Oyneg Shabes

„אין וואַרשעווער געטאָ איז איצט חודש ניסן‟, רעציטירט פֿון הדסה קעסטין

''It's the Month of Nissan in the Warsaw Ghetto,'' Recited by Hadassah Kestin

  • Print
  • Share Share

הײַיאָר מערקט מען אָפּ דעם 75סטן יאָרטאָג פֿונעם וואַרשעווער געטאָ־אויפֿשטאַנד. צוליב דעם, וואָס דער פּינקטלעכער יאָרטאָג איז דאָנערשטיק, דעם 19טן אַפּריל, די קומענדיקע וואָך, שטעלן מיר צו אַ זעלטענעם פֿילם, אין וועלכן די אַקטריסע הדסה קעסטין לייענט פֿאָר בינעם העלערס האַרץ־רײַסנדיק ליד וועגן דעם אויפֿשטאַנד בעת אַ וואָרט־קאָנצערט בײַם „ייִדישן קולטור־קלוב‟ אין לאָס־אַנדזשעלעס אין 1990.

בינעם העלער איז אַליין ניט געווען אין וואַרשעווער געטאָ, אָבער ס׳רובֿ פֿון זײַן משפּחה, אַרײַנגערעכנט זײַן מאַמע, ברידער און שוועסטער, פּלימעניקעס און פּלימעניצעס, זענען דאָרטן פֿאַרשפּאַרט געווען און שפּעטער אומגעקומען. אינעם ליד „אין וואַרשעווער געטאָ איז איצט חודש ניסן‟ שילדערט ער ווי אַזוי ס׳האָט בײַ זיי אפֿשר אויסגעזען דער לעצטער פּסח, און ער פֿאַרבינדט דערבײַ די גרויליקע געשעענישן אין דער געטאָ מיט דער געשיכטע, וואָס ס׳ווערט דערציילט בײַם פּסחדיקן סדר. ס׳איז אַ ליד, וואָס איז כּדאַי צו הערן יעדעס יאָר, סײַ אויפֿן יאָרטאָג פֿונעם אויפֿשטאַנד, סײַ בײַם סדר גופֿא.