Oyneg Shabes

„אַרום דעם פֿײַער‟

Round the Campfire

  • Print
  • Share Share

ס׳זענען באמת ניטאָ קיין סך לידער אויף ייִדיש געווידמעט ל׳׳ג בעומר, און די פּאָר וואָס איך האָב יאָ געפֿונען זענען מיר ניט געפֿעלן געוואָרן. איך האָב, אָבער, פֿאָרט געוואָלט פֿאָרשטעלן אַ ליד לכּבֿוד ל׳׳ג בעומר און די בעסטע ברירה איז געווען צו בלײַבן סתּם מיט דער טעמע פֿון פֿײַער.

גאָר אַ שיין ייִדיש ליד וועגן פֿײַער איז „אַרום דעם פֿײַער‟, וואָס מע פֿלעג זינגען אַרום די לאַגער־פֿײַערן אין די בונדיסטישע זומער־קאָלאָניעס, ווי אויך בײַ די ייִדישיסטישע זומער־קאָלאָניעס אין אַמעריקע אַזוי ווי „קעמפּ־המשך‟, „קעמפּ קינדער־רינג‟ און „קעמפּ־בויבעריק‟. דאָס ליד הערט מען הײַנט כאָטש איין מאָל אַ יאָר אויף דער „ייִדיש־וואָך‟, ווי אויך אויף קאָנצערטן. אַזוי ווי אַ סך פֿון די לידער וואָס זענען געווען פּאָפּולער אין די סעקולערע ייִדישע קרײַזן פֿאַר דער צווייטער וועלט־מלחמה איז עס כּמעט אין גאַנצן אומבאַקאַנט דעם חסידישן עולם, כאָטש בײַ די מאָדערן־אָרטאָדאָקסישע זינגט מען דעם שבת־זמר „מנוחה ושׂמחה‟ מיט דער זעלבער מעלאָדיע. צי די פֿרומע אין אַמעריקע האָבן דאָס געבאָרגט בײַ די אַמאָליקע בונדיסטן, צי פֿאַרקערט איז מיר אומבאַקאַנט. אויב עמעצער ווייסט לאָזט וויסן.

אויבן שפּילט די קלעזמער־קאַפּעליע „שפּילבערג‟, צוזאַמען מיט די זינגער סוועטלאַנאַ קונדיש און מענדי כּהן אויף אַ קאָנצערט אין תּל־אָבֿיבֿ.

אָט איז אַ שיינער נוסח פֿונעם ליד פֿון פֿראַנקרײַך. דער מאַנדאָלין גיט צו אַ טעם פֿון די 1930ער יאָרן, ווען דער דאָזיקער אינסטרומענט איז געווען בײַם סאַמע־ראַנד פֿון זײַן פּאָפּולעריטעט אין פּוילן און ליטע.