Yiddish with an Aleph

מיינע מזרח’דיגע ווארצלען

My Eastern Roots

פֿון ואיה וענה

  • Print
  • Share Share

ווי א איד, קומט מיר אפט אויף דער ריח פונעם מזרח אין דער נאז, געמישט פון אפרסמון, מור און קינמון און נאך צענדליגער שפריצן פון בשמים. ווי א איד קומט מיר אפט אויף דער געוויין פונעם אריענט, גלייך מיט דער איבערוועלטיגנדער תשוקה און נאקעטקייט פון נאטור. ליינענדיג די שירה פון אז ישיר שטעלן זיך מיר טויזנטער סעמי-אראבער, בעדואינער און בעדואינקעס, מיינע אור-עלטערן, און זיי האלטן אין די הענט מאדנע קלעזמער געצייג, אזעלכע וואס איך האב קיינמאל נאכנישט באגעגנט. די קלעזמער מאכן מאדנע קולות וואס שרייען אויס אין מזרח לשון עפעס אן אורצייטיגן אלטערטימליכן קלאנג. עפעס דערמאנען זיי אין דעם אראבישן “עוד”. די פלייטן וואס די שלאנקע ווייס-ברוינליך באבערדלטע בעדואינער האלטן אין מויל, דערמאנט זייער דאס קול פונעם “נאיה”, ס’איז אבער נישט פונקט דאס.

מרים, די שוועסטער פון אהרן און משה, זינגט אין דער שטימע פון א זינגפויגל, ווארפנדיג די טענער אין כאראקטעריסטישע “סלסולים” וועלכע רייסן דאס הארץ. זי פירט אן א גרופע פרויען וואס טאנצט מיט די אראבישע פייקלעך. די קעפ זייערע זענען באצירט מיט א מין קרוינען, די קליידער מיט גלעקלעך ביי די זוימען קלינגען צו ביים טאנצן, בעת די קערפער זייערע ווארפן זיך הין און צוריק, דאס מאל יא גענוי ווי די אראבישע מיידן. מזרח! מזרח! איך בין א איד פונעם מזרח און מיין נשמה רעדט אינגאנצן אין מזרח שפראך. מיין ליבע צו דער העברעאישער שפראך, צו סעמיטיזם, אלטערטימליכקייט און אריענט ווייקן זיך אלע פונאנדער און טרעפן זייער סיפוק אין די שורות פונעם תנ”ך, אין דער גמרא’שער אראמיש און די פומבדותא’ער געסלעך. שולמית איז א געליבטע, אזא ווי נאר א מזרח מענטש קען ליבן, און די אלטיטשקע וואס האט זיך צעשריגן אויף דעם וואס האט צוגע’גנב’עט פון איר א שטיקל ברעט פאר דער סוכה, ווי דערמאנט אין לולב הגזול, האט מן-הסתם געשריגן “ינעל אבוכ!” “יא חמאר!”

מיין פאלק איז פון מזרח און איך בין א מזרח מענטש. ווי אינטערעסאנט איז דער געדאנק און ווי היימליך איז דאס געפיל. דער טרויער פונעם מעלאדישן מינאר זינגט ארויס פון די געשריבענע שורות פון איכה און דערוועקט מיין הארץ. „די שטאט ציון… די מיידלעך פון ציון…‟ מזרח! מיין מזרח! איך בין א איד פונעם אריענט. מיין אידישע שפראך איז געטונקען אין העברעאיזמען וואס באגלייטן איר צו יעדער צווייטער און דריטער ווארט און זאגן עדות אויף מיין שייכות צום מזרח. אמאל ציפט מיך וואס איך האב נישט דעם ברוינליכן פארב וואס זאל מיך אפ’חתמ’ען צו מיינע ווארצלען, צוריקגעבן צו דער מאמען און שלום דער צוויי-טויזנט יעריגער גלות אייראפע. איך בין א מזרח-מענטש, שטאם פונעם מזרח און פיל דאס אין די אדערן.

ס’איז נישטא קיין פרייד וואס קען זיך גלייכן צו מיין פרייד און קיין טרויער וואס קען זיך גלייכן צו מיין טרויער. נישטא קיין ביטערניש וואס קען זיך צופאסן צו מיין ביטערניש און קיין תשוקה אין דער וועלט וואס איז גלייך צו מיין תשוקה, וויבאלד איך בין א איד פונעם מזרח. איך בין איבערגעפלאנצט געווארן אין אייראפע ווי א פרעמדע פלאנצונג, נאר כדי צו הערן נאך א קנאפע צוויי טויזנט יאר ווי די נשמה מיינע אטעמט נאך אינעם זעלבן אריענטאלישן פייער, נאר כדי צו פילן אויף אייראפעאישער ערד דעם טעם פון די טרערן, ווי זיי פילן זיך אין די אויגן פון די אלטערטימליכע העברעער. מיין ליבע אריענט! שטארק ווי שטאל זענען דיינע ארמען וואס נעמען ארום דיינע קינדער, צו פארזיכערן זייער אייביגן נאמנות צו דיר. איך געב דיר גערן מיין האנט אין א שבועה. איך בין דיינס און בלייב דיינס.

איך זע אין א פארנעפלטן בילד דעם אנהייב פון אונזער פאלק. די קעניגן דוד און שלמה, טיפע ארינטעאלישע גייסטער, אין דער פולסטער ביבלישער פראכט, שטעלן אוועק זעלנער איבער די טורמען פון דער אלטער שטאט יבוס. יענע שטייען פון אויבן און באטראכטן די גאנצע שטאט, די פולע בערג ארום און ארום, ווען דאס קול פונעם קוואל ענטפערט די טוויטשען פון די „זמיר‟ פויגלען אין הימל. אויף דער גאס שפאצירן העברעעאישע יונגעלייט, די שווערדן באפעסטיגט אין די שיידן, זייט ביי זייט מיט די טעכטער פון ציון, אויסגעפוצטע אין א ביבלישן סטיל. די גאס אטעמט מיט מזרח, די לופט וויברירט אין מזרח-לשון און דער בלויער הימל איז אן אנדער בלוי איבערן לאנד פון מזרח. די אויגן פון גאט קוקן שטענדיג איבער דעם, און דער פשטות פון לעבן איז צוזאמענגעגאסן אין הייליגן גלאנץ. מיין מזרח! איך בין דיינס און בלייב דיינס.

איך הער דאס קול פון די ביבלישע „מקוננות‟ אין א מין יאמערן וואס מ’קען אין דעם מערב גארנישט געפינען. אנטקעגן קומען די פרויען ענטפאנגען די קריגסלייט פון מלחמה, און א כאר פון אריענטאלישן גארגלען זיך פלאטערט ווידער דאס הארץ. מיך וואונדערט אויף דעם פערפעקטן גראמאטישן צוזאמשטעל פון אונזערע בעדואינקעס, אונזערע אייגענע טעכטער פון ציון, און די מענערישע זיכערקייט וואס שטעקט אין די פראזן פון זייערע מארשן און קלאגלידער. א סברא אז דער מזרח איז זיי אינעם בלוט, נישט דורך א הפסק פון א צוויי מילעניומס, נאר אזוי דירעקט און שארף ווי ס’קען נאר געמאלט זיין. די זענען די רעכטע אידישע מיידלעך אונזערע, אין די פולע רונדיגע פנימ’לעך, אין לאנגע געפלאכטענע צעפ וואס הענגען איבער די אקסלען, טאנצנדיג מיט די קערבלעך אויף די קעפ. הוי מיין ליבע מזרח! איך בין דיינס און דו ביסט מיינס. עאניקיני! חבקיני!…