Yiddish with an Aleph

ישיבות למצויינים – ווער איז שולדיג?

The Exclusive Yeshivas – Who is Guilty?

פֿון בן זומא

  • Print
  • Share Share

א סך איז שוין געזאגט און געשריבן און געשאלטן געווארן איבער דער דערשיינונג פון “ישיבות למצויינים” – די מאדנע באשעפעניש וואס רופט זיך “מוסד חינוך”, אבער טוט נאך ווייניגער ווי אנדערע אויפ’ן געביט פון אייגנטליך מחנך זיין. דורכשניטליכע ישיבות זענען געווידמעט דורכשניטליכע בחורים, און דעם דורכשניטליכן בחור דארף מען מחנך זיין. ישיבות למצויינים זענען געווידמעט פאר בחורים וואס זענען בעסער ווי דעם דורכשניט; זיי זענען בטבעם שארף אויסגעשלאסן פונעם כלל “פרא אדם יוולד.” די איינציגע זאך וואס דארף זיי צוגעשטעלט ווערן זענען שיעורים וואס האקן א טשייניק מיט האר-שפאלטנדע פלפולים, און אין אויסטויש דינען די תלמידים ווי גלאנץ-זייף צו האלטן און פארשענערן דעם קאלעקטיווען עגא פון דעם מוסד.

דער פענאמען איז עקלדיג. די שאלה איז נאר ווער ס’איז דערין שולדיג. עקלדיג – נישט סתם אומ’יושר’דיג – איז ער ווייל ער דינט נישט קיין שום צוועק וואס שייך חינוך אדער דער וואוילזיין פון די תלמידים. יעדער ווייסט אז דאס גאנצע עסק איז א שפיל, וואס הייבט זיך אן און ענדיגט זיך מיט “שידוכים” – וואס הייבן זיך אן און ענדיגן זיך אויך מיט אלערליי חשבונות און השפעות וועגן גאווה און גלאנץ ביי מענטשן וואס טוען דאס זעלביגע פאר די אייגענע סיבות. אבער דאס אליין אז די דערשיינונג איז מיאוס, ווארפט נאכנישט אויטאמאטיש ארויף די שולד אויף די גרינדערס און ראשי ישיבות.

לאמיר אוועקשטעלן צוויי פשוט’ע הנחות. די ערשטע איז, אז רוב מענטשן אינעם חינוך-פעלד האבן גוטע כוונות, און די צווייטע, אז קיינער פון די ראשי ישיבות זוכט נישט דורכצופירן קיין רעוואלוציעס. לאמיך זיך מסביר זיין. רוב מנהלים, ראשי ישיבות, מגידי שיעור זענען נישט קיין שלעכטע מענטשן – יעדנפאלס, נישט ערגער ווי דעם דורכשניט. זיי האבן געלאנדעט אין דער וועלט פון חינוך, ווייל דאס איז געווען דער נאטירליכער אויסוואל פאר עמיצן פון זיין משפחה אדער סביבה, אדער איז די חינוך-פאזיציע, בירושה צי דורך אן אנדער וועג, אים אריינגעפאלן אין די הענט.

כיוצא בו, די חינוך-מענטשן זענען בדרך כלל נישט קיין רעוואלוציאנערן אדער מענטשן מיט א ציל אריינצוברענגען אינעם מארקעט א חידוש. זיי זוכן צוצושטעלן א פראדוקט וואס דער עולם פארלאנגט. אין אנדערע ווערטער: מענטשן ווי מיר אלע, מיט צילן און כוונות ענליך צו די פונעם געווענליכן מענטש. עס זענען צווישן זיי פאראן גוטע און נישט-אזוי גוטע, פלייסיגע און פוילע, איבערגעגעבענע און מהיכי-תיתי’ניקעס. די מענטשן זענען בעצם נישט שלעכט און דער פראדוקט וואס זיי שטעלן צו איז די זעלבע וואס דער עולם, דער פאטענציעלער קליענט, פארלאנגט.

ווען דער דורכשניטליכער טאטע פון א מצויין-בחור וואלט ענדערש געשיקט דעם זון זיינעם אין א געווענליכער, דורכשניטליכער ישיבה אנשטאט אין איינער פון די באגלאנצטע, צעשפיגלטע “ישיבות למצויינים”, וואלטן די דאזיגע מוסדות פשוט פארשווינדן. קיינער וועט נישט עפענען א “וויקטאָריאַס סיקרעט” געשעפט אין מאה שערים, א “קענטאָקי פרייד טשיקען” אויף ליע עוועניו, אדער א “לשכת הסופרים” אין מעקאַ. אויב ס’איז נישטא קיין פארלאנג, וועט עס קיינער נישט זוכן צוצושטעלן.

דאס מציאות איז, אז א מצויין-בחור וועט אנקומען צו א ישיבה למצויינים; ס’איז אויך א פאקט, אז אויב א טאטע זאל זיך דערוויסן אין זיין זונ’ס כיתה געפינט זיך א בחור מיט אן אייפעד מיט אינטערנעט וועט ער זיך באקלאגן צום מגיד שיעור, און מסתמא פארלאנגען אז איינער פון די צוויי, זיין זון אדער יענער בחור, זאל פון דער כיתה באזייטיגט ווערן.

דער ראש-ישיבה פון אזא מצויינים-אנטשטאלט קען (און אפשר וועט) מיט אייך מסכים זיין, אז דער מהלך איז נישט אויסגעהאלטן. ער ווייסט אבער אויך, אז אויב ער זאל פארמאכן (אין “פארמאכן” איז שוין אריינגערעכנט ארייננעמען נישט-מצויינים) זיין ישיבה, וועט באלד אויפקומען א צווייטער וואס וועט דעם סערוויס יא צושטעלן. און קליענטן וועט יענער האבן, ווייל דער פאקט באווייזט דאך אז די ישיבות למצויינים קלויבן זיך בחורים, נישט פארקערט.

מסקנת הדבר במילא איז, אז די גרינדערס, אנגעשטעלטע, און אויפהאלטערס פון די עליט-ישיבות זענען בעצם נישט שלעכט און ליידן אויך נישט פון א פארקרימטן מהלך אין יושר. זיי זענען פראקטישע מענטשן, וואס קלויבן זיך אויס דעם בעסטן פאך וואס די אומשטענדן דערלויבן זיי און שטעלן צו דעם סערוויס פאר וועלכן עס איז דא א געברויך.

שולדיג זענען מיר אליין, דער המון-עם, טאטעס פון בחורים, עלטערן פון קינדער. מיר זענען די וואס זוכן דעם סערוויס; מיר זענען די קליענטן, און מיר שטעלן צו די סחורה פאר’ן געשעפט. די עלטערן פון מצויינים-בחורים זענען נישט ברוגז אויף די עליט-ישיבות. אפגעזען פונעם ניגון וואס זיי זינגען פאר אנדערע מענטשן, זענען זיי העכסט צופרידן מיט’ן קנאק-און-קלאנג ישיבה. אנדערש וואלטן זייערע קינדער זיך דארט נישט געפינען. ברוגז זענען די, וואס קענען נישט געניסן פון דעם שידוך-סגולה סיסטעם. זיי זענען די וואס שרייען זיך אויס די לינגען; זיי זענען אבער אויך די, וואס וואלטן זיך צוגעכאפט צו דער געלעגנהייט פון דארט איינשרייבן זייער קינד, אויב זיי זאלן נאר האבן די מעגליכקייט.

ס’איז גרינג צו ווארפן די שולד אויף די ראשי ישיבות. זיי זענען דאך די, וואס פארקויפן דעם פראדוקט. דער אויסקוק איז אבער אויבערפלעכליך און פאלש – און רירט, בכל אופן, נישט אן דעם יסוד פון דער פראבלעם – וואס וועט בלייבן על מכונה אזוי לאנג ווי מיר וועלן נישט איינשטעלן א פונדאמענטאלן טויש אין אונזער טראכטן.