Vayter

ייִדיש אָדער גוייִש?

Yiddish or Goyish?

פֿון גענאַדי עסטרײַך

  • Print
  • Share Share

מיט אַ פֿערטל יאָרהונדערט צוריק, ווען די לאַנדשאַפֿט פֿון דער ייִדישער ליטעראַטור איז נאָך געווען גאַנץ געדיכט באַפֿעלקערט, איז פֿון טשערנאָוויץ קיין מאָסקווע געקומען צו פֿאָרן דער פּראָזאַיִקער יוסף בורג. ער פֿלעגט זיך פֿון מאָל צו מאָל אַרײַנכאַפּן אין דער הויפּטשטאָט פֿון סאָוועטן־פֿאַרבאַנד. אין יענעם טאָג איז ער אַרײַן אַן אויפֿגעבראַכטער אין דער רעדאַקציע פֿונעם זשורנאַל „סאָוועטיש היימלאַנד‟, אין דעם צימער, וווּ איך בין געזעסן. ער האָט מיר געזאָגט, אַז די שטימונג האָט אים געפּטרט אַ דערציילונג פֿון איינעם פֿון די שרײַבער פֿון מײַן דור. אונדז האָט מען דעמאָלט געהאַלטן פֿאַר „יונגע‟.

די סיבה פֿון זײַן ניט-צופֿרידנקייט איז געווען אַזאַ: דער מחבר האָט גענוצט דעם אויסדרוק „מחילה בעטן‟ אין אַ טאָג-טעגלעכן קאָנטעקסט. בורג האָט עס אויפֿגענומען ווי אַ סימן פֿון עם-הארצות. ער האָט געהאַלטן, אַז מע קען מחילה בעטן ערבֿ יום-כּיפּור, אָבער אין געוויינטלעכע אומשטאַנדן דאַרף מען ניצן אַנדערע ווערטער. קיין פֿרומער ייִד איז ער ניט געווען. זײַן פֿאַרדראָס איז געווען אַ ריין קולטורעלער.

אין דער אמתן, איז ער געווען סײַ גערעכט און סײַ ניט גערעכט. צו יענער צײַט איז ברייטער געוואָרן דאָס סעמאַנטישע פֿעלד פֿון „מחילה בעטן‟, ס‘איז שוין אַרײַן אויך אין די טאָג-טעגלעכע קאָנטעקסטן. אָבער די דאָזיקע סעמאַנטישע פֿאַרברייטערונג איז ניט פֿאָרגעקומען אין יוסף בורגס שפּראַך.

אַזעלכע זאַכן זײַנען, בכלל, אינטערעסאַנט אין ייִדיש, וווּ ס‘איז געווען, און טיילווײַז בלײַבט, אַ טראַדיציאָנעלע צעטיילונג אויף „נאָר ייִדישע זאַכן‟ און „נאָר גוייִשע זאַכן‟. למשל, „בית-עולם‟ — „צווינטער‟, „יום-טובֿ‟ — „חגא‟, וכ‘. אָבער אַפֿילו אין דעם College Yiddish באַגעגנט מען „ייִדישער בית-עולם‟, דאָס הייסט, אַז אַ בית-עולם קען זײַן אַ ניט קיין ייִדישער אויך.

די דאָזיקע ייִדיש-ניט-ייִדישער צעטיילונג איז ביסלעכווײַז געוואָרן אַלץ ווייניקער גענוצט. און אָפֿט מאָל האָט מען עס געטאָן באַוווּסטזיניק, „עקומעניסטיש‟. אַזאַ באַוווּסטזיניקייט איז געווען כאַראַקטעריסטיש, למשל, פֿאַר שלום אַש. אָט איז אַ קורצער אויסצוג פֿון זײַן ראָמאַן „איסט-ריווער‟ (די רייד גייט וועגן מערי, וועלכע האָט חתונה געהאַט מיט אַ ייִדן, אָבער עס האָט זי ניט אויפֿגעהערט צו ציִען צו איר קאַטוילישער אמונה):

נאָך איר קינדס פֿאַרשלאַפֿן האָט זי אָנגעהויבן אָפֿטער גיין אין דער קירך — נישט פֿון דער שכנותשאַפֿט אָדער פֿון אירע קינדער-יאָרן אויף דער אַכט-און-פֿערציקסטער גאַס, נאָר זי איז אַרײַנגעגאַנגען אין וועלכער קירך עס האָט זיך איר געמאַכט. איין מאָל האָט זי זיך געפֿונען אין דער גרויסער סיינט-פּעטריק-קירך אויף דער פֿינפֿטער עוועניו. בײַ דער וואַנט, נאָענט פֿון דער טיר, האָט זי געזען מענטשן שטיין אין רייען פֿאַר די קאָנפֿעסיע-בײַדלעך, וואָס זײַנען דאָרט אויפֿגעשטעלט געוואָרן, כּדי צו באַקומען פֿון דער האַנט פֿון דעם נישט-געזעענעם גלח די סליחה-ומחילה, וואָס זאָל זיי מאַכן ריין ווי נײַ-געבוירענע קינדער, אַז זיי זאָלן ראָוי זײַן צו באַהעפֿטן זיך מיט זייער הייליקייט.

[…] די ריי, וווּ זי שטייט, איז אַ בעסערע, מחמת דער גלח מאַכט עס בקיצור, — אפֿשר איז ער אַ מיקל, אַן אַלטער גוטמוטיקער מענטש, וואָס וועט זי גיכער פֿאַרשטיין און האָבן מער אײַנזען מיט איר. דער אַנדערער איז, קאָנטיק, אַ שטרענגער: ער האַלט די בעלי-תּשובֿה לאַנג בײַם קאָנפֿעסיע-פֿענסטערל…

איך מיין, אַז יוסף בורגן ז”ל וואָלטן אין דעם טעקסט אייניקע זאַכן ניט געפֿעלן געוואָרן.