Oyneg Shabes

צװישן אונדז, ייִדן, גערעדט

Just Between Us

  • Print
  • Share Share
Yehuda Blum

אָט, מיר האָבן נאָך ניט באַװיזן זיך אָנזעטיקן מיט דער ביטערקײט פֿונעם חודש חשװן און עס איז שױן צײַט, מחדש צו זײַן דעם חודש כּסלו, און די ברכה פֿון דעם־אָ חודש איז — חײם של שלום, דאָס לעבן אין שלום, מע קען אַפֿילו זאָגן, אַז דאָס איז אַ חודש פֿון „שלום־ברכה‟, צו װעלכער מיר װינטשן אַלע אונדזערע לײענער זוכה צו זײַן. דער „אות‟ פֿונעם חודש כּסלו איז „סמך‟, און דער גײַסטיקער סימבאָל איז „אס‟, דהײַנו, די ראָשי־תּיבֿות פֿון „אין־סוף‟. עס דאַכט זיך, אַז דער חושך פֿון די לאַנגע נעכט פֿאַרכאַפּט די װעלט, נאָר מע טאָר ניט פֿאַרגעסן, אַז די ליכטיקײט שטאַמט פֿון דער פֿינצטערניש. מיר טרעטן אַרײַן אין אַ חודש פֿון האָפֿענונג און „שלום־ברכה‟. הלװאַי, אױף אַלע ייִדישע קינדער געזאָגט געװאָרן.

איך װײס ניט פֿון װאַנעט עס קומען די באָבע־מעשׂיות, אַז די ייִדישע מענער באַציִען זיך צו זײערע װײַבער מיט עפּעס אַ באַזונדערן פּיעטעט. אפֿשר, אױף פּאַפּיר אָדער אין חלום… כאָטש, דעם אמת געזאָגט, איך דערמאָן זיך ניט אין אַ װעלכער ניט איז אַכזריותדיקער באַציִונג צו די פֿרױען אין אַלע ייִדישע שטעטלעך, װוּ איך בין אױפֿגעװאַקסן — ניט אין פֿלאָרעשט, ניט אין װאַסילקאָװ, ניט אין מאַרקולעשט, ניט אין בעלץ, ניט אין קריזשאָפּיל, און װעגן טשערנאָװיץ איז שױן, אַװדאי און אַװדאי, אָפּגערעדט.

אָפֿט מאָל האָב איך געזען טאַקע דאָס פֿאַרקערטע, װי די ייִדישע פֿרױען פֿלעגן אַרױסװײַזן אַ לײַכט־צינישע באַציִונג צו די „פֿעיִקײטן‟ פֿון זײערע מענער־שלימזלען. אַפֿילו אינעם מינדלעכן פֿאָלקלאָר האָב איך זיך קײן מאָל ניט אָנגעשטױסן אױף אַ גראָב װערטל אין באַציִונג צו אַ פֿרױ, כאָטש בײַ די אַרומיקע אײראָפּעיִשע פֿעלקער, צװישן װעלכע ייִדן האָבן געלעבט לאַנגע הונדערטער יאָרן, איז אַ װערטל אין נוסח, אַ ניט־אָפּגעשמיסענע פֿרױ איז געגליכן צום ניט־געװאַשענעם געשיר, געװען גיכער אַ נאָרמע אײדער אַן אױסנאַם. און גלײַך מיט דעם, האָב איך אױסגעפֿונען אַ קלײנע צאָל מעשׂהלעך, װאָס האָבן זיך באַװיזן אין די פֿריִערע השׂכּלה־צײַטן, אין װעלכע עס פֿילט זיך אַ מין עקל־בײַטעם און אַפֿילו אַ שטיקל שׂינאה אין די באַציִונגען פֿון אַ ייִדיש פּאָרפֿאָלק.

* * *

פֿרעגט אײן ייִד דעם צװײטן:

— פֿאַר װאָס רופֿט מען אָן די ייִדישע שפּראַך מאַמע־לשון?

ענטפֿערט דער צװײטער:

— גאָר פּשוט, װײַל די מאַמע לאָזט דעם טאַטן קײן מאָל ניט אַ װאָרט אױסרעדן. און טאַקע דערפֿאַר האָט דער אײבערשטער געגעבן אָדמען אַ װײַב חוה, כּדי ער זאָל זיך פֿון איר אױסלערנען רעדן ייִדיש.

* * *

אַ ייִד קומט צו זײַנעם אַ בן־עיר, װאָס ער האָט אים ניט געזען אַ שאָק מיט יאָרן, זינט זײ זײַנען געװען גאָר יונגע בחורים. װען ער האָט דערזען װי עס דרײט זיך אַרום אין שטוב עפּעס אַ מיאוסע פֿרױ, פֿרעגט ער דעם לאַנדסמאַן:

— משה, איז דאָס די דינסט דײַנע?

— מאַך זיך ניט נאַריש, — ענטפֿערט משה, — פֿאַר אַ דינסט װאָלט איך דען גענומען אַזאַ פֿאַרזעעניש? ס’איז מײַן װײַב, איז עס…

* * *

אַ יונגער־מאַן האָט חתונה געהאַט מיט אַ רײַך מײדל, אָבער זײער אַ גרױסע מיאוסקײט. און גראָד האָט ער זיך נוהג געװען, אַז װען ער האָט געדאַרפֿט אַװעקפֿאָרן אָדער אַװעקגײן אױף אַ לענגערע צײַט, פֿלעגט ער זײַן פֿרױ מיטנעמען מיט זיך.

פֿרעגט אים אײן מאָל זײַנער אַ פֿרײַנד:

— זאָג מיר, מאָטל, ביסטו טאַקע אַזױ שטאַרק פֿאַרליבט אין דײַן װײַבל, אַז דו האָסט מורא זי איבערצולאָזן אַלײן?

— ניט דאָס… — ענטפֿערט מאָטל, — איך נעם זי אַלע מאָל מיט זיך מיט, כּדי נישט צו דאַרפֿן געזעגענען זיך און זי קושן.

* * *

אַ פֿאַרצײַטיקער ייִשובֿניק, װאָס האָט אין זײַן לעבן קײן מאָל קײן שפּיגל ניט געזען, איז אײן מאָל געקומען אין שטאָט אַרײַן און אין אַ פֿענצטער פֿון אַ קראָם האָט ער דערזען אַ שפּיגל… גאָטעניו, אַ בילד, װאָס האָט אױסגעזען פּונקט װי זײַן פֿאַרשטאָרבענער טאַטע. דאָס „בילד‟ איז אים געפֿעלן געװאָרן, איז ער אַרײַן אין קראָם און געקױפֿט דעם שפּיגל. כּדי זײַן פֿרױ זאָל עס ניט װיסן, האָט ער זײַן „טאַטנס בילד‟, דעם שפּיגל, אַרױפֿגעלײגט אױפֿן בױדעם, און אַהין פֿלעגט ער יעדן טאָג אַרױפֿקריכן און אַרײַנקוקן אין אים, כּדי צו זען זײַן טאַטן.

װען זײַן פֿרױ, װאָס האָט אױך קײן מאָל אין איר לעבן קײן שפּיגל ניט געזען, האָט באַמערקט, אַז איר מאַן קריכט יעדן טאָג אַרױף אױפֿן בױדעם, האָט זי זיך אויך אַרױפֿגעדראַפּעט אַהין, און באַלד דערזען עפּעס אַ מאָדנע זאַך, װאָס זי האָט פֿריִער קײן מאָל ניט געזען… קוקט זי אין שפּיגל אַרײַן און דערזעט דאָרט אַ פּנים פֿון אַ פֿרױ. גיט זי אַ שפּײַ „איר‟ אין פּנים און שרײַט אױס:

— אָט דאָס זײַנען די מאַנצבילן… צוליב אַזאַ מיאוסער פּאַסקודסטװע האַלט ער אין אײן קריכן אױפֿן בױדעם!…