך ארויסצורייסן, און דאן וואלט נישט שייך געווען צו מאלן נייע קייטן, און דאן וואלט נישט שייך געווען צו מאלן בכלל בילדער, אויפשטעלן סטאטוען אדער פראדוצירן מוזיק. דאס אלעס, סיי די קשיא און סיי איר לעזונג, געהערן ביידע צו דעם וועלטליכן וואונדער, און מיר דארפן זיי אייניג ארומנעמען. אויב איר פארשטייט נישט וואס איך מיין, נעמט ביטע א לידל פון א פראנצויזישן וואלס, אדער א ליד פון א רוסישער טרויקע, פארמאכט די אויגן און הערט זיך לאנגזאם איין, און איר וועט פארשטיין גענוי וואס איך מיין…