Oyneg Shabes

די לבֿנה און דאָס ייִנגעלע

The Moon and the Little Boy

פֿון לעאָן עלבע

  • Print
  • Share Share

שפּאַצירט זיך אַרום די לבֿנה אין הימל איינע אַליין בײַנאַכט, און עס ווערט איר מיט אַמאָל אומעטיק. טראַכט זי בײַ זיך: „לאָמיך גיין אויפֿוועקן וועמען פֿון די ייִנגעלעך אָדער פֿון די מיידלעך, וועל איך האָבן מיט וועמען צו שפּילן זיך, וועט מיר זײַן פֿריילעכער‟.

גייט די לבֿנה און קוקט אַרײַן אין יעדן פֿענצטער, זעט זי: דאָרט שלאָפֿט אַ ייִנגעלע און דאָ שלאָפֿט אַ מיידעלע, אָבער זיי שלאָפֿן אַזוי שטאַרק, אַזש עס איז זיי ניט אויפֿצוּוועקן. פּרוּווט די לבֿנה אַ קיצל טאָן דאָס ייִנגעלע אָדער דאָס מיידעלע מיט אַ שטראַל, אָבער דאָס ייִנגעלע אָדער דאָס מיידעלע גיט נאָר אַ שמייכל פֿון שלאָף און שלאָפֿט ווײַטער אַזוי רויִק, אַזוי שיין, אַזש עס איז אַ מחיה צו קוקן.

און די לבֿנה ווערט אַלץ אומעטיקער און אומעטיקער אומצוגיין איינע אַליין בײַ נאַכט אין אַזאַ גרויסער און ברייטער וועלט. טראַכט זי בײַ זיך ווײַטער: ווי גוט עס איז דער זון! די זון איז פֿריילעך אַ גאַנצן טאָג. זי האָט מיט וועמען צו שפּילן זיך. אַלע קינדער זענען אין גאַס, און די זון שפּילט זיך מיט זיי, און אַז עס ווערט פֿאַרנאַכט, גייט די זון אַוועק שלאָפֿן און די קינדער גייען אויך שלאָפֿן, און דעמאָלט קום איך צו גיין, און אַלע קינדער ליגן שוין אין די בעטן, און איך האָב ניט מיט וועמען צו שפּילן זיך. און ווען די קינדער שטייען אויף, מוז איך שוין גיין שלאָפֿן. פֿע! עס איז ניט גוט צו זײַן אַ לבֿנה און צו זײַן אויף בײַ נאַכט ווען אַלע שלאָפֿן און צו שלאָפֿן בײַ טאָג ווען אַלע זענען אויף!‟

גייט די לבֿנה ווײַטער און ווײַטער און נעמט ווידער קוקן אין די פֿענצטער און פּרוּוון איר מזל, טאָמער שלאָפֿט ניט ערגעץ־וווּ אַ ייִנגעלע אָדער אַ מיידעלע, אָדער אפֿשר וועט זי קענען ערגעץ־וווּ אויפֿוועקן אַ ייִנגעלע אָדער אַ מיידעלע און האָבן מיט וועמען צו שפּילן זיך.

קינדער ליגן אין די וויגן,

קינדער שלאָפֿן אין די בעטן,

קיינער פֿון זיי וויל ניט אויפֿשטיין,

און עס העלפֿט גאָרניט אין בעטן.

זעט די לבֿנה, אַז קיין בעטן זיך העלפֿט ניט, ווײַל די קינדער שלאָפֿן שטאַרק און הערן ניט, האָט זי גענומען ווידער צו קיצלען: אפֿשר וועט פֿאָרט איין קינד ניט אויסהאַלטן און זיך אויפֿכאַפּן?

האָט זי אים געקיצלט אַזוי לאַנג אין די אייגעלעך, ביז ער האָט טאַקע ניט געקענט אויסהאַלטן און האָט גענומען זשמורען מיט די אייגעלעך און האָט געזשמורעט און געזשמורעט אַזוי לאַנג, ביז ער האָט זיך אויפֿגעכאַפּט און אויפֿגעעפֿנט די אייגעלעך. קוקט דאָס ייִנגעלע און קוקט און אים ווילט זיך וויסן, ווער האָט דאָס אים געקיצלט. זוכט ער און זוכט און קען קיינעם ניט געפֿינען: פּאַפּאַ און מאַמאַ שלאָפֿן, און מער איז קיינער אין צימער ניטאָ. און די לבֿנה שטייט און קוקט אין פֿענצטער און קײַכט פֿאַר געלעכטער.

דערזעט דאָס ייִנגעלע די לבֿנה, פֿרעגט ער זי:

— האָסטו דאָס מיך געקיצלט?

ענטפֿערט די לבֿנה:

— געוויס איך! זעסט דאָך, אַז אַלע שלאָפֿן, און נאָר איך איינע שלאָף ניט.

פֿרעגט בײַ איר דאָס ייִנגעלע:

— פֿאַר וואָס האָסטו מיך געקיצלט?

ענטפֿערט די לבֿנה:

— ווײַל איך האָב געוואָלט, דו זאָלסט אויפֿשטיין און דו זאָלסט זיך שפּילן מיט מיר, ווײַל מיר איז אומעטיק צו זײַן איינע אַליין אַ גאַנצע נאַכט.

זאָגט דאָס ייִנגעלע:

— רעכט, איך וועל זיך שפּילן מיט דיר. האָט דאָס ייִנגעלע גענומען זיך שפּילן מיט דער לבֿנה. האָט דעם ייִנגעלעס מאַמע דערהערט פֿון שלאָף, אַז דאָס ייִנגעלע שלאָפֿט ניט, האָט זי זיך אויפֿגעכאַפּט און גיט אַ פֿרעג איר ייִנגעלע:

— פֿאַר וואָס שלאָפֿסטו ניט? פֿאַר וואָס ליגסטו ניט אײַן?

ענטפֿערט דאָס ייִנגעלע:

— די לבֿנה…

און ווײַזט מיטן פֿינגערל אויפֿן פֿענצטער.

גיט די מאַמע אַ קוק און זי דערזעט די לבֿנה אין פֿענצטער, אַ פֿולע, אַ שמייכלנדיקע.

— אַהאַ! — זאָגט זי — די לבֿנה לאָזט זיך ניט שלאָפֿן! איך וועל איר געבן!

און די מאַמע גייט אַרונטער פֿון בעט און ציט אַראָפּ פֿון פֿענצטער דעם טונקעלן פֿאָרהאַנג, און די לבֿנה האָט שוין מער ניט געקענט אַרײַנקומען, און אין צימער איז געוואָרן פֿינצטער, אַז מען האָט גאָרנישט ניט געקענט זען. דאָס ייִנגעלע האָט אַפֿריִער ניט געוואָלט לײַדן, וואָס מע האָט פֿון אים צוגענומען די לבֿנה, און ער האָט אַ היפּשע ווײַלע זיך נאָך אַרומגעדרייט אין בעט אַן אומצופֿרידענער, אָבער צום סוף איז ער צוריק אײַנגעשלאָפֿן.

און די לבֿנה איז אַ פֿאַרשעמטע אַוועק פֿון יענעם פֿענצטער און איז אַוועק צו אַן אַנדער פֿענצטער און דאָרט האָט זי דערזען אַן אַנדער ייִנגעלע, און דאָס ייִנגעלע איז גראָד ניט געשלאָפֿן און דעם ייִנגעלעס מאַמע אויך ניט. דעם ייִנגעלעס מאַמע איז געזעסן לעבן דעם ייִנגעלע און האָט אים געגלעט און גערעדט צו אים אַזעלכע גוטע רייד, אַזש עס איז אַ פֿאַרגעניגן געווען צו הערן.

האָט די לבֿנה אַרײַנגעקוקט אין פֿענצטער, און ווי זי האָט אַרײַנגעקוקט, אַזוי האָט זיך דעם ייִנגעלעס מאַמע אָנגערופֿן:

— זע נאָר, מײַן קינד, די לבֿנה!

וווּנדערט זיך די לבֿנה, וואָס דעם ייִנגעלעס מאַמע טרײַבט זי ניט אַוועק פֿון פֿענצטער, אַזוי ווי יענעם ייִנגעלעס מאַמע האָט זי אַוועקגעטריבן. אַדרבה, דעם ייִנגעלעס מאַמע רעדט צום ייִנגעלע און ווײַזט אים נאָך אָן אויף דער לבֿנה:

— זע, מײַן קינד, ס׳אַראַ שיינע לבֿנה! זע, ווי זי קוקט און שמייכלט! זעסט דאָס מענטשעלע אין דער לבֿנה? זעסט אַ נאָז מיט אַ מויל מיט אויגן?

וווּנדערט זיך די לבֿנה און איז צופֿרידן, וואָס דעם ייִנגעלעס מאַמע לויבט זי אַזוי. מיט אַמאָל אָבער דערהערט די לבֿנה, ווי דאָס ייִנגעלע גיט אַ קרעכץ, פֿרעגט די מאַמע בײַם ייִנגעלע:

— וואָס טוט דיר וויי, מײַן קינד? טוט דיר נאָך וויי דאָס קעפּעלע?

און דאָס ייִנגעלע שאָקלט קוים מיטן קעפּעלע און קוים וואָס ער זאָגט:

— יאָ…

פֿאַרשטייט די לבֿנה, אַז דאָס ייִנגעלע איז קראַנק. קריגט די לבֿנה אויף אים רחמנות און רוקט אַרײַן נאָך מער איר קאָפּ אין פֿענצטער און נעמט גלעטן דאָס קראַנקע ייִנגעלע מיט אירע שטראַלן, און דאָס ייִנגעלע הייבט אָן צו פֿילן בעסער און נעמט שמייכלען, און די מאַמע נעמט אויך שמייכלען.

— זעסט, מײַן קינד? — זאָגט זי צו אים — די לבֿנה שפּילט זיך מיט דיר. זי האָט דיך ליב. שפּיל זיך, שפּיל זיך, מײַן קינד, שפּיל זיך, וועסטו געזונט ווערן.

און די לבֿנה פֿלײַסט זיך נאָך מער און זי גלעט דאָס קראַנקע ייִנגעלע מיט אירע שטראַלן און די מאַמע גלעט אויך דאָס ייִנגעלע, און דאָס ייִנגעלע ווערט וואָס אַ ווײַלע מונטערער און פֿריילעכער. די לבֿנה לאַכט און דאָס ייִנגעלע לאַכט, און אַזוי האָבן זיי זיך אָפּגעשפּילט ביידע אַ גאַנצע נאַכט, און ווען עס האָט גענומען טאָגן, האָט די לבֿנה זיך אָפּגעזעגנט מיטן ייִנגעלע און איז אַוועק שלאָפֿן, און דאָס ייִנגעלע איז אויך אײַנגעשלאָפֿן און איז אָפּגעשלאָפֿן ביז שפּעט בײַ טאָג.

דאָס ייִנגעלע איז אויפֿגעשטאַנען, און דאָס קעפּעלע האָט אים שוין מער ניט וויי געטאָן. דאָס ייִנגעלע איז שוין געווען געזונט און האָט געבעטן בײַ דער מאַמען עסן. די מאַמע האָט אים געגעבן עסן, דאָס ייִנגעלע האָט אָפּגעגעסן און איז אַרונטער אויף דער ערד שפּילן זיך מיט זײַנע צאַצקעס.

בײַ נאַכט איז די לבֿנה ווײַטער געקומען שפּילן זיך מיטן ייִנגעלע, אָבער דאָס ייִנגעלע איז שוין געשלאָפֿן, און די לבֿנה האָט אים ניט געוואָלט טשעפּען.

„זאָל ער שלאָפֿן‟, האָט די לבֿנה געטראַכט, „ער האָט נעבעך יענע נאַכט ניט געשלאָפֿן, ניט געזונט געווען, זאָל ער שוין די נאַכט שלאָפֿן!‟

און די לבֿנה האָט זיך באַהאַלטן הינטער אַ וואָלקן, כּדי ניט צו שטערן דאָס ייִנגעלע פֿון זײַן שלאָף.

נאָר איינמאָל האָט זיך דאָס ייִנגעלע אויפֿגעכאַפּט, און די לבֿנה האָט זיך צו אים אויף אַ ווײַלע באַוויזן מיט איר ליבן, זיסן שמייכל. דאָס ייִנגעלע האָט אויך אַ שמייכל געטאָן און איז צוריק אײַנגעשלאָפֿן, און די לבֿנה איז ווידער אַוועק פֿון פֿענצטער און האָט זיך צוריק באַהאַלטן הינטער אַ וואָלקן.