Vayter

אומאַן איז גרייט צו ראָש-השנה

Rosh Hashanah in Uman

פֿון גענאַדי עסטרײַך

  • Print
  • Share Share

אונדזער שכנטע, אַן ענגלישע פֿרוי, געפֿינט זיך אין אַ פּראָצעס פֿון אַריבערפֿאָרן פֿון אָקספֿאָרד קיין לאָנדאָן, וווּ איר מאַן האָט געפֿונען אַ גוטע אַרבעט. געדויערט עס שוין אַ לענגערע צײַט. די סיבה איז, אַז די איצטיקע באַלעבאַטים פֿונעם לאָנדאָנער הויז זײַנען ייִדן. און די דאָזיקע ייִדן ווילן בשום-אופֿן ניט זיך רירן פֿונעם אָרט ביזן סוף פֿון די ימים-נוראָים. די שכנה האָט אונדז מיט אַ געלעכטער געזאָגט, אַז זי איז דערווײַל געוואָרן אַ מומחה אין ייִדישע יום-טובֿים.

אַ סבֿרא, אַז נאָך גרעסערע מומחים זײַנען געוואָרן די תּושבֿים פֿון דער אוקראַיִנישער שטאָט אומאַן, וווּהין פּונקט אין דער צײַט קומען אָן חסידים פֿון דער גאָרער וועלט. דער קבֿר פֿון רבי נחמן בראַסלעווער האָט באַשטימט דעם הײַנטיקן גורל פֿון אָט דער שטאָט. הײַיאָר דערוואַרט מען, אַז אַרום 30 טויזנט לײַט וועלן עולה-רגל זײַן קיין אומאַן. דער שטראָם האַלט אין איין וואַקסן. אין יאָר 2011 זײַנען געקומען 15 טויזנט, אין 2012 — 23 טויזנט.

מע האָט שוין באַשלאָסן, אַז אַריבער 400 פּאָליציאַנטן וועלן האַלטן אַן אויג אויף די געשעענישן אין דער שטאָט. אין די פֿריִערדיקע יאָרן זײַנען דאָך געווען טראַגישע פֿאַלן. ניט אַלע אומאַנער אײַנוווינער האַלטן די חסידים פֿאַר אָנגעלייגטע געסט, און צווישן די געסט געפֿינען זיך אויך אַזעלכע תּכשיטים, וואָס זײַנען תּמיד גרייט צו קאָנפֿראָנטאַציעס. עס וועלן קומען אויך ישׂראלדיקע פּאָליציאַנטן — אַזוי איז שוין געווען פֿאַר אַ יאָרן.

הײַיאָר האָט אַ פּראָבלעם געשאַפֿן אַ צלם, וואָס מע האָט לעצטנס געשטעלט ניט ווײַט פֿון דעם רביס קבֿר. ס’איז קלאָר, אַז דאָס אָרט האָט מען דאָרטן אויסגעקליבן בכּיוון, אויף צולהכעיס די ייִדן. אָבער די חסידישע פֿירער האָבן באַשלאָסן זיך ניט צו פֿאַרפֿירן מיט די צולהכעיסניקעס און געעצהט די ייִדן אויסצומײַדן דאַווענען אין יענעם אָרט. נאָך מער, מע האָט געבעטן די פּאָליציי ניט צו דערלאָזן אַהין קיין הייסע קעפּ, וואָס קענען זיך אויסזוכן צווישן די יונגע חסידים. בפֿרט נאָך, אַז עמעצער האָט שוין באַפּוצט דעם צלם מיט אויפֿשריפֿטן אויף העברעיִש.

אייניקע ישׂראלדיקע טויער טענהן, אַז ס’איז געקומען די צײַט צו לייזן די אומאַנער פּראָבלעם אויף אַ ראַדיקאַלן אופֿן, איין מאָל פֿאַר אַלע מאָל — דורך אַריבערטראָגן דעם קבֿר קיין ישׂראל.