Oyneg Shabes

שׁמואל קטן און זײַן שאָטן

Little Shmuel and His Shadow

פֿון לעאָן עלבע

  • Print
  • Share Share

שמואל קטן איז געווען אַ קלײן מענטשעלע, און דערפֿאַר טאַקע האָט מען אים גערופֿן: שמואל קטן, וואָרעם קטן מײנט אַ קלײנער.

אָבער ווי קלײן ער איז געווען, אַזוי גרויס איז געווען דער נאַר אין אים, און אים האָט שטאַרק פֿאַרדראָסן, וואָס ער איז קלײן, און אים האָט זיך געוואָלט זײַן אַ גרויסער, אַ הויכער. אָבער גאָט קריכט פֿון דער אײגענער הויט! ניט אַלע ביימער וואַקסן גלײַך, און אַזוי אויך ניט אַלע מענטשן, און ניט אַלצדינג, וואָס איז הויך, איז גוט אויך. פֿאַראַן הויכע זאַכן, פֿון וועלכע מען דאַרף אין די הויפֿנס לאַכן. אַ פֿלאָקן איז הויך, און קײן שׂכל האָט דאָס ניט. אַזוי פֿלעגט מען טענהן צו שמואל קטן, אָבער ער האָט דערפֿון ניט געוואָלט וויסן.

— איך וויל זײַן אַ הויכער, אַ גרויסער, אַזוי ווי עוג מלך הבשן, — האָט ער געזאָגט.

ווער איז עוג מלך הבשן? דאָס איז געווען אַמאָל אַזאַ קייסער, איז ער געווען אַ לאַנגער ביז גאָר, פֿון די שפּיץ נעגל ביז די שפּיץ האָר, אַזוי, אַז ווען ער פֿלעגט זיך דערפֿאַר פֿאַרקעמען פֿלעגט ער זיך מוזן שטעלן אויף אַ הויכן לײטער, אַנדערש האָט ער ניט געקענט דערלאַנגן זײַן קאָפּ, אַזוי הויך איז ער געווען. און אײן מאָל, דערצײלט מען, האָט זיך אים אין אַ ליכטיקן פֿרימאָרגן פֿאַרגלוסט אַרויפֿזעצן זיך אויף אַ הויכן מויער, האָט ער גאָר פֿאַרשטעלט די זון, און עס איז פֿינצטער געוואָרן, האָבן אַלע געמײנט, אַז עס איז צוריק נאַכט געוואָרן, האָבן זײ זיך געלײגט שלאָפֿן. אָט אַזאַ לאַנגער איז דאָס געווען עוג מלך הבשן, און קינדער פֿלעגן פֿון אים לאַכן און רופֿן אים ניט עוג מלך הבשן, נאָר עוג מלך הלאָקשנברעט. און דעם גרויסן נאַר שמואל קטן האָט זיך אויך געוואָלט זײַן אַזוי לאַנג, ווי עוג מלך הלאָקשנברעט.

אײנמאָל גייט אַזוי אין גאַס דער קטן, גייט און טראַכט און דאגהט און זיפֿצט און קרעכצט, וואָס ער איז אַזאַ קלײנער. לאָזט ער אַרונטער די אויגן אויף דר’ערד און קוקט. גייט ער אַזוי און קוקט. וואָס קוקט ער? גאָרנישט!

און ווי ער גייט אַזוי, שמואל קטן, דערזעט ער מיט אַמאָל זײַן שאָטן. און דער שאָטן איז לאַנג אַזוי ווי עוג מלך הלאָקשנברעט. טראַכט זיך שמואל קטן: „איז דאָס מײַן שאָטן? נײן: עס קען ניט זײַן, אַז דאָס זאָל זײַן מײַן שאָטן. איך בין דאָך אַזאַ קלײנער, און דער שטאָטן איז אַזאַ לאַנגער, אזוי ווי עוג מלך הבשן!‟

איז דאָס געבליבן בײַ שמואל קטן, אַז דאָס איז ניט זײַן שאָטן. טראַכט ער אָבער ווײַטער: „וויבאַלד אַז עס איז ניט מײַן שטאָטן, טאָ וועמענס דען איז דאָס‟? הייבט ער אויף זײַנע אויגן פֿון דער ערד און קוקט זיך אַרום אויף אַלע זײַטן פֿון גאַס: „אפֿשר גייט נאָך אײנער און דאָס איז יענעמס שאָטן? אפֿשר טאַקע עוג מלך הבשן אַלײן? וואָרעם דער שאָטן איז דאָך אַזאַ לאַנגער!‟

זעט אָבער שמואל קטן אַז אין גאַס איז גראָד פּוסט און וויסט און לײדיק פֿון מענטשן, עס גייט נאָר ער אײנער און מער קײנער. הײַנט אויב אַזוי, טאָ וועמענס שאָטן איז דאָס פֿאָרט? ווײסט ער טאַקע ניט!

זאָגט שמואל הקטן: „איך ווײס שוין וואָס צו טאָן! איך וועל פּרוּוון זיך אומקערן, איז אויב דער שאָטן וועט זיך אויך אומקערן, איז דאָס אַ סימן, אַז דאָס איז מײַן שאָטן, און אויב ניט, איז דאָס ניט מײַנער. טאָ וועמענס דען? ווײס איך אויך ניט‟.

קערט ער זיך אום, שמואל קטן, זעט ער, עס איז ניטאָ דער שאָטן! טראַכט ער זיך: „אַהאַ! עס איז טאַקע ניט מײַן שאָטן!‟ קערט ער זיך ווידער אום, ווי ער איז פֿריִער געגאַנגען — אַהאַ! ווידער דער שאָטן! קנײשט ער זײַן נאַרישן שטערן און קען ניט פֿאַרשטיין, וואָס איז דאָ. זאָגט ער: „הײסט דאָך, אַז דאָס איז מײַן שאָטן? טאָ לאָמיך אדרבה נאָך אַמאָל פּרוּוון זיך אומקערן, וועל איך זען‟.

קערט זיך אום שמואל קטן, אַזוי ווי דער האָט זיך פֿריִער אומגעקערט, און ער זעט ווידער ניט זײַן שאָטן. טראַכט ער בײַ זיך: „מאָדנע! לאָמיך זיך ווידער אומדרייען, אַזוי ווי איך בין פֿריִער געגאַנגען‟. דרייט ער זיך אום — דער שאָטן איז דאָ! דרייט ער זיך אום ווידער — דער שאָטן איז ניטאָ!

און אַזוי האָט ער זיך געדרייט שמואל קטן מיט זײַן שאָטן, ביז אַ קלוגער ייִנגל איז פֿאַרבײַגעגאַנגען און פֿרעגט אים:

— וואָס דרייסטו זיך, שמואל קטן?

ענטפֿערט שמואל קטן:

— איך זוך מײַן שאָטן!

און ער דערצײלט אים, שמואל קטן, די גאַנצע מעשׂה מיט זײַן שאָטן. לאַכט זיך פֿונאַנדער דאָס ייִנגל און זאָגט צו אים:

— אַי, ביסט אַ נאַר, שמואל קטן! ווען דו קערסט זיך אום, קערט זיך אום דײַן שאָטן.

פֿרעגט שמואל קטן:

— טאָ פֿאַר וואָס זשע זע איך אים ניט?

ענטפֿערט דאָס ייִנגל:

— ווײַל ווען דו קערסט זיך אום, איז זײַן שאָטן פֿון הינטן.

האָט שמואל קטן דאָס געוואָלט אויספּרובירן, האָט ער זיך גענומען דרייען הין און צוריק, האָט ער זיך געדרייט און געדרייט, און דאָס קלוג ייִנגל איז געשטאַנען און האָט געלאַכט. האָבן דערהערט נאָך ייִנגלעך, ווי דאָס קלוגע ייִנגל לאַכט, זענען זײ אַלע געקומען צו לויפֿן, און זעענדיק, ווי שמואל קטן דרייט זיך מיט זײַן שאָטן, האָבן זײ גענומען לאַכן. לאַכן זײ און זינגען:

— שמואל קטן, שמואל קטן!

אָטאָ איז ער דאָך, דײַן שאָטן.

ער איז דאָך אין דיר געראָטן,

בײדע פֿון אײן טײַג געקנאָטן.

לענגער נאָר איז ער דער שאָטן,

אַ גרויסער נאַר ווי שמואל קטן!

און שמואל קטן האָט זיך אַלץ געדרייט אַרום זײַן שאָטן, און איז געווען אַזוי פֿאַרטאָן, אַזוי פֿאַרטיפֿט, אַז ער האָט ניט געהערט, ווי די קינדערלעך לאַכן פֿון אים. און די קינדערלעך האָבן אָפּגעלאַכט און זענען אַוועקגעגאַנגען. און שמואל קטן איז ווידער געבליבן אַלײן מיט זײַן שאָטן.

בקיצור, ער האָט זיך אַזוי לאַנג געדרייט, ביז ער האָט טאַקע אויסגעפֿונען, אַז דער שאָטן איז זײַנער. איז נאָר געווען די קשיא: פֿאַר וואָס דער שאָטן איז אַזוי לאַנג? האָט שמואל קטן געטראַכט און געטראַכט, ביז עס איז בײַ אים געבליבן, אַז ער איז אַלײן אויסגעוואַקסן, און דערפֿאַר איז אויך זײַן שאָטן אויסגעוואַקסן.

האָט ער זיך זייער דערפֿרייט און גענומען גרויסהאַלטן זיך און האָט גערופֿן די קינדער, זיי זאָלן אַלע קומען און זען, ווי גרויס ער איז. זענען די קינדער ווידער געקומען צו לויפֿן.

זאָגט צו זײ שמואל קטן:

— איך בין ניט מער שמואל קטן,

זעט, ווי גרויס איז מײַן שאָטן!

לאַכן פֿון אים ווידער די קינדער און זײ זאָגן צו אים:

— זײַ קײן נאַר ניט, שמואל קטן,

דער מענטש איז קליינער פֿון זײַן שאָטן.

אָבער שמואל קטן האָט דאָס ניט געוואָלט גלייבן: דער נאַר אין אים איז געווען אַזוי גרויס, אַז ער האָט טאַקע געמײנט, אַז ער איז אויך געוואָרן גרויס. און ער איז געגאַנגען צו אַלעמען און האָט זיך באַרימט, וואָס ער איז הויך און גרויס. און ווען מען האָט אים ניט געוואָלט גלייבן, האָט ער געהײסן אַ קוק טאָן אויף זײַן שאָטן.

און אַלע האָבן געלאַכט פֿון אים, אָבער ניט דערפֿאַר וואָס ער איז קלײן, נאָר דערפֿאַר, וואָס דער נאַר איז אין אים גרויס. יאָ, פֿון אַ קלײנעם מענטשן איז טאַקע ניטאָ וואָס צו לאַכן, אָבער פֿון אַ גרויסן נאַר מעג מען לאַכן.

— כאַ-כאַ-כאַ! גרויסער נאַר,

כאַ-כאַ-כאַ! גרויסער צער!