Oyneg Shabes

„קאַווע‟ פֿאָרגעשטעלט דורך יהושע בערקאָ און יוסי שטענדיגס אָרקעסטער

"Coffee" Performed by Shea Berko and Shtendig Musicality

  • Print
  • Share Share

ניט אַלע הײַנטיקע חסידישע לידער זענען וועגן הייליקע רבנים אָדער דעם באַשעפֿער. געוויסע, און אָפֿט מאָל די שטאַרקסטע, זענען דווקא געווידמעט מער אַלגעמיינע טעמעס.

לעצטנס האָט יוסי שטענדיג, דער דירעקטאָר און דיריגענט פֿון אַ פּאָפּולערן חסידישן אָרקעסטער „שטענדיגס מיוזיקאַליטי‟, אַרויפֿגעשטעלט אַ ווידעאָ אויף זײַן „יו־טוב‟־קאַנאַל, אין וועלכן זײַן אָרקעסטער שטעלט פֿאָר ליפּא שמעלצערס ליד „קאַווע‟. דאָס ליד, פּרעכטיק געזונגען דורכן סאָלאָיִסט יהושע בערקאָ, פֿאַרגלײַכט דאָס לעבן צום פּאָפּולערן געטראַנק: אַזוי ווי מע דאַרף אַרײַנלייגן סײַ זיסע, סײַ ביטערע זאַכן כּדי צו מאַכן אַ טעפּל קאַווע, דאַרף מען אויך איבערלעבן סײַ גוטע און סײַ שלעכטע צײַטן כּדי צו ווערן אַ פֿולשטענדיקן מענטש.

די מוזיק, מיט קליינע אָבער פֿאָרט מערקווערדיקע השפּעות פֿונעם „קאָנטרי‟־סטיל, האָט קאָמפּאָנירט יוסי גרין פֿאַר ליפּא שמעלצערס אַלבאָם „בדרך‟ (2003). די איצטיקע אַראַנזשירונג האָט געשאַפֿן יוסי שטענדיג, וואָס דיריגירט זײַן אָרקעסטער אין דער אויפֿפֿירונג פֿון דעם ליד בעת אַ חתונה.