Yiddish with an Aleph

גאטעניו! א סתירה אין דער בריאה?

Lord! A Contradiction in One’s Being

פֿון ואיה וענה

  • Print
  • Share Share
Getty Images

איין גרויסע קשיא האב איך אויף גאט’ס וועלטל, איין קשיא אויף וועלכער איך פאדער א תירוץ. ווי קומט דאס, אז גאט האט באשאפן זיין וועלט אויף אזא אופן, אז מ’קען אין איר איבערלעבן נאר מיט אומגלייכקייט, געדרייטקייט און מאניפולירונגס-פעאיגקייטן? ווי קומט דאס אז גאט, וואס פאדערט פון מענטשן יושר, זאל אוועקשטעלן די וועלט דוקא אזוי, אז מ’זאל אין איר קענען לעבן נאר אן יושר? הלמאי, פרעג איך, האט גאט געשריבן אין דער תורה “ועשית הישר והטוב” בעת ער האט די וועלט אויסגעשטעלט דוקא פארקערט? פרואווט מען נאר גיין אויפ’ן גלייכן וועג, זייענדיג פארדרייט פון דעם שיגעון, וואס רופט זיך “אידעאליזם”, איז מען אויסגעשטעלט צו ליידן, פאלט מען ממילא, ווי א רייפע פרי אין די הענט פון די טרוקענע רעאליסטן, וועלכע פארשטייען וואס לעבן הייסט… ס’גייט נישט! ווייניגסטנס נישט אויף דעם עולם השפל.

שטימט דאך נישט. איז דאך מעיקרא קשיא. ווען גאט האט געוואלט באשאפן די וועלט, האט ער זיך מיט דער תורה פריער מתייעץ געווען, אזוי שטייט דאך געשריבן, איז ווי קומט דאס טאקע, אז דער ענין איז נישט אויסגעגליכן געווארן נאך איידער די יסודות זענען געשטעלט געווארן אויף די בראשית-וואסערן? פארוואס טאקע קען פון פרינציפ אויס נישט זיין א וועלט, וואו אלע זענען קעניג און טיילן זיך מיטן זעלבן קרוין? פארוואס זאלן בכלל מוזן זיין אזעלכע, וואס זענען דאמינאנט? אין תוך גערעדט שטעקט דער עיקר סוד פון כמעט יעדער מענטשליכער הנאה אויף דער וועלט אין דאמינירן אנדערע, אין זיין מער ווי אנדערע און בעסער ווי אנדערע.

וויל אבער איינער דוקא זיין א תמים, ווי אין פסוק שטייט, טאקע גארנישט אנדערש, איז ער א שפילעכל אין די הענט פון די וואס האבן אויגן אויפ’ן פלאץ און צוויי פיס אויף אונזער ערד. זאל דער תמים חושד זיין, אז מ’פירט זיך נישט מיט אים לויט די העכסטע פרינציפן פון יושר און ערליכקייט? פארוואס זאל דען א אידיש קינד זיין א חושד בכשרים? וואס פלוצעם זאל אים אזא געדאנק קומען אין קאפ אויף גאט’ס א בריאה? אז אים זשומעט נאר אזא מחשבה’לע אין מוח, שרעקט ער זיך זי זאל אים נישט קאליע מאכן די נשמה, און ער פארטרייבט זי ווי מ’פארטרייבט א זשומעדיג פליגעלע.

נאר אויך דער תמים דערקענט אמאל, אז די וועלט געהערט צו די בריה’ס, הייבט ער דעמאלט אויף די הענט צום הימל און שרייט אויס זיין אייגנארטיגע אויפריכטיגע טענה: “געוואלד! הימלען עפנט אייך, שפאלט אייך, וואו איז יושר? הלמאי? ווי קומט דאס צו גאט אזא זאך? צו געבן זיי דעם ערשטן פלאץ? הייסט דאס, אז גאט בעפארצוגט דוקא די אונטערוועלטניקעס?…” און די הימלען שלינגען איין אין זיך די טענה, זיי הערן, אבער שטוינען נישט. זיי זענען שוין געוואוינט צו דעם. פון ששת ימי בראשית אן שרייען די שוואכע קעגן הימל, היתכן גאט דערלאזט די שטארקערע צום רודער? היתכן ער לאזט די גראבע חברה אויסנוצן די שוואכערע לויט זייער אייגענעם געשמאק?

וויפיל מיליאנען “פארוואס” האבן שוין די הימלען געהערט זייט דעם וועלט-באשאף. איינער שרייט “פארוואס די אידן?” א צווייטער “פארוואס די צדיקים?” און א דריטער שרייט “פארוואס קליינע קינדער?” דערצו ווענדן דוקא אלע זייערע פראגן צום הימל. יעדערער פאר זיך הייבט הענט און אויגן אויף ארויף, יעדער ווארפט צום הימל די טענה און פאדערט טאקע, אז עס זאל זיך שפאלטן, עפענען, פריי מאכן א וועג… נאר די הימלען זענען שוין צו דעם צוגעוואוינט, דערשרעקן זיי זיך נישט פון א מענטשליכן געשריי. זיי דערווארטן עפעס פריש, עפעס מער חידוש’דיג, עפעס אזוינס וואס די האר פון קאפ זאלן זיך קאפויער שטעלן.

נו מילא, נאך א “פארוואס” פון עפעס א גוטיטשקן אויף דעם עולם השקר… אט די ווייכע אויסגעלייטערטע פנימ’לעך, מיטאמאל א ווערימל קענען זיי טשעפען, ווערן מיר מיטאמאל אזעלכע בריה’ס, ציען זיך אויס די קערפער, און צייגן מיט א דראענדיגן פינגער צום הימל… א געלעכטער! אויב שפאלטן זיך הימלען, איז עס נאר פון דעם דונערדיגן געלעכטער… כי כי כי!