Oyneg Shabes

די שוועסטער בערי — לעבעדיקערהייט

The Barry Sisters — Live

  • Print
  • Share Share

די שוועסטער בערי (מערנאַ 1923־1976 און קלייר 1920־2014) זענען געווען אפֿשר די סאַמע פּאָפּולערסטע זינגער פֿון ייִדישע לידער אין דער אַמעריקאַנער געשיכטע. די שוועסטער, וואָס האָבן פֿון דער היים געהייסן מיני און קלאַראַ בייגלמאַן, זענען פּאָפּולער געוואָרן אַ דאַנק זייער אַרבעט אויף דער ראַדיאָ־פּראָגראַם „ייִדישע מעלאָדיעס אין ׳סווינג׳‟ פֿון 1937 ביז די 1950ער יאָרן, אויף וועלכער זיי האָבן געזונגען ייִדישע פֿאָלקסלידער אין אַ דזשעז־סטיל און פּאָפּולערע אַמעריקאַנער לידער אויף ייִדיש.

כאָטש די שוועסטער בערי זענען הײַנט באַקאַנט אַ דאַנק זייערע 11 אַלבאָמען, זענען זיי געווען באַרימט פֿאַר זייערע קאָנצערטן — זיי האָבן זיך אויסגעצייכנט ווי פֿאַרווײַלערינס מיט זייער עלעגאַנטן סטיל און ריזיקע אָרקעסטערס. אָט קענט איר זען אַ זעלטענעם פֿילם פֿון אַ קאָנצערט זייערע, אין וועלכן זיי זינגען דאָס פּאָפּולער ליד „נו, זאָג מיר שוין ווען‟. דאָס ליד האָט אָנגעשריבן אַלכּסנדר אָלשאַנעטסקי אין 1935 פֿאַר זײַן אָפּערעטע „וואָס מיידלעך טוען‟ מיט מאַלי פּיקאָן.