Oyneg Shabes

„אַ ייִדיש האַרץ‟ געזונגען פֿון הירש ראָטענבערג

"A Jewish Heart" Sung by Hershy Rottenberg

  • Print
  • Share Share

זייער אָפֿט דערוויסט מען זיך וועגן די נײַסטע לידער אויף דער חסידישער גאַס דורך די פֿילמען, וואָס די וווילטעטיקע אָרגאַניזאַציעס לאָזן אַרויס לכּבֿוד זייערע באַנקעטן.

אין דעם פֿאַל האָט די אָרגאַניזאַציע RCCS, וואָס שטיצט אונטער פֿרומע משפּחות, וועמענס קינדער ווערן קראַנק אויף ראַק (אָדער ווי מע זאָגט בײַ די חסידים: „יענע מחלה‟), ספּעציעל געבעטן, מע זאָל קאָמפּאָנירן אַ ליד צו באַשײַנען דעם אָוונט.

דאָס ליד, אַ „ייִדיש האַרץ‟, האָט אָנגעשריבן דער פּאָפּולערער חסידישער זינגער פֿון בעלגיע, הירש ראָטענבערג. עס באַגלײטן אים דער „שירה־כאָר‟ און די „פֿריילעך־קאַפּעליע‟.

דער ריזיקער באַנקעט־אָוונט, אויף וועלכן עס זענען געקומען מער ווי טויזנט מענטשן, איז פֿאָרגעקומען דעם 24סטן יולי אין מאָנראָ, ניו־יאָרק.