Oyneg Shabes

משה אוישער זינגט „כּל נדרי‟

Moishe Oysher Sings Kol Nidre

  • Print
  • Share Share

די גרויסע אָנהענגער פֿון חזנות דעבאַטירן שוין יאָרן, ווער פֿון די גרויסע חזנים פֿון אַמאָל האָט צום בעסטן געזונגען „כּל נדרי‟. דעם ענין קען מען אַרומרעדן אָן אַ סוף (מײַן אויסקלײַב: דווקא גרשון סיראָטע ).

אויב איר ווילט הערן אַן אויסערגעוויינטלעכן נוסח פֿון דער תּפֿילה אין אַ ייִדישן פֿילם, הערט זיך צו צו משה אוישער. אָט קען מען זען די לעצטע סצענע פֿונעם פֿילם „דער ווילנער שטאָט־חזן‟ אין וועלכן דער חזן יואל דוד שטראַשונסקי (געשפּילט פֿון משה אוישער) קערט זיך אום אַ שטאַרק־קראַנקער אין זײַן שיל אין ווילנע, זינגט אויס „כּל נדרי‟, און פֿאַרגייט אין דער אייביקייט.

נו? קיינער טענהט ניט, אַז די אַמאָליקע ייִדישע פֿילמען זענען ניט געווען גענוג מעלאָדראַמאַטיש…