Yiddish with an Aleph

כמעט א משכיל

A Dip into Secular Literature

פֿון ואיה וענה

  • Print
  • Share Share

א ווייסע פלארעסענט האט באלויכטן דעם צימער, פון אלע זייטן איז געווען אנגעלייגט מיט ספרים און ביכער פון פארשידענע מינים. א חומש און א גמרא דירעקט איבער ביכער פון ש”י עגנון, שלום עליכם, חיים גראדע און באשעוויס-זינגער. דירעקט אינמיטן, איבער א שרייב-טיש וואס האט זיך קוים געקענט ארויסזען, איז זיך געזעסן איציק און געצויגן די ווערטער ווי מ’ציט וואסער אין א שטרוי. ש”י עגנון’ס ווערק האט ער אפגעליינט אין א אידישער איבערזעצונג, און פון שלום עליכמ’ן האט ער געהאט דוקא נאר אן איבערזעצונג אויף לשון-הקודש. מילא ליינען עגנון’ען אויף אידיש, קען מען נאך ווי עס איז אראפשלונגען, וויבאלד עגנון איז דאך ווי נישט אויסגעבוירן אויף אידיש און האט דעם סארט לעבן געהאט אינעם מוח, אבער שלום-עליכם אויף לשון-הקודש, דאס האט שוין עפעס צו שטארק א שעטנז טעם. נאר וואס קען מען טון? עפעס אנדערש האט ער נישט געטראפן ביים צווייט-האנטיגן ספרים-סוחר, און איציק איז צופרידן געווען מיט וואס ער האט.

פון באשעוויס’ן איז איציק נישט צופרידן געווען. ס’האט זיך אים נישט געפּאָרט מיט דער גמרא, אבער דער יצר-הרע האט אים אויך אין דעם געהאלטן אין דער האנט. באשטימט אז ער מוז קענען אלע ליטעראטור, האט ער נישט געוואלט צענזורירן דעם יא און יענעם נישט. האט ער שוין ממילא גענאָסן פון דער פאלקסטימליכקייט פון די אידישע שרייבער, און אז ער איז אנגעקומען צו א מעשה מיט א יענטל צום ביישפיל, האט ער עס גיך אפגעליינט, איינס צוויי, און געהאפט אז ס’זאל אים נישט פאררעכנט זיין קיין עבירה. משל למה הדבר דומה? צו יענעם וואס האט מורא געהאט צו פארן אויף א בריק, טאמער וועט עס איינפאלן פונקט דעמאלט ווען ער פארט אויף אים, האט ער באשלאסן צו פארן זייער שנעל אויפ’ן בריק, אזוי אז פאר-וואס-ווען זאל ער שוין זיין אויף דער אנדערער זייט.

מאכט זיך א מעשה און דאס ווייב זיינע טרעפט ביי אים, נישט עפעס אנדערש ווי באשעוויס’נס ביכל, און דוקא אזוי, מעשה שטן, עפנט זי און קומט אן דוקא צו א מעשה מיט א איד וואס האט זיך פארשטעלט אויף א שד און אפגעטון אזעלכס וואס איז בעסער אז מ’דערמאנט נישט אינמיטן דאווענען. ס’הייסט נישט נאר אינמיטן דאווענען, נאר דאס זאגט זיך אזוי משום לשון נקייה. פארשטייט איר דאך וואס איך מיין. ביי זיך באשליסט זי צו פארברענען דעם ספר און דער שלום-בית, קענט איר זיך שוין פארשטעלן, הייבט אן אונטערהינקען. איציק איז ברוגז ביי זיך פארוואס דאס ווייב האט נישט ענדערש געקענט טרעפן כאטש עפעס א פילאזאפיש ביכל, אזא אין וועלכן זי וואלט די אויגן פארהאנקערט נאך איידערן אנהייבן ליינען. פון אלע ביכער האט זי פונקט דאס געמוזט טרעפן? א סברא אז זי האט באמערקט אז ער פרובירט דוקא דאס צופיל צו באהאלטן און זי האט געפילט אז זי מוז דערשמעקן וועגן וואס ס’גייט די רייד.

אומזיסט האט איציק פרובירט מסביר זיין דעם ווייב אז ער איז נישט אויסן דעם אינהאלט, נאר געוואלט אזוי צו זאגן דערשמעקן וואס א מין מענטש דער שרייבער איז, וויאזוי דאס פאלק ווערט ביי אים באטראכט, און וויאזוי ער זעט גאט, די נשמה, עולם הזה, עולם הבא, און נאך אזעלכע זאכן. דאס ווייב האט אים אנגעקוקט ווי דער האן אין בני-אדם, נישט געוואוסט וואס ער באמבקעס אויס פון מויל, נאר ליינען מאמע-לשון האט זי נאך געקענט אזוי גוט ווי ער, און אז זי האט געזען וואס ער ליינט האבן איר קיינע הסברים נישט געפעלט. האט איציק געוויינט, האט זי געשריגן: גוט וואס דו וויינסט, טו כאטש תשובה אויף דעם, וואש דיר אויס די אויגן אויף דעם וואס דו האסט געליינט. און אז איציק האט נאכדעם חרטה געהאט פאר’ן ארויסווייזן שוואכקייט פאר’ן ווייב איז שוין צו שפעט געווען. הלמאי די תורה זאגט “והוא ימשל בך”, האט איציק נישט פארשטאנען. אויב ס’קען דאס ווייב אזא מין מורא אנווארפן אויף א מאן, ווי וועט זיך דער פסוק באקומען פשט לויט’ן רלב”ג?

גייט אריבער צוויי וואכן און דער רב טרעפט איציק’ן אין שול, רופט אים אפ אין א זייט, און נעמט אים מוסר’ן וואס ער ליינט אזעלכע זאכן. ביי איציק’ן פארגייען זיך ווידער די אויגן אין טרערן, שווערט זיך ביי אלעם הייליגן אז דאס האט ער נישט געמיינט דעם אינהאלט, נאר דעם רב האט ער נישט געקענט זאגן וואס ער האט יא געמיינט. צום ווייב האט ער באקומען א שווער געפיל, נישט חלילה א שינאה, נאר דאך עפעס אזא וואס האט זיך גענומען אין אים נאגן און צום סוף אפילו חלומ’ען וועגן א גט. האט אים אבער אנגענומען א רחמנות, וואס זי וועט בלייבן אליין מיט זיבן קינדערלעך, און ער האט באשלאסן אז ער איז א בעל-נפש, א איד וואס לערנט אי גמרא, אי הלכה און מוסר, דערצו נאך שלום עליכם, עגנון און חיים גראדע, וועט ער אזא סם נישט לאזן דורכגיין אין מוח אפילו אויף א רגע.

יארן זענען געלאפן, איציק האט קיינמאל נישט פארשאפט זיך דעם שלום עליכם אינעם אריגינעל אויף אידיש, און אזוי עגנון’ען אויף לשון-הקודש. דעם רלב”ג אויף “והוא ימשל בך” האט ער שוין בעסער פארשטאנען, און אפילו נאך א פאק מיט מדרשים און מפרשים צו דעם אויך. געגלייבט האט ער אז ס’איז א מעטאפארע און דער פסוק מיינט נישט ממש “והוא ימשול”, נאר אזוי צו זאגן אז זי זאל טרייבן מיטן בעזעם און ער זאל פארהאקן די טיר ארויסגייענדיג אין בית-המדרש. פון זיבן קינדער איז געווארן זיבעצן, און פון זיבעצן איז געווארן זיבעציג – קינדער און אייניקלעך. געלעבט האט זיך דאס פארל נישקשה’דיג גליקליך, שוין אפילו פארגעסן די מעשה מיטן ביכל, נאר צווישן די ווענט אין זיין ספרים צימער איז געבליבן די געשיכטע איינגעקריצט. זאלן אידן וויסן און זען זיך אפלערנען א מוסר השכל, און זאלן מיר טאקע זוכה זיין ס’זאל זיין ביי אונז אלע שלום ושלוה און אלעס גוטס. אמן.