Oyneg Shabes

ליפּא שמעלצער זינגט „גאָט בענטש אַמעריקע‟

Lipa Schmeltzer Sings "God Bless America"

  • Print
  • Share Share

ס׳איז אַ סוד פֿאַר גאַנץ בראָד, אַז ס׳רובֿ אַמעריקאַנער ווייסן ניט די ווערטער צו אַמעריקעס נאַציאָנאַלן הימען, אפֿשר ווײַל דאָס ליד איז ניט ספּעציעל באַליבט בײַם אַמעריקאַנער פֿאָלק. ער איז לאַנג, די מוזיק איז שווער צו זינגען און געוויסע טיילן פֿונעם ליד (דווקא די וואָס מע זינגט הײַנט ניט) זענען באמת עקלדיק פֿאַרן הײַנטיקן צוהערער.

כאָטש פֿראַנציס סקאָט־קי האָט געשריבן זײַן פּאָעמע „די פֿאַרטיידיקונג פֿון פֿאָרט מעקהענרי‟, וואָס איז שפּעטער פֿאַרוואַנדלט געוואָרן אינעם Star-Spangled ,Banner אין 1814, האָט מען עס ניט אויסגעקליבן פֿאַרן נאַציאָנאַלן הימען אַזש ביז 1931. צו יענער צײַט זענען עטלעכע פּאָפּולערע פּאַטריאָטישע לידער געווען ערנסטע קאַנדידאַטן אויף צו ווערן דעם נאַציאָנאַלן הימען. ס׳רובֿ אַמעריקאַנער האָבן געשטיצט דעם Star Spangled Banner, אָבער זייער אַ סך (אַרײַנגערעכנט פֿרענקלין רוזוועלט) האָבן געשטיצט „אַמעריקע די פּרעכטיקע‟, און אַנדערע האָבן דווקא געשטיצט אירווינג בערלינס „גאָט בענטש אַמעריקע‟. איינע פֿון די הויפּט־סיבות פֿאַר וואָס מע האָט ניט אָנגענומען „גאָט בענטש אַמעריקע‟ איז ווײַל דאָס ליד איז בלויז געהאַט געשריבן געוואָרן מיט 12 יאָר פֿריִער. עס האָט פּשוט ניט געהאַט די זעלביקע חשיבֿות ווי די אַנדערע צוויי, וואָס מע פֿלעג זינגען אויף אַלע מינים אָפֿיציעלע אונטערנעמונגען.

איצט איז דער מצבֿ גאָר אַנדערש. אַז מע וואָלט הײַנט געבעטן צופֿעליקע פֿאַרבײַגייער אויף דער גאַס צו זינגען אַ פּאַטריאָטיש ליד, וואָלטן ס׳רובֿ טאַקע געזונגען „גאָט בענטש אַמעריקע‟, ווײַל אַ סך מער מענטשן קענען גוט די ווערטער ווי די אַנדערע. אַזוי ווי דער נאַציאָנאַלער הימען, ווערט דאָס ליד פֿונעם ייִדישן אימיגראַנט אירווינג בערלין (פֿון דער היים: ישׂראל־איזידאָר ביילין) געזונגען סײַ אויף ס׳רובֿ אָפֿיציעלע מלוכישע צערעמאָניעס, סײַ בעת פּראָפֿעסיאָנעלע ספּאָרט־פֿאַרמעסטן.

דערפֿאַר איז ניט קיין חידוש, וואָס ליפּא שמעלצער האָט באַשלאָסן פֿאָרצושטעלן דאָס ליד אויף דער אײַנשווערונג־צערעמאָניע פֿון דער ערשטער חסידישער ריכטערין רוחי פֿרײַער. זײַן אויפֿטריט קען מען זען אויבן.

און אָט קען מען זען ווי דניאלה ראַבאַני שטעלט פֿאָר איר צוויי־שפּראַכיקן נוסח פֿונעם ליד בעת אַ קאָנצערט לזכר אירווינג בערלין בײַם „מוזיי פֿון עלדרידזש־גאַס‟.