Vayter

דאָס שטאַרקע ייִנגל (צווייטער טייל)

The Powerful Boy (Part Two)

פֿון באָריס סאַנדלער

  • Print
  • Share Share

נאָך דער ערשטער נאַכט, וואָס זיי האָבן פֿאַרבראַכט אין איינעם, האָט דער מכשף געפֿרעגט בײַ זײַן געליבטער: פֿון וואַנען נעמט זיך, אַז איר ייִנגל איז אַזוי שטאַרק? האָט זי געענטפֿערט, אַז זי ווייסט נישט. האָט ער איר ווײַטער געזאָגט: „אַז דו ווילסט מיר זאָלן ווײַטער לעבן גליקלעך, מוזן מיר פֿון דײַן ייִנגל פּטור ווערן. איין וועג אויף פּטור צו ווערן פֿון אים איז אַזאַ…‟ — און ער האָט איר געהייסן זיך לייגן אין בעט און זיך מאַכן קראַנק; ווען דער זון וועט קומען, זאָל זי אים זאָגן, אַז נאָר ציגענע מילך פֿון די ציגן, וואָס פּאַשען זיך אויף דער לאָנקע טיף אין וואַלד, קאָן זי שטעלן אויף די פֿיס.

קיינעם האָט זיך נאָך ביז אַהער ניט אײַנגעגעבן אָנצוקומען צו דער לאָנקע און מעלקן די ציגן. יעדער, ווער ס’האָט זיך געלאָזט אַהין גיין, איז אויפֿן וועג דערהרגעט געוואָרן.

אַז דאָס ייִנגל איז אַהיימגעקומען און האָט געטראָפֿן די מוטער קראַנק, האָט ער געפֿרעגט, וואָס איז מיט איר? האָט זי אים געזאָגט, ווי דער מכשף האָט איר געהייסן, אַז ווען זי קריגט אַ קריגל ציגענע מילך פֿון די ווילדע ציגן אין וואַלד, וואָלט איר דערפֿון בעסער געוואָרן. האָט דער זון געזאָגט: „כ’האָב זיך ערשט געשפּילט מיט די ציגן אין וואַלד, און ווען איך זאָל געווען וויסן, וואָלט איך געווען געבראַכט דיר מילך וויפֿל דו דאַרפֿסט‟. און ער איז צוריק אַוועק אין וואַלד און האָט איר געבראַכט אַ קריגל מילך פֿון די ווילדע ציגן.

דעם צווייטן טאָג, ווען דאָס ייִנגל איז נאָר אַוועק אין וואַלד אויף יאַגד, איז צו דער מוטער געקומען דעם מכשף, און זי האָט אים דערציילט, אַז דער זון האָט איר טאַקע יאָ געבראַכט מילך פֿון יענע ציגן. זאָגט איר דער מכשף: „ווייסטו וואָס? כ’האָב אַן אַנדער מיטל, ווי אַזוי פֿון אים פּטור צו ווערן. אין וואַלד וואַקסט אַ בוים מיט רויטע עפּל. ווער עס גייט רײַסן די עפּל פֿון דעם בוים, מוז אַרײַנפֿאַלן אין אַ קעלער, וווּ עס באַהאַלטן זיך הונדערט גזלנים. פֿון זייערע הענט האָט זיך נאָך קיינער ניט אַרויסגעריסן אַ לעבעדיקער!‟

ווען דאָס ייִנגל איז אַהיימגעקומען און האָט געפֿרעגט: „מאַמע, ווי אַזוי איז דיר? וואָס מאַכסטו?‟ — האָט זי געענטפֿערט: „ווען איך קען קריגן אַן עפּעלע פֿון יענעם בוים אין וואַלד, וואָלט איך זיך מחיה געווען.‟ זאָגט איר דער זון: „יאָ, כ’האָט טאַקע געזען איצט אין וואַלד אַ בוים מיט שיינע רויטע עפּל…‟ — און ער איז באַלד אַוועק צו קריגן די עפּל פֿאַר זײַן מאַמען.

ווען ער האָט געוואָלט אַרויפֿקריכן אויפֿן בוים צו רײַסן די עפּל, האָט זיך די ערד אונטער אים צעשפּאַלטן און ער איז אַרײַנגעפֿאַלן אין אַ קעלער. אָבער דערזען האָט ער דאָרט ניט די הונדערט גזלנים, נאָר אַ מיידל. פֿרעגט בײַ אים דאָס מיידל: „וואָס טוסטו דאָ? מע וועט דיך נאָך דערהרגענען!‟ זאָגט איר דאָס ייִנגל: „האָב ניט קיין מורא, איך וועל נאָך דיך ראַטעווען!‟ און ווי זיי שטייען אַזוי, איז צוגעקומען דער עלטסטער גזלן און האָט געזאָגט דעם ייִנגל: „דו, קליינער סמאַרקל, וואָס טוסטו דאָ?‟ האָט אים דאָס ייִנגל געגעבן אַ פּאַטש, און דער גזלן איז געפֿאַלן אַ טויטער. אַז די אַנדערע גזלנים האָב דאָס דערזען, האָבן זיי אָנגעהויבן ציטערן פֿאַר שרעק. זאָגט זיי דאָס ייִנגל: „האָט ניט קיין מורא, כ’וועל אײַך גאָרניט טאָן, לאָזט מיר נאָר אַוועקפֿירן פֿון דאַנען דאָס מיידל‟. האָבן זיי אָפּגעלאָזט דאָס מיידל, און דאָס ייִנגל האָט זי אָפּגעפֿירט אַהיים אין דאָרף צו איר פֿאָטער, דעם אַרענדאַר.

בײַם געזעגענען זיך, האָט אים דאָס מיידל געגעבן אַ זײַדן טיכל פֿאַר אַן אָנדענק. און דאָס ייִנגל איז אַהיימגעקומען מיט אַ פֿולן בוזעם שיינע רויטע עפּל.

אויפֿן אַנדערן טאָג איז דאָס ייִנגל ווידער אַוועק אויף יאַגד אין וואַלד אַרײַן, און ווידער האָט זיך אין צימער פֿון זײַן מוטער אַרײַנגעשטעלט דער מכשף. האָט זי אים דערציילט, אַז דאָס מיטל האָט ניט געהאָלפֿן, איר זון האָט זיך אומגעקערט געזונט און שטאַרק, ווי פֿריִער. זאָגט דער מכשף צו איר: „כ’האָב אַן אַנדער עצה, ווי אַזוי פֿון אים פּטור צו ווערן. דאָ אין פּאַלאַץ איז דאָ אַזאַ וואַנע מיט אַן אײַזערנעם דעק, און ווען דײַן זון וועט אַהיימקומען, זאָלסטו אים הייסן ער זאָל זיך גיין אָפּבאָדן, ווײַל ער זעט אויס זייער פֿאַרשמוצט און מיד. ווײַטער, וועל איך שוין אַליין טאָן וואָס מע דאַרף‟.

און אַז דאָס ייִנגל איז אַהיימגעקומען און געפֿרעגט זײַן מוטער וואָס זי מאַכט, האָט זי אים געזאָגט, אַז זי פֿילט זיך בעסער, אָבער זײַנע שמוציקע קליידער און דער גערוך פֿון וואַלד, קאָן זי ניט פֿאַרטראָגן. „גיי באָד זיך אָפּ אין דער וואַנע‟, האָט זי אים געבעטן און זיך פֿאַרהוסט. „נו, גוט, — האָט איר דער זון געענטפֿערט, — כאָטש איך האָב זיך הײַנט געבאָדן אינעם וואַלדטײַכל‟.

דאָס ייִנגל איז אַוועק אינעם באָדצימער, זיך אויסגעטאָן און האָט אויפֿגעהאָנגען דאָס זייבעלע אויף דער וואַנט. וואָס דאָרף ער דאָ מורא האָבן? איז ער אַרײַן אין דער וואַנע. פּונקט אין דעם מאָמענט איז אַרויס פֿון זײַן באַהעלטעניש דער מכשף און האָט צוגעקלאַפּט די אײַזערנע דעק. איצט האָט ער געקאָנט נעמען דאָס זייבעלע און עס אָנטאָן אויף זיך. דאָס אומבאַהאָלפֿענע ייִנגל האָט ער אַרויסגעשלעפּט פֿון דער וואַנע און אים אויסגעברענט די אויגן מיט צוויי אָנגעגליטע אײַזערנע שפּיזן. „גיי, גיבור, — האָט ער אים געזאָגט, — אויף אַלע פֿיר זײַטן!‟ — און האָט אַרויסגעוואָרפֿן דאָס ייִנגל פֿונעם פּאַלאַץ.

סוף קומט