Oyneg Shabes

ווען „סליחה‟ מיינט פּונקט דאָס פֿאַרקערטע

When a Word for Forgiveness Means the Opposite

  • Print
  • Share Share

אין די סליחות־טעג האָב איך דערפֿילט אױף װיפֿל שטאַרק פֿעלט מיר אויס אונדזער טײַערער לערער, פּראָפֿעסאָר דבֿ נױ, זאָל זיך מיִען. דאָס האָט ער מיר געגעבן צו פֿאַרשטײן, אַז אַ שרײַבער קען ניט װערן אַן אמתער שרײַבער, ביז ער װעט ניט אַרײַנדרינגען אין דער נשמה פֿון אַ װאָרט, און דער־אָ בונד צװישן דעם שרײַבער און װערטער קען זײַן געגליכן נאָר צו אײן זאַך אױף דער װעלט — צו דער ליבע.

װען די כינעזער האָבן איבערגעגעבן דער גרױסער װעלט די סודות פֿון פּראָדוצירן געװער־פּולװער און פּאַפּיר, האָבן זײ בדעה געהאַט פּונקט דאָס, צו װאָס די צװײ זאַכן זײַנען געשאַפֿן געװאָרן, דהײַנו: טײַערע מענטשן, רײַסט זיך געזונטערהײט אױף, נאָר פֿאַרגעסט ניט צו לאָזן אַ בריװל. בײַ די ייִדן, להבֿדיל, מוז אַלץ זײַן קאַפּויער; װען די ייִדן האָבן פּראָקלאַמירט ייִדיש װי אַ נאַציאָנאַלע שפּראַך פֿונעם ייִדישן פֿאָלק, האָבן זײ, מסתּמא, געהאַט אין זינען, אַז יעדער ייִד באַנוצט זיך מיט לשון־סגי־נהור, אַזױ װי ס׳האָט אַ מאָל פּינקטלעך אַרױסגעזאָגט שלום־עליכם אין „די רױטע ייִדעלעך‟: „ייִדעלעך האָבן ליב צו רעדן פֿאַרשטעלט, בלשון־סגי־נהור, אָנרופֿן איטלעכע זאַכן קאַפּױער, אױף יעדן אײנציקן האָבן זײ אײַך אַ צונעמעניש, אַזױ, אַז פֿון צונעמעניש באַדאַרפֿט איר לערנען פּונקט דעם היפּוך, למשל ׳אַ חכם׳ איז אַ טיפּש, כאָטש בראָק אים אין קרױט אַרײַן; ׳אַ װאָרטסמאַן׳ איז אַ ליגנער, אַ ׳בעל־לשון׳ איז אַ זאַיִקע‟.

אַז מע קומט שױן צו צו די „סליחות‟, װעט אפֿשר ניט איבעריק זײַן צו דערמאָנען אונדזער טײַערן לײענער, אַז דאָס שײנע לשון־קודשדיקע װאָרט „סליחה‟ האָט זײער באַרײַכערט סײַ אונדזער נאָרמאַטיװע שפּראַך און סײַ די הענטשקע־שפּראַך. אַחוץ דעם, אַז אַ „סליחה‟, הײסט די יעדע תּפֿילה, װאָס מע זאָגט פֿרי קאַיאָר פֿאַר און בעת די יומים־נראָים, האָט דאָס װאָרט „סליחה‟ באַקומען אַ צװייטע באַדײַטונג — מסירה. בײַ מענדעלע מוכר־ספֿרים לײענען מיר אין דער „טאַקסע‟: „דו װעסט זיך סטאַרען עפּעס צו טאָן, עפּעס צו פֿאַרבעסערן, פּלוצעם װעט קומען אײנער און װעט אָפּזאָגן אַ סליחה, אַז דו ביסט אַן אַפּיקורס‟. אַלץ איז קלאָר, אַ סליחה איז אַ מסירה. און גאַנץ לאָגיש איז, אַז דער װאָס מסרט, איז אַ סליחהנער.

נוח פּרילוצקי אין זײַנע „זאַמלביכער פֿאַר פֿאָלקלאָר‟ ברענגט אַן אינטערעסאַנטן צונאָמען פֿאַר דער אַ מאָל שײנער ייִדישער שטאָט לאָדזש (אָדער לאָדז), דהײַנו: לאָדזער ייִדן רופֿט מען „סליחהנערס‟. און װײַטער דערקלערט ער: „׳סליכהנער׳ — אַ גנבֿ, װאָס גיט אױס די גנבֿה, בכלל — אַ מסור‟. איך רעד שױן ניט װעגן דעם, אַז אין אַלע װערק פֿון אורקע נאַכאַלניק איז דאָס װאָרט „סליחהנער‟ ממש אַ הײמיש װאָרט, און ער ניצט עס אַ סך אָפֿטער װי דאָס װאָרט „מסור‟.

צו די זעלטענע רעדנסאַרטן מיטן װאָרט „סליחהנער‟ געהערט אַ װערטל: „גײ דערצײל אַ הונט אַ סידילקאָװער סליחה, געדרוקט אין סלאַװוּטע‟. מיט דעם מײנט מען אַ מענטש, װעלכער האָט ניט קײן אַנונג אין עפּעס אַן ענין.

אױך איגנאַץ בערנשטײן ברענגט אַ װערטל, װאָס מיט הונדערט יאָר צוריק איז געװען זײער אַקטועל אין ייִדישע משפּחות פֿון מיזרח־אײראָפּע: „אַז מע גײט צו סליחות, בלײַבן אין דער הײם די רוחות‟. דאָס װאָרט „רוחות‟, מײנט דאָ „די יונגע־לײַט‟, װעלכע בלײַבן אָן השגחה פֿון די עלטערן און הײבן אָן אַרומצוברױען און פּלאַנירן רעװאָלוציעס.

אָט אַזױ קומט עס זײער אָפֿט פֿאָר בײַ די ייִדן — מע הײבט אָן פֿון „סליחות‟ און מע פֿאַרענדיקט מיט רעװאָלוציעס, אָדער, װי עס האָט זיך אַ מאָל אױסגעדריקט אַבֿרהם שליאָנסקי: „מע האָט אָנגעהױבן מיט קידוש און מע האָט פֿאַרענדיקט מיט קדיש‟.