מיר האָט זיך געדאַכט אַז איך האָב במשך פֿון מײַנע יאָרן צוגרייטנדיק די „עונג־שבת‟־שטיקלעך, אַז איך האָב שוין אויסגעשעפּט אַלע געראָטענע ווידעאָס אויף ייִדיש, וואָס געפֿינען זיך אויף „יוטוב.‟ צום גליק בין איך ניט געווען גערעכט. רחל קפֿריסן האָט לעצטנס פֿאַרשפּרייט דעם דאָזיקן ווידעאָ, אין וועלכן זעראָ מאָסטעל שטעלט פֿאָר אַ ייִדיש ליד. אַ פּנים האָב איך דעם ווידעאָ פֿריִער ניט געהאַט באַמערקט, ווײַל אין דער באַשרײַבונג שטייט „דזשויִש‟ אַנשטאָט „ייִדיש.‟ ווי עס זאָל ניט זײַן איז דער דאָזיקער ווידעאָ טאַקע אַן אוצר.
דער אַקטיאָר, קאָמיקער און זינגער זעראָ מאָסטעל, וואָס איז הײַנט צום מערסטן באַקאַנט פֿאַר זײַן ראָלע ווי דער ערשטער טבֿיה אויף בראָדוויי און פֿאַרן שפּילן דעם פּראָדוצענט מאַקס ביאַליסטאָק אין מעל ברוקס׳ פֿילם „די פּראָדוצענטן,‟ איז אויך געווען זייער באַקאַנט אין די 1940ער יאָרן ווי אַ ראַדיאָ־ און טעאַטער־שטערן. ער האָט אויך געשפּילט קליינע ראָלעס אויף ייִדיש אויף סעקאָנד־עוועניו.
מאָסטעלס פֿילם־קאַריערע איז אָבער אָפּגעהאַקט געוואָרן אין מיטן צוליב זײַנע פּאָליטישע אידעאַלן: שוין אין 1942 האָט דער סטודיאָ MGM אים באַזײַטיקט פֿון איינעם פֿון זײַנע פֿילמען, ווײַל מאָסטעל האָט עפֿנטלעך געזאָגט אַז אַ צווייטער פֿילם פֿונעם סטודיאָ איז געווען ראַסיסטיש געשטימט. ער איז ניט אויפֿגעטראָטן אין קיין אַנדערע פֿילמען, ווײַל אַלע סטודיאָס האָבן אים ניט געוואָלט אָננעמען, צוליב זײַן האָבן עפֿנטלעך קריטיקירט MGM. ער האָט אין 1949 און 1950 ווײַטער באַקומען אַרבעט אָבער דערנאָך איז ער אַרויף אויף דער טרויעריק־באַרימטער „שוואַרצער ליסטע‟ פֿאַרן האָבן, אַ פּנים, אַמאָל געווען אַ קאָמוניסט. צוליב דעם וואָס מאָסטעל האָט ניט געלייקנט דעם פֿאַקט, אַז ער איז אָמאָל געווען אַ קאָמוניסט און ניט אויסגעזאָגט וועלכע פֿון זײַנע קאָלעגן זענען אויך געווען קאָמוניסטן, האָט מען אים אויך פֿאַרווערט אויפֿצוטרעטן אויף בראָדוויי אָדער אויפֿן ראַדיאָ. ניט נאָר האָט ער ניט פֿאַרדינט אין יענע יאָרן, נאָר ווען ער איז סוף־כּל־סוף צוריק אויף דער בינע אַן ערך 8 יאָר שפּעטער האָט די וועלט שוין כּמעט אין גאַנצן געהאַט פֿאַרגעסן אין אים. ווי דאָס וואָלט ניט געווען גענוג, איז ער אין 1960 שווער פֿאַרוווּנדיקט געוואָרן נאָך דעם וואָס אַ לאַסטאויטאָ איז אים איבערגעפֿאָרן און ער איז 4 חדשים געלעגן אין שפּיטאָל.
אין דעם קאָנטעקסט דאַרף מען פֿאַרשטיין דעם טשיקאַווען ווידעאָ, אין וועלכן מאָסטעל שטעלט פֿאָר זײַן נוסח פֿון „מיט אַ נאָדל, אָן אַ נאָדל‟ אויף דער טעלעוויזיע אין 1962. זײַן קאַריערע האָט זיך נאָר וואָס געהאַט ווידער אָנגעהויבן און אָט וואָס באַשליסט ער צו זינגען — אַ ייִדיש ליד. און ניט נאָר אַ ייִדיש ליד, נאָר איינס, וואָס דער ברייטער עולם קען ניט. הייסט עס, אַז אויך מיט זײַנע באַשלוסן בײַם פֿאַרווײַלן אַן עולם איז ער געווען געטרײַ זײַנע אידעאַלן; אין דעם פֿאַל — דאָס פֿאַרשפּרייטן ווייניק באַקאַנטע ייִדישע פֿאָלקסלידער.
כאָטש מאָסטעל הייבט אָן זײַן אויפֿטריט מיט וויצן און דער עולם האַלט דערפֿאַר אַז דאָס גאַנצע ליד „מיט אַ נאָדל אָן אַ נאָדל‟ איז אַ געלעכטער, שטעלט ער אים פֿאָר אויף אַן ערנסטן אופֿן; בפֿירוש ניט ווי קיין וויץ.
מיט צוויי יאָר שפּעטער האָט מען באַשלאָסן אָנצונעמען מאָסטעלן ווי טבֿיה אינעם דעמאָלט־נײַעם מיוזיקל „פֿידלער אויפֿן דאַך‟. מאָסטעל האָט געהאַלטן, אַז דער סצענאַר בכלל און די מוזיק בפֿרט זענען ניט געווען גענוג ייִדישלעך און האָט אַליין באַשלאָסן אַרײַנצוּוועבן ייִדישע ווערטער און ניגונים, עס זאָל קלינגען מער היימיש. זײַן אויפֿטריט, צוזאַמען מיט דער מער ליבעראַלער פּאָליטישער אַטמאָספֿער אין די 1960ער יאָרן, האָט אים געגעבן די מעגלעכקייטן ווידער צו ווערן אַ גרויסער שטערן.
פֿון זײַן זינגען אויף ייִדיש אינעם דאָזיקן ווידעאָ קען מען זיך פֿאָרשטעלן ווי מאָסטעל וואָלט געהאַט געקלונגען, ווען ער וואָלט אַמאָל געשפּילט טבֿיה אויף מאַמע־לשון.