Yiddish with an Aleph

בקיאות אין א תקופה פון גאונות

Expertise In a Time of Genius

פֿון בן זומא

  • Print
  • Share Share

א גאון, א ידען, איז עמיצער וואס ווייסט א סך, וואס האט געלייענט א סך, וואס האט זיך קונה געווען א סך ידיעות אין מערערע געביטן. ווען מען שמועסט און א פראגע ווערט נולד, ווענדט מען זיך צום „ידען‟.

אזוי איז עס געווען אמאל. היינט, אויב האט עמיצער א ספק אדער א חסרון ידיעה, ווענדט ער זיך צום אינטערנעט. די פראגע ווערט אריינגעקלאפט אין „פענסטערל‟. דער פרעגער גיט דאן א קוועטש אויף „זוך‟, און ביז עטליכע סעקונדן באווייזן זיך אויפ’ן עקראן מער ענטפערס ווי דער פרעגער וועט באווייזן דורכצולייענען במשך דעם גאנצן לעבן. (א גוגל-זוך אויף „איסור אינטרנט‟, צום ביישפיל, האט מיר געגעבן 487,000 ענטפערס. דער ערשטער רעזולטאט, אגב, לייענט זיך: „איך אתם מתמודדים עם איסור הרבנים על אינטרנט?‟ — וויאזוי זיך אן „עצה צו געבן‟ מיט דעם רבני’שן איסור אויפ’ן אינטערנעט.)

דער אינטערנעט האט אונז אריינגעפירט אין א תקופה פון אזא סארט „אינפארמאציע קאמוניזם‟. נישטא מער קיין זשעניס, קיין אלץ-ווייסערס. יעדער האט אייניג צוטריט צו דער גאנצער אינפארמאציע וואס ס‘איז נאר פאראן. נישטא מער קיין קלאסן-אונטערשיידן. פארשוואונדן איז די גרעניץ צווישן ווייסערס און נישט-ווייסערס. אלץ וואס ס’איז דא צו וויסן, איז צוטריטליך צו אלעמען.

דאס ווארט “ידען”, הייסט עס, קען פענסיאנירן. די ווערטערביכער וועלן מאגערער ווערן מיט א ווארט און עטליכע סינאנימען. נישט געפערליך…

ס’איז אבער נישט אזוי. דער ידען איז ווייטער דא און וועט ווייטער בלייבן.

וואס, בעצם, איז א ידען — וואס איז זיין אייגנארטיגקייט: וואס אזוינס ברענגט ער צום טיש? א ידען פילט אויס א בלויז אין אינפארמאציע. מיר האבן א טעמע, איבער וועלכער מיר רעדן. עס פעלט א שטיקל, א פרט; קומט דער ידען און פילט אויס דעם בלויז. אין אנדערע ווערטער: א מענטש וויל דערגיין אן ענין אדער פארשטיין א זאך; אליין קען ער נישט, ווייל עס פעלן אים פרטים. ווענדט ער זיך צו עמיצן וואס ווייסט יא, און יענער פילט אויס די לעכער.

אז מיר וועלן זיך אריינטראכטן וועלן מיר זען, אז דער איבערפלוס פון אינפארמאציע מיט וועלכן אונזער תקופה איז געבענטשט, ליידט פון דער זעלבער פראבלעם ווי דעמאלט, ווען אינפארמאציע האט געדארפט אויסגעזוכט ווערן אין ביכער און ביבליאטעקן. מיר, מיט’ן אינפארמאציע-סורפלוס, בלייבן ווייטער מיט יענעם בלויז, וועלכן א ידען קומט אויספילן — הגם די סיבות וואס פירן צום בלויז זענען גאר אנדערע. אמאל איז עס געווען א בלויז פון ווייניג אינפארמאציע. היינט איז עס דאס אויסזוכן דעם ענטפער אין א ים פון אינפארמאציע. א ידען ווייסט אויסצוקלייבן דעם ריכטיגן ענטפער פון א שלל שטיקלעך אינפארמאציע.

דער חילוק פונעם ידען היינט ביז אמאל ליגט אבער נישט נאר אין דער ראלע וואס ער שפילט. א בקי אמאל האט געדארפט א סך לייענען און הערן, און דערנאך חזר’ן און געדענקען די אינפארמאציע. ער האט געמעגט זיין א פולשטענדיגער אידיאט; אזוי לאנג ווי ער האט געהאט גענוג געדולד צו לייענען און א זכרון צו געדענקען, האט ער קוואליפיצירט פאר דעם טיטל. היינט, ווען די נקודה איז מער דאס דורכזיפן און אויסשמעקן דעם אמת ארויס פון א הויפן אינפארמאציע, וואס באשטייט כמעט אייביג פון א געמיש אמת, ליגנט און דמיון, דארף דער ידען זיין א מער ראפינירטער חכם ווי באזיצער פון ידיעות.

א ידען אמאל, הייסט עס, איז געווען א „בקי‟. היינט פארלאנגט זיך א „חריף‟. אין דער גמרא איז פאראן מחלוקת איבער דעם. „סיני ועוקר הרים: איזה מהם קודם?‟ וועלכער איז וויכטיגער: א בקי אדער א חריף? דער ענטפער, ווי עס געשעט אפט אין חז”ל, איז ווייטער א מחלוקת; אזוי, אז נאכ’ן תירוץ ווייסן מיר נאך אלץ נישט וואוהין צו גיין פון דא און ווייטער. יעדנפאלס, זעט אויס אז פאר אונזער תקופה איז אט די הלכה’דיגע שאלה שוין אפגע’פסק’נט געווארן — און דווקא דורכ’ן אינטערנעט.