Vayter

„אַז ער איז אַ כּלבֿ, איז זי אַ צויג‟

“If He’s a Dog, Then She’s a Bitch”

פֿון באָריס סאַנדלער

  • Print
  • Share Share

הײַנט צו האַלטן אַ הינטל אין שטוב, איז ווי צו האָבן נאָך איין קינד. נאָך מער: כ׳ווייס נישט ווייניק יונגע פּאָרלעך, וואָס אַ הינטל פֿאַרבײַט זיי אַ קינד. ערשט ניט לאַנג צוריק האָב איך געזען אויף דער גאַס, ווי אַ יונג פּאָרפֿאָלק האָט אויסגוליאַיעט זייער הינטל, אַזאַ ווײַס קוטשעראַווע באַשעפֿעניש, מיט אַ רויט טשיפּיקל אויפֿן קעפּל, אַז נאָר די אויערן זאָלן אַרויסשטעקן; און אויף די פֿיר פֿיסלעך אָנגעטשעפּעט שוואַרצע לעדערנע שיכעלעך. ממש אויף געלעכטער.

דאָס הינטל איז געלאָפֿן פֿאַרן פּאָרל, ממש אונטערגעטאַנצט, און יעדעס מאָל זיך אומגעקוקט, ווי באַרימט זיך פֿאַר אירע באַלעבאַטים. די יונגע פֿרוי האָט געשײַנט פֿאַר גליק. געכאַפּט דאָס הינטל אויף די הענט און עס צו זיך צוגעדריקט, געקושט און אָנגעקוועלט:

— מײַן וווּנדערקינד! די מאַמע וועט דיר קויפֿן אַ צוקערקעלע צו דערקוויקן זיך דאָס הערצעלע!

דווקא אין דעם מאָמענט האָב איך זיך דערמאָנט אין אַ געשיכטע, געהערט מיט יאָרן צוריק, נאָך אַ קינד, אין דער שטאָטישער באָד נומער 3. יאָ, איך געדענק נאָך די צײַטן, ווען עס זײַנען געווען געזעלשאַפֿטלעכע בעדער. איך פֿלעג אַהין גיין מיט מײַן זיידן, זאָל זיך מיִען, יעדן פֿרײַטיק אין דער פֿרי. דעם אמת געזאָגט, ניט אַזוי צוליב דעם באָדן זיך, ווי צוליב די מעשׂיות, וועלכע די נאַקעטע, אָנגעזייפֿטע און צעפּאַרעטע באַזוכער האָבן ליב געהאַט דאָרט צו דערציילן.

טאַקע דאָרט, אין דער באָד נומער 3, אונטערן זשום פֿון די וואַסער־קראַנען און דעם געקלאַנג פֿון די בלעכענע בעקנס, האָט געריסן דעם גאָרגל איינער אַ געלער ייִד, מיט צוויי גרויסע אויסגעגלאַנצטע גרינע אויגן. נאָך יעדע צוויי דרײַ ווערטער פֿון זײַן מעשׂה האָט ער אַרײַנגעשטעלט, צי מ׳האָט עס יאָ געדאַרפֿט, צי ניט: „דער רוח נעמט זיי!‟

— אין אַ פֿירהויז האָבן געוווינט צוויי שכנים, דער רוח נעמט זיי! — אַ שנײַדער און אַ הענדלער. דעם שנײַדערס ווײַבל איז געווען אַ חצופֿה, זי האָט געלעבט מיטן הענדלער, דער רוח נעמט זיי! פֿאַרשטייט זיך, אַז דער שנײַדער האָט גאָרניט געוווּסט. אָבער אויך דאָס זינדיק פּאָרעלע, דער רוח נעמט זיי, האָט זיך גוט אויסגעהיט פֿון אַ פֿרעמד אויג. מער ניט אַ קליין הינטל דעם הענדלערס, דער רוח נעמט זיי, האָט עס געזען פֿון אונטער דער בעט.

עס דויערט ניט קיין סך צײַט, דער רוח נעמט זיי, און דער הענדלער פֿאַלט אַוועק אַ טויטער. די חצופֿה האָט אים געוויס פֿאַרמוטשעט, דער רוח נעמט זיי. אויפֿן צווייטן טאָג נאָך דער לוויה, גייט דער שנײַדער אַרויס פֿונעם הויז און טרעפֿט בײַ זײַן טיר אַ שוואַרצן כּלבֿ, דער רוח נעמט זיי. פֿאַרשפּאַרט ער שוין גוט די טיר און טרײַבט אַוועק דעם כּלבֿ. אָבער איין מאָל, אין אײַלעניש, האָט ער פֿאַרגעסן צו פֿאַרשפּאַרן די טיר, דער רוח נעמט זיי. איז דער שוואַרצער כּלבֿ אַרײַן אין צימער און האָט צעביסן דעם שנײַדערס ווײַבל, די חצופֿה.

דער שנײַדער איז געקומען פֿון דער אַרבעט און דערזען, וואָס ס׳איז געשען, איז ער גלײַך אַוועק צום פּאָליציאַנט, דער רוח נעמט זיי. ער האָט שוין פֿאַרשטאַנען, אַז דער שוואַרצער כּלבֿ איז נישט קיין פּשוטער הונט, אַז ניט אומזיסט האָט ער זיך געריסן אין שטוב אַרײַן, דער רוח נעמט זיי. דער פּאָליציאַנט האָט דעם שנײַדער אויסגעהערט, דרייענדיק זיך אַ וואָנציע, דער רוח נעמט זיי, און הייסט אים רופֿן זײַן צעביסענע פֿרוי.

ווען דעם שנײַדערס ווײַבל איז געקומען צום פּאָליציאַנט, האָט ער זי גענייט צו דערציילן ווי אַלץ ס׳איז געווען, ניט מיטן שוואַרצן כּלבֿ, נאָר מיטן פֿאַרשטאָרבענעם הענדלער, דער רוח נעמט זיי. דערנאָך האָט ער אַרײַנגערופֿן דעם שנײַדער און האָט אים געזאָגט אַזוי: „אין דעם שוואַרצן כּלבֿ איז טאַקע אַרײַן דער דיבוק פֿונעם הענדלער — דאָס איז אַ פֿאַקט! אָבער אַ פֿאַקט איז אויך, אַז דײַן ווײַבל זאָלסטו האַלטן אויף אַ קייט, ווי אַ צויג!‟

אויפֿן וועג אַהיים האָט דער זיידע געזאָגט, ווי צו זיך אַליין: „דער געלער איז טאַקע אַ גראָבער־יונג, אָבער דער אמת איז, אַז מיטן בעסטן הונט איז ניט גוט קיין עסקים צו האָבן‟.