Oyneg Shabes

„אוי וויי מאַמעלע: אַ דראַמעלע‟

WATCH: Oh, Mama: A Bit Of Drama

  • Print
  • Share Share

אַ סך מענטשן ווילן בעסער גלייבן, אַז אַלע ייִדן אין דער אַלטער היים זענען געווען אומשולדיק און תּמימותדיק. אַז מע בלעטערט אָבער דורך די אַלטע לידער, דערוויסט מען זיך גלײַך, אַז דאָס לעבן איז ווײַט ניט געווען אַזוי פּשוט, בפֿרט אין די 1920ער און 1930ער יאָרן, ווען דאָס טראַדיציאָנעלע ייִדישע לעבן אין שטעטל איז שוין ממשותדיק אָפּגעשוואַכט געוואָרן.

די קאַבאַרעטן־לידער האָבן חוזק געמאַכט פֿון אַ סך פּראָבלעמען, וואָס מע האָט עפֿנטלעך בדרך־כּלל פֿאַרשוויגן. די זינגערין דזשיין פּעפּלער האָט אויסגעפֿאָרשט הונדערטער אַזעלכע לידער און אַרויסגעלאָזט נײַע רעקאָרדירונגען פֿון מער ווי אַ הונדערט פֿון זיי אין איינעם מיט דער אָריגינעלער מוזיק. איין ליד, „אוי מאַמעלע‟, האָט זי אַרויסגעלאָזט צוזאַמען מיט אַ חנעוודיקן אַנימאַציע־פֿילם.

דאָס ליד דערציילט וועגן אַ מאַן, וואָס גייט אויף אַ שפּאַציר מיט אַ מיידל אין וואַלד; ווערט נײַן חדשים שפּעטער אַ טאַטע און דאַרף מיט איר דערפֿאַר חתונה האָבן. דאָס ליד איז ווײַט ניט אַזוי גרעבלעך ווי אַנדערע ייִדישע לידער אינעם זשאַנער, שוין אָפּגערעדט פֿון אַ סך הײַנטיקע אַמעריקאַנער לידער. עס דינט אָבער יאָ ווי אַ טשיקאַווער באַווײַז, אַז אויך צווישן ייִדן זענען אַזעלכע פֿאַלן פֿאָרגעקומען.