אט די מעשה וואס איך וועל אייך ערשט דערציילן האב איך מקובל איש מפי איש, פון עמיצן וואס האט עס מיט די אייגענע אויגן געזען פארשריבן אין אן אור-אלטן פנקס. דאס איז א מעשה נורא איבער אן אויפגעקלערטן איד, א מרה-שחורה’ניק אויף להכעיס, און וואס מיט אים איז זיך פארלאפן בעצם יום הפורים.
געווען איז דאס אין א פורים טאג. אין די גאסן דרייען זיך שיכורים, מוזיק הערט זיך אומעטום, און עמך ווי גוטע אידן צוגלייך לאזן זיך אין א טאנץ, אלעס דרייט זיך, אלעס פרייט זיך, איבעראל איז יום-טוב. ס’לעבט זיך ביי אידן! ס’איז פורים אויף דער וועלט! נאר משה משכיל’אוויטש אליין איז טרויעריג… ביי אים איז עס ווי תשעה־באב. ער קוקט זיך אום ווי אלע פרייען זיך און ער פארשטייט נישט לשמחה מה זו עושה.
ר’ משכיל’אוויטש שטייט אויף דער גאס און קוקט זיך איין ווי דער עולם שיכור’ט, ער באטראכט ווי אלעס ארום אים הוליעט, נאר עס בארירט אים גארנישט. ער גייט אריין אין א שולכ’ל און דערזעט אן עולם חסידים וואס שאקלט זיך ארום א רבי’ן, אלע וויינען און שרייען, איינער לאכט, א צווייטער קרעכצט, נאר אים ווילט זיך גיכער שטארבן. פון וואו נעמט מען דאס אזא שמחה? וויל ער וויסן. פון וואנעט? ווי עלנד איז דער מענטש, ווי הילפלאז קעגן די ווילדע ווינטן פונעם גורל, כאטש נעם און זאג איכה פון היינט ביז איבעראיאר וועסטו דעם טרויער אויך נישט גענוג קענען ארומנעמען. גייט מען און מ’שיכור’ט גאר? מ’הוליעט אויף וואס די וועלט שטייט? ווי קליין דארף זיין דער שכל צו קענען פארטרונקען ווערן מיט א גלעזל?… האט ר’ משכיל’אוויטש אומעטיג געקלערט.
פון ערגעצוואו שפראצט ארויס א בחור’ל און זינגט הויך „ליהודים!‟ ער זעט אפנים אויס אנ’געשיכור’ט, ער גייט פארביי ר’ משכיל’אוויטש און פרובט אים אריינצושלעפן אין א טאנץ. דאס פנים ביי משכיל’אוויטשן זעט אויס ווי ביי גסיסה לא-עלינו, ער קען זיך אבער דעם בחור’ל נישט קעגנשטעלן. דער בחור שלעפט אים און שלעפט אים, און דער בחור נעמט שפרינגען זינגענדיג. ר’ משכיל’אוויטש קען עס מער נישט פארטראגן, ער רייסט זיך ארויס פונעם בחור און אנטלויפט… ווייט ווייט.
לויפנדיג האט ר’ משכיל’אוויטש געקלערט ווי מאדנע ס’זענען די וועגן פון גאט. אין דער זעלבער צייט וואס ער שיקט אראפ פאר אזויפיל מענטשן עמערס מיט שמחה, מוז ער אים דוקא שיקן א פולן עמער מיט מרה-שחורה. פון וואנעט נעמט זיך דאס? כאטש נעם און דערווארג זיך. ר’ משכיל’אוויטש פרובירט אין אמת’ן זייער שטארק צו באהאלטן דעם פאקט וואס ער איז א משכיל. ער האט דאס קיינעם נישט דערציילט, וויבאלד ער וויל זיך מיט די קנאים נישט אנטשעפען. קוים באמערקט נאר עמיצער זיין טרויעריג פנים וועט יענער באלד פארשטיין אז דאס איז א משכיל, און אך און וויי איז דאן צו אים…
נאר וואס מיינט איר? יענער בחור האט, ווייזט אויס, געהאט א חשד איבער אים און דערפאר טאקע גענומען אים נאכלויפן. ר’ משכיל’אוויטש אנטלויפט און דאס בחור’ל לויפט נאך אים. דער אטעם ביי משכיל’אוויטשן ווערט אלץ קורצער און קורצער, אבער די שטרעקע צווישן דעם בחור און דער משכיל ווערן אויך אלץ קורצער און קורצער. אט, אט און דער בחור וועט אים דעריאגן. ר’ משכיל’אוויטש האט פרובירט איבערצושפרינגען א צוים, האט זיך אים אויף צולהכעיס איבערגעריסן די בעקיטשע און זיך פארהאנקערט אינעם צוים, און… דער בחור האט אים דעריאגט!
„דא ביסטו!‟ האט דער בחור אויסגעשריגן. „דא ביסטו, דו קאלטער מתנגד! מיינסט, אז אפילו פורים איז א מצווה זיך צו ווייקן אין מרה-שחורה? דו פארזויערטע לימענע!‟ אט אזוי האט דער בחור געשריגן און ר’ משכיל’אוויטש האט לייכט אפגעאטעמט. אבי דער בחור האלט אים נאר פאר א מתנגד, און נישט עפעס ערגערס פון דעם…
דער בחור האט געלאכט אין א ווילדן שיכור’שן געלעכטער. „קום מיט מיר, קום צוריק אין שול, איך וועל דיר ווייזן וויאזוי מ’פריידט זיך מיטן ריבונו של עולם. איך וועל דיר ווייזן וואס דאס טייטש וגילו ברעדה‟. און מיט די ווערטער האט דער בחור גענומען שלעפן דעם אומגליקליכן משכיל צוריק אין שול, בעת ביי יענעם דרייען זיך די קישקעס פון גרויס עצבות. קיין צוויי ברירות האט ער נישט געהאט און אז ער איז אנגעקומען צוריק אין שול, האט ער געמוזט טאנצן מיטן שיכור’ן בחור.
דאס פנים ביי ר’ משכיל’אוויטשן האט געפלאמט פון בושה. טאנצן? אין א שול? דאס איז דאך אזוי נישט לויט זיין כאראקטער. „גאט!‟ האט ער געבעטן שטיל אין הארצן, „עפן די ערד אונטער מיינע פיס און זאל זי איינשלינגען מיך מיטן בחור אינאיינעם‟. נאר גאט האט זיך צו זיין תפילה נישט צוגעהערט, אפשר ווייל ס’איז אים געקומען אן עונש פאר דעם וואס ער איז א משכיל.
האט דער גרויסער רבי דערזען א גאסט אין שול, וועלכער טאנצט אזוי שיין, האט ער אים צוגערופן צו געבן אים שיריים. און ר’ משכיל’אוויטש האט קיין ברירה נישט געהאט, און געמוזט צוגיין צום רבי’ן אפנעמען די שיריים. געווען איז עס גראד א שטיקל סעלמאן פיש וואס דער רבי האט איבערגעגעבן ר’ משכילאוויטש’ן דירעקט אויפ’ן האנט-פלאך. קוים האט ער זיך אוועקגערוקט פונעם רבי’ן, ווען ס’האט זיך אים געדאכט, אז קיינער זעט נישט, האט ר’ משכיל’אוויטש אודאי געגעבן א טראסק אראפ דאס שטיקל פיש פון דער האנט און געוואלט לויפן זיך אויסזוכן א קראן צו וואשן די הענט. אבער נאך איידער ער האט פארכאפט דאס צו טון האט אים דער רבי נאכאמאל צוגערופן.
„וויאזוי הייסט איר?‟ האט דער רבי געפרעגט. „מ’רופט מיך משה‟, האט דער משכיל געענטפערט. „נו גוט, איר האט אפשר עפעס א געדאנק אויף דער מגילה, ר’ משה? האט דער רבי געפרעגט אין א ליבליכן טאן. ביי ר’ משכיל’אוויטשן האבן הענט און פיס גענומען ציטערן. אויף א רגע איז אים דורכגעלאפן א מחשבה’לע, ווער ווייסט, צי דער רבי איז נישט מרגיש די כמו-אפיקורסות זיינע? ער האט זיך אבער תיכף געשטארקט, וויסנדיג אז אין אזעלכע זאכן גלייבן נאר די פשוטי העם, דער אלגעמיינער המון, און אוודאי נישט עמיצער וואס האט נאר כאטש אמאל אין זיין לעבן געליינט ספרים חיצונים… „דער רבי קען נישט תופס זיין קיין מחשבות‟, האט ר’ משכיל’אוויטש פעסט געזאגט צו זיך אליין, „פארקויף אים נאר עפעס א תורה’לע אויף דער מגילה, מורמל עפעס אויס א געדאנק און פטור אן עסק‟.
„ס’שטייט אין פסוק‟, האט ר’ משכיל’אוויטש אנגעהויבן, „ודתיהם שונות מכל עם… המן האט געזאגט אז די אידן זענען פוילאקעס, יעדן טאג האבן זיי אנדערע תירוצים צו טאנצן און פראווען יום-טוב.
אמאל איז פסח און אמאל איז פורים… שטעלט זיך די קשיא, ווי האט המן געקענט זאגן אז אידן מאכן אמאל פסח און אמאל פורים, אין המן’ס צייטן איז דאך נאך קיין פורים נישט געווען?‟
אז דער עולם ארום האט געהערט די קשיא האבן אלע שטארק געלאכט. דאך א ריכטיגע פורים’דיגע קשיא, אן קיין הענט און פיס. איז מען שוין נייגעריג געווען צו הערן דעם תירוץ. ר’ משכיל’אוויטש האט זיך א קראץ געטון אין שטערן, ווי עמיצער וואס פרובירט זיך צו דערמאנען דעם תירוץ אויף דער קשיא, און באלד ממשיך געווען: „דער תירוץ אויף דעם איז אזוי: פורים איז טאקע נאך דעמאלט נישט געווען, אבער דאך האבן אידן שוין דעמאלט געטאנצט יעדן מאנטאג און דאנערשטאג. היינט איז עס מיט א תירוץ און דעמאלט, אין דער צייט פון אחשוורוש, איז עס געווען אן א תירוץ…‟
אז דער רבי האט געהערט דאס פשעטל האט ער זיך פארטיפט, אפנים פארפלויגן אין די העכערע וועלטן, און באלד דערנאך זיך האסטיג אויפגעשטעלט און זיך גענומען שרייען אויף ר’ משכיל’אוויטש: „יא, יא! און אט דאס האט געשטערט פאר המן’ען. טאקע דאס גופא, וואס אידן טאנצן און מאכן זיך פרייליך. אים האט עס די אויגן אויסגעשטאכן וואס אידן לאזן זיך אין א טאנץ…. און אזוי איז עס ביי אלע המן’ס, אין אלע דורות, אז זיי קענען נישט צוקוקן ווי אידישע קינדער פרייען זיך‟.
ביי ר’ משכיל’אוויטש האבן גענומען טרייסלען הענט און ביינער, דער עולם ארום האט פארשטאנען דעם ווינק, האט מען זיך א כאפ געגעבן איבער אים און געוואלט אים צורעכט מאכן. מ’האט אים הייסט עס געכאפט ביי דער מעשה. א משכיל! המן’ס אן אייניקל! דער רבי האט א הייליגן בליק… ר’ משכיל’אוויטש האט דערפילט די סכנה, האט ער תיכף ומיד געכאפט הענט און פיס און אנטלאפן וואוהין די אויגן האבן אים געטראגן. הכלל, חסידים דערציילן, אז פון נאכדעם וואס יענע עובדא איז זיך פארלאפן, איז מער נישט געווען אזא זאך אין דער שטאט אז א איד זאל זיך ארומדרייען פורים מיט א זויערן פנים.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.