Oyneg Shabes

„אָדע צו פֿרייד‟ נוסח פּרץ

Peretz’s "Ode to Joy"

  • Print
  • Share Share

דער „ייִדישער פֿילהאַרמאָנישער פֿאָלקסכאָר‟ האָט לעצטנס פֿאָרגעשטעלט אַ קאָנצערט. צוליבן 100סטן יאָרצײַט פֿון י. ל. פּרץ האָט ער געזונגען אַ ריי לידער, וואָס זענען פֿאַרבונדן מיטן ייִדישן קלאַסיקער. דעם כאָרס נוסח פֿון פּרצס אַנטי־ראַסיסטיש ליד „ברידער‟, צוגעפּאַסט צו דער מעלאָדיע פֿון בעטהאָוונס נײַנטער סימפֿאָניע (באַקאַנט ווי „אָדע צו פֿרייד‟ צוליב דעם, וואָס בעטהאָוון האָט אין איר אַרײַנגעפֿלאָכטן אַ ליד פֿון פֿרידריך שילער מיטן זעלביקן נאָמען) איז זייער פּרעכטיק און כּדאַי צו הערן. די אַראַנזשירונג האָט געשאַפֿן דער דיריגענט פֿונעם כאָר, בנימין שעכטער.