Vayter

ביראָבידזשאַן איז 80 יאָר אַלט

The Jewish Autonomous Region turns 80

פֿון גענאַדי עסטרײַך

  • Print
  • Share Share

מיט אַכציק יאָר צוריק, דעם 7טן מײַ 1934, האָט די סאָוועטישע רעגירונג באַשלאָסן צו געבן דער ווײַט-מיזרחדיקער טעריטאָריע דעם סטאַטוס פֿון אַ „ייִדישער אויטאָנאָמער געגנט‟. דעמאָלט האָט מען געטראַכט, אַז דאָס איז געווען אַ צײַטווײַליקער סטאַטוס. מע האָט דאָך געגלייבט, אַז די באַפֿעלקערונג וועט האַלטן אין איין וואַקסן, און עס וועט דערגרייכן די נייטיקע צאָל נפֿשות, בערך 100 טויזנט, כּדי די געגנט זאָל זיך פֿאַרוואַנדלען אין אַ רעפּובליק.

דאָ דאַרף מען זאָגן וועגן צוויי באַטײַטן פֿונעם וואָרט „ביראָבידזשאַן‟. בײַם אָנהייב האָט מען אַזוי גערופֿן די גאַנצע געגנט, אויסגעטיילט פֿאַר דער ייִדישער איבערוואַנדערונג. דער נאָמען שטאַמט פֿון די נעמען, וועלכע עס טראָגן די טײַכן ביראַ און בידזשאַן. דערנאָך האָט מען מיטן נאָמען „ביראָבידזשאַן‟ אָנגערופֿן די שטאָט, דעם צענטער פֿון דער געגנט. אָבער סײַ-ווי-סײַ האָט מען קיין מאָל ניט אויפֿגעהערט צו רופֿן מיטן זעלבן נאָמען אויך די גאַנצע געגנט. אָט אַזאַ פּלאָנטער האָט זיך באַקומען.

בינו-לבינו, האָט מען גענומען טרוימען. איינער פֿון די חלומות איז געווען פֿאַרבונדן מיטן שאַפֿן אַ ביראָבידזשאַנער ייִדיש. די בעלי-חלומות האָבן געטענהט, אַז עס וואָלט געווען שׂכלדיק צו האָבן אַן איינהײטלעכן היגן אופֿן פֿון רעדן. די לאָגיק איז געווען אַזאַ: עס זײַנען געקומען מענטשן פֿון פֿאַרשיידענע ערטער, מע רעדן פֿאַרשיידענע דיאַלעקטן, אָבער זייערע קינדער מוז מען אויסלערנען צו רעדן „ביראָבידזשאַניש‟, דאָס הייסט, לויט דעם אָנגענומענעם ליטעראַרישן סטאַנדאַרט.

אָנהייב 1937 האָט געדאַרפֿט זיך צונויפֿקלײַבן אַ קאָנפֿערענץ, טאַקע אין ביראָבידזשאַן, און די רייד האָט מען פּלאַנירט צו פֿירן, דער עיקר, וועגן ייִדיש. אָבער פֿון דעם דאָזיקן פּלאַן האָט זיך אויסגעלאָזט אַ בוידעם. דווקא אין דעם דאָזיקן יאָר האָבן די רעפּרעסיעס באַזונדערס שטאַרק אַרומגעכאַפּט דאָס לאַנד. צווישן די אַרעסטירטע און אומגעבראַכטע זײַנען געווען אויך אייניקע טוער, וועלכע מע האָט פֿאַרבעטן אַרויסצוטרעטן בעת דער קאָנפֿערענץ.

ווען מע קוקט אַרײַן אין די ביאָגראַפֿישע באַשרײַבונגען פֿון די סאָוועטישע ייִדישע קולטור-טוער, זעט מען, אַז בײַ אַ סך פֿון זיי איז דאָס לעבן איבערגעריסן געוואָרן אין יאָר 1937. הקיצור, קיין קאָנפֿערענץ איז, אין לעצטן סך-הכּל, ניט צונויפֿגערופֿן געוואָרן.

האָט עס אַלץ געהאַט אַ השפּעה אויף דער אַנטוויקלונג פֿון ביראָבידזשאַן? בלי-ספֿק. אָבער עס זײַנען געווען אויך אַנדערע, אפֿשר מער ממשותדיקע גורמים. צו דער צײַט, ווען ס‘איז אַנאָנסירט געוואָרן דער ביראָבידזשאַנער פּראָיעקט, האָט זיך געביטן דער עקאָנאָמישער מצבֿ אין לאַנד. די רעגירונג האָט גענומען אַנטוויקלען די אינדוסטריע, און דאָס האָט געמיינט, אַז בײַ אַ סך מענטשן, ייִדן בתוכם, האָט זיך באַוויזן אַ מעגלעכקייט צו געפֿינען אַן אַרבעט אין דעם אייראָפּעיִשן טייל פֿון לאַנד.

דערצו איז די ביראָבידזשאַנער קאַמפּאַניע צונויפֿגעפֿאַלן מיטן עקאָנאָמישן קריזיס אין דער מערבֿדיקער וועלט. דאָס האָט געמיינט, אַז פֿון אויסלאַנד האָט שוין ניט געקענט אָנקומען אַזאַ שטיצע ווי אין די 1920ער יאָרן. שוין אָפּגעשמועסט פֿון דעם, וואָס ס׳רובֿ ייִדישע ספּאָנסאָרס האָבן זיך גלײַך אָפּגעקערט פֿון דעם פּראָיעקט. מע האָט געהאַלטן, אַז פֿאַר די ייִדן האָט מען געקענט געפֿינען אַ בעסער אָרט, ניט אין אַזאַ אויסרײַסעניש.

דער סוף איז געווען, אַז קיין ביראָבידזשאַן זײַנען אָנגעפֿאָרן טויזנטער לײַט, אָבער ס׳רובֿ פֿון זיי זײַנען קיין ייִדן ניט געווען. לייענט זיך אײַן אין דוד האָפֿשטיינס ליד „ביראָבידזשאַן‟, וואָס איז אַרײַן אין זײַן זאַמלבוך „געקליבענע לידער‟, אַרויסגעגעבן אין קיִעוו אין יאָר 1940:

דאָרט וואַרטן שוין ביימער אין אורערשטע ערטער
אויף מונטערן אָפּקלאַנג פֿון אונדזערע ווערטער,
און יעדן פֿרימאָרגן די זוניקע שײַן
פֿאַרשרײַבט אויף די שפּיצן: אַ לאַנד וועט דאָ זײַן!
אַן אַלעמענס לאַנד
פֿאַר יעדן, וואָס פֿרײַ זיך אין אַרבעט פֿאַרשפּאַנט.
אַ לאַנד, וואָס דערגרייכט און דערציט,
און פֿאַרבינדט זיך — אַ גליד אין דעם גרויסן פֿאַרבאַנד,
אין דעם גרויסן פֿאַרבאַנד פֿון אַלע, וואָס דאַרפֿן געווינען די וועלט,
די וועלט, וואָס אַצינד איז אויף קנעכטשאַפֿט געשטעלט.
כּדאַי אין אַ לאַנד אַזאַ לעבן!
כּדאַי!
כּדאַי איז אַ לאַנד אַזאַ בויען פֿונסנײַ!
כּדאַי!

איז עס טאַקע געוואָרן „אַן אַלעמענס לאַנד‟, וואָס טראָגט נאָך אַלץ, גלײַך ווי צוליב עמעצנס קאַפּריז, אַ ייִדישן נאָמען.