אין די 1920ער און 1930ער יאָרן אין אַמעריקע האָט מען אָנגעשריבן צענדליקער, אויב ניט הונדערטער לידער, וואָס האָבן אויסגעדריקט אַ בענקעניש נאָך אַ געוויסער שטאָט צי שטעטל אין דער אַלטער היים.
איך האָב זיך, לעצטנס אַפֿילו דערוווּסט, אַז פֿונעם קליין שטעטעלע, מאָלעוו, אין אוקראַיִנע אויפֿן גרענעץ מיט רומעניע, פֿון וואַנען עס שטאַמט די משפּחה קוציק, קומט אַזאַ ליד.
איך דערמאָן דאָס ניט בלויז צוליב מײַן ייִחוס, נאָר אויך צו געבן אַ בײַשפּיל וואָס העלפֿט דערקלערן אַ פּאָר שײַכותדיקע פֿאַקטן. קודם איז כּדאַי צו וויסן, אַז כאָטש עס זענען געווען אַ סך אַזעלכע לידער און „מײַן שטעטעלע בעלץ‟ איז פֿון זיי ניט געווען דאָס ערשטע וואָס מע האָט אָנגעשריבן, איז עס אין גיכן געוואָרן די פּאָפּולערסטע פֿונעם זשאַנער.
אָבער וועגן וואָסער בעלץ האָט מען אָנגעשריבן דאָס ליד? אַז מע דערמאָנט הײַנט אַ ייִדישן בעלץ, טראַכט מען קודם פֿון בעלזאָ/בעלץ/בעלז, אוקראַיִנע, פֿון וואַנען עס שטאַמען די בעלזער חסידים. פֿאַקטיש האָט מען געשריבן דאָס ליד וועגן גאָר אַן אַנדער בעלץ – אין מאָלדאַווע. בעלץ (אויף רומעניש: Bălți), איז אָבער קיינמאָל ניט געווען קיין שטעטעלע אַזוי ווי מע באַשרײַבט זי אינעם ליד, נאָר דווקא אַ גרויסע שטאָט. ס׳איז נאָר אַ שטעטעלע אינעם מעטאַפֿאָרישן זין פֿון עפּעס וואָס מע האָט ליב, אַזוי ווי אַ מאַמע וואָלט אפֿשר אַמאָל אָנגערופֿן איר דערוואַקענעם זון אַ זינדל.
ווי אַ קינד האָט זיך מיר שטענדיק געדאַכט, אַז „מײַן שטעטעלע בעלץ‟ איז אַ חורבן־ליד, ווײַל ווען איך בין געווען צען אָדער עלף יאָר אַלט, האָט אַ פֿרוי מיר געזאָגט, אַז זי האָט עס אָפֿט געזונגען אין אוישוויץ. כאָטש מע האָט דאָס ליד יאָ געזונגען אין אַ סך געטאָס און לאַגערן, האָט עס ניט געהאַט צו טאָן מיטן חורבן. ס׳איז סתּם געווען אַ פּאָפּולער, נאָסטאַלגיש ליד, וואָס אַ סך מענטשן האָבן געקענט.
אַז אַזוי פֿיל אייראָפּעיִשע ייִדן האָבן געקענט „מײַן שטעטעלע בעלץ‟, וואָלט מען אפֿשר הײַנט געטראָפֿן, אַז דאָס ליד איז אָנגעשריבן געוואָרן אין אייראָפּע לאַנג פֿאַרן חורבן. פֿאַקטיש האָט אַלכּסנדר אָלשאַנעצקי אָנגעשריבן די מוזיק צום ליד אין 1937. ס׳איז געוואָרן אַ שלאַגער אַ דאַנק דעם, וואָס משה אוישער האָט אים געזונגען צוזאַמען מיט דער אַקטריסע פֿלאָרענץ ווײַס אינעם פֿילם „דעם חזנס זינדל‟, וואָס איז געווען אַ מין טראַדיציאָנעלן ייִדישן אָפּרוף אויפֿן „דזשעז־זינגער‟ מיט אַל דזשאָלסאָן. מע האָט געוויזן דעם פֿילם אין אייראָפּע האַרט פֿאַר דער מלחמה און פֿון דעם איז עס, אַ פּנים, באַקאַנט געוואָרן.
אָלשאַנעצקי האָט אָנגעשריבן נאָך אַ באַרימט נאָסטאַלגיש ליד וועגן אַ ייִדישער שטאָט פֿאַר דער מלחמה, וואָס ווערט הײַנט אַסאָציִיִרט מיטן חורבן: „ווילנע, שטאָט פֿון גײַסט און תּמימות‟.
נאָך אַ סצענע פֿונעם פֿילם מיטן ליד קען מען זען דאָ: