Vayter

דער סנאָודען־ענין

The Snowden Case

פֿון גענאַדי עסטרײַך

  • Print
  • Share Share

מיינונגען וועגן עדוואַרד סנאָודען האָבן זיך צעטיילט. אייניקע האַלטן אים פֿאַר אַ פֿאַרברעכער (און אפֿשר אַפֿילו אַ כינעזישן שפּיאָן), אַנדערע זײַנען זיכער, אַז ער איז אַן אמתער העלד. שוין אַ היפּשע צײַט איז אַדורך זינט דעם טאָג, ווען ער איז נעלם געוואָרן ערגעץ אין דעם מאָסקווער אַעראָפּאָרט „שערעמעטיעוואָ‟. וולאַדימיר פּוטין און זײַנע לײַט מאַכן זיך ניט וויסנדיק, זאָגן, אַז דער יונגער אַמעריקאַנער דרייט זיך ערגעץ, ווי טאָם הענקס האָט זיך בשעתּו געדרייט אין דעם פֿילם „דער טערמינאַל‟.

מיך חידושט אַ ביסל דער טאַראַראַם אַרום די סודי-סודות, מישטיינס געזאָגט, וועלכע סנאָודען האָט אַנטפּלעקט. ווער זײַנען די מענטשן, וועלכע האָבן עד-היום ניט געוווּסט, אַז „דער גרויסער ברודער‟ קוקט זיך צו צו אונדז?

מיר, מײַן ווײַב און איך, האָבן אַ מאָל באַשלאָסן צו באַשטעלן אַכילה אין דער גרויסער קראָם, וווּהין מיר פֿאָרן איין מאָל אַ וואָך. אָבער יענע וואָך האָבן מיר באַשטעלט, מע זאָל עס אונדז ברענגען אַהיים. איך דערצייל עס אַקעגן דעם, וואָס דער פּראָצעס פֿון באַשטעלן האָט געדויערט עטלעכע מינוט, ווײַל די קראָם האָט זיך ניט געשעמט צו האַלטן אין איר קאָמפּיוטער אונדזער מאָדעל פֿון אײַנקויפֿן: אַזאַ און אַזאַ קעז, אַזאַ און אַזאַ מילך, וכ’.

ווען איך פֿאָר ערגעץ, קלינג איך אין מײַן באַנק, עס זאָל בײַ זיי, חלילה, זיך ניט אָנהייבן קיין פּאַניק פֿונעם זען, אַז מײַן קאַרטל אַרבעט אין אַן אַנדער עק וועלט. אָבער איצט ווייס איך שוין, אַז אויב איך קויף אַוויאַ-בילעטן מיט דעם זעלבן קאַרטל, קען איך זיך לאָזן רויִק אין דער וועג אַרײַן, ווײַל דער קאָמפּיוטער פֿונעם באַנק וועט וויסן וועגן מײַנע רײַזע-פּלענער.

איך קען ברענגען נאָך אַנדערע דוגמאָות פֿון מײַן לעבן אונטער דער טאָג-טעגלעכער השגחה פֿון דעם „גרויסן ברודער‟. איז וואָס? זײַנען מיר אַזוי נאַיִוו צו טראַכטן, אַז דער „גרעסטער ברודער‟ וועט ניט אויסנוצן די עלעקטראָנישע מעגלעכקייטן? הקיצור, מיך האָט די גאַנצע סנאָודען-מעשׂה ניט אָנגערירט. בפֿרט אַז צו מאָל שנײַדט זי זיך אויף אַ פֿאַרס.

איינער פֿון די עפּיזאָדן פֿון דעם פֿאַרס האָט זיך אָפּגעשפּילט, ווען דער פּרעזידענט פֿון באָליוויע האָט געמוזט זוכן אַ וועג איבער אייראָפּע, ווײַל אייניקע לענדער האָבן ניט דורכגעלאָזט זײַן עראָפּלאַן. מע האָט געהאַט אַ חשד, אַז ער פֿירט פֿון מאָסקווע סנאָודענען.

עס האָט זיך באַקומען ווי אין דעם אַלטן אַנעקדאָט:

מע האָט פֿאַרבעטן געסט אויף אַ וועטשערע, און ווען יענע זײַנען אַוועק, האָט מען זיך געכאַפּט, אַז צוויי זילבערנע לעפֿעלעך זײַנען נעלם געוואָרן. די לעפֿעלעך האָט מען אין אַ טאָג אַרום געפֿונען, אָבער אַ ביטערער נאָכטעם איז פֿון דעסטוועגן פֿאַרבליבן.